Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 11:29 am

תרנגול האט געשריבן:לייבי, נאדיר ;l;p-


ווי אויך פאר דאט קאם

Advertisement

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 3:47 pm

גאממי!

וואס שמייכלען זיי די דריי סמייליס אזוי? וואס איז אזוי פאני מיט קאפיען און פעיסטן לייביס דזשאוק עטליכע תגובות ארויף?

וצ"ע.

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 3:50 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:וואס שמייכלען זיי די דריי סמייליס אזוי? וואס איז אזוי פאני מיט קאפיען און פעיסטן לייביס דזשאוק עטליכע תגובות ארויף?

וצ"ע.


הביאור הוא; ווען א ניק פאוסטירט א דזאוק דא אין קרעטשמע זעהט נישט יעדער איינער דעם וויץ אויפן ארט, פונקט איין ניק'ל זעהט דאס, און גלייך גיט ער דאס א פאסטיר און א שיק ארויס פאר אלע זיינע אימעיל קאנטאקטן, און אזוי ווערט דאס צושמירט און צורינען אויף אלע גיטאלק'ס און בבמ מעסעדזשעס וכו'. זעהט אן אנדערע ניק'ל אז ער האט באקומען א גוט'ס, נו פארוואס נישט צושפרייטן ברבים אין קרעטשמע, און אומר ועושה לויפט שנעל אריין אין מילתא דבדיחותא אשכול, און נאדיר א פאסטיר אריין, און קוקן בעפאר צו איינער האט דאס ממש יעצט געשריבן, אן געגאנגן קיש עס, איך מיין שיק עס.....

פארשטאנטא שמעקעלע ?
לעצט פאראכטן דורך שמן למאור אום דאנערשטאג פבואר 16, 2012 3:52 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 3:52 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:גאממי!

וואס שמייכלען זיי די דריי סמייליס אזוי? וואס איז אזוי פאני מיט קאפיען און פעיסטן לייביס דזשאוק עטליכע תגובות ארויף?

וצ"ע.

דאס האט ער געפענט אלס א עקסטרע אשכול אין ולאחיו פארום, די מנהלים האבן עס דא ארייגעשמאלצן,
דיין קשיא איז נאכנישט פארענטפערט

---
שמן האקט

פרייטאג פבואר 17, 2012 4:39 pm

געהערט בשם יארמע רב
א איד האט אמאל געהאט א קליין שוך געשעפט געארבעט שווער על המחי' ועל הכלכלה
ויהי היום עפנט זיך אויף ביי זיין רעכטע זייט א שפאגל נייע שוך געשעפט מיט א גרויסע שיינע שילד "בעסטע שוך בעסטע פרייזן"
א וואך שפעטער עפנט זיך אויף ביי זיין לינקע זייט א שפאגל נייע שוך געשעפט מיט א גרויסע שיינע שילד "שטערקסטע שוך מיט פרייזן ווי א בער עסט א פערד" וד"ל
דער איד האט ארויפגעלייגט א שילד העכער זיין טיר "MAIN ENTRANCE"

זונטאג פבואר 19, 2012 12:08 am

י"א: ע"פ הסטטיסטיקה לרב אלישיב שליט"א אין סיכויי למות,כי רק 1 למיליון מת מעל גיל 100

זונטאג פבואר 19, 2012 12:36 am

יש מקור לזה בגמ', כיון דאיפלג איפלג

זונטאג פבואר 19, 2012 5:07 am

והוא פלאי האט געשריבן:יש מקור לזה בגמ', כיון דאיפלג איפלג

כ'האב אויך געטראכט אזוי...

זונטאג פבואר 19, 2012 7:21 am

חוץ פון דעם, ער קען נאך נישט אוועק גיין פון דא פאר סאטמאר מאכט שלום מיט איהם...

שלומי אמוני ישראל וואינט אין CALIFORNIA

זונטאג פבואר 19, 2012 10:17 am

דורך שלומי אמוני ישראל » פרייטאג פבואר 17, 2012 4:39 pm


שוין נאך פיצען די שוך, אויסקעמען דעם שטריימעל , מקוה , העלפען און שטוב לכ' שבת און טועמי'
און די מקוה
WOW
דאס הייסט געשיקט

אדער וואינסט אפשר גאר אין CALIFORNIA

זונטאג פבואר 19, 2012 10:31 am

בני ברק'ער האט געשריבן:חוץ פון דעם, ער קען נאך נישט אוועק גיין פון דא פאר סאטמאר מאכט שלום מיט איהם...


געהערט אז די עסקנים ארבעטן יעצט אויפ'ן כותל זאל גייו צום ציון איבערבעטן, דערנאך וועט מען שוין מעגן גיין צום כותל. - קרעדיט שלום לעיזער דים.

זונטאג פבואר 19, 2012 12:37 pm

דראפ אין האט געשריבן:דורך שלומי אמוני ישראל » פרייטאג פבואר 17, 2012 4:39 pm


שוין נאך פיצען די שוך, אויסקעמען דעם שטריימעל , מקוה , העלפען און שטוב לכ' שבת און טועמי'
און די מקוה
WOW
דאס הייסט געשיקט

אדער וואינסט אפשר גאר אין CALIFORNIA



גילו!!!!!!
נאך איין אזא תגובה און איך טרעט מער נישט אריין דא בל"ש ו"נ

זונטאג פבואר 19, 2012 1:21 pm

א אינגערמאן פארט אמאל אויפן בריק אונטער זיין שוויגער אינדערמיט זעהט ער ווי זיין שוויגערס קאר פאלט אריין אין וואסער, ער שטעלט אפ די קאר מיט איין בהלה, גייט צום געיט און קוקט אראפ און שמייכלט, די שוויגער קוקט ארויף און שרייט חיימ'ל העלף מיר ארויס ראטעוועו מיר, חיים לאכט און שרייט העיר יו גאו, איך לאז דיר דא, און די שוויגער שרייט חיימ'ל דיין ווייב וועט דארפן זיצן שבעה פליזז ראטעווע מיר, פיין חיים גייט אראפ און שלעפט ארויף די שוויגער.

צו מארגנס טרעפט חיים און זיין דריווועי א שיינע לעקסעס, מיט א ווארימע בריוו.

צו מיין באליבטער איידעם חיים ני"ו
א גרויסן שכח פארן ראטעווען מיין לעבן דאס איז נאר עי פיעס אפ אפרישיעשאן דער אויבערשטער זאל דיר באצאלן ווייטער.
אונטערגעשריבן
שוויגער




א וואך שפעטער דער אנדערער איידעם ברוך פארט אויפן בריק אונטערן שוויגער, און ער זעהט ווי זיין שוויגערס קאר פאלט אריין אין וואסער, ער שטעלט אפ די קאר מיט איין בהלה, גייט צום געיט און קוקט אראפ און שמייכלט, די שוויגער קוקט ארויף און שרייט ברוך העלף מיר ארויס ראטעוועו מיר, ברוך לאכט און שרייט העיר יו גאו, איך לאז דיר דא, און די שוויגער שרייט ברוך דיין ווייב וועט דארפן זיצן שבעה פליזז ראטעווע מיר, אבער ברוך לאכט זיך אויס, און ביז ווי וואס ווען, ואיננו כי לקח אותה אלקים.

צו מארגנס טרעפט חיים און זיין דריווועי א רויעל ראוס, מיט א ווארימע בריוו.

צו מיין באליבטער איידעם ברוך ני"ו
א גרויסן שכח פארן ראטעווען מיין לעבן דאס איז נאר עי פיעס אפ אפרישיעשאן דער אויבערשטער זאל דיר באצאלן ווייטער.
אונטערגעשריבן
שווער

זונטאג פבואר 19, 2012 1:38 pm

מען פארציילט ענדליך אויפען סטריקעווער רבין זצ"ל, ער איז געוון א תלמיד מובהק פונעם בריסקער רב וואס האט עם געוואלט נעמען אלס חתן לבתו ליפשא, זי איז ווי מען זאגט איידעל געווען א בחורטע.... ער האט נישט געוואלט און זי האט חתונה געהאט מיט הגאון ר' מיכל פיינשטיין זצ"ל (ביי די באקאנטע פרשה איז זי געווען דער וואס האט זיך ג'עקשנט)

פארציילט מען אז אמאל נאך לאנגע יארען האט דער רבי געקלערט אז ער דארף איר גיין איבערבעטן איז ער אריבער צו זייער דירה און זי האט עם מוחל געווען, אופען וועג אראף טרעפט עם ר' מיכל און פארשטייט זיך אז ער האט געמוזט מסביר זיין וואס ער טוהט דא זאגט עם ר' מיכל זי איז אייך מוחל אבער איך נישט....

מאנטאג פבואר 20, 2012 5:31 am

גוט גוט

מאנטאג פבואר 20, 2012 12:14 pm

גוט פאר וועם

פארן שווער אדער די שוויגער?

מאנטאג פבואר 20, 2012 12:32 pm

ער האט דאך געשריבן צוויי מאל גוט
גוט פאר יעדעם

מאנטאג פבואר 20, 2012 5:58 pm

איך גיי אריין אין עלעקטראניקס סטאר צו קויפן אן אייטעם ווייזט ער מיר אויף א נייעם קאמפיוטער, די מאשין מאכט דיר האלב פון דיין ארבעט מיט די אלע פראגראמס וואס דו קענסט אריינלייגן דא אין ווי שנעל עס ארבעט

איך קאל אן מיין ביינדעלע און איך בין זיך שואל עצה מיט איר וואס צו טוהן
נאך צען מינוט ישובן קאלט זי מיר צוריק אז..

איך זאל קויפן צוויי
אזוי וועל איך קענען זיין אינדערהיים א גאנצן טאג איר העלפן אינדערהיים

מאנטאג פבואר 20, 2012 6:38 pm

וואס קאלסטו מיר יעדע פערטל שעה, כ'האב דיר געזאגט איך קום נאך פינף מינוט, ניין?

דינסטאג פבואר 21, 2012 12:02 pm

בני ברק'ער האט געשריבן:וואס קאלסטו מיר יעדע פערטל שעה, כ'האב דיר געזאגט איך קום נאך פינף מינוט, ניין?


אריין אינעם קיין איין תגובה האט נישט קיין שייכות מיטן אנדערע אשכול

דינסטאג פבואר 21, 2012 12:09 pm

א ביהמ"ד האט געוואלט בויען א נייע שוהל אבער מ'האט נישט געהאט קיין געלט פאר א קאנטראקטער
ר' שמשון דער שמש האט פארגעשלאגן אז אין מס' עירובין איך געדענק נישט ווי, ווערט געברענגט אז ווען מ'וויל בויען א הויז דארף די פאנדעישאן זיין אזוי ברייט וכו' וכו', איז וועגן דעם נעמט ער זיך אונטער צו בויען די שוהל.
נאך א שטיק צייט איז די שטאט צוזאמגעקומען צום חנוכת הבית, און שמשון דער שמש און אשר ווילבער וכו' האבן א טייל גענומען.
גייט אריבער א צוויי וואכן או די שוהל איז איינגעפאלן

שמשון דער שמש לויפט אריבער צום רב און פרעגט עם הייליגער רבי איך האב אויסגעפאלגט אלעס וואס שטייט און די גמרא, פארוואס איז עס צוזאמגעפאלן?
זאגט די רב ניתי ספר וניחזי לאמיר אריינקוקן אינעוויניג
דער רב נעמט די גמרא און קוקט און בליקט
און ווייזט פאר שמשון, קוק די מהרש"א פרעגט דיין קשיא

דינסטאג פבואר 21, 2012 2:01 pm

געווען א אמערעקאנער ידישע בחור מיט א גוישע מיידל וואס האבן געוואלט חתונה האבן
זיי זענען געגאנען צו א ראביי וואס זאל איר מגייר זיין די ראביי האט איר אויסגעלערנט וואס מיינט אידישקייט קויפן צויי סעטס דישעס צינדען לעכט און זיך טובלן לשם גירות
זאגט די מיידל אז אלעס איז גרינג זי קען עס טון אבער איין זאך קען זי נישט זי האט א פאביע פון וואסער זי קען נישט לייגען איר קאפ אינטערן וואסער
זאגט איר די ראביי נישט קיין פראבלעם די וועסט ווערן א איד אבער דיין קאפ וועט בלייבן א גוישע קאפ

דינסטאג פבואר 21, 2012 5:41 pm

וואס שרייבט/קאטשקעט א דאקטער אויף די פערסקריבשן? (קענסט עס איינער ליינען?)
ער שרייבט צו די פארמעסי: "איך הא שוין געמאכט מיין געלט, יעצט מאך די דיין !!!"

דינסטאג פבואר 21, 2012 5:54 pm

אור האט געשריבן:וואס שרייבט/קאטשקעט א דאקטער אויף די פערסקריבשן? (קענסט עס איינער ליינען?)
ער שרייבט צו די פארמעסי: "איך הא שוין געמאכט מיין געלט, יעצט מאך די דיין !!!"

;l;p-
אבער פון וואו קען עס דער פארמאסי יא ליינען?

דינסטאג פבואר 21, 2012 6:51 pm

יוראפ האט געשריבן:
אור האט געשריבן:וואס שרייבט/קאטשקעט א דאקטער אויף די פערסקריבשן? (קענסט עס איינער ליינען?)
ער שרייבט צו די פארמעסי: "איך הא שוין געמאכט מיין געלט, יעצט מאך די דיין !!!"

;l;p-
אבער פון וואו קען עס דער פארמאסי יא ליינען?


ווען ס'קומט צו געלט פארשטייט יעדער.
שרייב א תגובה

Advertisement