Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג פבואר 10, 2012 5:18 am

מיין טאטע זזג האט אים טאקע געקענט
נאך א ווארט וואס ער האט געזאגט
פארוואס זאגט מען אשר יצר ביי א חופה?
ווייל מקיש הויה ליציאה

Advertisement

שבת פבואר 11, 2012 10:16 pm

msp האט געשריבן:מיין טאטע זזג האט אים טאקע געקענט
נאך א ווארט וואס ער האט געזאגט
פארוואס זאגט מען אשר יצר ביי א חופה?
ווייל מקיש הויה ליציאה

דו מיינסט ניט וואס איך טראך אז דו מיינסט?

זונטאג פבואר 12, 2012 1:29 am

כ'האב געהערט א גוט ווארט
אויב די טאטע איז א מדרש הנעלם איז די די זון א פירוש אויפן מדרש

זונטאג פבואר 12, 2012 12:51 pm

רעדענדיג וועגן עיברית איז באקאנט די ווערטעל איינער האט געפרעגט אתה מבין ענפערט ער לא אני מלאנדאן

זונטאג פבואר 12, 2012 1:00 pm

פון חיים מענדלען קומט דעיס ווערטל
אַתַּה מע׳וויען?

זונטאג פבואר 12, 2012 7:33 pm

ווייסטו פארוואס דער אלטער יוד שטופט אראפ די גלעזער אויף די נאז
ער פראבירט צישטאפן די נאז ער זאל קענען זען בעסער

זונטאג פבואר 12, 2012 11:24 pm

פארט אן אלטער איד אויפען אוטא באס פון בני ברק קיין ירושלים אין מיטען וועג הייבט איהם אהן צו איבלען ער שפירט ער דארף נישט אויף קיינעם געזאגט ברעכען, גייט ער צו צום דרייווער זאגט ער איהם ביטע שטעל זיך אפ כ'דארף ברעכען דער דרייווער פארשטייט נישט וואס ער וויל ער קאן דאך נישט קיין אידיש, אבער אזויפיל האט ער פארשטאנען דארט צווישן די ווערטער עפעס ברעכען וואס ווייסט ער דען ענטפערט ער פארען אלטען איד אויף זיין שפראך "אל תשבור" וואס קען דען מיינען ברעכען, שרייט צוריק דער אלטער כ'דארף ברעכען שטעל אפ דעם אוטא באס כ'וועל אראפ גיין ברעכען, שרייט צוריק ווייטער דער דרייווער דאס זייניגע, אזוי איז אנגעגאנגען דער וויכוח אפאר מינוט, ביז פלוצים דער אלטער האט שוין נישט גקענט און ער האט אנגעהויבען צו ברעכען פארשטייט זיך שוין וואס דארט איז פאר געקומען, אבער דער דרייווער ווערט יעצט ערשט אויף גרעגט און שרייט איהם אהן ווייטער אויף זיין שפראכע "אל תקיא" (ברעך נישט בל"א) דער זקן האט געמיינט ער ריפט איהם אהן "אלטע קי" שרייט ער איהם צוריק די "אלטע פערד" וואס די ביסט כ'האב דיר געזאגט שטעל זיך אפ כ'דארף ברעכען פארשטייט זיך שוין וואס דארט האט זיך ווייטער אפגעטוהן מיטען אלטען קי און אלטע פערד. :P

מצבת אתון בלעם

מאנטאג פבואר 13, 2012 1:52 pm

היינט אינדערפרי האבעך געטראפן אן אלטיטשקער
וואס איז א קלעטערער ער פארשט נאך אלטע קברים וכדו'
זאגט ער ימיר בין הדברים אז לעצטענס איז איהם אויסגעקומען
צו זעהן לייוו די מצבה פון בלעם'ס אייזל
אויף מיין פראגע וואס שטייט אויף איהם?
ענטפערט ער מיר, ער געדענקט נישט אלעס
אבער אזויפיל געדענקט ער צווישן די שורות איז געשטאנען
העמיד תלמידים הרבה

מאנטאג פבואר 13, 2012 2:01 pm

;l;p- אמת ויציב

מאנטאג פבואר 13, 2012 2:03 pm

סביב העולם האט געשריבן:היינט אינדערפרי האבעך געטראפן אן אלטיטשקער
וואס איז א קלעטערער ער פארשט נאך אלטע קברים וכדו'
זאגט ער ימיר בין הדברים אז לעצטענס איז איהם אויסגעקומען
צו זעהן לייוו די מצבה פון בלעם'ס אייזל
אויף מיין פראגע וואס שטייט אויף איהם?
ענטפערט ער מיר, ער געדענקט נישט אלעס
אבער אזויפיל געדענקט ער צווישן די שורות איז געשטאנען
העמיד תלמידים הרבה

;l;p- ;l;p-

(געהערט פון א גוטע איד וואס איז שוין נישט בעלמא הדין, פלעגט ער זיך אויסדריקן אויף די צובראכענע מענטשן זיי זענען לעבעדיגע מצבות, עפ"י הנ"ל איז עס בערך די זעלבע זאך)

דינסטאג פבואר 14, 2012 12:17 am

יוראפ האט געשריבן:

מיטוואך פבואר 15, 2012 2:25 pm

ביי א ברית בביתו נאוה פון הרה"ק סקולענער רבי שליט"א וכ' וכ' אין זיין שלאף שטיב ווייל ער איז גווען על ערש ... און דער רך הנימול וואס איז גלעגן אויף די דאכאנע/קאלדרע ממש און די דוקנא קדישא האט אנגעכאפט דעם רבי'ס נאז
רופט זיך אן איינער פון די נוכחים
דאס קינד וועט זיין א גביר עשיר יענה עזות ער פירט שוין דעם רבי ביי די נאז

מיטוואך פבואר 15, 2012 2:37 pm

בונמס זיידע האט געשריבן:ביי א ברית בביתו נאוה פון הרה"ק סקולענער רבי שליט"א וכ' וכ' אין זיין שלאף שטיב ווייל ער איז גווען על ערש ... און דער רך הנימול וואס איז גלעגן אויף די דאכאנע/קאלדרע ממש און די דוקנא קדישא האט אנגעכאפט דעם רבי'ס נאז
רופט זיך אן איינער פון די נוכחים
דאס קינד וועט זיין א גביר עשיר יענה עזות ער פירט שוין דעם רבי ביי די נאז

;l;p-

שוין געהערט אמאל... נישט אזוי לאנג צוריק...

מיטוואך פבואר 15, 2012 6:15 pm

געהערט לעצטע וואך פון איינעם
אז ביי די סעודת יתרו האט מען געגעסן הערינג
אזוי ווי עס שטיי אין רש"י מה שמועה שמע ובא

שטייט ווייטער נאכדעם וואס מ'האט אויפגעגסן די הערינג
איז געווארן קריעת ים סוף ומלחמת עמלק
די בויך האט זיך געדרייט אויף אלע זייטן אז נאר

מיטוואך פבואר 15, 2012 11:22 pm

הייבט ישראל אויף די טעלעפאן און זאגט "העלא".
הערט ער "יא א גוטן ישראל, דא רעדט דיין פארמיטאג חברותא -משה-, איך קען נישט קומען היינט, ביטע עפן אויף מיין גמרא און לייג ארויף דערויף א קאפעלוטש, און מאך שמוציג ארום די גמרא מיט אביסל קאווע ... !".
זאגט אים ישראל "איך דארף דאס נישט מאכן, די ראש הכולל קומט נישט היינט !".
פרעגט אים משה צובייזערט "לערנט מען דען פארן ראש הכולל, מ'לערנט דאך פאר'ן אייבערשטער !".

מיטוואך פבואר 15, 2012 11:23 pm

לייבי, נאדיר ;l;p-

מיטוואך פבואר 15, 2012 11:24 pm

גוט, אבער נעבעך...

מיטוואך פבואר 15, 2012 11:30 pm

א בריסקער איז אמאל ארויסגעקומען פון הכנות שטיבל און האט געבעטן זיין חבר צו ער קען אים מוציא זיין מיט אשר יצר ווייל ער ווייסט נישט צו ער האט יוצא געווען די שיעור פון חזון איש...

מיטוואך פבואר 15, 2012 11:34 pm

מענינא דיומא׃ פארוואס שטייט ביי משה רבינו ולא ידע איש את קבורתו? ווייל משה רבינו האט נישט געוואלט אז א מענטש זאל עובר זיין אויף גאנץ תורת משה און דערנאך קומען אויף זיין קבר איבערבעטן.

מיטוואך פבואר 15, 2012 11:44 pm

זאגט ר׳ אורי הלברשטאם שי׳:

אין בריסק האט מען גרינג מתיר געווען צו עסן אין א תענית; אויף די פראגע, הלא בבריסק נוהגים להחמיר ביותר? ענטפערן די בריסקער: עס איז ניט א קולא אין תעניתים, עס איז ליבערשט א חומרא אין פקוח נפש...

משה דוד האט ב״ה חתונה געהאט בשטומ״ץאום ט׳ תמוז; א טאג נאך שבע ברכות קומט ער אהיים נאכ׳ן דאווענען, און קיין פרישטאג איז ניט פארהאנדן. ווענדט ער זיך צו דאס ווייבעלע: ביילא (מיט א סגול צירי...) ניטא קיין פרישטאג היינט? זי קוקט אן איר בן טעירע ווי פון די לבנה אראפ: משה דוד עס איז דאך שבעה עשר בתמוז היינט, עס איזט איין תענית. נעע - בייזערט זיך משה דוד - ווייסטו ניט אז אין בריסק האט מען מחמיר געווען אין נפשות, און מען עסט אין איין תענית.

נו, די אשה כשירה האט אוודאי אנגעראכטן א פרישטאג ווי עס פאסט זיך פאר איר פרומען בן תורה... ויאכל וישת... ארויסבליקענדיק פון טעלערל אויף א סקונדע מערקט ער צו זיין שאק, אז אף היא עומדת כנגדו זי האקט אויך אן ערענסטן אייער שפייז... וואס איז דאס בילא, עס איז א תענית היינט? זאג ער מוט פארדרוס. אבער בילא ווערט ניט פארלוירן: האסט דאך געזאגט אז אין בריסק האט מען מחמיר... ער האקט אבער איבער אינדערמיט... דער ראב האט געזאגט:
חומרות, ניט פאר קיין ווייבער...

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 12:50 am

טייבעלע האט געשריבן:פארט אן אלטער איד אויפען אוטא באס פון בני ברק קיין ירושלים אין מיטען וועג הייבט איהם אהן צו איבלען ער שפירט ער דארף נישט אויף קיינעם געזאגט ברעכען, גייט ער צו צום דרייווער זאגט ער איהם ביטע שטעל זיך אפ כ'דארף ברעכען דער דרייווער פארשטייט נישט וואס ער וויל ער קאן דאך נישט קיין אידיש, אבער אזויפיל האט ער פארשטאנען דארט צווישן די ווערטער עפעס ברעכען וואס ווייסט ער דען ענטפערט ער פארען אלטען איד אויף זיין שפראך "אל תשבור" וואס קען דען מיינען ברעכען, שרייט צוריק דער אלטער כ'דארף ברעכען שטעל אפ דעם אוטא באס כ'וועל אראפ גיין ברעכען, שרייט צוריק ווייטער דער דרייווער דאס זייניגע, אזוי איז אנגעגאנגען דער וויכוח אפאר מינוט, ביז פלוצים דער אלטער האט שוין נישט גקענט און ער האט אנגעהויבען צו ברעכען פארשטייט זיך שוין וואס דארט איז פאר געקומען, אבער דער דרייווער ווערט יעצט ערשט אויף גרעגט און שרייט איהם אהן ווייטער אויף זיין שפראכע "אל תקיא" (ברעך נישט בל"א) דער זקן האט געמיינט ער ריפט איהם אהן "אלטע קי" שרייט ער איהם צוריק די "אלטע פערד" וואס די ביסט כ'האב דיר געזאגט שטעל זיך אפ כ'דארף ברעכען פארשטייט זיך שוין וואס דארט האט זיך ווייטער אפגעטוהן מיטען אלטען קי און אלטע פערד. :P

viewtopic.php?f=3&t=8&p=32965#p32965

שטארק זיך האט געשריבן:זאגט ר׳ אורי הלברשטאם שי׳:

אין בריסק האט מען גרינג מתיר געווען צו עסן אין א תענית; אויף די פראגע, הלא בבריסק נוהגים להחמיר ביותר? ענטפערן די בריסקער: עס איז ניט א קולא אין תעניתים, עס איז ליבערשט א חומרא אין פקוח נפש...

משה דוד האט ב״ה חתונה געהאט בשטומ״ץאום ט׳ תמוז; א טאג נאך שבע ברכות קומט ער אהיים נאכ׳ן דאווענען, און קיין פרישטאג איז ניט פארהאנדן. ווענדט ער זיך צו דאס ווייבעלע: ביילא (מיט א סגול צירי...) ניטא קיין פרישטאג היינט? זי קוקט אן איר בן טעירע ווי פון די לבנה אראפ: משה דוד עס איז דאך שבעה עשר בתמוז היינט, עס איזט איין תענית. נעע - בייזערט זיך משה דוד - ווייסטו ניט אז אין בריסק האט מען מחמיר געווען אין נפשות, און מען עסט אין איין תענית.

נו, די אשה כשירה האט אוודאי אנגעראכטן א פרישטאג ווי עס פאסט זיך פאר איר פרומען בן תורה... ויאכל וישת... ארויסבליקענדיק פון טעלערל אויף א סקונדע מערקט ער צו זיין שאק, אז אף היא עומדת כנגדו זי האקט אויך אן ערענסטן אייער שפייז... וואס איז דאס בילא, עס איז א תענית היינט? זאג ער מוט פארדרוס. אבער בילא ווערט ניט פארלוירן: האסט דאך געזאגט אז אין בריסק האט מען מחמיר... ער האקט אבער איבער אינדערמיט... דער ראב האט געזאגט:
חומרות, ניט פאר קיין ווייבער...

viewtopic.php?f=3&t=8&p=63998#p63998

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 3:47 am

leiby האט געשריבן:הייבט ישראל אויף די טעלעפאן און זאגט "העלא".
הערט ער "יא א גוטן ישראל, דא רעדט דיין פארמיטאג חברותא -משה-, איך קען נישט קומען היינט, ביטע עפן אויף מיין גמרא און לייג ארויף דערויף א קאפעלוטש, און מאך שמוציג ארום די גמרא מיט אביסל קאווע ... !".
זאגט אים ישראל "איך דארף דאס נישט מאכן, די ראש הכולל קומט נישט היינט !".
פרעגט אים משה צובייזערט "לערנט מען דען פארן ראש הכולל, מ'לערנט דאך פאר'ן אייבערשטער !".

געוואלדיג לייבי, אמת'א ווערטלעך איז נאך דאס בעסטע..

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 8:04 am

לייבעל
געוואלדיג!!!!

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:07 am

סאכדעס האט געשריבן:א איד זאגט מיר אז ווען ער פארט די GWB און ס'איז דא טרעפיק, איז ער זיך מחי'.

אויף מיין פראגע פארוואס? זאגט ער מיר: אז כאב יא געצאלט 6 טאלער, לאז מיך עס ענדזשויען.

שוין היינט-צו-טאגס געדאפלט די פרייז פאר די ענדזשוימענט....

ראש הכולל

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 11:27 am

הייבט ישראל אויף די טעלעפאן און זאגט "העלא".
הערט ער "יא א גוטן ישראל, דא רעדט דיין פארמיטאג חברותא -משה-, איך קען נישט
קומען היינט, ביטע עפן אויף מיין גמרא און לייג ארויף דערויף א קאפעלוטש, און
מאך שמוציג ארום די גמרא מיט אביסל קאווע ... !".
זאגט אים ישראל "איך דארף דאס נישט מאכן, די ראש הכולל קומט נישט היינט !".
פרעגט אים משה צובייזערט "לערנט מען דען פארן ראש הכולל, מ'לערנט דאך פאר'ן
אייבישטער !" :lol: :lol: :lol:
שרייב א תגובה

Advertisement