בלאט 152 פון 276

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 10:09 pm
דורך צים פינטעל
דאס איז עמקות'דגיע מארקעטינג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 10:19 pm
דורך שוטה
א חבר מיינער פרעגט מיר היינט אויב אינדערהיים דארף מען אויך צודעקן דעם פערקולעיטער מיט א האט קאפ ביום תענית...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 10:24 pm
דורך צים פינטעל
חחח

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 12:05 am
דורך גלגן
ביי א תענית טאקע האט עס פאסירט....

קומט זיך אהיים א בריסקער תלמיד, וואס האט נארוואס אנגעטון דעם טלית, נאך אינעם ערשטען חודש נאך די חתונה, עשרה בטבת נאכן דאווענען, און נאך א הויכן גוטמארגן, שפאצירט ער זיך אריין אין קאך כאפן א בליק אויפן טיש, וואס איז די היינטיגע מעניו פאר פרישטיג, און ווי שיין ס'איז צוגעגרייט, ווי די לעצטע פאר טעג, די טאמעיטע שטיקלעך ארום די אייער, מיט די איינגעקנייטשטע נעפקינס אין דעם נייעם גלאזערנעם קאפ....... ,וכו'.

ואיננו, אויפן טיש ליגט נישט מער ווי א פשוטער טישטוך אויסגעשפרייט....

מיט וואונדער רופט ער זיך אן צום די בני בית, הלמאי, וואס גייט דא פאר?

וואס הייסט, ס'איז דאך היינט עשרה בטבת, און מען פאסט דאך, נישט אזוי?

אה! נע, ווייסטו נישט אז ביי אונז אין בריסק, פירן מיר זיך שטארק מחמיר צו זיין, מיר זוכן אלעמאל צו יוצא זיין אויך לפי שיטת המחמירים, און ממילא מחמת חומרא דונשמרתם, פירן מיר זיך צו עסן אפי' ביי א תענית.

די אינגע ווייבל, מיטן גאנצן תמימות שפאצירט אריין אין קאך, שארצט ארויף די ארבל, און גרייט אן א שיינעם פרישטיג, לכבוד איר חשוב'ן מאן, אזא גרויסער ירא שמים, און מחמיר אף במקום שאמרו להקל....

און ווען די פרישטיג איז רעדי, חתן דינן וואשט זיך צום עסן, וכדרכו מיט אלע חומרות.... און נישט מער און נישט ווייניגער זעהט ער ווי זיינע בני בית זעצט זיך אויך צום אויסגעהארעוועטן פרישטיג..

מיט א שטרענגקייט קוקט ער איר אן...

היתכן? סאיז דאך עשרה בטבת היינט און מען פאסט דאך, נישט אזוי?

יא! ענטפערט זי, אביסל צומישט פון וואס סגייט דא פאר,
אבער האסט דאך געזאגט, אז ביי אונז פירט מען זיך מחמיר צו זיין, אויף ונשמרתם, נישט אזוי? פירט זי אויס, וועלנדיג נושא חן זיין, און ארויסברענגען סארא פרומע און ערליכע זי איז...

אהו נאו, חומרות נישט פאר קיין ווייבער.......

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 12:10 am
דורך ניק ניק
אלטע וויץ מיט א נייעם חן

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 12:14 am
דורך צים פינטעל
גיט!

גיט געשריבן אויך!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 12:34 am
דורך קמח
בריסק דערמאנט מיר אז חנוכה האט איינמאל בריסקער רב געזעהן די בעזים נעבן די מנורה, האט ער געזאגט די רעבעצין זאל דאס אוועק נעמען שלא יאמרו אז דער מנהג איז אזוי
און מאז איז דער מנהג אין בריסק צו שטעלן א בעזים נעבן די מנורה און די רבנית נעמט דאס אוועק ווייל דער מנהג איז נישט אזוי

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 12:35 am
דורך שמו
געהערט אמאל, אבער ס'דאך גוט,
אגב אויף בריסק מעג מען יא רעדן???

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 1:04 am
דורך ווינקל
העטן ווען די וויצן וואר געווען, העט עס ווען אסור געווען..

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 4:29 am
דורך msp
צים פינטעל האט געשריבן:ראש ישיבה ליטאי גילה שאשתו כל היום אומרת פרקי שירה במקום לעשות את עבודות הבית הבסיסיות.

הוא ביקש ממנה להפסיק עם זה והיא לא הייתה מוכנה.

לאחר שזה נמשך הבעל לקח אותה לבית דין רבני טען שזה מפריע לו פוגע בכבודו ובניהול הבית וכד' הבי"ד פסק שהיא חייבת להפסיק עם זה מיד או לקבל גט.

האשה לא היתה מוכנה להפסיק לכן בעלה כתב לה גט במקום.

למחרת היא שמה מודעה בעיתון.

" אמרתי פרקי שירה 40 יום ונושעתי"

חחחחחחחחחח :lol: :lol: :lol: :lol:

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 11:12 am
דורך סביב העולם
גלגן גוט מיט א גוטע פעדער

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 2:17 pm
דורך רב טקסט
מעשה שהיה דעם פארגאנגענעם פרייטאג נאכמיטאג שטייעך אין גראסערי ביים רעדז'יסטער גרייט צאלן קומט אריין א אינגערמאן מיט די גאנצע חאניאקישע טראגע און פארגלייזטע אויגן אזוי אז כולו אומר כבוד וחרדת הקדש ער זאל חלילה נישט נשפע ווערן פונעם ארום, ער גייט צו צום יונגאטש ביים טיל און ער פרעגט איהם אזוי צווישן יודיש און ענגליש אויב ער האט מאסט, היימישע מאסט, ווייסט קארנבלי'ס מאסט, דער איינגעשטעלטער נישט וויסנדיג פון וואס ער רעדט האט איהם געוויזן וואו עס ליגט די MUST (גא"ם בלע"ז).

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 2:38 pm
דורך לובלין
ווען דער טאטע זאגט רייכער נישט!
און דער ציגארט זאגט רייכער יא!
דארף מען פאלגן דעם ציגארעט.
ווייל דער טאטע ברענגט אים לחיי עוה"ז און דער ציגארעט ברענגט אים לחיי עולם הבא..

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 2:44 pm
דורך למעלה משבעים

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 6:13 pm
דורך שטייסטענישט
Iranian president Mahmud Ahmadinejad calls President Obama and tells him, "Barack, I had a wonderful dream last night. I could see America, the whole beautiful country, and on each house I saw a banner."

"What did it say on the banners?" Obama asks. Mahmud replies, "UNITED STATES OF IRAN."

Obama says, "You know, Mahmud, I am really happy you called, because believe it or not, last night I had a similar dream. I could see all of Tehran, and it was more beautiful than ever, and on each house flew an enormous banner."

"What did it say on the banners?" Mahmud asks.

Obama replies, "I don't know. I can't read Hebrew."

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 6:17 pm
דורך ניק ניק
שטייסטנישט א גיטס... כככמלא ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 6:18 pm
דורך שטייסטענישט
איראַניאַן פּרעזידענט מאַהמוד אַהמאַדינעדזשאַד רופט פרעזידענט אבאמא און דערציילט אים, "באַראַקק, איך געהאט אַ מעכייַע חלום לעצט נאַכט. איך האב געקענט זען אַמעריקע, די גאַנץ שיין לאַנד, און אויף יעדער הויז איך געזען אַ פאָן."

"וואָס האט עס זאָגן אויף דעם באַנערז?" אבאמא פרעגט. מאַהמוד ריפּלייז, "פאַרייניקטע שטאַטן פון איראַן."

אבאמא זאגט, "איר ווייסט, מאַהמוד, איך בין טאַקע צופרידן איר האט גערופן, ווייַל גלויבן עס אָדער נישט, לעצט נאַכט איך געהאט אַ ענלעך חלום. איך קען זען אַלע פון טעהראַן, און עס איז געווען מער שיין ווי אלץ, און אויף יעדער הויז פלו אַ ריזיק פאָן. "

"וואָס האט עס זאָגן אויף דעם באַנערז?" מאַהמוד בעט.

אבאמא ריפּלייז, "איך טאָן ניט וויסן. איך קענען ניט לייענען העברעיִש."

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 4:23 am
דורך msp
א איד וואס האט שוין חתונה געמאכט עטליכע טעכטער זאגט: איך פארשטיי גאר גוט פארוואס יתרו האט געהאט זיבען נעמער
ער האט דאך געהאט זיבען טעכטער.....

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 6:40 am
דורך קרעמער
msp האט געשריבן:א איד וואס האט שוין חתונה געמאכט עטליכע טעכטער זאגט: איך פארשטיי גאר גוט פארוואס יתרו האט געהאט זיבען נעמער
ער האט דאך געהאט זיבען טעכטער.....

שמעתי אימרא זו מאאמו"ר ששמעו מהרה"ק מהר"י מ'פשעווארסק זצ"ל (לכאורה על קאסעטע)

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 7:48 am
דורך יהיה כן
קרעמער האט געשריבן:
msp האט געשריבן:א איד וואס האט שוין חתונה געמאכט עטליכע טעכטער זאגט: איך פארשטיי גאר גוט פארוואס יתרו האט געהאט זיבען נעמער
ער האט דאך געהאט זיבען טעכטער.....

שמעתי אימרא זו מאאמו"ר ששמעו מהרה"ק מהר"י מ'פשעווארסק זצ"ל (לכאורה על קאסעטע)


אדער ווי דער רמז גייט לויטן פסוק קצתי בחיי מפני בנות חת, צוליב אכט טעכטער....

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:41 am
דורך מכטי1
יהיה כן האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
msp האט געשריבן:א איד וואס האט שוין חתונה געמאכט עטליכע טעכטער זאגט: איך פארשטיי גאר גוט פארוואס יתרו האט געהאט זיבען נעמער
ער האט דאך געהאט זיבען טעכטער.....

שמעתי אימרא זו מאאמו"ר ששמעו מהרה"ק מהר"י מ'פשעווארסק זצ"ל (לכאורה על קאסעטע)


אדער ווי דער רמז גייט לויטן פסוק קצתי בחיי מפני בנות חת, צוליב אכט טעכטער....

ענדיג צו..כ'מיין ס'געווען די אבן עזרא וואס האט געשיקט פיר טעכטער און געשריבען "קצתי בחיי מפני בנות חת, הנני שולח ארבע בגבולך.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 7:27 am
דורך msp
היינט ביים לערנען סימן ק"ץ אין בדי השולחן וועגען כינים און פשפשים האט מען געקלערט וועגען די וואנטצען אין אמעריקא
ווייסט איר צו איינער פון די מורה-ראות האט שוין אויספראבירט וויפיהל בלוט קומט ארויס פון א בעד באג?
עכ"פ האט עס מיר דערמאנט א מעשה
געווען איינער האט געהאט אין דער היין וואנטצען אין בעט
גייט ער צו א געשעפט און בעהט אים וואס קען ער קויפען אויף פטור צו ווערען פון זיי
דער געשעפטסמאן גיט אים א פלעשעל מיט פודער און זאגט אים נוצט דאס עס איז בדוק ומנוסה...
פיין ער צאהלט איהם טבין ותקילין און גייט אהיים צופרידענערהייט: ער גייט יעצט פטור ווערען פון זיי...
ער שיט אויס א ביסעל ארום און ארום
אין דערפרי מערקט ער אז עס האט אויפגעטוהן אויף כפרות
זיי טאנצען נאך ארום און עס האט גאר אויסגעזעהן ווי זיי חוזעקען אפ פון איהם
ער ווערט בייז און לויפט צוריק און טענה'ט צום געשעפטסמאן: היתכן? האסט דאך געזאגט עס איז בדוק ומנוסה?
זאגט ער: ענטשולדיגט... וואס שרייט איר? האט איר געליינט די פארשריפטען וויאזוי דאס צו נוצען?
בארוהיגט זיך דער איד און איז מודה אז ער האט נישט געליינט
פרעגט ער: נו איז וויאזוי האט איר עס גענוצט?
זאגט ער: איך האב אזוי ארום געשיט די פודער....
לאכט דער געשעפטסמאן: נו אוודאי וועט דאס נישט ארבעטען אזוי.... איר מוזט אזוי טוהן: כאפען א וואנץ, האלטען ביי די פיסעלעך, קיצעלען איהם ביז ער קארכט פון געלעכטער און ווען זיין מויל איז אפען ריקט מען אריין די פודער.... אז מען טוט אזוי איז עס בדוק ומנוסה
די וואנטצען שטארבען אויס....
נאך א מעשה פון באגס
איינער רופט אהן די פאליציי
מען האט מיר אטאקירט
איך הער א קלאפ ביי די טיר און איך עפען
זעה איך א ריזיגע קאקראוטש און ער שטויסט מיר מיט א זבענג....
זאגט דער פאליציסט
Yes Sir, we heard that there is a vicious bug going around....

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 9:33 am
דורך סביב העולם
זה שאמר ה...... באגי בא

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 10:15 am
דורך שמעק_טאביק
msp האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:ראש ישיבה ליטאי גילה שאשתו כל היום אומרת פרקי שירה במקום לעשות את עבודות הבית הבסיסיות.

הוא ביקש ממנה להפסיק עם זה והיא לא הייתה מוכנה.

לאחר שזה נמשך הבעל לקח אותה לבית דין רבני טען שזה מפריע לו פוגע בכבודו ובניהול הבית וכד' הבי"ד פסק שהיא חייבת להפסיק עם זה מיד או לקבל גט.

האשה לא היתה מוכנה להפסיק לכן בעלה כתב לה גט במקום.

למחרת היא שמה מודעה בעיתון.

" אמרתי פרקי שירה 40 יום ונושעתי"

חחחחחחחחחח :lol: :lol: :lol: :lol:


כ'האב געהערט אביסל אנדערש.

די פרוי זאגט פרק שירה, און דער מאן קאלט אהיים אין שטוב. די פרוי (נישט וויסענדיג אפילו די טייטש) האט מיט א תמימות געוואלט "מרמז זיין" איר מאן אז זי האלט אינמיטן פרק שירה און קען נישט אויסרעדן, גיט זי א זאג, "נא, חמור מהו אומר"? און דער מאן האט זיך אינגאנצן באליידיגט און פארלאנגט א גט. האט די פרוי זיך אנגערופן, פשיהא, פונקט היינט איז די פערציגסטע טאג...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 7:09 pm
דורך ניק ניק
שמעק_טאביק האט געשריבן:כ'האב געהערט אביסל אנדערש.
די פרוי זאגט פרק שירה, און דער מאן קאלט אהיים אין שטוב. די פרוי (נישט וויסענדיג אפילו די טייטש) האט מיט א תמימות געוואלט "מרמז זיין" איר מאן אז זי האלט אינמיטן פרק שירה און קען נישט אויסרעדן, גיט זי א זאג, "נא, חמור מהו אומר"? און דער מאן האט זיך אינגאנצן באליידיגט און פארלאנגט א גט. האט די פרוי זיך אנגערופן, פשיהא, פונקט היינט איז די פערציגסטע טאג...

פארלאנגט פון וועם? מלתא בדביחיתא...