מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 11:54 am

א חבר מיינער וואס גייט אפט פישל'ן פרעגט מיר

וויזוי איז דאס אז פרויען פארגעסן קיינמאל ניש די עניווערסעטי און מענער פארגעסן אלס

פרעג איך אים, זאג נאר דו געדענקסט ווען דו האסט געכאפט דיין גרעסטע פיש .

זאגט ער מיר , נו וואדע

זאג איך אים , נו נו , דו געדענקסט טאקע , אבער דער פיש האט שוין לאאאאאאאאנג פארגעסן !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 11:54 am

פרעזידענט טראמפ איז געגאנגן באזוכן ביים דאקטאר
און זאגט כ'פיל אווי כ'האב א מחלה

פרעגט אים די דאקטאר

וויזוי הייסטו ?

זאגט ער , דאנעלד טראמפ

זאגט אים דער דאקטאר , "כאב דיר ניש געפרעגט וויזוי די מחלה הייסט ,כאב פלעין געפרעגט דיין נאמען !!!!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 11:55 am

אונז זעמיר אין א דור וואס איז פארקערט פון שמאי הזקן

שמאי יעדע זאך וואס ער האט געטראפן זונטאג מאנטאג אדער דינסטאג א.א.וו. האט ער עס אוועקגעלייגט לכבוד שבת

היינטיגע דור איז ממש פארקערט , אלעס וואס מ'עסט שבת זאגט מען מ'העט עס אוועקלייגן פאר זונטאג מאנטאג און דינסטאג......!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 11:55 am

חידה

וועכע זאך האט טראמפ וואס א רעפארם רבי האט ע"פ רוב ניש ??








אידישע אייניקלעך......................!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 12:05 pm

נו וואדע האט געשריבן:גאר שטארק


די ערגסטע זאך וואס קען געשעהן צונייך איז........................................................................................................מאכן א האטשו מיט א מויל פול מיט פערפל....!

אדער בטעות געבן א קליינע עטעם אריין און דערנאך זיך נעמען היסן איבער א פאנקע מיט קאנפעקשן שאגער מוצאי שבת חנוכה מיט דיין שיינע טיש בעקיטשע וואס דו ניצט נאר אין שול...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 12:10 pm

@נו וואדע זייער גוט איינס ביי איינס
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

גברא רבא
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

תגובהדורך גברא רבא » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 12:44 pm

נו וואדע האט געשריבן:חידה

וועכע זאך האט טראמפ וואס א רעפארם רבי האט ע"פ רוב ניש ??








אידישע אייניקלעך......................!!!

און וואס האט ביבי וואס אפילו א ארטדאקסישע ראביי האט נישט?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11317
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:13 pm

נו וואדע האט געשריבן:חידה

וועכע זאך האט טראמפ וואס א רעפארם רבי האט ע"פ רוב ניש ??








אידישע אייניקלעך......................!!!

;l;p-
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11317
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:20 pm

שאלה:
א פליגער פול מיט מענטשן האט זיך געהויבן פון לאנדען אויפן וועג צו ניו יארק, אינמיטן וועג, פליענדיג העכער פענסילוועניע, איז געשען א טראגעדיע רח"ל, די פליגער האט אראפגעקראכט!

יעצט אויף וועלכע אטאריטעט ליגט די אחריות צו באערדיגן די איבערלעבער, לאנדאן, ניו יארק, אדער פענסילוועניע?



תשובה:
די איבערלעבער העט מען באערדיגן הירשט ווען זיי וועלן שטארבן לאחר מוע"ש....
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 2:07 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:שאלה:
א פליגער פול מיט מענטשן האט זיך געהויבן פון לאנדען אויפן וועג צו ניו יארק, אינמיטן וועג, פליענדיג העכער פענסילוועניע, איז געשען א טראגעדיע רח"ל, די פליגער האט אראפגעקראכט!

יעצט אויף וועלכע אטאריטעט ליגט די אחריות צו באערדיגן די איבערלעבער, לאנדאן, ניו יארק, אדער פענסילוועניע?



תשובה:
די איבערלעבער העט מען באערדיגן הירשט ווען זיי וועלן שטארבן לאחר מוע"ש....

פון לאנדאן קיין ניו יארק פארט מען נישט דורך פענסילוועניע.

אפגעפרעגט!!!!

לייג ענדערשט מעסעטשוסעטס אדער קאנעטיקוט
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 3:46 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:שאלה:
א פליגער פול מיט מענטשן האט זיך געהויבן פון לאנדען אויפן וועג צו ניו יארק, אינמיטן וועג, פליענדיג העכער פענסילוועניע, איז געשען א טראגעדיע רח"ל, די פליגער האט אראפגעקראכט!

יעצט אויף וועלכע אטאריטעט ליגט די אחריות צו באערדיגן די איבערלעבער, לאנדאן, ניו יארק, אדער פענסילוועניע?



תשובה:
די איבערלעבער העט מען באערדיגן הירשט ווען זיי וועלן שטארבן לאחר מוע"ש....

פון לאנדאן קיין ניו יארק פארט מען נישט דורך פענסילוועניע.

אפגעפרעגט!!!!

לייג ענדערשט מעסעטשוסעטס אדער קאנעטיקוט

באלט דיר נישט פיי אז פארדעם האט עס געקראכט?
א כפר"ה אויף אייוועלט...

טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 6:09 am

nmi האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:גאר שטארק


די ערגסטע זאך וואס קען געשעהן צונייך איז........................................................................................................מאכן א האטשו מיט א מויל פול מיט פערפל....!

אדער בטעות געבן א קליינע עטעם אריין און דערנאך זיך נעמען היסן איבער א פאנקע מיט קאנפעקשן שאגער מוצאי שבת חנוכה מיט דיין שיינע טיש בעקיטשע וואס דו ניצט נאר אין שול...

אוי וויי... דאס איז זייער ספעסיפיק. מעשה שהיה??

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:01 pm

nmi האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:גאר שטארק


די ערגסטע זאך וואס קען געשעהן צונייך איז........................................................................................................מאכן א האטשו מיט א מויל פול מיט פערפל....!

אדער בטעות געבן א קליינע עטעם אריין און דערנאך זיך נעמען היסן איבער א פאנקע מיט קאנפעקשן שאגער מוצאי שבת חנוכה מיט דיין שיינע טיש בעקיטשע וואס דו ניצט נאר אין שול...


האסט פארגעסן אויסצופירן:
'ביים שווער אינדערהיים'...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:06 pm

טוב ויפה האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:גאר שטארק


די ערגסטע זאך וואס קען געשעהן צונייך איז........................................................................................................מאכן א האטשו מיט א מויל פול מיט פערפל....!

אדער בטעות געבן א קליינע עטעם אריין און דערנאך זיך נעמען היסן איבער א פאנקע מיט קאנפעקשן שאגער מוצאי שבת חנוכה מיט דיין שיינע טיש בעקיטשע וואס דו ניצט נאר אין שול...

אוי וויי... דאס איז זייער ספעסיפיק. מעשה שהיה??

יאפ. ס'מאכט זיך יאר יערליך מיט טייזענטער דאונאטס... מהאי טעמה וויל איך נישט עסן דאונאטס מיט דשעלי...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:09 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:גאר שטארק


די ערגסטע זאך וואס קען געשעהן צונייך איז........................................................................................................מאכן א האטשו מיט א מויל פול מיט פערפל....!

אדער בטעות געבן א קליינע עטעם אריין און דערנאך זיך נעמען היסן איבער א פאנקע מיט קאנפעקשן שאגער מוצאי שבת חנוכה מיט דיין שיינע טיש בעקיטשע וואס דו ניצט נאר אין שול...


האסט פארגעסן אויסצופירן:
'ביים שווער אינדערהיים'...

@אונגערישער מיין רבי וואלט מיר אויפגעפאטשט פאר אזא תגובה. "אז דו האסט יא א גוט קעפל נו פארוואס לערענסטו נישט???" (כאילו מ'קען מיינען אז כ'האב [נישט] געלערנט אין חדר...).

אגב. ווי איז יענע תגובה טאקע?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

תגובהדורך קלמן יאסעלע » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:21 pm

היינט ביים דאווענען ביי הויכע שמו"ע קומט צו מיר א משולח פאר א נדבה אונטערזינגענדיג זיך 'ותן שכר טוב'...
נעם איך ארויס א דאלאר און איך גיב אים דאס אהין, אונטערזינגענדיג זיך 'ולרושלים עירך תשיב'!
האסט א מיינונג? נישקשה, גיב נאר אכט עס זאל נישט ווערן א שטעלונג!

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובהדורך הייליג » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:40 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
בערקא האט געשריבן:אז מען רעדט פון מלוה מלכה האמער זעכדערמאנט

יענקל האט זיך באגניגנט פאר מלוה מלכה מיט א פעניצל און א טיי, פרעגטעם זיין באלעבאסטע: "פארוואס עסטע אזא מאגערע סידע?

ט'רגעענטפערט אזוי זאגט מען אין דע זמירעס, "סקיני סידעסע"
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:58 pm

:lol: :lol: :lol:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:היינט ביים דאווענען ביי הויכע שמו"ע קומט צו מיר א משולח פאר א נדבה אונטערזינגענדיג זיך 'ותן שכר טוב'...
נעם איך ארויס א דאלאר און איך גיב אים דאס אהין, אונטערזינגענדיג זיך 'ולרושלים עירך תשיב'!
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:23 pm

א גוט שטיקל פונעם 'מלאך', אפשר אביסל אלט אבער גוט....
https://drive.google.com/open?id=1DUUxo ... UJorxz992y
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

תגובהדורך קלמן יאסעלע » זונטאג דעצמבער 08, 2019 11:02 pm

עולם הפוך.....!ווען כ'קום אן צום שיעור פופצן מינוט שפעט שרייט מען אז איך בין שפעט... און ווען כקום אן פופצן מינוט פרי זאגט מען קוק ווי צייטליךכ'בין!!!!!!!!
האסט א מיינונג? נישקשה, גיב נאר אכט עס זאל נישט ווערן א שטעלונג!

משה חבר
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 2:22 pm

תגובהדורך משה חבר » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:29 pm

0.jpg
0.jpg (59.32 KiB) געזעהן 1323 מאל

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11317
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:33 pm

אמת ויציב
באלאנגט נישט אין מילתא דבדיחותא...
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 6:08 pm

א ליטווישע בחור איז אמאהל געקומען צום רבין'ס טיש.
באקומעט ער א שטיקל פיש פאר שיריים.
פרעגט ער פון א חסיד אויף פארענטשעס, don't they give napkins over here?
זאגט איהם די חסיד, ביזט משוגע? ביזט ביי א חסידישע טיש!
ליטוואק: נו וואס זאך איך טוהן?
חסיד: וויש דיך אריין אינעם שכן'ס בעקיטשע!
ליטוואק: און ער גייט נישט שפירן?
חסיד: און איהר האט יא געשפירט?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 6:28 pm

Kosher Travel האט געשריבן:א ליטווישע בחור איז אמאהל געקומען צום רבין'ס טיש.
באקומעט ער א שטיקל פיש פאר שיריים.
פרעגט ער פון א חסיד אויף פארענטשעס, don't they give napkins over here?
זאגט איהם די חסיד, ביזט משוגע? ביזט ביי א חסידישע טיש!
ליטוואק: נו וואס זאך איך טוהן?
חסיד: וויש דיך אריין אינעם שכן'ס בעקיטשע!
ליטוואק: און ער גייט נישט שפירן?
חסיד: און איהר האט יא געשפירט?

די ווערטל איז אז דער ליטוויטשע בחור האט גענומען די פיש אין האנט אריין...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אורך ימים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 04, 2019 8:43 am

תגובהדורך אורך ימים » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 9:08 pm

הערט א שמועס צווישן א מאן מיט די פאליציי!

מאן: מען האט מיר בגנב'ט מיין קרעדיט קארד

פאליס: פארוואס האסטו געווארט ביז יעצט

מאן: ווייל די גנב סווייפט ווייניגער ווי מיין ווייב

פאליס: דעמאלס פארוואס ביזט יעצט יא געקומען?

מאן: ווייל איך מיין אז די ווייב פון די גנב האט עס יעצט אנגעהויבן ניצן


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט