בלאט 153 פון 276
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 8:41 pm
דורך גליון
פונעם ספרא דדיינא
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 9:14 pm
דורך גלגן
ניק ניק האט געשריבן:אלטע וויץ מיט א נייעם חן
לכאורה איז עס א גרעסערע קאמפלימענט אז אפילו אויף א אלטע וויץ קען מען ברענגען א נייע חן?
נישט אזוי?
האב איך גוט פארשטאנען?
סתם אזוי וואס איז א גרעסערע קאמפלימענט אז דער אראפלייגן איז בעסער אדער אז דער וויץ איז בעסער, לכאורה לפי מושכל ראשון איז אז דער וויץ האסטו געהערט פון איינעם, שקויעך, וואס די קונץ, אבער צו קענען אראפלייגן דאס איז שוין אנאנדער מאנסע, נישט אזוי?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 4:24 pm
דורך קראק-פאט
סטאלין האט געזאגט:
"It's not the people who vote that counts, but the people who count the votes"
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 15, 2012 2:57 pm
דורך דזשעב 012
וואס איז די חילוק צווישן א דבר אחר און א מתנגד? נישט גענוג ער איז א דבר אחר איז נאך אויך א מתנגד...
(געהערט פון מנשה נעכטן ביים קומזיץ, ער זאגן אז יעדער קען עס טייטשן וויאזוי ער גלייכט )
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 6:15 am
דורך msp
וואס איז דער חילוק צווישען א חסיד און א מתנגד?
איין רבי...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 10:19 am
דורך מכטי1
msp האט געשריבן:וואס איז דער חילוק צווישען א חסיד און א מתנגד?
איין רבי...
קנאקעדיג!!!!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 11:09 am
דורך צים פינטעל
געווען אמאל א איד וואס האט געהאלטן פארן שטארבן
וויינט צו אים די רעבעצין "יוסל די לאזט מיר איבער אליינס מיט 7 יתומים!!"
זאגט ער "ווייסטע וואס, איך האב א געדאנק. די וועסט גיין און איך וועל בלייבן מיט די יתומים"
(קרעדיט: מנשה ביים קומזיץ אין קר"י)
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 5:05 am
דורך msp
איין פרוי זאגט צו די צווייטע: וויסטו, מיין מאן איז א מלאך...
ענטפערט די אנדערע: איך פארשטיי דיר, מיין איז אויך נישט קיין מענטש....
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 9:03 am
דורך שטרוי
'msp' ווי זאגט יענער,
העט עס נישט געווען מיינער העט איך וועין אויכעט געלאכט...
הע.. הע.. הע...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 10:50 pm
דורך scy4851
זיצען צוויי אידען און פלארידע און רעדען.
איינער פרעגט דעם צווייטען, וואס עפעס ביסטו דא היי יאהר?
ענטפערט ער אז ער האט געהאט א flood
ריפט זיך אהן דער ערשטער, נו...מילא א פייער, אבער א פלוד?!?! וויא אזוי מאכט מען דאס??
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 3:57 am
דורך מכטי1
שכוח געווען דא די פלאד און מ'האט געטאנעט אז ס'איז אנטעסעמיטיש וכו' עיין לעיל..
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 5:21 am
דורך msp
אין א מנין פאבריק דאווענען זיך אידען געמיטליך
זיי גייען מיט די ברייטע טרות אויסגעשפרייט אזוי פון איין זייט צום צווייטען
און מען לאזט אויס עטליכע פסוקים בנעימה אזוי אויפ'ן קול....
הערט זיך פון איין עק: והלא מי רגליים יפין לה....
און פון די אנדערע זייט הערט זיך א געשמאקער: הרחב פיך ואמלאהו....
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 7:21 am
דורך גלגלשלג
msp האט געשריבן:אין א מנין פאבריק דאווענען זיך אידען געמיטליך
זיי גייען מיט די ברייטע טרות אויסגעשפרייט אזוי פון איין זייט צום צווייטען
און מען לאזט אויס עטליכע פסוקים בנעימה אזוי אויפ'ן קול....
הערט זיך פון איין עק: והלא מי רגליים יפין לה....
און פון די אנדערע זייט הערט זיך א געשמאקער: הרחב פיך ואמלאהו....

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 20, 2012 2:58 pm
דורך scy4851
פארעפענטליכט: שבת ינואר 21, 2012 8:45 pm
דורך scy4851
קען זיין עס איז שוין געשטאנען.
א מלמד צום אינגעל: ארויס פון קלאס!! און שוין גיין צום מנהל!!!
אינגעל: איך וויל נישט גיין צום מנהל.
מלמד: וואס הייסט די ווילסט נישט? איך האב דיר געזאגט אז זאלסט גלייך גיין צום מנהל!!!
אינגעל: איך קען נישט..
מלמד: פארוואס קענסטו נישט??
אינגעל: איך בין דארט געווען נעכטען און דער מנהל האט מיך אהנגעזאגט אז ער וויל מיך מער נישט זעהן...
מילתא דבדיחתא
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 22, 2012 10:53 pm
דורך צו געזונט
msp האט געשריבן:אין א מנין פאבריק דאווענען זיך אידען געמיטליך
זיי גייען מיט די ברייטע טרות אויסגעשפרייט אזוי פון איין זייט צום צווייטען
און מען לאזט אויס עטליכע פסוקים בנעימה אזוי אויפ'ן קול....
הערט זיך פון איין עק: והלא מי רגליים יפין לה....
און פון די אנדערע זייט הערט זיך א געשמאקער: הרחב פיך ואמלאהו....
און דער דריטער שרייט אויס מיט פאטאס, הריני מזמן את פי
אין סוף לדברי הבל
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 22, 2012 10:55 pm
דורך גבריאל
צו געזונט האט געשריבן:אין סוף לדברי הבל
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 6:47 am
דורך msp
געהערט אמאהל א פשט איבער דעם פסוק ומושב בני ישראל וגו' שלשים שנה וארבע מאות שנה
זיי זענען דאך נאר געווען 210 יאהר?
נאר דער תירוץ איז אוודאי זענען זיי נאר געווען למעשה 210 יאהר
אבער מושב האבען זיי איבערגעלאזט אויף 430 יאהר....
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 9:08 am
דורך מכטי1
msp האט געשריבן:געהערט אמאהל א פשט איבער דעם פסוק ומושב בני ישראל וגו' שלשים שנה וארבע מאות שנה
זיי זענען דאך נאר געווען 210 יאהר?
נאר דער תירוץ איז אוודאי זענען זיי נאר געווען למעשה 210 יאהר
אבער מושב האבען זיי איבערגעלאזט אויף 430 יאהר....
והדברים עתיקים.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 11:26 am
דורך מאנ-יימער
א עם הארץ איז אמאל אין א תענית געווארן זייער הינגעריג, געט ער א כאפ אן זיין טו"ת בייטל ווארפט עס אראפ אויף דער ערד און זעצט זיך גלייך צו צו א פיינע פרישטיג,
אויפ'ן שאלה פון די ארומיגע היתכן עסן אין א תענית, זאגט ער אז ער האט אמאל געהערט פונעם רב אז אויב די תפילין פאלט אראפ מיטן בייטל דארף מען נישט פאסטן....
(געהערט פון ר' אבא חייא טויבער לגבי אינטערנעט מיט א פילטער)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 1:04 pm
דורך ניק ניק
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 1:06 pm
דורך קרעמער
מאנ-יימער האט געשריבן:א עם הארץ איז אמאל אין א תענית געווארן זייער הינגעריג, געט ער א כאפ אן זיין טו"ת בייטל ווארפט עס אראפ אויף דער ערד און זעצט זיך גלייך צו צו א פיינע פרישטיג,
אויפ'ן שאלה פון די ארומיגע היתכן עסן אין א תענית, זאגט ער אז ער האט אמאל געהערט פונעם רב אז אויב די תפילין פאלט אראפ מיטן בייטל דארף מען נישט פאסטן....
(געהערט פון ר' אבא חייא טויבער לגבי אינטערנעט מיט א פילטער)
אוי איז דאס גוט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 1:35 pm
דורך צים פינטעל
כאפ נישט די צושטעל צו אינטערענט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 1:42 pm
דורך קרעמער
אינטערנעט איז א חורבן, און מענטשן מיינען אז מיט א פילטער איז עס מותר לכתחילה
אזוי ווי יענער האט געמיינט אז וויבאלד די בייטל פאלט מיט מוז מען שוין נישט פאסטן אפילו אין א תענית ציבור
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 1:46 pm
דורך מאנ-יימער
יישר כח, זייער גוט ארויסגעברענגט