בלאט 156 פון 276

די מעעעעע זענען קראנק

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 9:36 am
דורך בונמס זיידע
קורץ נאך דעם וואס עס איז נתגלה געווארען דער פראבלעם פון אפערירטע קיען האט זיך אנטוויקעלט א שמועס און מקוה
וועגען א פראבלעם און בה"מ רופט זיך איינער אן מ'דארף אייפירען ....
האט א קליגער געזאגט האסט נישט געהערט אז די מעעעעע זענען קראנק ????

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 11:49 am
דורך שלומי אמוני ישראל
מיין טאטע האט אמאל געפרעגט מיין ברודער 8 יאר אלט ווען וועט וואקסן פון דיר א לייט (לאַט)
ענטפערט ער ווען אויף מיין האנט פלאך וועט וואקסן גראז

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 3:17 pm
דורך שמן למאור
אן אלט ווערטל פון א מלמד דרדקי, ער האט געהייסן האלטן צוויי אצבעות אין די גמרא, איינס אין רש"י אין איינס אין די גמרא, אגנגעבענדיג אז מען ברויך זיין איינגעפלאגט אין די גמרא, אזוי ווי א פלאג קומט מיט צוויי צינגען, לקיים מה שנאמר: שתהי' עמלים בתורה, זיך "פלאגן" אין די תורה.... ודפח"ח

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 3:26 pm
דורך יוסף שרייבער
וואס וואלט ער געטוהן אויב ער וואלט געואינט אין א פלאץ ווי די פלאגס האבען 3 צינגען? שוין א קשיא אויף א ווערטל.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 3:36 pm
דורך בן בוזי
אדער וואס וואלט געווען ווען דער מלמד איז ווען א 220?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 3:44 pm
דורך שמן למאור
יוסף שרייבער האט געשריבן:וואס וואלט ער געטוהן אויב ער וואלט געואינט אין א פלאץ ווי די פלאגס האבען 3 צינגען? שוין א קשיא אויף א ווערטל.


וואלט ער ווען געהייסן לייגן דעם דריטן פינגער אין תוספות

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 9:10 pm
דורך שמן למאור
א איד האט זיך אים אפגערעדט אז ער וויל נישט זאגן פרשת המן ווייל האט מורא אז ער וועט צופיל פארדינען און ער וועט פארלירן זיינע רעגירונג בענעפיטס.האט ער אים געזאגט זארג דיך נישט, קענסט עס זאגן אויף א צווייטנס נאמען

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 10:12 pm
דורך מיין מיינונג
פארוואס איז ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות ? ווייל מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך.....

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 10:28 pm
דורך גליון
נא ליצנות !!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 5:55 am
דורך msp
געווען א מאן האט געדארפט קויפען א מתנה פאר די שוויגער
די שוויגער האט זיך פארגליסט אויף א הינטעלע
האט ער עס געקויפט און געגעבען א שיין הינטעלע
די שוויגער באדאנקט זיך און כאפט אהן דאס הינטעלע
אבער דאס הינטעלע איז נישט געווארען ענטציקט פון די נייע באלעבאסטע אין כאפט א בייס אזוי ממש אין די נאקען
און פאר מען האט נאך געקענט רופען הצלה נצחו האראלים את המצוקים און נעבעך די שוויגער איז נפטר געווארען
די מעשה האט געמאכט א טומעל אין שטעטעל אזא הימעלגעשריי...
צום שבעה זענען די ווייבער אלע געקומען מנחם אבל זיין די טאכטער אבער צום מאן איז אויך געווען א גרויס געלויפעכץ
עס איז געווען גאר א לאנגע תור פון מענער
קומט צו א מאן און פרעגט וואס טוט זיך דא
איך וויל נאר פרעגען דעם איידעם צו איך קען בארגען דאס הינטעלע...
זאגט מען איהם: אנטשולדיגט! נעמט אייער פלאץ אין תור....

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 9:43 am
דורך בונמס זיידע
ביי א שיוער אין הלכות עיקר וטפל בבה"נ
יעצט וועלען מיר לערנען פון קארטאפעל מיט סמייטע צאנזער חסידים קענען מאכען פאזע

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 10:17 am
דורך דוד פיישוט
ווען אכמעדינידזשאב איז געווען באזוכן אין ניו יארק האט ער געפרעגט צו ער קען גיין באזוכן גראונד זיראו

האט אים די רעגירונג געענטפערט דא קענסטו נישט גיין אבער מיר קענען ברענגען גראונד זירא צו דיר....

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 10:27 am
דורך msp
אין א שיעור מסכת סוכה
דער מגיד רעדט ארום דער ענין פון מיגו דהוה דופן לענין סוכה הוה דופן לענין שבת אז מען קען דארט טראגען
רופט זיך אהן איינער: אבער מען זאגט דאך מיגו להוציא לא אמרינן...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 12:02 pm
דורך צים פינטעל
שוין גארנישט קיין וויץ

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 1:38 pm
דורך טייבעלע
געהערט אמאל: אברהם אבינו האט געזאגט לו ישמעאל יחי' לפניך, הלואי זאל דער ישמעאל וועלען לעבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 1:54 pm
דורך והוא פלאי
msp האט געשריבן:אין א שיעור מסכת סוכה
דער מגיד רעדט ארום דער ענין פון מיגו דהוה דופן לענין סוכה הוה דופן לענין שבת אז מען קען דארט טראגען
רופט זיך אהן איינער: אבער מען זאגט דאך מיגו להוציא לא אמרינן...

והתי' הוא דבשבת אומרים
ואפיק ית עמך "מגו" גלותא
הרי לך דבשבת אמרינן מגו להוציא

מעשה לכבוד שבת שירה

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 2:10 pm
דורך דוד פיישוט
באקומען אין אי-מעיל

דער חזון איש איז אמאל אהייםגעקומען שבת נאכמיטאג, האט א פייגל מכין געווען אויף זיין היט. ווען ס'איז געקומען צום דאווענען מנחה איז ער געווען אין א שווערע דילעמא וואס צו טוהן. גיין דאווענען אן א היט קען מען דאך נישט. דאווענען מיט א שמוציגן היט, קען מען דאך ווייטער נישט. דאווענען אינדערהיים ביחידות איז זיכער ניט קיין אפציע, האט ער באשלאסן צו גיין ביי מנחה אנגעטוהן מיט א טלית גדול אויפן קאפ.
אינמיטן די וואך קומט צו אים אריין א ראש ישיבה און ברענגט אים א תשובה וואס ער האט אפגעשריבן להלכה, וואו ער איז מברר די סיבות פארוואס מ'זאל גיין שבת ביי מנחה מיט א טלית, און ער זאגט דעם חזון איש, אז ער האפט אז האט מכוין געווען לדעתו הגדולה.
דער חזון איש געבט א שמייכל, ער דערציילט אים דעם ריכטיגן אורזאך פארוואס ער האט אנגעטוהן דעם טלית, און זאגט דעם ראש ישיבה, "קען זיין איר האט מכוין געווען לדעתו הגדולה פונעם עוף הפורח"... וד"ל

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 3:13 pm
דורך שמן למאור
msp האט געשריבן:אין א שיעור מסכת סוכה
דער מגיד רעדט ארום דער ענין פון מיגו דהוה דופן לענין סוכה הוה דופן לענין שבת אז מען קען דארט טראגען
רופט זיך אהן איינער: אבער מען זאגט דאך מיגו להוציא לא אמרינן...


א אלטער בחור האט געזוכט א שידוך, ער האט זיך געוואלט אינטערנעמען א סגולה, צו זאגן 40 טעג פרק שירה, אבער נערווען דערצו האט ער נישט געהאט, האט איינעם פארגעשלאגן אז ער קען אויסלאזן יעדע צוויי טאג, ווייל ווייניגער ווי דריי פסק'ן מיר דאך לבוד, סך הכל דער בחור האט זיך געזעצט זאגן פרק שירה דורך לבוד, און ער האט אנגעטראפן א דופן עקומה

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 3:35 pm
דורך והוא פלאי
און איך ווייס א בחור וואס האט געזאגט פרק שירה 40 טאג, וואס ער האט געטראפן ווייס איך נישט, זי האט זיכער געטראפן א בהמה

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 3:39 pm
דורך צים פינטעל
פלאי חחח

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 3:40 pm
דורך יוראפ
והוא פלאי האט געשריבן:און איך ווייס א בחור וואס האט געזאגט פרק שירה 40 טאג, וואס ער האט געטראפן ווייס איך נישט, זי האט זיכער געטראפן א בהמה

ווער האט דיר פארציילט וואס עס איז געווען ביי מיר?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 5:29 pm
דורך רבינער בער
א ירושלמי איד האט אמאל געזאגט:
אלע מאמרי חז"ל פארשטיי איך אויסער "לא חרבה ירושלים אלא בגלל שנאת חנם" - וואס, עפעס איז געווען חינם אין ירושלים?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 5:39 pm
דורך רבינער בער
וויינט מייקעל צו זיין ראבאיי, "וואס זאל איך טאן - מיין קליינע דזאש'ולע הייבט זיך אן היטן תורה ומצות!"
און וואס נאך - מיין ווייב וויל אנצינדן יעדער פרייטאג שבת-ליכט"
און דאס איז נאר האלב-צרה, מיין טאטע הייסט מיר קומן אין שול מיט עם, און מיין זייגע האט אנגעהויבן לייגן תפילין!"
וואס זאל איך טוהן?"
ענפערט זיין ראבאיי:
"איך מיין די איינציקע ברירה - בודק זיין די מזוזות אויף דיין שטוב"

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 6:02 pm
דורך שמו
רבינער בער האט געשריבן:וויינט מייקעל צו זיין ראבאיי, "וואס זאל איך טאן - מיין קליינע דזאש'ולע הייבט זיך אן היטן תורה ומצות!"
און וואס נאך - מיין ווייב וויל אנצינדן יעדער פרייטאג שבת-ליכט"
און דאס איז נאר האלב-צרה, מיין טאטע הייסט מיר קומן אין שול מיט עם, און מיין זייגע האט אנגעהויבן לייגן תפילין!"
וואס זאל איך טוהן?"
ענפערט זיין ראבאיי:
"איך מיין די איינציקע ברירה - בודק זיין די מזוזות אויף דיין שטוב"


האסט פארגעסן דעם סוף,
מ'האט "נעבעך" געטראפן אז די מזוזות זענען כשר.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 6:11 pm
דורך יוסף שרייבער
אויף א חתונה הזמנה איז געשטאנען בטעות כלא אנשטאט כלה, זאגט איינער פארען חתן די ווייסט אפילו נישט ווי גוט די טעות איז...