בלאט 157 פון 276
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 7:49 pm
דורך מי חכם
בונמס זיידע האט געשריבן:ביי א שיוער אין הלכות עיקר וטפל בבה"נ
יעצט וועלען מיר לערנען פון קארטאפעל מיט סמייטע צאנזער חסידים קענען מאכען פאזע
תוספות ביאור ביטע.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 8:19 pm
דורך שוטה
דאכציך אז זיי מאכן א גאנץ יאהר - חוץ ביי כרפס - א שהכל אויף קארטאפל.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 8:19 pm
דורך שמערי בערי
אין צאנז מאכט מען א שהכל אויף קארטאפל דורכ'ן יאר (חוץ פסח ביינאכט), ממילא איז קארטאפל מיט סמייטע די זעלבע ברכה און נישט שייך דיני טפל ועיקר.
-שוטה האקט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 8:20 pm
דורך והוא פלאי
די וועלט מאכט אויף קארטאפעל בורא פרי האדמה, און אויף סמייטע א שהכל, ממילא איז א שאלה ווען מען עסט צוזאמן וואסערע ברכה מען מאכט,
צאנז, ראפשיץ, וסיגוט, מאכן אבער א שהכל אויף קארטאפל, האבן זיי נישט דער שאלה
אבער דער שיעור איז לכאורה געווען ביי א שיעור כללי
כמבואר החילוק בין שיעור בהלכה לשיעור כללי בהלכה
בשיעור פשוט בהלכה דנים, א דבר כבוש, וואס איז נאכנישט מבושל, ואולי האט דער כבישה עס געמאכט פאר קלי הבישול, און מען לייגט עס א אויף א מאכל וואס איז אביסל רינענדיג אבער האט אין זיך דברים גושים, וואס זענען למעשה כלי שני אדער שלישי, ווייל מען האט עס ארויסגענומען דארך א שעפלעפפעל מה דינו
בשיעור כללי, איינער וואס האט ליב זויער פיקעל אויפן טשאלענט....
געהאקט ולא זזה ממקומה
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 8:21 pm
דורך והוא פלאי
שמערי בערי האט געשריבן:אין צאנז מאכט מען א שהכל אויף קארטאפל דורכ'ן יאר (חוץ פסח ביינאכט), ממילא איז קארטאפל מיט סמייטע די זעלבע ברכה און נישט שייך דיני טפל ועיקר.
-שוטה האקט
ראפשיץ איז מחלק פסח באנאכט,
צאנז עסט ר"ח רעטיכליך
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 9:30 pm
דורך בונמס זיידע
והוא פלאי
בשיעור פשוט בהלכה דנים, א דבר כבוש, וואס איז נאכנישט מבושל
במושכל ראשון ביסט מיר ג'ווען
פלאי ביז איך האב געכאפט אז דאס איז א משל אויף דעם חילוק בין סוגי שיעורים דאכט זיך אז עס בלייבט א מ_ל כ__ ה__
______
א משל וואס איך האב געהערט פון מיין טאטען ע"ה אויף א איד א כלי מפואר א מושלם א ת"ח, רעדנער, שרייבער אבער מעט א שוואכקייט "מ'זאל וויסען פון אים" אפילו אין ט מ זש (נאך ניט ג'ווען אזא אויסוואל פון אויסגאבעס) א אידענע איז ג'קימען צום רב מיט א טעפיל-לעפיל שאלה , נאך בלעטערענדיג און די פוסקים נאך מיט די אויגען און ספר זאגט דער רב "אידענע די שאלה איז כשר אבער קיין בעלעבאסטע זענט איר נישט, דאס טאר נישט געשעהן אין א אידישע שטוב!" זאגט די אידענע אבי איך שטיי און די הייליגע ספרים וד"ל
_______
אן איש מפורסם (ר"י, אבד"ק, אדמו"ר וכדומה) איז ג'פארען פון ירושלים קיין ב"ב דורכפארענדיג א בחור ביים BUS STOP הייסט ער פאר זיין דרייווער מיטנעמען, נאך דעם וואס דער רב האט אים היימיש געמאכט פרעגט דער בחור מיט וועם האב איך די זכות מיטפארען "איך הייס רב פלוני" אנקימענדיג קיין ב"ב הייסט דער רב פארען דרייווער אפפירען דעם בחור אהיים א מרחק פון 10-15 מינוט
פרעגט דער דרייווער פארוואס האט דער בחור אזוי נושא חן געווען? "די זעהסט נישט אז ער האט מיר נישט דערקענט? אז ער קוקט נישט די אלע בלעטלעך קומט עס אים
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 9:54 pm
דורך והוא פלאי
ומענין לענין וועגען אזא סארט רב מיט א אידענע האט מען פארציילט
אז א אידענע איז געקומען פרעגען א ליטווישען רב, אז א מילכיגע לעפעל איז שיעור נישט אריין געפאלן אין א פליישיגן טאפ, וואס איז די הלכה
זאגט דער רב, הייסט עס איז מחוסר טונקען,
פרעגט זי וואס איז די הלכה
זאגט ער גיי פרעג א אונגארישע רב, איך קען אייך געבען די הגדרה דערפון
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 10:41 pm
דורך מר. פאטאשאפ
שרייבער, די מעשה גייט מיט כלב, נישט כלא!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 11:37 pm
דורך מי חכם
פלאי, אין דיין משל איז לכאורה נישט לכל הדיעות ווייל די דברים גושים בלייבן לויטן רש"ל וכן נוטה הש"ך בסימן ק"ה א כלי ראשון אייביג. אפילו עס ליגט שוין יעצט אין א כלי שני.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 8:37 am
דורך והוא פלאי
לא דיברתי מהלכה, רק מהמציאות, ומובן שחלק מהשאלה הוא אם הוא כלי שני או ראשון מטעם שהוא דבר גוש, ואם טשאלענט הוא דבר גוש, ואם הוא כלי ראשון רק לגבי בליעות, או לגבי בישול ג"כ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 8:53 am
דורך msp
געווען אין אר"י א נעבעכדיגע עילוי נעבעך געווען צודרייט
ער איז איינגעשטאנען אין א ישיבה
איין טאג איז אים איינגעפאלען אז די בחורים האבען געלייגט גיפט אין זיין טעה
ער האט געמאכט געוואלדענעס און געשריגען
עס האט נישט געהאלפען אז די בחורים האבען אים געזאגט אז זיי האבען גארנישט צו זיין טעה געטוהן
גייט ער צום חזו"א און טענה'ט צו אים אז די בחורים האבען פארגיפטיגט זיין טעה
פרעגט אים דער חזו"א וואס איז געווען דער סדר
האט ער ערשט געגאסען די טעה און הערשט שפעטער האבען די בחורים אריינגעגאסען די גיפט אדער פארקערט
האט ער געענטפערט אז ערשט האט ער געלייגט די טעה אין די גלאז
זאגט אים דער חזו"א נו איז דאך תתאה גבר
און דער עילוי האט זיך בארואיגט....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 10:39 am
דורך שנאפס
האמער שוין מקיים געווען די הערן א מילתא דבדיחותא פארן ארבעטן.. יישר כח אלע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 10:41 am
דורך יוראפ
הצלחה אין די עבודת הקודש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 11:32 am
דורך זארג_נישט
באקומען און אימעיל
statistics show that right now there are more palm tights in Miami than palm trees
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 1:38 pm
דורך צים פינטעל
זארג_נישט האט געשריבן:באקומען און אימעיל
statistics show that right now there are more palm tights in Miami than palm trees

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 8:35 pm
דורך גלגלשלג
צים פינטעל האט געשריבן:זארג_נישט האט געשריבן:באקומען און אימעיל
statistics show that right now there are more palm tights in Miami than palm trees

גאר גוט
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 11:20 am
דורך שמעק_טאביק
בונמס זיידע האט געשריבן: אן איש מפורסם (ר"י, אבד"ק, אדמו"ר וכדומה) איז געפארן פון ירושלים קיין ב"ב דורכפארענדיג א בחור ביים BUS STOP הייסט ער פאר זיין דרייווער אים מיטנעמען, נאך דעם וואס דער רב האט אים היימיש געמאכט, פרעגט דער בחור מיט וועם האב איך די זכות מיטפארן , "איך הייס רב פלוני" אנקומענדיג קיין ב"ב הייסט דער רב פארן דרייווער אפפירן דעם בחור אהיים, א מרחק פון 10-15 מינוט.
פרעגט דער דרייווער, פארוואס האט דער בחור אזוי נושא חן געווען? "דו זעהסט נישט אז ער האט מיר נישט דערקענט? אז ער קוקט נישט די אלע בלעטלעך קומט עס אים
די מעשה האט פאסירט נישט לאנג צוריק מיט דושינסקי רבי'ן שליט"א פון ירושלים. און די מעשה איז ערשינען אין מערערע צייטונגען. (עס איז שוין גארנישט קיין מילתא דבדיחותא)
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 11:21 am
דורך שמעק_טאביק
זארג_נישט האט געשריבן:באקומען און אימעיל
statistics show that right now there are more palm tights in Miami than palm trees
הא הא הא... ווער מאכט די סארט סטאטיסטיקס??.......
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 11:30 am
דורך שמעק_טאביק
א בחור א עילוי איז צו מזל א חתן געווארן אין א שטעטל, צו איינע פון די חשוב'ע ראשי הקהלה.
נאך עטליכע טעג, ווערט דער בחור געוואויר אז די מיידל איז א שרעקליכע, מיט געמיינע מדות, און ער וועט מיר איר נישט קענען האבן א חיים טובים. דער חתן האט זיך געוואלט ארויסזעהן פונעם פלאנטער, אבער ווי זאגט די וועלט -- צוריק גייט א קאזע.
דער עילוי האט געטראכט וועלכע מיטל אנצונעמען כדי צו מאכן א "ברוך שפטרני", און איז געפאלן אויף א מאדנע המצאה. ער איז געגאנגען אין ביהמ"ד, און אויסגעליידיגט אלע צדקה פושקעס פון זייער אינהאלט, און עס באהאלטן ביי זיך.
והנה, עס קומט ביי מנחה, און די גבאים הייבן אן מאכן א ויצעקו, א גנב געפינט זיך דא, און האט בארויבט די פושקעס!!
אבער, יעדע זאך מאכט זיך צומאל, מען האט נישט געמאכט צו גרויסע צימעס פון די מעשה, און געגאנגען ווייטער.
אויף צומארגנס, האט דער חתן געטון די זעלבע זאך, און אלעס אויסגעליידיגט. נו דאס מאל האט מען שוין נישט געקענט פארשווייגן, מען האט דאך געזעהן אז עוד ידו נטוי' ח"ו פון דעם גנב, האט מען באשלאסן צו באהאלטן עטליכע חברה אין ווייבער שול איבערן טאג, האלטן אן אויג אויף דעם גנב.
ויהי ביום השלישי, און עודך כי עניתני, דער חתן דנן קומט אריין און ליידיגט אויס די פושקעס. אבער די חברה קומען פלוצים ארויס פון ווייבער שול, און זאגן אים "האלט! מען האט דיר געפאקט ביי די מעשה"!
פארשטייט זיך אז דער ראש הקהל האט זיך אפגעשאקלט פון דעם חתן, און צו זיין גרויס פרייד מבטל געווען דעם שידוך...
קומענדיגן טאג, האט דער בחור צוריקגעלייגט אלע געלט אין די פושקעס, און אריינגעלייגט א צעטעלע: "ומוצא אני את האשה מר ממות - וצדקה תציל ממות".....
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 11:32 am
דורך גבריאל
נאך אזא מעשה וועט ער ביים צווייטען שידוך נישט קענען טרעפן בעסער...
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 11:53 am
דורך והוא פלאי
שמעק_טאביק האט געשריבן:בונמס זיידע האט געשריבן: אן איש מפורסם (ר"י, אבד"ק, אדמו"ר וכדומה) איז געפארן פון ירושלים קיין ב"ב דורכפארענדיג א בחור ביים BUS STOP הייסט ער פאר זיין דרייווער אים מיטנעמען, נאך דעם וואס דער רב האט אים היימיש געמאכט, פרעגט דער בחור מיט וועם האב איך די זכות מיטפארן , "איך הייס רב פלוני" אנקומענדיג קיין ב"ב הייסט דער רב פארן דרייווער אפפירן דעם בחור אהיים, א מרחק פון 10-15 מינוט.
פרעגט דער דרייווער, פארוואס האט דער בחור אזוי נושא חן געווען? "דו זעהסט נישט אז ער האט מיר נישט דערקענט? אז ער קוקט נישט די אלע בלעטלעך קומט עס אים
די מעשה האט פאסירט נישט לאנג צוריק מיט דושינסקי רבי'ן שליט"א פון ירושלים. און די מעשה איז ערשינען אין מערערע צייטונגען. (עס איז שוין גארנישט קיין מילתא דבדיחותא)
מען רעד דאך די מעלה פון נישט קענען די צייטונגען
"ודילמא לאו_____"
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 12:29 pm
דורך בונמס זיידע
ליינענדיג
טייבעלע האט געשריבן:ווען איז מען חייב פודה זיין א בכור בעשרה סלעים און נישט מיט פינף.
האב איך זיך דערמאנט
א בריסקער טרעפט זיין חבר " ר יעקב איך הער עס קומט אייך א מזל טוב, א פדיון הבן , ביי וויפיל כהנים האט איר האט איר פודה ג'ווען? " ר יעקב "נאר איינעם , עס קומט אייך אויך א מז"ט
דוכט זיך אויך א בכור" דער בריסקער יע איך האב אבער קיין פדיון הבן ניט געמאכט איך בין א לוי ר יעקב "ודילמא לאו_____"
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 2:24 pm
דורך רב טקסט
ביי אונז האט מען עס אזוי דערציילט איינער א בריסקער סאלאווייטשיק טרעפט דעם חבר זיינעם און רופט אויס מיט שמחה "עס קומט מיר א מזל טוב, עס איז מיר געבוירן געווארן א אינגעלע!".
- אה א בכור. נו איר האט שוין א כהן, כ'מיין אפאר כהנים.
- מיר זיינען דאך לוים.
- און איהר זעניט ניט חושש אז אפשר זענט איר גאר קיין לוים נישט, איר זענט דאך בריסקע, ניין?
- על הצד אז מיר זיינען ניט קיין לוים זיינען מיר קיין בריסקע אויך ניט.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 3:20 pm
דורך derech eretz
מתקרב היום שקופות הצדקה יפרסמו בכל העולם משהו ברעיון הזה:
כל צדיקי הדור יגידו 40 יום פרק שירה בגן החיות ליד כל חיה וחיה את התפילה שלה, בליווי של תמונות והעברה בשידור חי.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 3:33 pm
דורך והוא פלאי
כבר פרסמו, עשו מכל אדמור רב וראש ישיבה, בהמה חי' או דומם, אם השטותים שאומרים בשם מרנן ורבנן