בלאט 154 פון 276

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 2:19 pm
דורך שמערי בערי
שוין יאררררן נישט געהערט אזא גוטס.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 3:08 pm
דורך מכטי1
msp האט געשריבן:איין פרוי זאגט צו די צווייטע: וויסטו, מיין מאן איז א מלאך...
ענטפערט די אנדערע: איך פארשטיי דיר, מיין איז אויך נישט קיין מענטש....

בערך באותו ענין א מענטש האט אמאל געזאגט כ'האב צוויי זוהן איינער איז א רבי און די צווייטע איז אויך א גנב

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 8:46 pm
דורך גלגלשלג
מכטי1 האט געשריבן:
msp האט געשריבן:איין פרוי זאגט צו די צווייטע: וויסטו, מיין מאן איז א מלאך...
ענטפערט די אנדערע: איך פארשטיי דיר, מיין איז אויך נישט קיין מענטש....

בערך באותו ענין א מענטש האט אמאל געזאגט כ'האב צוויי זוהן איינער איז א רבי און די צווייטע איז אויך א גנב

חאחאחא :lol:

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 11:13 pm
דורך scy4851
זיצט זיך דער מנהל פון א מוסד מיט זיינע קאלעיגעס און שמועסען.
אויפאמאל באוויזט זיך א מלאך און זאגט אוהם אז מעהאט אוהם געשיקט פון הימעל פארשטענדיגען אז עס קומט אוהם גרויס שכר פאר זיינע טעיטיקייטען.
ער קען זיך אויסוועלען, איינס פון דריי זאכען. לאנג לעבען, פיל חכמה, אדער אסאך געלט.
ער קלערט נישט קיין סאך און זאגט פארען מלאך אז ער בעט פאר חכמה.
דער מלאך זאגט אוהם, ערלעידיגט! און ווערט פארשווינדען.

נאך א פאר מינוט בעטען אוהם זיינע קאלעיגעס אז ער זאל זיי זאגען עפעס פערל ווערטער פון חכמה.

ער פארקנייטשט זיך די שטערען אויף א רגע, און ריפט זיך אהן.

איך וואלט ענדערשט געדארפט בעטען פאר געלט!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 11:45 pm
דורך סביב העולם
דיין אוועטער זעהט אויס ווי דער מנהל וואס קנייטשט זיין שטערן..........

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 5:21 pm
דורך גלגלשלג
גווווט גווט ר שמחה

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 6:17 pm
דורך בונמס זיידע
קרעמער האט געשריבן:איך רעד ביי שטילע שמונה עשרה.
:oops:

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 7:16 pm
דורך קרעמער
בונמס זיידע האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך רעד ביי שטילע שמונה עשרה.
:oops:

כא כא כא...
אבער אין אמת גערעדט, איר רעדט דען נישט ביי שטילע שמו"ע?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 8:02 pm
דורך טייבעלע
msp האט געשריבן:אין א מנין פאבריק דאווענען זיך אידען געמיטליך
זיי גייען מיט די ברייטע טרות אויסגעשפרייט אזוי פון איין זייט צום צווייטען
און מען לאזט אויס עטליכע פסוקים בנעימה אזוי אויפ'ן קול....
הערט זיך פון איין עק: והלא מי רגליים יפין לה....
און פון די אנדערע זייט הערט זיך א געשמאקער: הרחב פיך ואמלאהו....

כ'האב פונקט געהערט די שבת אז די מעשה האט פאסירט אין רוזין, ווי באוויסט זענען אייניגע חסידי סטרעליסק נאכען פטירה פונעם הייליגען סטרעליסקער געפארען קיין רוזין, אין סטרעליסק פלעגט מען שרייען ביים דאווענען משא"כ אין רוזין, איז איינע פון די סטרעליסקע חסידים האט זיך אזוי ארום געדרייט אין בהמ"ד דארט אין רוזין אין גדאוענט הויך כמנהגם אין א רוזינער חסיד האט איהם אריין געזאגט הרחב פיך.

בדיחתא: כינעזע פרעזידענט באפעלט נייע יאר אונטערנעמונג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 10:27 am
דורך גינות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 5:38 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
איך האב אמאל געזעהן א צעטיל און א שוהל אויפן ביה"כ טיר (צוליב מאנגל און פלאץ פאר אדווערטייזמענט) בעפאר א דינער פון בית לפליטות איז געווען א פינקע פאוסטער און עס איז געשטאנען דערויף
בית לפליטות
פרטים יבואו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 5:46 pm
דורך מר. פאטאשאפ
ווי באקאנט האט הנגיד ר׳ ישראל זופניק ע"ה מנדב געווען פארשידענע בנינים און נאך צעהנדליגער זאכן לטובת הכלל
ער פלעגט דאס רופן אויף זיין נאמען, צום ביישפיל ער האט מנדב געווען א שפיטאל האט ער עס גערופן בית ישראל, ער האט מנדב געווען א מקוה האט ער עס גערופן מקוה ישראל א.א.וו.
האט ער מנדב געווען אמאל צו בויען נייע ביהכ"ס אין די ישיבה האבן עס די בחורים גערופן בצאת ישראל...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 6:15 pm
דורך טייבעלע
איינמאל א זונטאג גייט א איד אדורך א תיפלה אין זעט צוויי שנארערס איינער א גוי אין איינער א איד מיט אלע שמונה בגדים און א שיינע בארד זיצען פון פארענט און זאמלען געלט, און ער זעט ווי די וואס קומען ארויס פונעם תיפלה גיבען א קוק אויף ביידע שנארערס און זיי ווארפען אריין א קליין מטבע ביים איד און ביים צווייטען לייגען זיי ווי אויף להכעיס גרויסע געלטער, דער דארכ גייער טראכט באזוך נעבעך אויף דעם אידען דארט ער האט נישט געטראפען אבעסערן פלאץ, צום מארגען זעט ער אודך ווי די מעשה שפילט זיך איבער אין אזוי א גאנצע וואך, פרייטאג גייט ער צו מום אידען און פרעגט איה כ'פארשטיי דיר נישט האסט געזען זונטאג אז עס גייט נישט דא וואס ביזטו געקומען ווייטער און נאך דערצו א גאנצע וואך זיצען דא ווי א בטלן, דרריט זיך אויס דער שנארער מיט די שמונה בגדים צום צווייטען און זאגט איהם הערסט שמואל ער וויל אונז אויסלערנען ווי אזוי צו מאכען געלט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 6:43 pm
דורך שטרוי
גווט.....אייך אלע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 9:17 pm
דורך שטרוי
פאר א גוט ווארט קומט מען אריין דא, אדער אין דורכפעלער אשכול, ני.. די הויך געשעצטע מנהלים, פארוואס לאזן זיי דאס צי, צוויי אשכולות ענליכע ..?!?,

נו..!? ווער האט א ענטפער ??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 9:51 pm
דורך בלעקבערי פען
עס שטייט דיך און וועג?
אדער עס נעמט אויף פלאץ אויף דיין דעטא בעס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 11:48 pm
דורך שטרוי
לאו דווקא, (ני.. צוריק צום נושא האשכול).

פארעפענטליכט: שבת ינואר 28, 2012 10:53 pm
דורך טשיקען פיט
געהערט א מעשה, אז מ'האט זיך אריינגעבראכען און דער אפיסיס פון דער שנארער ארגענזאציע קופת העיר,
די גנבים האבען ארויסגעגנבעט פון דארט צוויי טויזענט ישועות
מ'זוכט זיי צו ארעסטירין

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 12:12 am
דורך גבריאל
טשיקען פיט האט געשריבן:געהערט א מעשה, אז מ'האט זיך אריינגעבראכען און דער אפיסיס פון דער שנארער ארגענזאציע קופת העיר,
די גנבים האבען ארויסגעגנבעט פון דארט צוויי טויזענט ישועות
מ'זוכט זיי צו ארעסטירין

זיי זענען געקימען קיין אמעריקע אין געהאנגען פלאקאטען אין האבן עס פרובירט צו קעשן..

א שאד עס זאל ליגען באגראבען

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 10:07 am
דורך בונמס זיידע
מיין פעטער ע"ה א שטיקל שרייבעכץ ג'טראפען בבית אמי שתחי'
א שאד עס זאל זיין בלייבען באגראבען

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 10:55 am
דורך סביב העולם
בונמס זיידע האט געשריבן:
א שייו שטיקעל ארבייט א שאד עס זאל ליגען באגראבען א העתקה מיט קליינע גרייזען.pdf
מיין פעטער ע"ה א שטיקל שרייבעכץ ג'טראפען בבית אמי שתחי'
א שאד עס זאל זיין בלייבען באגראבען


טאקע א שאד!
צוקער זיס........

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 10:57 am
דורך סביב העולם
נעכטן געהערט ווי א עלטערע איד צובייזערט זיך אויף א קליינעם בורדאק א מה יעשה'ניק, און שרייט אויף איהם:

דו קליינער! וואס וועט ארויסוואקסן פון דיר?

האט דאס קינד גענטפערט:

א בארד!

א מאדנע חברה די תושבי אייוועלט

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 12:12 pm
דורך בונמס זיידע
-------- אריגענעלע הודעה --------
קעפל: א מאדנע חברה די תושבי אייוועלט
צייט: זונטאג ינואר 29, 2012 12:02 pm
פון: בונמס זיידע
צו:

בונמס זיידע האט געשריבן:נושא: מילתא דבדיחתא

סביב העולם האט געשריבן:טאקע א שאד!
צוקער זיס........


במשך 2 שעה האבען 27 DOWNLOADED און ------- דער איינצעגער וואס האט רעאגירט ;l;p-

------- האט געשריבן:שעם דיך נישט שרייב עס ארויס קלאר, נישט אין אישי
שעמען דארפן זיי זיך
נישט דו

ידידך עוז המשתתף ב........
----------
:i" :i"

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 12:17 pm
דורך קרעמער
איך וואלט אויך מגיב געווען, איך כאפ נאר נישט די בדיחותא דערפון

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 12:32 pm
דורך ניק ניק
בונמס זיידע האט געשריבן:
א שייו שטיקעל ארבייט א שאד עס זאל ליגען באגראבען א העתקה מיט קליינע גרייזען.pdf
מיין פעטער ע"ה א שטיקל שרייבעכץ ג'טראפען בבית אמי שתחי'
א שאד עס זאל זיין בלייבען באגראבען

אוי דעס גיט, געכאפט א גיט שטיקל לאך :lol: (מער אמת ווי גיט)