בלאט 155 פון 276
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 1:01 pm
דורך ווינקל
א ווייטגליכער אמת, גאר קיין וויץ....
OOPS ווייטער שלא כענין
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 1:48 pm
דורך בונמס זיידע
קרעמער האט געשריבן:איך וואלט אויך מגיב געווען, איך כאפ נאר נישט די בדיחותא דערפון
א הצעה
אפשר א אשכול "ווי לייג איך דאס" ?? אבער דאס ברענגט א פרישע שאלה אין וועלכען פארום לייגט דעם אשכול
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 1:57 pm
דורך יוראפ
בונמס זיידע האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:איך וואלט אויך מגיב געווען, איך כאפ נאר נישט די בדיחותא דערפון
א הצעה
אפשר א אשכול "ווי לייג איך דאס" ?? אבער דאס ברענגט א פרישע שאלה אין וועלכען פארום לייגט דעם אשכול
אפשר אין "פענוח וזוהי מילתא-דבדיחותא"
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 2:16 pm
דורך בונמס זיידע
יוראפ האט געשריבן:בונמס זיידע האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:איך וואלט אויך מגיב געווען, איך כאפ נאר נישט די בדיחותא דערפון
א הצעה
אפשר א אשכול "ווי לייג איך דאס" ?? אבער דאס ברענגט א פרישע שאלה אין וועלכען פארום לייגט דעם אשכול
אפשר אין "פענוח וזוהי מילתא-דבדיחותא"
אבער דער הויך גשעצטעט מיסד האט געפסקט אז עס איז קיין מילתא דבדיחותא וואס וועט העלפען דיין נייער אשכול
באקימען אן אישי
זיידי ווייסט עכט יא ווי דאס געלט איז נעלם געווארן?
אפשר איז דאס טאקע די מילתא דבדיחותא
מיין פעטער האט קיינמאל קיין געלט געהאט
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 2:31 pm
דורך יוסף שרייבער
יוראפ האט געשריבן:בונמס זיידע האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:איך וואלט אויך מגיב געווען, איך כאפ נאר נישט די בדיחותא דערפון
א הצעה
אפשר א אשכול "ווי לייג איך דאס" ?? אבער דאס ברענגט א פרישע שאלה אין וועלכען פארום לייגט דעם אשכול
אפשר אין "פענוח וזוהי מילתא-דבדיחותא"
רעב יוראפ האסט מיר געקאסט א לאך. פאר די אונגארישע צווישען אינז וואלט אזא אשכול ארויסגעהאלפען.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 3:35 pm
דורך שוטה
סביב העולם האט געשריבן:נעכטן געהערט ווי א עלטערע איד צובייזערט זיך אויף א קליינעם בורדאק א מה יעשה'ניק, און שרייט אויף איהם:
דו קליינער! וואס וועט ארויסוואקסן פון דיר?
האט דאס קינד גענטפערט:
א בארד!
נו אודאי, פון א בורדאק וואקסט מען אויס א בארד...
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 3:44 pm
דורך בונמס זיידע
יוראפ האט געשריבן:בונמס זיידע האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:איך וואלט אויך מגיב געווען, איך כאפ נאר נישט די בדיחותא דערפון
א הצעה
אפשר א אשכול "ווי לייג איך דאס" ?? אבער דאס ברענגט א פרישע שאלה אין וועלכען פארום לייגט דעם אשכול
אפשר אין "פענוח וזוהי מילתא-דבדיחותא"
א חידוש אז די האסט מיך נישט געשיקט אהער
איך זוך די אשכול פון.....
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 3:55 pm
דורך שמעק_טאביק
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 4:00 pm
דורך יוראפ
וואו האב איך שוין א גרויסע בארד, איך ציטער וואס עס וועט שוין אין אפאר יאר ארום
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 4:08 pm
דורך י
ווי אזוי האט געהייסן פרעה'ס פערד?
עקיבא, ווי עס שטייט אין פסוק : כיבא סוס פרעה...
ווי אזוי האט געהייסן פרעה אויף די לעצטע נאמען?
מארקאוויטש, ווי עס שטייט אין פסוק: מארקאוויטש פרעה וחילו ירה בים...
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 4:12 pm
דורך שנאפס
די צוויי וויצן האב איך געהערט פון מיין ענגליש טיטשער אין כיתה ה', איך געדענק נישט זיין נאמען, אבער ער פלעגט ציפן ביז מ'איז געטאנצן..
נ.ב. דאס איז נישט קיין וויץ
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 4:53 pm
דורך שוטה
אז מ'רעדט שוין פון בערד, די גמרא סנהדרין ק' ע"ב זאגט - וכן מעיד החוש - אז א גרויסע בארד איז א סימן אויף א שוטה, האמיר אמאל געטייטשט זקני עם הארץ כל זמן שמזקיני"ם דעתן מטפשת עליהן...
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 6:57 pm
דורך זכר באנדל
שוטה האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון בערד, די גמרא סנהדרין ק' ע"ב זאגט - וכן מעיד החוש - אז א גרויסע בארד איז א סימן אויף א שוטה, האמיר אמאל געטייטשט זקני עם הארץ כל זמן שמזקיני"ם דעתן מטפשת עליהן...
גילוי?!
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 7:59 pm
דורך י
אין שטאט מונקאטש פלעגט מען אנרופן איינער וואס האט נישט געהאט קיין בארד אז ער האט א גושן בארד
ווי עס שטייט אין פסוק: בארץ גושן לא היה בארד...
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 10:38 pm
דורך שמו
ווי האט יענער געזאגט
ער האט א בארד נאר זיין געמבע פארשטעלט דאס
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 12:04 am
דורך שטארק זיך
ביינונז אין די ליטע (וואו דען...) פעגט מען זאגן אט וואס:
אין אמת׳ן אריין איזער אן אפגעגאלטער... נאר וואס דען, (דא מאכט מען פערי׳ס וויל מיט די גראבע פינגער...) די בארד זיינע פארשטעלט עס...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 1:47 am
דורך גליון
שוטה האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון בערד, די גמרא סנהדרין ק' ע"ב זאגט - וכן מעיד החוש - אז א גרויסע בארד איז א סימן אויף א שוטה, האמיר אמאל געטייטשט זקני עם הארץ כל זמן שמזקיני"ם דעתן מטפשת עליהן...
געווען אמאל א איד וואס האט געהאט א גרויסע בארד און האט זיך געשעמט מיט די גמרא האט ער צוגעצייכנט אין זיין גמרא "אינו מוכרח"
שפעטער האט ער זיך געכאפט אז הניחא אויב איינער וועט לערנען אין זיין גמרא וועט ער טאקע זעהן אז אינו מוכרח אבער ווער ס'וועט נישט זעהן די הגה און וועט אים זעהן מיט א גרויסע בארד וועט ער דאך נאך בלייבן לעג ולקלס
האט עס באשלאסן זיך אפציברענען די בארד אביסל
ויהי היום ער ציגעלייגט די בארד צום פייער און נאך איידער וואס ווי ווען האט זיך אים די גאנצע בארד אפגעברענט
האט ער אויסגעמעקט זיין הגה אין זיין גמרא און האט ציגעשריבן "בדוק ומנוסה"
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 4:20 am
דורך בני ברק'ער
געהערט אמאל ווי אן עלטערער יוד שרייט אן א יונגאטש, וועלכע האט זיך גע'חוצפה'ט צו איהם:
"שעמסטעך נישט? וויסטו אז איך האב געקענט זיין דיין זיידע"?
ענטפערט איהם דער יונגאטש:
"וואלסט נישט געקענט זיין, מיין באבע וואלט אין לעבן נישט חתונה געהאט מיט דיר"...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 7:05 am
דורך msp
געווען איינער האט ער געהאט א ווייב א מרשעת
ממש אלץ וואס ער האט געבעהטען האט זי געטוהן קאפויער
ווען זי איז געשטארבען האט ער געגעבען די חברא קדישא צו שרייבען אויף די מציבה אשה כשרה
קוקען זיי אים אהן און פרעגען זיי איהם טאקע?
זאגט ער יא חז"ל זאגען דאך איזוהי אשה כשרה - שעושה רצון בעלה
נו זי האט דאך סוף כל סוף געטוהן מיין רצון....
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 9:29 am
דורך שטרוי
יענץ געלעכטער.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 10:08 am
דורך msp
און איך האב געמיינט אז ס'איז א גוטע וויץ....
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 10:50 am
דורך שטרוי
ניין..., זארג נישט, די וויץ איז גוט, (נאר די מעשה נעבעך.. [אפשר דארף מען מגיב זיין אין בד"ה אשכול]).
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 2:03 pm
דורך גימעל
גליון האט געשריבן:שוטה האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון בערד, די גמרא סנהדרין ק' ע"ב זאגט - וכן מעיד החוש - אז א גרויסע בארד איז א סימן אויף א שוטה, האמיר אמאל געטייטשט זקני עם הארץ כל זמן שמזקיני"ם דעתן מטפשת עליהן...
געווען אמאל א איד וואס האט געהאט א גרויסע בארד און האט זיך געשעמט מיט די גמרא האט ער צוגעצייכנט אין זיין גמרא "אינו מוכרח"
שפעטער האט ער זיך געכאפט אז הניחא אויב איינער וועט לערנען אין זיין גמרא וועט ער טאקע זעהן אז אינו מוכרח אבער ווער ס'וועט נישט זעהן די הגה און וועט אים זעהן מיט א גרויסע בארד וועט ער דאך נאך בלייבן לעג ולקלס
האט עס באשלאסן זיך אפציברענען די בארד אביסל
ויהי היום ער ציגעלייגט די בארד צום פייער און נאך איידער וואס ווי ווען האט זיך אים די גאנצע בארד אפגעברענט
האט ער אויסגעמעקט זיין הגה אין זיין גמרא און האט ציגעשריבן "בדוק ומנוסה"
פון דא שטאמט די אויסדרוק: זיך געלערנט אויף די אייגענע בארד...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 2:30 pm
דורך צים פינטעל
חח
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 2:53 pm
דורך סביב העולם
צים פינטעל האט געשריבן:חח
אני מוסיף עוד ח
=חחח