Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג ינואר 02, 2012 9:59 pm

איך מיין אז די ווערטלעך איבער חסידות'ן האט נישט קיין פלאץ ביי אונז. ביטע זיך רעכענען מיט תקנות המקום. (איך רעד נישט פון באלונער רבי...)

Advertisement

מאנטאג ינואר 02, 2012 10:11 pm

מאשקע האט געשריבן:איך מיין אז די ווערטלעך איבער חסידות'ן האט נישט קיין פלאץ ביי אונז. ביטע זיך רעכענען מיט תקנות המקום. (איך רעד נישט פון באלונער רבי...)

איך האב מיך געווינדערט די לעצטע 2 בלעטער וויאזוי ס'פארט אומגעשטערט

מאנטאג ינואר 02, 2012 11:03 pm

איך האב שוין אפילו אפיר געהאלטן דער מנהלים אויף דעם לאמיר האפן אז זיי גייען פארעכטן..

מאנטאג ינואר 02, 2012 11:24 pm

אויף דערווייל קען מען צוריקגיין צום קעפל פונעם אשכול, און די אחראים וועלן שוין קעיר-נעמען.

דינסטאג ינואר 03, 2012 12:10 am

קרעמער האט געשריבן:אויף דערווייל קען מען צוריקגיין צום קעפל פונעם אשכול, און די אחראים וועלן שוין קעיר-נעמען.



;l;p- ;l;p- גוט א גוטע דזשאוק..

דינסטאג ינואר 03, 2012 1:28 am

צוויי האנטערס (פאנגערס) דרייען זיך אין די וועלדער ווען פלוצלונג פאלט איינער אראפ צו דער ערד און ס'זעהט נישט אויס ווי ער אטעמט נאך, זיינע אויגן איינגגעדרייט ריקווערטס.
דער אנדערער געט א כאפ דעים פאון זיינעם און קלינגט 911 און מיט קולות שרייט ער "מיין חבר איז טויט! וואאס קען איך טוהן ?? די אפערעטאר, אין א רואיגען טאן טרייט אים צי בארואיגן: "טעיק איט איזי. איך קען דיר העלפען. קודם לאמיר זיכער מאכן ער איז טאקע טויט".
ס'ווערט שא שטיל און מ'הערט א קויל אויסשיס. דער האנטער קומט צוריק צום פאון: OK יעצט וואס ?

דינסטאג ינואר 03, 2012 1:31 am

גוט גוט.

דינסטאג ינואר 03, 2012 1:32 am

שטייסטענישט האט געשריבן:צוויי האנטערס (פאנגערס) דרייען זיך אין די וועלדער ווען פלוצלונג פאלט איינער אראפ צו דער ערד און ס'זעהט נישט אויס ווי ער אטעמט נאך, זיינע אויגן איינגגעדרייט ריקווערטס.
דער אנדערער געט א כאפ דעים פאון זיינעם און קלינגט 911 און מיט קולות שרייט ער "מיין חבר איז טויט! וואאס קען איך טוהן ?? די אפערעטאר, אין א רואיגען טאן טרייט אים צי בארואיגן: "טעיק איט איזי. איך קען דיר העלפען. קודם לאמיר זיכער מאכן ער איז טאקע טויט".
ס'ווערט שא שטיל און מ'הערט א קויל אויסשיס. דער האנטער קומט צוריק צום פאון: OK יעצט וואס ?


געווען אויסגעקליבן אלס די "פאניעסט" וויץ אין די וועלט!! גיי פארשטיי א גוי!

דינסטאג ינואר 03, 2012 1:41 am

שטייסטענישט האט געשריבן:צוויי האנטערס (פאנגערס) דרייען זיך אין די וועלדער ווען פלוצלונג פאלט איינער אראפ צו דער ערד און ס'זעהט נישט אויס ווי ער אטעמט נאך, זיינע אויגן איינגגעדרייט ריקווערטס.
דער אנדערער געט א כאפ דעים פאון זיינעם און קלינגט 911 און מיט קולות שרייט ער "מיין חבר איז טויט! וואאס קען איך טוהן ?? די אפערעטאר, אין א רואיגען טאן טרייט אים צי בארואיגן: "טעיק איט איזי. איך קען דיר העלפען. קודם לאמיר זיכער מאכן ער איז טאקע טויט".
ס'ווערט שא שטיל און מ'הערט א קויל אויסשיס. דער האנטער קומט צוריק צום פאון: OK יעצט וואס ?


http://mahnishmah.com/system/scripts/mo ... 7s+Dead%21

דינסטאג ינואר 03, 2012 1:45 am

כ'פארשטיי עס גראדע. גוים האבן זייער ליב וויצן וואס זענען כלשונם "פלעי אף ווארדס" . ענליכס צו דעים איז די NO PUN INTENDED. ווי למשל איינער זעט אן אינוואליד וועמען ס'פעלט אים א האנט ל"ע ווי ער שלעפט זיך אין גראסערי און קען זיך קוים באכלעפטשענען מיט זיינע בעגס, און ווילענדיג ארויסהעלפן גייט ער צו צי אים און פרעגט צי ער קען אים אפשר געבן א האנט... נו מער האט נישט אויסגעפעלט....

דינסטאג ינואר 03, 2012 7:00 am

זכר באנדל האט געשריבן:
שטייסטענישט האט געשריבן:צוויי האנטערס (פאנגערס) דרייען זיך אין די וועלדער ווען פלוצלונג פאלט איינער אראפ צו דער ערד און ס'זעהט נישט אויס ווי ער אטעמט נאך, זיינע אויגן איינגגעדרייט ריקווערטס.
דער אנדערער געט א כאפ דעים פאון זיינעם און קלינגט 911 און מיט קולות שרייט ער "מיין חבר איז טויט! וואאס קען איך טוהן ?? די אפערעטאר, אין א רואיגען טאן טרייט אים צי בארואיגן: "טעיק איט איזי. איך קען דיר העלפען. קודם לאמיר זיכער מאכן ער איז טאקע טויט".
ס'ווערט שא שטיל און מ'הערט א קויל אויסשיס. דער האנטער קומט צוריק צום פאון: OK יעצט וואס ?


http://mahnishmah.com/system/scripts/mo ... 7s+Dead%21

no page found

דינסטאג ינואר 03, 2012 2:51 pm

מאשקע האט געשריבן:איך מיין אז די ווערטלעך איבער חסידות'ן האט נישט קיין פלאץ ביי אונז. ביטע זיך רעכענען מיט תקנות המקום. (איך רעד נישט פון באלונער רבי...)


מיר האבן פארשטאנען אז די אויבנדערמאנטע וויצן זיינען אין איינקלאנג מיט די תקנות, ווארום מ'מאכט חוזק פון די מדה מגונה וואס רופט זיך סעלפישקייט, אני ואפסי, יענער עקזיסטירט נישט.
חסידות איז נאר א משל וואס יעדער האלט מיט, אבער די סארט מענטשן זענען די זעלביגע אין פריוואטן לעבן, און האט פראבלעמען מיט שלום בית, חבירים, און אלעס ארום, וויאזוי זאגט אשר ווילבער [הוי אשר אשר... נאר דיין נאמען ברענגט שוין א שמייכל] ויצאה נשמתו ב"אחד".
ואם שגיתי, ה' הטוב יכפר.

איך דערמאן זיך א מעשה, א איד פלעגט אסאך קומען צו ר' וועלוועלע בריסקער זצ"ל שמועסן אין לערנען, מ'פלעגט זיך מפלפל זיין אין אלע מסכתות אין ש"ס,
אבער אסאך מאל פלעגט אים ר' וועלוועלע זאגן, יעצט האב איך נישט קיין צייט, קום מארגן\איבערמארגן.
דער איד פלעגט אבער זעהן אז ווען ר' עמרם בלוי ז"ל איז געקומען, האט ר' וועלוועלע אלץ געהאט צייט פאר אים וויפיל ס'האט זיך געלאזט.
האט דער איד זיך אנגעגארטלט מיט קוראזש און געפרעגט: ילמדנו רבינו פארוואס צו ר' עמרם האט דער רבי אלץ צייט, כאטשיק ער רעדט אייביג נאר פון איין נושא, קנאות, און איך וואס רעד פון כל התורה כולה האט די רבי נישט קיין צייט?

האט ר' וועלוועלע געענטפערט: פונקט פארקערט! ר' עמרם רעדט כסדר פון אנדערע נושאים, אמאל חילול שבת, אמאל קברים, אמאל גיוס בנות, אבער דו רעדסט אייביג פון איין נושא, ווער קען בעסער לערנען, דו אדער איך, און די ברענגסט ראיות פון גאנץ ש"ס צו די איין נושא, איך האב נישט אזויפיל צייט צו רעדן פון איין זאך!

דינסטאג ינואר 03, 2012 3:43 pm

שטייסטענישט האט געשריבן:כ'פארשטיי עס גראדע. גוים האבן זייער ליב וויצן וואס זענען כלשונם "פלעי אף ווארדס" . ענליכס צו דעים איז די NO PUN INTENDED. ווי למשל איינער זעט אן אינוואליד וועמען ס'פעלט אים א האנט ל"ע ווי ער שלעפט זיך אין גראסערי און קען זיך קוים באכלעפטשענען מיט זיינע בעגס, און ווילענדיג ארויסהעלפן גייט ער צו צי אים און פרעגט צי ער קען אים אפשר געבן א האנט... נו מער האט נישט אויסגעפעלט....


יא כ'בין באקאנט מיט דעם, אבער מיינט נאך נישט אז די PUN וויצען זענען די בעסטע, און עס מיינט נישט אז די וויץ, איז די בעסטע פון די PUN וויצען, עניוועי, דער וואס זאגט אז דאס איז די בעסטע וויץ, זאגט אז ער האט געמאכט גאנצעטע שטודיעס, איבער דעם..... און ויהי היום, איז דאס געווארן אויסגעקליבןן פאר די בעסטע!!

גיי פארשטיי.

דינסטאג ינואר 03, 2012 3:43 pm

א אינגערמאן האט געוויזען פארן זיידן בילדער פון די אייניקלעך אויף זיין אייפעד די זיידע האט נאך געלעקט די פינגער יעדעס
מאל פארן מישן די בילד

דינסטאג ינואר 03, 2012 4:07 pm

'מלאכי'
'ים רויבער'

הנאה געהאט, יישר כח.

דינסטאג ינואר 03, 2012 4:32 pm

ים רויבער האט געשריבן:א אינגערמאן האט געוויזען פארן זיידן בילדער פון די אייניקלעך אויף זיין אייפעד די זיידע האט נאך געלעקט די פינגער יעדעס
מאל פארן מישן די בילד

;l;p-

דינסטאג ינואר 03, 2012 7:10 pm

ער האט זיך דאס געלערנט פון ר' משה פון RCCS פון פאריאר.

דינסטאג ינואר 03, 2012 8:50 pm

משה האט א געשעפט און עס קומט א צווייטער און עפענט אויף די זעלבע מין געשעפט אויף זיין רעכטע זייט
און שטעלט ארויף א גרויסע סיין און עס שטייט דערויף BEST DEALS.

א שטיקעל צייט שפעטער קומט נאך איינער און עפענט אויף די זעלבע מין געשעפט אויף זיין לינקע זייט מיט א גרעסער סיין
LOWEST PRICES.

משה טראכט א וועג וויא זיך נוקם זיין און די צוויי שכנים, ביז איין שיינעם טאג הענגגט ער אויף א ריזיגען סיין איבער זיין געשעפט וואס ליינט
MAIN ENTRANCE.....

דינסטאג ינואר 03, 2012 8:52 pm

scy4851 האט געשריבן:משה האט א געשעפט און עס קומט א צווייטער און עפענט אויף די זעלבע מין געשעפט אויף זיין רעכטע זייט
און שטעלט ארויף א גרויסע סיין און עס שטייט דערויף BEST DEALS.

א שטיקעל צייט שפעטער קומט נאך איינער און עפענט אויף די זעלבע מין געשעפט אויף זיין לינקע זייט מיט א גרעסער סיין
LOWEST PRICES.

משה טראכט א וועג וויא זיך נוקם זיין און די צוויי שכנים, ביז איין שיינעם טאג הענגגט ער אויף א ריזיגען סיין איבער זיין געשעפט וואס ליינט
MAIN ENTRANCE.....

האומר דבר בשם אומרו....
יארמער רב/ר' יעקב מיללער

דינסטאג ינואר 03, 2012 8:58 pm

ווען איך וואלט עס געהערט בשם אוהם, וואלט איך געשריבען.

דינסטאג ינואר 03, 2012 9:48 pm

וואס עפעס "שירו לד' שיר חדש", וואס פעלט אויס א נייע שיר?
ווייל "תהלתו בקהל חסידים" אלע אלטע שבחים האבן די חסידים צוגענומען פאר די רבי'ס...
קרעדיט אדמו''ר מטאלנע א''י

מיטוואך ינואר 04, 2012 12:13 am

derech eretz האט געשריבן:וואס עפעס "שירו לד' שיר חדש", וואס פעלט אויס א נייע שיר?
ווייל "תהלתו בקהל חסידים" אלע אלטע שבחים האבן די חסידים צוגענומען פאר די רבי'ס...
קרעדיט אדמו''ר מטאלנע א''י


עיין בספר ״החוזה מלובלין״ פון יצחק אלפסי וואס ברענגט עס בשם החוזה

מיטוואך ינואר 04, 2012 8:27 am

אז מען רעדט וועגען וויצען
געווען אמאהל א פאר חברה געזעסען אין קרימינאל
און וואס טוט מען
מען דערציילט וויצען
יענק'ל דערציילט א וויץ
און דער עולם קוילערט ארום פאר געלעכטער
בער'ל דערציילט א צווייטער
און מען לאכט עס גייט א רויעך
אזוי גייט אדארך די צייט
און די וויצען לאזען זיך אויס
האט מען באשלאסען אז אנשטאט צו איבער חזר'ן די וויצען וועט מען זיי געבען נומערן
האט איינער אויסגערופען נומער 21
און דער עולם לאכט און לאכט
יא דאס איז א גוטס....
א צווייטער רופט אויס נומער 47
און דער עולם קען זיך נישט בארוהיגען אוי איז דאס גוט חחחחח
א דריטער רופט אויס נומער 68
קיינער לאכט נישט
גאר נישט
שטיל ....
פרעגט ער פארוואס לאכט קיינער נישט
זאגט מען איהם ענטשולדיגט, מען דארף וויסען ווי אזוי צו דערציילען א וויץ....

מיטוואך ינואר 04, 2012 10:57 am

מען זאגט עס נאך פון הרב דים, אז אין די צייט פון יאר איז פארהאן א איד וואס איז יעדן מכבד מיט א זיץ, ער הייסט ר' אייזיק שניאור

מיטוואך ינואר 04, 2012 11:02 am

מומחה עצום האט געשריבן:מען זאגט עס נאך פון הרב דים, אז אין די צייט פון יאר איז פארהאן א איד וואס איז יעדן מכבד מיט א זיץ, ער הייסט ר' אייזיק שניאור

ר׳ אייזיק פלאהר כצ"ל
שרייב א תגובה

Advertisement