בלאט 324 פון 840

געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2017 8:34 am
דורך העלאו
איינער האט אנגעזאגט פאר זיינע קינדער זי זאלן נישט האנדלען נישט מיט קיין מענטשען מיט רויטע האר און נישט מיט קיין מענטשען אן קיין האר
פארוואס ?
זאגט ער וייל די מיט רויטע האר זענען נערוועזע מענטשען
און די אן האר אינגאנצען ?
אפשר פאר עס איז ארויס געפאלען איז עס געוועהן רויט

געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2017 8:36 am
דורך העלאו
א פסיכאלג האט געהאלטען א דרשה אז מענטשען וואס האבן נישט קיין האר פארנט פון זייער קאפ איז א סימן זיי טראכטען א סאך
אויב מען האט נישט אינמיטען קאפ איז א סימן מען איז קלוג
קומט איינער איך האב נישט פון פארנט און נישט אינמיטען וואס מיינט עס ?
זאגט ער דאס מייענט אז דו טאראכסט אסאך אז דו ביסט קלוג

געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2017 9:28 am
דורך zugurnish
העלאו האט געשריבן:איינער האט אנגעזאגט פאר זיינע קינדער זי זאלן נישט האנדלען נישט מיט קיין מענטשען מיט רויטע האר און נישט מיט קיין מענטשען אן קיין האר
פארוואס ?
זאגט ער וייל די מיט רויטע האר זענען נערוועזע מענטשען
און די אן האר אינגאנצען ?
אפשר פאר עס איז ארויס געפאלען איז עס געוועהן רויט

מרדכי הערש הערשקאוויטש געזאגט צו לאנגזאם אין פליי אונטערן בילד.

געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2017 9:50 am
דורך סאדאם חוסעין
א ראיה אז מענער זענען קליגער ווי פרויען ווייל די גמרא זאגט הנודר משחורי ראש מ, אסור בקרחין ובבעלי שיבות, ומותר בנשים ובקטנים;
זעה איך אז מענער מיט שחורי ראש איז איין זאך נאר פרויען האבן רויטע האר

געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2017 10:01 am
דורך פון יעצט
קיקיון האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:C/P

בשורה טובה והזמנה לחברי הקרובים: ברוך השם זכיתי לסיים את הש"ס בסעייתא דשמיא, הנני להזמין בזאת את כל חברי לבוא ולהשתתף עמי ולעזור לי לנקות גם את השו"ע והרמב"ם....

WOW
ער האט געניצט אלע בענדער זייט פאראיאר פסח
אדער איז דאס געווען לופטערען עס זאל נישט שימלען?


איינעם פון די רבני סיגוט האט אן עושר געוויזן א גאנצע ש"ס (א חידוש בימים ההם)
פרעגט ער, נו וואס זאגט דער רבי?
ווילדע ספרים!
ווילדע ספרים???
יא! אומבאלערנט

געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2017 11:52 am
דורך נו וואדע
א קליין קינד זאגט מיר היינט אז ער האט פסח גע'גנב'עט די אפיקומן פון זיין פאטער און ער האט גארניש געקענט ארויסבאקומען

איז ער געגאנגען און גע'גנב'עט זיין פאון טשארדזשער

האסט ניש קיין אנונג וואס כ'האב אלס געקענט ארויסבאקומען פון אים !!!

געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2017 11:52 am
דורך נו וואדע
א מענטש קומט אריין אין קיך פון א רעסטוראנט און זעהט ניש מער און ניש ווייניגער אווי דער קעכער מישט דעם זופ מיט זיין האנט

פרעגט ער אים , פ"וו מישסטו ס'זופ מיט די האנט ?

ענטפערט ער אים , "ווייל כאב א געשווילאכץ אויף מיין פיס"!!!!

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 8:03 am
דורך העלאו
איינער גייט צום דענטיסט און ער זאגט עהם ער דארף א גרויסע טירעטמענט
פרעגט ער וויפיל וועט דאס קאסטן
זאגט די דענטיסט 5 טויזענט דולער
זעגט דער איד איך פיל אזוי ווי איך באצאל דא פאר א קאר
זאגט עהם די דענטיסט דו צאלסט טאקע פאר א קאר נאר נישט דיין קאר נאר פאר מיין קאר

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 11:32 am
דורך scy4851
;l;p-

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 11:42 am
דורך קיקיון
העלאו האט געשריבן:איינער גייט צום דענטיסט און ער זאגט עהם ער דארף א גרויסע טירעטמענט
פרעגט ער וויפיל וועט דאס קאסטן
זאגט די דענטיסט 5 טויזענט דולער
זעגט דער איד איך פיל אזוי ווי איך באצאל דא פאר א קאר
זאגט עהם די דענטיסט דו צאלסט טאקע פאר א קאר נאר נישט דיין קאר נאר פאר מיין קאר

א רחמנות אויף א דענטיסט וואס קען זיך נור ערלויבען א קאר פאר 5000

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 5:54 pm
דורך טריסקער
טאטע: "קען איך זעהן דיין ריפארט קארד, יענקי?"

יענקי: "איך האב עס נישט."

טאטע: "פארוואס?"

יענקי: "איך האב עס געגעבן פאר מיין חבר, ער האט געוואלט דערשרעקן זיינע עלטערן."


קרעדיט: קיקיון

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 5:56 pm
דורך טריסקער
א ווייבל וואס האט אייביג ליב געהאט צו וויסן פון פאראויס איר מאנ'ס פלענער פארן טאג פרעגט איר מאן איין אינדערפרי: "שמערל, וואס פלאנסטו צו טוהן היינט דורכאויס דעם טאג?"

"גארנישט," ענטפערט איר שמערל.

"אבער דאס האסטו דאך געטוהן נעכטן?" וואונדערט זיך ס'ווייבל.

"יא," ענטפערט שמערל, "אבער איך האב נאכנישט געהאט געענדיגט דערמיט."


קרעדיט: קיקיון

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 5:57 pm
דורך טריסקער
מעטה טיטשער: "פייגע'לע, אויב איך געב דיר צוויי דאליס און נאך צוויי דאליס און נאך צוויי דאליס, וויפיל וועסטו האבן?"

פייגע'לע: "זיבן."

טיטשער: "ניין, הער גוט אויס... אויב איך געב דיר צוויי דאליס, און נאך צוויי דאליס און נאך צוויי, וויפיל וועסטו האבן?"

פייגע'לע: "זיבן."

טיטשער: "לאמיר דיר עס זאגן אנדערש. אויב געב איך דיר צוויי עפלעך, און נאך צוויי עפלעך און נאך צוויי, וויפיל וועסטו האבן?"

פייגע'לע: "זעקס."

טיטשער: "גוט. יעצט אויב געב איך דיר צוויי דאליס, און נאך צוויי דאליס און נאך צוויי, וויפיל וועסטו האבן?"

פייגע'לע: "זיבן!"

טיטשער: "פייגע'לע, ווי אין די וועלט באקומסטו זיבן פון?!"

פייגע'לע: "ווייל איך האב שוין א דאלי!"


קרעדיט: קיקיון

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 6:20 pm
דורך קיקיון
טריסקער האט געשריבן:
קרעדיט: קיקיון

דער קרעדיט קומט דיר
האסט עס קונה געווען בשינוי מעשה מיט איבערשרייבען אויף אונזער שפראך
עס האט אן אנדער טעם

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 8:41 pm
דורך טראבל מעיקער
טריסקער האט געשריבן:טאטע: "קען איך זעהן דיין ריפארט קארד, יענקי?"

יענקי: "איך האב עס נישט."

טאטע: "פארוואס?"

יענקי: "איך האב עס געגעבן פאר מיין חבר, ער האט געוואלט דערשרעקן זיינע עלטערן."


קרעדיט: קיקיון

כ'האב לעצטענס ארויס געגראבן מיינע ריפארט קארדס... איך ווייס נישט וויאזוי מיין טאטע האט עס איבערגעטראגען.... אמאליגע מלמדים האבן נאר געשריבן די אמת

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 10:20 pm
דורך איינפאכער איד
א אידעלע האט געשריבן:יארמאר רב פארציילט, אז פאר ער איז געווארן א גביר, האט ער געהאנדעלט מיט ספרים, איינמאל א חודש האט ער איינגעקויפט פון א געוויסע איד אסאך ספרים אין ווערד פון דריי טויזענט דאלאר, און ער האט עס פארקויפט.

ווען עס איז אנגעקומען פאר פסח, און ער האט ווייטער באשטעלט ספרים פאר דריי טויזענט דאלאר, האט אים יארמער רב געבעטן אז לכבוד יו"ט זאל ער אים געבן עפעס א מתנה, האט ער ארויסגענומען א סעט בית יהודה חומשים, און געט אים עס אהין אלס געשאנק, רופט זיך אן יארמער רב נאר דאס געט איר מיך?, ביז דער מוכר ספרים האט באשלאסן אז ער גייט אים צוריקגעבן די גאנצער דריי טויזנט דאלער'דיגע טשעק אלס געשאנק,
רופט זיך אן יארמער רב אז ער ברויך ענדערש די בית יהודה חומשים........


איך האב געהערט די מעשה מפ"ק פון יארמער רב זעלבסט בשנת תשנ"א ביי א משפחה שמחה, און ער האט דאן געזאגט אז ער האט דאס געהאט מיט ר' יוסף אשכנזי (נ"י) [ז"ל]...

געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2017 7:50 am
דורך טריסקער
נעכטן איז מיין ביגלאייזן (iron בלע"ז) געגאנגן פייפן, בין איך געגאנגען צו מיין שכן און געבעטן אויב איך קען בארגן זייער ביגלאייזן, מיין שכן האט מסכים געווען בתנאי אז איך נוץ עס ביי אים אינדערהיים, און אזוי האב איך טאקע געטוהן.

היינט איז מיין שכן מיר געקומען בעטן צו ער קען בארגן מיין בעזעם, האב איך אים געזאגט אז כ'בין מסכים בתנאי אז ער נוצט עס ביי מיר אינדערהיים, אוי האט ער זיך אויפגערעגט.

האב איך דען געטוהן עפעס שלעכט...? :roll: :roll: :roll:

געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2017 8:43 am
דורך בעריש'ל
איינפאכער איד האט געשריבן:
א אידעלע האט געשריבן:יארמאר רב פארציילט, אז פאר ער איז געווארן א גביר, האט ער געהאנדעלט מיט ספרים, איינמאל א חודש האט ער איינגעקויפט פון א געוויסע איד אסאך ספרים אין ווערד פון דריי טויזענט דאלאר, און ער האט עס פארקויפט.

ווען עס איז אנגעקומען פאר פסח, און ער האט ווייטער באשטעלט ספרים פאר דריי טויזענט דאלאר, האט אים יארמער רב געבעטן אז לכבוד יו"ט זאל ער אים געבן עפעס א מתנה, האט ער ארויסגענומען א סעט בית יהודה חומשים, און געט אים עס אהין אלס געשאנק, רופט זיך אן יארמער רב נאר דאס געט איר מיך?, ביז דער מוכר ספרים האט באשלאסן אז ער גייט אים צוריקגעבן די גאנצער דריי טויזנט דאלער'דיגע טשעק אלס געשאנק,
רופט זיך אן יארמער רב אז ער ברויך ענדערש די בית יהודה חומשים........


איך האב געהערט די מעשה מפ"ק פון יארמער רב זעלבסט בשנת תשנ"א ביי א משפחה שמחה, און ער האט דאן געזאגט אז ער האט דאס געהאט מיט ר' יוסף אשכנזי (נ"י) [ז"ל]...

איך פארשטיי נישט די ווערטל.
:-(

געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2017 9:15 am
דורך משהזוךמיר
abeg האט געשריבן:יאנקל װי ארבעט׳סטי?
ע׳-בײ מײן ברידער
אין װאס טיט דײן ברידער?
ע׳-ער זיכט א Job

קרעדיט: שלו' אליעזר דים

געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2017 10:41 am
דורך סיז מסודר
טראבל מעיקער האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:טאטע: "קען איך זעהן דיין ריפארט קארד, יענקי?"

יענקי: "איך האב עס נישט."

טאטע: "פארוואס?"

יענקי: "איך האב עס געגעבן פאר מיין חבר, ער האט געוואלט דערשרעקן זיינע עלטערן."


קרעדיט: קיקיון

כ'האב לעצטענס ארויס געגראבן מיינע ריפארט קארדס... איך ווייס נישט וויאזוי מיין טאטע האט עס איבערגעטראגען.... אמאליגע מלמדים האבן נאר געשריבן די אמת

דו טראבל מעיקער!!!....

געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2017 10:59 am
דורך בענקעל
בעריש'ל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די ווערטל.
:-(
די בית יהודא חומש האט דעקונג...

געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2017 11:07 am
דורך farshlufen
היינטיגע אינגווארג, ווייסט נישט וואס א בית יודא חומש איז.

געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2017 11:24 am
דורך זרח'ל
א פרוי קומט אין בי"ד איך וויל א גט, מיין מאן שנארכיצט צו הויעך.
נאכן פארלאנג פון בי"ד פאר אויפווייזונגען, האט זי געברענגט א ריקארדער.
זו צינד עס אהן, און מ'הערט: כככככככככ ככככככככ כככככככככ! און אזוי וויטער.
מיט גרויסער אויגן קוקט זי אויף די דיינים, ווי געזאגט - זעהט עטס כ'בין גערעכט.
פלוצלונג הערט מען ווי ס'קומט צו נייער באמבערדיגער קולות, אויף די ווינדער פון די דיינים וואס דאס איז, זאגט זי אז זי ווייסט נישט, דער חלק האט זי שוין נישט מיטגעהאלטן........

געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2017 11:27 am
דורך קלוגער
farshlufen האט געשריבן:היינטיגע אינגווארג, ווייסט נישט וואס א בית יודא חומש איז.


אבער זיי ווייסען יא וואס יארמער רב'ס טשעק איז ווערט, :wink:

געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2017 11:29 am
דורך משהזוךמיר
זרח'ל האט געשריבן:א פרוי קומט אין בי"ד איך וויל א גט, מיין מאן שנארכיצט צו הויעך.
נאכן פארלאנג פון בי"ד פאר אויפווייזונגען, האט זי געברענגט א ריקארדער.
זו צינד עס אהן, און מ'הערט: כככככככככ ככככככככ כככככככככ! און אזוי וויטער.
מיט גרויסער אויגן קוקט זי אויף די דיינים, ווי געזאגט - זעהט עטס כ'בין גערעכט.
פלוצלונג הערט מען ווי ס'קומט צו נייער באמבערדיגער קולות, אויף די ווינדער פון די דיינים וואס דאס איז, זאגט זי אז זי ווייסט נישט, דער חלק האט זי שוין נישט מיטגעהאלטן........

;l;p- :lol: :lol: