מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הייליג
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובהדורך הייליג » דינסטאג פאברואר 11, 2020 1:56 pm

ווי יענער האט געזאגט ער האט אנגעהויבן טוען בדחנות און במשכ'ן טאג איז ער געווען א שדכן
די פראבלעם איז נאר געווען אז עפעס האט זיך פארדרייעט די יוצרות.
ווען ער האט געזאגט א דזשאק האט מען געזאגט 'אקעי איך וועל עס איבערטראכטן'
און ווען ער האט אנגעטראגן שידוכים האט מען געלאכט...

אוועטאר
הייליג
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובהדורך הייליג » דינסטאג פאברואר 11, 2020 1:58 pm

דריי זאכען קען מען קוקען און קוקן און קוקען און נישט מיד ווערן
1) ווי וואסער רינט
2) א פייער ברענט
3) ווען א צווייטער ארבעט...

רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 2:01 pm

תגובהדורך רבי מנשה » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:30 pm

הייליג האט געשריבן:דריי זאכען קען מען קוקען און קוקן און קוקען און נישט מיד ווערן
1) ווי וואסער רינט
2) א פייער ברענט
3) ווען א צווייטער ארבעט...

וכולן מצינו אין א מצה בעקעריי. ודו"ק
ומהאי טעמא האבן מענטשן הנאה צו זעהן די עבודה דארטן. :wink:

אוועטאר
KEWL
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ...Searching
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:35 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:שמעתי:
א קארגע ווייב איז א דריי פערטל פרנסה.


א קארגע ווייב, אויף אלע גוים

א שפארזאמע ווייב, א ברכה אין שטוב

I stand corrected
:P



http://ftp.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7&start=75
א מצוה בּלייבּט אויף אייבּיג
אויף עבירות קען מען תשׁובה טון

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:57 pm

זאגט מיר א איד אז פאריגע חודש איז ער געווען צוריק געבליבן מיט דף היומי אזא 2000 בלאט... למעשה האט ער זיך מיטגעכאפט.... היינט איז ער נאר אינטערשטעלונג מיט 30 בלאט...
וירא אלקים כי טוב ויהי ערב ויהי בוקר.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:24 pm

הייליג האט געשריבן:ווי יענער האט געזאגט ער האט אנגעהויבן טוען בדחנות און במשכ'ן טאג איז ער געווען א שדכן
די פראבלעם איז נאר געווען אז עפעס האט זיך פארדרייעט די יוצרות.
ווען ער האט געזאגט א דזשאק האט מען געזאגט 'אקעי איך וועל עס איבערטראכטן'
און ווען ער האט אנגעטראגן שידוכים האט מען געלאכט...

:lol:
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
הייליג
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובהדורך הייליג » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:25 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
לפנות בוקר האט געשריבן:זאגט מיר א איד אז פאריגע חודש איז ער געווען צוריק געבליבן מיט דף היומי אזא 2000 בלאט... למעשה האט ער זיך מיטגעכאפט.... היינט איז ער נאר אינטערשטעלונג מיט 30 בלאט...

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג פאברואר 11, 2020 6:52 pm

ווער עס וויל ליינען א פרייליכע מעשה, קען גיין צו מיין אשכול 'התחזקות בליצן', ביי די היינטיגע טאג. א קאמישע משל, מיט נאך א מוסר השכל אויך צו די זייט...

שיעלע בהמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג פאברואר 11, 2020 10:19 pm

יסודות'דיגע חילוק צווישן סאטמאר און לובאוויטש.

אין סאטמאר איז מען טיעף אינעם ביטערן גלות, אין לובאוויטש איז מען שוין טיעף אריין אינעם גאולה ודו"ק..
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » דינסטאג פאברואר 11, 2020 11:33 pm

די חילוק צווישן ליבאוויטש און ברסלב איז.
ליבאוויטש איז א קאמפליצירטע חסידות פאר פשוטע מענטשן, ברסלב איז א פשוטע חסידות פאר קאמפליצירטע מענטשן. ודו"ק
סאיז שוין אמאל דא געווען
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג פאברואר 11, 2020 11:36 pm

פון וואנעט ווייסט מען אז דער קובאנער דיקטאטור פידעל קאסטראו איז נישט געווען קיין אדמו"ר?

זייער פשוט, ער האט בחייו איבערגעגעבן די פירערשאפט פאר זיין ברודער...

itsi
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:44 am

תגובהדורך itsi » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:24 am

איינפאכער איד האט געשריבן:פון וואנעט ווייסט מען אז דער קובאנער דיקטאטור פידעל קאסטראו איז נישט געווען קיין אדמו"ר?

זייער פשוט, ער האט בחייו איבערגעגעבן די פירערשאפט פאר זיין ברודער...

;l;p-

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך פאברואר 12, 2020 5:01 am

לעצטענס האב איך געהערט א גלייכע ביאור אינעם ווארט 'מחותן', פון וואנעט שטאמט עס אזא מין ווארט [און הייבטס מיר נישט מיט אויבער-חכמות: חתן, חותן, מחותן].

יענער פארציילט מיר אזוי: א איד האט זיך אמאהל משדך געווען מיט א בער, עס איז געקומען צו דרש'ענען ביים שבע ברכות הייבט ער אהן זאגן: דער טייערער רבי ר' בער זאל געזונט זיין וכו' וכו', שוין, אלעס איז פיין.

דערנאך האט ער זיך משדך געווען מיט א הערש – נו, אונזער טייערער רבי ר' הערש זאל לעבן וכו'.

דערנאך מיט א וואלף; דער חשוב'ער ר' וואלף זאל לעבן און געזונט זיין האט פריער דערמאנט וכו'.

ביים פערטן קינד האט ער זיך משדך געווען מיט א הונט.

עס איז געקומען צו דרש'ענען ביי די סעודה האט ער זיך געטראפן מיט א פראבלעם, עס פאסט עפעס נישט צו זאגן דער רבי ר' הונט, איז ער געפאלן אויף אן המצאה: דער טייערער מחותן זאל געזונט זיין...

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:14 am

דער ווארט האט געזאגט החסיד החבדי הנודע ר' ישראל נעוולער צו זיין מחותן, ביים שליסען א שידוך.
ר' ישראל איז געווען אלץ בחור א גרויסער שטיפער און ווילד, און איז דער וואס אמאל האט ער אריינגעבריינגט א שיכרע ציג ( גענומען א ציג און אנגעטרונקען משקה) אין בית מדרש. דער רבי ריי"צ מנהל הישיבה האט עם אוועקגעשיקט פון ישיבה מערערע מאל. איין מאל נאך ווערן אוועקגעשיקט איז ער געגאנגען צו די סטארס און געקויפט אויף די חשבון פון ישיבה, קומט צו עם דער רבי ריי"צ און פרעגט עם וואס איז דאס? ענפערט ער איך האב געמאכט א חשבון אז עס איז ביליגער פאר דער ישיבה א נישט שטארבט ער און א לויה איז מער געלט.
א אנדער מאל קומט ער צום רבי ריי"צ און זאגט איר ווארפט ארויס מיר מיט מיינע קינדער און קינס קינדער. דער רבי ריי"צ האט עם צוריקאריינגענומען.

ער איז אויסגעוואקסן גאר א דערהויבענע איד. מיט א שארפע צ'ונג.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:02 am

zugurnish האט געשריבן:דער ווארט האט געזאגט החסיד החבדי הנודע ר' ישראל נעוולער צו זיין מחותן, ביים שליסען א שידוך.
ר' ישראל איז געווען אלץ בחור א גרויסער שטיפער און ווילד, און איז דער וואס אמאל האט ער אריינגעבריינגט א שיכרע ציג ( גענומען א ציג און אנגעטרונקען משקה) אין בית מדרש. דער רבי ריי"צ מנהל הישיבה האט עם אוועקגעשיקט פון ישיבה מערערע מאל. איין מאל נאך ווערן אוועקגעשיקט איז ער געגאנגען צו די סטארס און געקויפט אויף די חשבון פון ישיבה, קומט צו עם דער רבי ריי"צ און פרעגט עם וואס איז דאס? ענפערט ער איך האב געמאכט א חשבון אז עס איז ביליגער פאר דער ישיבה א נישט שטארבט ער און א לויה איז מער געלט.
א אנדער מאל קומט ער צום רבי ריי"צ און זאגט איר ווארפט ארויס מיר מיט מיינע קינדער און קינס קינדער. דער רבי ריי"צ האט עם צוריקאריינגענומען.

ער איז אויסגעוואקסן גאר א דערהויבענע איד. מיט א שארפע צ'ונג.


די מעשה ווערט געברענגט אין 'סאמארקאנד' פון ר' הלל זאלצמאן נ"י

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:17 am

zugurnish האט געשריבן:א אנדער מאל קומט ער צום רבי ריי"צ און זאגט איר ווארפט ארויס מיר מיט מיינע קינדער און קינס קינדער. דער רבי ריי"צ האט עם צוריקאריינגענומען.

אין וויזניץ דערציילט מען א ענליכע מעשה
דער אמרי חיים האט אמאל געוואלט ארויס ווארפן דעם בולי פון ישיבה איז ער אריין צום רבין און געזאגט אז יעדע ישיבה האט איין בחור וואס איז דער ערקסטער בחור אין ישיבה, אויב ווארפסטו מיר וועט דער בחור וואס איז נאכנישט די ערקסטע ווערן דער ערקסטער
און ער האט איהם געלאזט אין ישיבה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:55 am

מענין לענין, א טאטע האט געשריבן א בריוו צום ייטב לב זיך נאכפרעגן אויף זיין זין אין ישיבה
זיין זין איז געווען יענס פויגל. די ייטב לב האט אים געטראפן קריכן אויפן בוים.
איז וואס ענטפערט מען פארן טאטן.....
האט ער אים צורוקגעשריבן "בנך עולה מעלה מעלה"
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:08 pm

מענין לענין מדערציילט אז אמאל איז ר נתן יוסף אריין צום סאטמארע רבי ז"ל אז ער וויל ווארפן אפאר בחורים, אויפן שאלה פון רבין פארוואס, האט ר נתן יוסף געזאגט אז סאיז געווען א בלקאויט אין קעמפ אין די בחורים האבן געזאגט א גרויסע פייער און איבערגעדרייט די קעמפ, האט אים די רבי גערעדט וויפיל מאל א זוממער איז דא א בלקאויט זאגט רנ"י בערך 1 מאל, זאגט אים די רבי 1 מאל איז עס שוין געווען, סוי פארוואס ווארפן די בחורים אז זיי וועלן עס שוין סיי ווי נישט מער טוהן.
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:28 pm

און לענין של ענין אחר הענין
טענהט מיר איינער אז ער פארט מיט א פליגער נאר גלייך נאך א קראך פון א פליגער ווייל סגעשעהט קינמאל נישט אז צוויי פליגערס זאל קראכן איינער נאכן צווייטן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:32 pm

מענין לענין של ענין באותו הענין
א ערעפלאן האט זיך זייער שטארק געווארפן, און די עולם האט גע'פחד'נט
רופט זיך אן איינער. מדארף נישט זיין באזארגט, קיינער וועט נישט בלייבן אויבן.....
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

בואי בשלום
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 31, 2020 11:23 am

תגובהדורך בואי בשלום » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:11 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:מענין לענין של ענין באותו הענין
א ערעפלאן האט זיך זייער שטארק געווארפן, און די עולם האט גע'פחד'נט
רופט זיך אן איינער. מדארף נישט זיין באזארגט, קיינער וועט נישט בלייבן אויבן.....


..... אין די לופטן וועט מען נישט בלייבן.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:17 pm

מע ין לענין שלא באותו ענין,
א בחור וועם מ'האט געדארפט ווארפן פון ישיבה האט געזאגט פאר'ן ר"י "אויב פלי איך פון ישיבה, גיי איך צום גלח"
דער ר"י האט גענומען א טאג צו נאכטשעקן ווי דער בחור שטייט באמת,
נאך א טאג רופט ער צוריק דעם בחור
"כ'האב גערעדט צום גלח, דער גלח דארף דיך נישט... ארויס!"

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:18 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מע ין לענין שלא באותו ענין,
א בחור וועם מ'האט געדארפט ווארפן פון ישיבה האט געזאגט פאר'ן ר"י "אויב פלי איך פון ישיבה, גיי איך צום גלח"
דער ר"י האט גענומען א טאג צו נאכטשעקן ווי דער בחור שטייט באמת,
נאך א טאג רופט ער צוריק דעם בחור
"כ'האב גערעדט צום גלח, דער גלח דארף דיך נישט... ארויס!"

איך מיין מהר״א זאגט עס אויף איינע פון די ריקארדינגס
״איך האב גערעדט צום גלח ער וויל דיר נישט אננעמען!״
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:27 pm

יא יא

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:36 pm

דערמאנט מיר די מעשה פונעם ברך משה זצ"ל זייענדיג נאך סיגוטער רב

א איד איז אריינגעקומען אין סיגוטע שוהל און שרייט אויס צום רבי'ן

רב לעבן כ'וויל מיר גט'ן

רופט זיך אהן דער ברך משה זצ"ל מיט א שמייכל "און ווער וויל זיך דען ניש..."
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גיט, וימאןX3, טוב ה' לכל און 30 געסט