מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:41 pm

איך וואלט עס דעלייגט אין א אנדער אשכול אבער.... ס׳איז נאר א מילתא דבדיחותא.

44.jpeg
44.jpeg (49.55 KiB) געזעהן 943 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:53 pm

איינער איז געגאנגען צום רב אז ער וויל זיך גט'ן
פרעגט אים די רב פארוואס
זאגט ער ווייל ער וויל מקיים זיין די מצוה פון להחזיר גרושתו
זאגט אים די רב, און ווער זאגט דיר אז זי וועט וועלן צורוקגיין......
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך פאברואר 12, 2020 3:21 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:איינער איז געגאנגען צום רב אז ער וויל זיך גט'ן
פרעגט אים די רב פארוואס
זאגט ער ווייל ער וויל מקיים זיין די מצוה פון להחזיר גרושתו
זאגט אים די רב, און ווער זאגט דיר אז זי וועט וועלן צורוקגיין......

די מעשה גייט אז שרה שארמאשער האט געזאגט פארן רבי'ן אז זי וויל זיך גט'ן אז דער רבי זאל קענען זיין איר מסדר קידושין האט דער רבי איר געזאגט איך אין דיין פלאץ וואלט נישט איינגעשטעלט
דביה תחדי נפשא

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 3:50 pm

געווען אמאל א רב פון א שטעטל.. וואס צום שטוינונג פון די איינוואוינער אן קיין פריערדיגע מעלדונג זעהן זיי איין שיינעם טאג ווי דער רב גרייט זיך צו פארלאזן דעם שטעטל, ער פאקט פעק אין גרייט זיך אוועקצוציען.
ס'געווארן א טומל, וואס גייט דא פאר... די ראשי קהלה זענען שנעל געקומען צולויפן צום רב, ילמדנו רבינו.. וואס איז געשעהן פארוואס פארלאזט'ס אונז די רב,
ענטפערט די רב, עטס פרעגטס פארוואס?... ווייל דאס איז די ערשטע זאך וואס עטץ פרעגטס מיר זינט ווערן רב דא.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אלופי אדום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » מיטוואך פאברואר 12, 2020 3:54 pm

א מחי' מורא'דיג געשמאק דא אריינצוקומען

שוין היינט אליינס אנגעפילט א גאנצע בלאט פון נאר מענין לענין שלא באותו ענין ווערטלעך

רבותי א גרויסע יישר כח אלע ברענגערס! כה לחיכם!
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אפטרופס
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

תגובהדורך אפטרופס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:08 pm

א אינגערמאן פון קרית יואל'ע כולל זאגט אז ער איז היינט געגאנגען קויפן א אתרוג פאר סוכות - מ'האט אים יעצט געצאלט זיין אֶלוּל טשעק...‎

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:19 pm

אויב אזוי קען איך יעצט נאך יוצא זיין די כזית מצה פון דריי יאהר צוריק....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:29 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:מענין לענין, א טאטע האט געשריבן א בריוו צום ייטב לב זיך נאכפרעגן אויף זיין זין אין ישיבה
זיין זין איז געווען יענס פויגל. די ייטב לב האט אים געטראפן קריכן אויפן בוים.
איז וואס ענטפערט מען פארן טאטן.....
האט ער אים צורוקגעשריבן "בנך עולה מעלה מעלה"


געהערט פון ב"מ זצ"ל אויפן וועג אהיים פון א יארצייט סעודה פון ייט"ל זצ"ל

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:34 pm

נו וואדע האט געשריבן:דערמאנט מיר די מעשה פונעם ברך משה זצ"ל זייענדיג נאך סיגוטער רב

א איד איז אריינגעקומען אין סיגוטע שוהל און שרייט אויס צום רבי'ן

רב לעבן כ'וויל מיר גט'ן

רופט זיך אהן דער ברך משה זצ"ל מיט א שמייכל "און ווער וויל זיך דען ניש..."


באקאנט בשם דער בית ישראל זצ"ל (און שטייט בעסער פאר אים)

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:35 pm

איינס האט געשריבן:אויב אזוי קען איך יעצט נאך יוצא זיין די כזית מצה פון דריי יאהר צוריק....

און אויב מ'וועלט אים אריין, וועט מען נאך קענען עסן אטא דעם כזית מצה על אדמת פוילן, ערגעץ אינעם עפאכע פון צווישן די צוויי וועלטס מלחמות...
#צוריקוועגס-אין-צייט
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:32 pm

49940.jpeg
49940.jpeg (73.12 KiB) געזעהן 626 מאל

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 9:18 pm

שוין אמאל געשריבן, אבער נישט אין דעם אשכול:

תהלים כולל האט אנגערופן איינעם בעת שמחתו בעטן זיך צו אויפסיינען און די זכות וועט אוודאי ביישטיין וכו'

האט דער איד געענטפערט, ס'איז גוט איך וועל שוין אליינ'ס אויסזאגן תהלים

האט דער פאנדרעיזער אים געענטפערט "אהא, בוסט אן אויבער חכם!..."

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מיטוואך פאברואר 12, 2020 9:27 pm

:lol: :lol:
קוק אויף האלבע פולע גלאז,
און אויב איז די גלאז אינגאנצן ליידיג, רוק אוועק די גלאז אין א זייט און גיי ווייטער מיט דיין לעבן (יואלי שווארץ)

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך פאברואר 12, 2020 9:33 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:שוין אמאל געשריבן, אבער נישט אין דעם אשכול:

תהלים כולל האט אנגערופן איינעם בעת שמחתו בעטן זיך צו אויפסיינען און די זכות וועט אוודאי ביישטיין וכו'

האט דער איד געענטפערט, ס'איז גוט איך וועל שוין אליינ'ס אויסזאגן תהלים

האט דער פאנדרעיזער אים געענטפערט "אהא, בוסט אן אויבער חכם!..."

ער האט געענטפערט " אהא, ביסט א גאליציאנער...."

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:31 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:מענין לענין, א טאטע האט געשריבן א בריוו צום ייטב לב זיך נאכפרעגן אויף זיין זין אין ישיבה
זיין זין איז געווען יענס פויגל. די ייטב לב האט אים געטראפן קריכן אויפן בוים.
איז וואס ענטפערט מען פארן טאטן.....
האט ער אים צורוקגעשריבן "בנך עולה מעלה מעלה"


מ.ל.ב.ע.

דער ראש ישיבה האט געזאגט "גוט איז נישט דאס ווארט"

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:33 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:מענין לענין, א טאטע האט געשריבן א בריוו צום ייטב לב זיך נאכפרעגן אויף זיין זין אין ישיבה
זיין זין איז געווען יענס פויגל. די ייטב לב האט אים געטראפן קריכן אויפן בוים.
איז וואס ענטפערט מען פארן טאטן.....
האט ער אים צורוקגעשריבן "בנך עולה מעלה מעלה"


מ.ל.ש.ב.ע.

א איד האט זיך געפרעגט פון א ראש ישיבה אויף א בחור

דער ראש ישיבה האט שווער געהערט

נאכן איבערזאגן עטליכע מאל האט ער געכאפט וועלכן נאמען מ'זאגט

זאגט ער "לויט ווי איך הער.... קען ער לערנען"

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:36 pm

אויך אן אלט ווערטל אויף א בחור

ווען דער פארהערער האט נישט געקענט קיין פנים'ער פון בחורים

פארהערער: בוחר בשירי זמרה, וואס ענטפערט תוס'

בוחר: בוחר איז היינט נישט געקומען ער איז פארקילט

פארהערער: נו אויב אזוי זאג דו...
לעצט פאראכטן דורך בוחר בשירי זמרה אום מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:39 pm

דערציילט רב מילער אין עולמו של אבא:

ביי א רעגירונג פארהער [וואו דער ר"י האט פארהערט בנוכחות א רעגירונגס פארשטייער] האט א בחור נישט געוואוסט בין ימינו לשמאלו

האט ער געזאגט פליסיג אשרי

דער ר"י האט געשריבן אז דער בחור האט געקענט א מכה

דער אנדערער האט פארשריבן אז ער האט גענעטפערט די בעסטע

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:39 pm

מן הסתם שוין געווען דא

אבער כ'האב מיך איצט דערמאנט [משום מעשה ש...]

די שוויגער איז אנגעקומען אומפארהאפט אויף א באזוך צו די שנור

שנור: אה א.. ווי לאנג בלייבט די שוויגער?

שוויגער: ווי לאנג דו ווילסט

שנור: וואס? אפילו א גלעזל וואסער וועסטו נישט נעמען?

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:27 pm

מעלב"ע

דער ייטב לב האט אמאל געהערט אז א געוויסע בחור פון ישיבה איז געווען די פריערדיגע נאכט אין טיאטער,

ער האט באלד געלאזט רופן דעם בחור'ל פארהאלטן,

אזוי אגב פרעגט ער, וואס האט מען דארט געזעהן, ענטפערט דער בחור, פארשידענע שטעט איבער די וועלט.

פרעגט אים דער ייטב לב, וועלעכע שטעט? פראג? פאריז? און דער בחור ענטפערט יא, ניין וכו'

פרעגט אים דער ייטב לב קראקע האסטו אויך געזעהן? זאגט דער בחור ניין

דער ייטב לב לאזט אים אראפ מנה אחת על פניהם, "יעצט זעהסטו שוין קראקע!..."

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:02 am

אחד מהחבורה האט געשריבן:געווען אמאל א רב פון א שטעטל.. וואס צום שטוינונג פון די איינוואוינער אן קיין פריערדיגע מעלדונג זעהן זיי איין שיינעם טאג ווי דער רב גרייט זיך צו פארלאזן דעם שטעטל, ער פאקט פעק אין גרייט זיך אוועקצוציען.
ס'געווארן א טומל, וואס גייט דא פאר... די ראשי קהלה זענען שנעל געקומען צולויפן צום רב, ילמדנו רבינו.. וואס איז געשעהן פארוואס פארלאזט'ס אונז די רב,
ענטפערט די רב, עטס פרעגטס פארוואס?... ווייל דאס איז די ערשטע זאך וואס עטץ פרעגטס מיר זינט ווערן רב דא.

די מעשה דערציילט מען אויפן שאגת אריה
גראדע א חבר מיינער האט עס מיר דערציילט מיר מיט א הוספה, אויף רב פלוני, וואס האט אפגעדאנקט פון זיין קהלה,
פארוואס? ווייל ניטאמאל די דערמאנטע שאלה האט מען אים געפרעגט..
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:06 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
49940.jpeg

-y- :lol:

איינער פרעגט מיר פארוואס כ'לאך...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 2:57 am

אביונה האט געשריבן:
אחד מהחבורה האט געשריבן:געווען אמאל א רב פון א שטעטל.. וואס צום שטוינונג פון די איינוואוינער אן קיין פריערדיגע מעלדונג זעהן זיי איין שיינעם טאג ווי דער רב גרייט זיך צו פארלאזן דעם שטעטל, ער פאקט פעק אין גרייט זיך אוועקצוציען.
ס'געווארן א טומל, וואס גייט דא פאר... די ראשי קהלה זענען שנעל געקומען צולויפן צום רב, ילמדנו רבינו.. וואס איז געשעהן פארוואס פארלאזט'ס אונז די רב,
ענטפערט די רב, עטס פרעגטס פארוואס?... ווייל דאס איז די ערשטע זאך וואס עטץ פרעגטס מיר זינט ווערן רב דא.

די מעשה דערציילט מען אויפן שאגת אריה
גראדע א חבר מיינער האט עס מיר דערציילט מיר מיט א הוספה, אויף רב פלוני, וואס האט אפגעדאנקט פון זיין קהלה,
פארוואס? ווייל ניטאמאל די דערמאנטע שאלה האט מען אים געפרעגט..


ואני שמעתי אז עס האט פאסירט ביי רבי יחזקאל אברמסקי אין לונדון.

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:42 am

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:מענין לענין, א טאטע האט געשריבן א בריוו צום ייטב לב זיך נאכפרעגן אויף זיין זין אין ישיבה
זיין זין איז געווען יענס פויגל. די ייטב לב האט אים געטראפן קריכן אויפן בוים.
איז וואס ענטפערט מען פארן טאטן.....
האט ער אים צורוקגעשריבן "בנך עולה מעלה מעלה"


מ.ל.ש.ב.ע.

א איד האט זיך געפרעגט פון א ראש ישיבה אויף א בחור

דער ראש ישיבה האט שווער געהערט

נאכן איבערזאגן עטליכע מאל האט ער געכאפט וועלכן נאמען מ'זאגט

זאגט ער "לויט ווי איך הער.... קען ער לערנען"


מ.ל.ב.ע.

איינער האט זיך נאכגעפרעגט אויף א בחור ביים ראש ישיבה
זאגט די ראש ישיבה, אה דער בחור. ער קען אלעמאל זייער גוט....!

ער האט נאר נישט געוואלט זאגן וואס ער קען גוט. ער קען גוט איבערדרייען די ישיבה.... ער קען גוט עסן... ער קען גוט זיין א מחוצף... א.א.וו.
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
KEWL
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ...Searching
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:49 am

א אינגערמאן זאגט מיר אז ער זיכט א נייע פארטאגס חברותא.

וואסי שׁלעכט מיט דיין יעצטיגע? געבּ איך אים א פרעג...

אה! דער? סע געפערליך לעצטנס מיט אים...

וואסי געשׁען?

ער האט אנגעהויבּן אויפצישטיין.
א מצוה בּלייבּט אויף אייבּיג
אויף עבירות קען מען תשׁובה טון


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט