געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דינסטאג דצמבר 27, 2011 11:38 am
שטרוי האט געשריבן:ווען עס איז געשריבן זעהט מען,
דער הייליגער בעל דברי יוא', ושא"ס, האט אמאל בליציג אפגעענטפערט א מה יעשה'ניק, אויף'ען פראגע,
אז וואס איז פשט פין א ס' ש' ת', אז זייער הברה עענדלען אייניג ??,
איז דער ענטפער באלד צוריק געווען, בערך, אוויזוי וואלט איר פארשטאנען אין פסוק וכסילים מתי תשכילו;
ואני שמעתי העובדא הלזו בשם הגרמ"ד ווייסמאנדעל זצ"ל
Advertisement
דינסטאג דצמבר 27, 2011 11:49 am
msp האט געשריבן:שטרוי האט געשריבן:ווען עס איז געשריבן זעהט מען,
דער הייליגער בעל דברי יוא', ושא"ס, האט אמאל בליציג אפגעענטפערט א מה יעשה'ניק, אויף'ען פראגע,
אז וואס איז פשט פין א ס' ש' ת', אז זייער הברה עענדלען אייניג ??,
איז דער ענטפער באלד צוריק געווען, בערך, אוויזוי וואלט איר פארשטאנען אין פסוק וכסילים מתי תשכילו;
ואני שמעתי העובדא הלזו בשם הגרמ"ד ווייסמאנדעל זצ"ל
בכל אופן,
האמת ניתן להאמר.
דינסטאג דצמבר 27, 2011 1:35 pm
msp האט געשריבן:שטרוי האט געשריבן:ווען עס איז געשריבן זעהט מען,
דער הייליגער בעל דברי יוא', ושא"ס, האט אמאל בליציג אפגעענטפערט א מה יעשה'ניק, אויף'ען פראגע,
אז וואס איז פשט פין א ס' ש' ת', אז זייער הברה עענדלען אייניג ??,
איז דער ענטפער באלד צוריק געווען, בערך, אוויזוי וואלט איר פארשטאנען אין פסוק וכסילים מתי תשכילו;
ואני שמעתי העובדא הלזו בשם הגרמ"ד ווייסמאנדעל זצ"ל
כד הוינא תליא ראיתי סיפור זו על הגר"א מווילנא
דינסטאג דצמבר 27, 2011 2:07 pm
עיין באשכול בעל פליטת בית סופריהם בזכרונות רח"מ שטויבער שהבאתי, שכבר קדמם הנוהג כצאן יוסף, שהי' קודם לשלשתם
דינסטאג דצמבר 27, 2011 2:19 pm
נו זעהסטו מען לאזט שוין גארנישט מחדש זיין....
אן דעי אדער הענד האב איך געהערט אז עס איז נישט גוט מחדש צו זיין אמת'ע חידושים
אזעלכע חידושים וואס גיין נישט אריין אין כלל פון כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש נאמרה בסיני...
דינסטאג דצמבר 27, 2011 2:34 pm
האסט מורא ראש הקהל וועט עפענען א אשכול איבער דיינע חידושים?...
דינסטאג דצמבר 27, 2011 2:45 pm
ניין
אדרבה
מיין טאטע זזג האט מיר אלעמאהל געזאגט אז מען גייט אויף א גראדע וועג טרעפט מען מענטשען...
דינסטאג דצמבר 27, 2011 8:20 pm
געהערט היינט פין א בדחן א שיינע פשט.
ביי פרעה'ס חלום נאך די צווייטע חלום שטייט ותפעם רוחו,שטעלט זיך א קאשע פארוואס דוקא נאך די צווייטע חלום ותפעם רוחו? נאר דער פשט איז אזוי,דער ערשטער חלום איז דאך וועגען פלייש האט פרעה געטראכט אז אפשר איז רב מייזעלס דייעט גערעכט מען קען עסן אסאך פלייש און נישט צונעמען וואג,אבער דער צווייטער חלום איז וועגן ווייץ,אה אזוי מען קען עסן אזויפיל ווייץ און נישט ווערען דיקער איז דאך רב מייזליש אינגאנצען אפגעפרעגט וועגען דעם ותפעם רוחו....
דינסטאג דצמבר 27, 2011 9:07 pm
איך בעט די עולם אז מען זאל נישט קריטיקירען ווען איינער שרייבט א ווערטעל וואס שטיייט שוין ווייל נאכדעם גייט זיך די עולם אפהאלטען פון שרייבען
דינסטאג דצמבר 27, 2011 9:12 pm
סארי,איך דריי זיך נישט געווענליך אין דעם אשכול כהאב טאקע נישט באמערקט אז דאס שטייט שוין.
דינסטאג דצמבר 27, 2011 9:24 pm
ענדריש צוויי מאל ווי קיינמאל
דינסטאג דצמבר 27, 2011 10:34 pm
בלעקבערי פען האט געשריבן:ענדערש צוויי מאל ווי קיינמאל
'בלעקבערי פען' ביזט א מענטש.

א גרינס אייך אלע.
msp האט געשריבן:ניין
אדרבה
מיין טאטע זזג האט מיר אלעמאהל געזאגט אז מען גייט אויף א גראדע וועג טרעפט מען מענטשען...
באמת הנאה געקומען,
יישר כח, אי"ה ביי אייך אלע.
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 1:40 am
איך בין געוועזען ביי א חתונה צוויי וואכען צוריק, (איי פארוואס איך שרייב הערשט יעצט די מעשה? דו ווילסט הערן די מעשה אדער פרעגען קשיות? אוואדע הערן, וואס? נו הער,)
א חבר מיינע, א גאליציאנער פון אלע זייטען, אפילו זיינע קינדער זענען גאליציאנע, קארג איז ער ווי די פארטאגס, שפארט זיין געלט ווי א שארער טראק אין זומער, אבער ער מידאך דאך חתונה מאכען, שלא להחזיר הדבר לקלקולו, האטער גענומען א זאל וואס מ'נוצט פאר סעקאנד בר מצוה'ס, עסען האט ער גענומען פון משביע'ס לעפט אויווער'ס, קענט עטס ענק פארשטעלן וויזוי ס'האט אויס געקוקט,
פלייש האט מען סערווירט, פארן אוויבען אן, א פערטל פאר איין מענטש,
די צווייטע טיש פון די א"א, א פערטל פאר צוויי פערזוינען, די דריטע טיש א פערטל פאר דריי חברה, און אזוי ווייטער, ביז מיין טיש, ס'געווען אזא רינדעכיגע טיש, מיט זיבן עקן, ווי א צובראכענע סטאפ סיין האטעס אויסגעזעהן, האט מען געגבען א פערטל פאר ניין אירע,
מיין קאפל איז בלאס געווארן, איין פערטל פאר ניין באכער? דער איז נארמאל?
איך האדאך אבער געזעהן אז דער שטיקל פלייש וועט נישט זאט מאכען ניין ווילדע מאמע לייבען, נו קעמען דאווענען מעריב דערווייל,
ווייל איך האב זייער ליב אויסצורופען ביי חתונה'ס אין די מייק, "שטעלט זיך א מנין מעריב דא אין זאל",
מיט איין ווילדקייט לויפיך צו צום שפילער, איך געב א כאפ די מייק,
שטעלט זיך א מנין מעריב דא אין זאל, ישוקנו,
שיר המעלות געביך א שריי....
פון די אויבען אין העריך א זיידע שרייען נאאאא, דער איז שוין געזעסען מיט די מעסער אין די גאפל אריין אין די פלייש אריין, ווי חוה פאר די חטא, וואס מעריב אין קאפאריין? לאמיך עסען, שרייט דער אלטיטשקער,
זאגיך עם יא יא, ביי אייך איז א פערטל פאר איינס, ביי אונז איז א פערטל פאר ניין, מ'קענשוין דאווענען מעריב....
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 1:47 am
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 1:49 am
וועלקאם בעק רב אשר ווילבער, חכם בא לעיר, ערשטע סטאפ: היימישע קרעטשמע
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 5:03 am
אשר בעסער פין גוט, שטערקער פין שטארק!!!!!
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 6:50 am
עמוק עמוק.
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 8:07 am
חח, עמוק.
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 10:51 am
געקומען א פשוט אידעלע צום רב
און בעהט איך וויל זיין א כהן
זאגט ער איהם דאס גייט נישט סתם אזוי
בעהט ער יא יא איך וויל זיין א כהן
דער רב גייט אויס פון רחמנות ער נעמט דעם ספר יענעם ספר עס גייט נישט
זאגט ער דעם איד טוט מיר לייד איך קען דיר נישט מאכען פאר א כהן
הייבט ער אהן צו מאכען קולות און וויינט הייסע טרערען
פרעגט איהם דער רב וואס גייט דיר אזוי אריין אין לעבען צו זיין א כהן
זאגט דער איד מיין זיידע איז געווען א כהן מיין טאטע איז געווען א כהן פארוואס זאל איך נישט קענען זיין א כהן...
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 11:57 am
די מעשה האב'ך שוין אמאל געהערט אז ס'געווען ביי די מאדערענע געמיינדע, זאל נישט אויסגערעדט זיין אז דער ראביי (נישט מי פארטוישן מיט א רב) האט זיך געלאזט אינטערקויפן און נאכן באקומען א מעלאנע האט'ר'ם געלאזט וויסן אז אין זיין סינעגאגא אדער טעמפל וועט'ר'ם לאזן קויפן "כהן" און די נעקסטע שבת האט ער געקויפט כהן און אזוי רויטערהייט האט'ר עולה געווען.
אראפגייענדיג פונעם באלעמער אזוי שוין אינגאנצן בארויטעלט דער עולם גיבט'ם די האנט לכ' זיין ווערן א כהן, דער ראביי שארט זיך אזוי צו צי אים און פרעגט'ם אויס וויזוי ס'שמעקט'ם די אטענשאן, זאגט'ר אז ס'גאנץ פיין געווען, און וואס איז דיר אזוי געגאנגן בנפשך צי טאהן? זאגט'ר; ליסען מיי פאדער וואס עי קאהען הים סעלף איי פיגערט איי עם אלד ענאף טא בי מיי סעלף טאא...
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 12:15 pm
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 1:48 pm
מ"אשר" שמנה!
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 2:19 pm
אשר! פריש ווי א גאלעציאנער!
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 2:25 pm
דא האט איר איינס וואס האט שוין ווייסע האר און עס קען זיין ס'שוין געזאגט געווארן דא אבער עס איז דאך גוט, געווען א יוד גאגאנגן באזוכן א מאדערנע חדר און פרעגט א יונגל זאג נאר משה'לע ווער האט צעבראכן די לוחות? זאגט דער יונגל נישט איך! גייט ער צום מלמד און זאגט אים וואס איז דאס, איך פרעג דיין תלמוד ווער האט צעבראכן די לוחות זאגט ער נישט איך! זאגט דער מלמד, דער יונגל איז א באגלייבטען יונגל טאמער ער זאגט ער האט עס נישט צעבראכן קענט איר אים גלייבן, לויפט ער מיט איין אטעם צום מנהל, וואספארא מלמדים האט איר דא און ער דערציילט אים וואס גייט פאר, רופט זיכט אן דער מנהל, ר' יוד מאכט נישט קיין געוואלדעס זאגט וויפיל עס האט אייך געקאסט און מיר וועלן אייך באצאלן.
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 2:32 pm
די וויץ איז עלטער פון מיר, ב'חיים מענדל האטעס געזאגט ביי מיין טאטנס חתונה