געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 2:40 pm
די געדענקסט נאך פון דעמאלטץ?
אז סאיז גיט איז גיט
Advertisement
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 3:07 pm
אשר, די לשונות!! די מליצות! מלא זאפט!
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 3:12 pm
אבי מ'רעדט זיך אפ אויף די בנש"ק'לעך אז זיי טוען דאס און זיי טוען יענץ, עס פאסט נישט, מאכט א חילול השעים, און דאס גלייכן. די בעסטע לימוד זכות וואס איך האב דערווייל געטראפן אויף זיי, איז פשוט'ער פון פשוט: זיי האבן בכלל נישט מקבל געווען די תורה!...
יא! אזוי האב איך געטראפן א מדרש כתב יד ביי מיר אין שופלאד וואס די עקן פונעם פאפיר זענען אפגעסמאליעט פון אלטקייט אבער עס איז מיר געלונגען מיטן הילף פונעם תהלים כולל צו דעשיפרירן, שטייט דארט נישט מער און נישט ווייניגער ווי כהאי לישנא בערך:
ווען דער אייבערשטער איז ארומגעגאנגען מיט די תורה און געפרעגט אלע פעלקער אויב זיי ווילן דאס מקבל זיין, האט ער אויך אפגעשטאט א באזוך ביים שפעטסטן מנין אין שטאטישן שוהל און א פרעג געטוהן די בנש"ק'לעך דארטן אויב זיי ווילן נישט פערצופאל מקבל זיין די תורה.
האבן זיי געפרעגט רבונו של שלמה "מה כתיב ביה"? וואס שטייט דארט אין די עשרת הדברות וואס דו טראגסט ארום? האט כביכול געזאגט עס שטייט צווישן אנדערע "ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך"...
נאופס - האבן זיי אלע געענטפערט קול אחד - מיר האבן קלאר מקובל פון אונזערע עלטערן אז דאס איז אן אומדערהערטע זאך וואס קען נישט אין באטראכט קומען. סארי.
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 3:24 pm
לויט ווי אדמור מהר"א מסאטמאר האט געדרשענט דעם חנוכה א גאנצן פלפול אז מען קען מקיים זיין דעם ששת ימים תעבוד מיט עבודה שבלב זו תפלה
עקימת שפתים הוא מעשה...
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 3:26 pm
snax האט געשריבן:דא האט איר איינס וואס האט שוין ווייסע האר
שנאפס האט געשריבן:די וויץ איז עלטער פון מיר, ב'חיים מענדל האטעס געזאגט ביי מיין טאטנס חתונה
היינט קען מען קויפן די ספרעי וואס מאכט ווייס האר צוריק שווארץ
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 3:38 pm
אסור משום לא ילבש גבר...
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 4:53 pm
אמאהל איז געווען ביי א רב און בית מדרש האט געפעלט איינער, ער איז נישט אנגעקומען צום דאווענען,
דער רב איז געווארן זייער ציקלאפט ווער ווייסט צי איך האב נישט פארלוירען נאך א מתפלל, גלייך מוצאי שבת ריפט ער אפ דעפ איד,
ער פרעגט וואס איז געשעהן איך האב דיך היינט נישט געזען ביים דאווענען,
ענטפערט דער איד איך האב מיך נישט אזוי גוט געשפירט, איך האב א רויז מיט פיבער,
דער רב האט פארגעסען צי וועם ער רעדט, און געט א קלאפ צאם זיינע ביידע הענט אה ברוך ד' פארדעם..........
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 5:06 pm
איך האב געגעסן גענוג לאטקעס, ס'זאל מיר ברענען אכט טאג, מתוך נס, האט עס בלויז געברענט איין טאג..
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 7:40 pm
צופראסקעטער האט געשריבן:איך האב געגעסן גענוג לאטקעס, ס'זאל מיר ברענען אכט טאג, מתוך נס, האט עס בלויז געברענט איין טאג..
איך האב געקופט גענוג דאנאטס סזאל קלעקן אויף אכט טאג מתוך נס איז אלעס אויסגעגאנגען אין איין טאג...
זונטאג ינואר 01, 2012 9:25 pm
געווען א איד וואס איז געווען פארפרעמדעט פון אידישקייט, געגאנגן צו קירוב פלעצער, און געווארן נענטער.
איינמאל האט זיין מחנך, בשעת'ן רעדן פון ואהבת לרעך כמך והמסתעף, זיך אנגערופן אז ליידער איז דא אסאך חסידות'ער וואס ווערן צוטיילט אין 2, אין מ'קריגט זיך ארום, און דאס איז מעכב די גאולה.
דער תלמיד איז געווארן נייגעריג ווער קריגט זיך ארום, איז ער ארויס זיכן א איד מיט א חסידושע געשטעל, אט טרעפט ער איינעם, אין ס'אנטוויקלט זיך א שמועס:
תלמיד: די באלאנגסט צו א חסידות?
חסיד: יא
תלמיד: וויאזוי הייסט עס?
חסיד: באבוב
תלמיד: איז דא 2 באבובע קהלות?
חסיד: ניין! נאר איינס!
טראכט דער תלמיד, נו איז ביי באבוב נישט דא קיין מחלוקת, זיכט ער אויף דעם נעקסטן חסידישן געשטעל, און פרעגט אים:
תלמיד: די באלאנגסט צו א חסידות?
חסיד: יא
תלמיד: וויאזוי הייסט עס?
חסיד: סאטמאר.
תלמיד: איז דא 2 סאטמארע קהלות?
חסיד: ניין! נאר איינס!
נו איז דאך ווייטער נישטא קיין מחלוקת, אזוי איז געווען מיט ספינקא, קלויזנבוירג, ועוד, ער איז שוין כמעט מיואש געווארן ביז ער טרעפט אן נאך איינעם, און פרעגט:
תלמיד: די באלאנגסט צו א חסידות?
חסיד: יא
תלמיד: וויאזוי הייסט עס?
חסיד: ראחמיסטריווקע.
תלמיד: איז דא 2 ראחמיסטריווקע קהלות?
חסיד: יא, איינס אין אמעריקע און איינס אין א"י
דער תלמיד לויפט צוריק צו זיין מחנך און זאגט אים: איך האב אויסגעפינען וועלכע חסידות ס'איז מעכב די גאולה! ראחמיסטריווקע!
זונטאג ינואר 01, 2012 9:28 pm
אויך בנושא הנ"ל
יארמער רב טרעפט א יונגערמאן און באגריסט אים
און ער פרעגט אים: צו וועלכן חסידות באלאנגסטו?
ענטפערט דער יונגעמאן: באבוב
יארמער רב: וועלכע באבוב
חסיד: ס׳איז נאר דא איין באבוב
יארמער רב: ביזט גערעכט, איך האלט אויך אז ס׳איז נאר דא איין באבוב
חסיד: נו וועלכע?
זונטאג ינואר 01, 2012 9:32 pm
איך קען א פרום אינגערמאן וואס פאר יעדע ברכה גייט ער הכנות עכ"פ אשר יצר זיכער
זונטאג ינואר 01, 2012 9:33 pm
כ'האב אמאל מיטגעהאלטן בנושא הנ"ל, איינער פרעגט א באבוב'ער, וועלכע באבוב ביסטו, זאגט יענער, ס'איז נאר דא איינס, פרעגט ער צוריק וואס הייסט, ס'דאך דא דריי? יענער איז אויפגעשפרינגען "ווער איז דער דריטער?", "אהא, הייסט צוויי איז יא דא, הא?"
זונטאג ינואר 01, 2012 9:36 pm
מר. קליען האט געשריבן:איך קען א פרום אינגערמאן וואס פאר יעדע ברכה גייט ער הכנות עכ"פ אשר יצר זיכער
קרעדיט: קרעמער און אן אנדערן אשכול.
זונטאג ינואר 01, 2012 9:41 pm
זכר באנדל האט געשריבן:מר. קליען האט געשריבן:איך קען א פרום אינגערמאן וואס פאר יעדע ברכה גייט ער הכנות עכ"פ אשר יצר זיכער
קרעדיט: קרעמער און אן אנדערן אשכול.
נישט געזעהן,קען זיין אז הרב קרעמער קען אויך דעם אינגערמאן
זונטאג ינואר 01, 2012 9:42 pm
קרעמער זאגטעס אויף זיין ברודער
זונטאג ינואר 01, 2012 9:48 pm
מענין לענין, א איד האט אמאל געכאפט א היטש מיט א לעיקוואד'ער אינגערמאן אזוי שמועסענדיג על דא ועל הא פרעגט ער אים פון וועלעכע חסידות זענט איר? זאגט ער אים "איך בין א באבוב'ער" דער לעיקוואד'ער געט אים א פרעג "וועלעכע באבוב אהרן אדער זלמן לייב"?
זונטאג ינואר 01, 2012 10:27 pm
ים רויבער האט געשריבן:מענין לענין, א איד האט אמאל געכאפט א היטש מיט א לעיקוואד'ער אינגערמאן אזוי שמועסענדיג על דא ועל הא פרעגט ער אים פון וועלעכע חסידות זענט איר? זאגט ער אים "איך בין א באבוב'ער" דער לעיקוואד'ער געט אים א פרעג "וועלעכע באבוב אהרן אדער זלמן לייב"?
זונטאג ינואר 01, 2012 10:30 pm
מענין לענין זאגט מיר איינער אזער איז געווען אין קרוינהייטס כ"א כסלו
פרעגט אים א ליובאוויטשער "איז ביידע סאטמארע רבי'ס געראטעוועט געווארן אינעם זעלבן טאג?"
זונטאג ינואר 01, 2012 10:38 pm
צים פינטעל האט געשריבן:מענין לענין זאגט מיר איינער אזער איז געווען אין קרוינהייטס כ"א כסלו
פרעגט אים א ליובאוויטשער "איז ביידע סאטמארע רבי'ס געראטעוועט געווארן אינעם זעלבן טאג?"
מענין לענין זאגט מיר איינער, עס דרייט זיך א וועלט, אמאל איז ליבאוויטש געקומען אויף וויליאמסבורג, זינגען ופרצת, היינט גייט סאטמאר אויף קרוינהייטס זינגען בך בטחו!
זונטאג ינואר 01, 2012 11:11 pm
The Republican candidates are still looking for ways to stop Romney.
See, it's hard to disagree with his positions — because as you know, he's taken every position.
( credit: Jay Leno)
מאנטאג ינואר 02, 2012 6:57 pm
מענין לקנין באותו האיש, (קען זיין ס'שוין געשריבען געווארן דא, אבער די יצר הרע פאלייגט זיך אויף חזרה)
א יוד האט זיך אמאל דערטראנקען אין באבוב'ע מקוה, איז א יוד געלאפען רופען הצלה,
העלוי.... הצלה אין באבוב'ע מקוה, איינער דערשטיקט זיך, דיסטפעטשער: וועלכע באבוב?
שרייט דער יוד, ס'נאר דא איין באבוב מיסטער,
אבער וועכע באבוב איך דארף דאך וויסען וועכע באבוב,
האלוי... א יוד דערטרענקט זיך לא תעמוד על דם... קום שוין נאאאאאא...
ר' יוד זאג מיר וועכע באבוב פאר א גוט יו"ט,
האלוי. סדא איין באבוב און קום שוין ווייל ער זיין נשמה איז שוין ביי די מזוזה.
דער חכם האט נישט געוואלט איינגעבען, און דער דערטראנקענער האט נעבעך אויסגעבאבעלט די נשמע זיינע,
אויף די מצבה האבען די גדולים געהייסען שרייבן:
יצאה נשמתו באח"ד.....
מאנטאג ינואר 02, 2012 7:47 pm
ס'איז מעשים בכל יום, שריפת נשמה וגוף קיים.
מאנטאג ינואר 02, 2012 8:34 pm
משה אין שרה זענען געווען א קאפל מיט ווייניג שלום בית
1 נאכט קומען זיי אהיים פון א חתונה און משה לאכט
פרעגט שרה וואס פשט פון לאכן יעצט
זאגט משה אז ער האט געהערט א גוטע גראם ביי די חתונה
די בדחן האט געזאגט "שרה א כפרה"
זאגט זי איך האב אויך געהערט א גוטע גראם
די בדחן האט געזאגט "משה גייסט פייגערען"
פרעגט משה אבער עס איז דאך נישט גלייך?
ענטפערט שרה
"עס מיז נישט זיין גלייך עס קען זיין מארגען אויך"
מאנטאג ינואר 02, 2012 9:09 pm
דער BALLOON"ER רבי (דער מגולח וואס מאכט אלע ערליי קונצען מיט באלאאנס, ער דרייט זיי אהער אין אהין אין מאכט דערפון צורת ומינים שונים)
ער זעלבסט גייט מיט א שטריימעל הנעשה ע"י באלאאן.
עכ"פ ער רופט זיך "דער באלאאנ'ער רבי', ער זאגט ער פירט נישט קיין שום מחלוקות מיט א אנדערע רבי,
אבער פין איין רבי שטייט ער ווייט, און דאס פין די באסטאן'ער רבי...