בלאט 406 פון 411

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 1:28 pm
דורך משה חבר
123.jpg
123.jpg (58.86 KiB) געזעהן 1593 מאל

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 1:42 pm
דורך yoel2124441100
א בחור וואס זיין שוועסטער איז געווארען א כלה
האבען עטליכע עלטערע אידען גהאלטען און איין פרעגען אויב ער איז נעקסט.

א וואך שפעטער איז ער געווען אויף א לוי' ר"ל.
גייט ער צו צו די עלטערע אידען וואס האבען אוהם גערודפט און פרעגט פון יעדען איינעם
"זאגט נאר, אוהר זענט נעקסט?"

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 6:37 pm
דורך אוראייניקל
משה חבר האט געשריבן:
123.jpg

מענין לענין באותו ענין.
ידוע פון הרה"ק ר' ברוכ'ל גארליצער זי"ע, אאע"ה האט געזאגט, אויב ס'זענען דא דארט פופציג צדיקים, דארף מען נישט איבערדרייען די שטאט, ווייל זיי וועלן עס אליינס איבערדרייען!

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 10:39 am
דורך איינפאכער איד
א ביטער געלעכטער, אבער ליידער בארירט דאס א ווייטאגליכער מציאות:

א גרויסער ראש ישיבה פון איינעם פון די וועלט בארימטע ישיבות למצויינים, וועלכער האט מעמיד געווען טויזענטער תלמידים הגונים במשך כל ימי חייו, איז ארויפגעקומען אויף יענער וועלט נאכ'ן אויסלעבן זיינע יארן, און מיט פעסטע זיכערע טריט שפאנט ער צו צום בית דין של מעלה צו הערן זיין פסק דין.
נאכ'ן דורכקוקן אלע זיינע לעבנס יארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיין הרבצת התורה און זיינע פילע מצות ומעשים טובים האבן פילפאכיג איבערגעוואויגן זיינע עבירות, און דער ראש ישיבה ווארט מיט אן איינגעהאלטענעם שמייכל אויפ'ן פסק אז ער קען גיין אין גן עדן אריין.
אבער דא האט אפגעדונערט דעם קול פון בית דין של מעלה וואס האט אים ממש פארפרוירן
"גיהנם"!

"ווואאססס" האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן צו טענה'ן "דאס הייסט אן עולם האמת? נאכדעם וואס מיינע מצוות האבן איבערגעוואויגן שיקט מען מיר גאר אין גיהנם".
"ביסט גערעכט" קומט גלייך דער ענטפער "דיר קומט זיך באמת 'גן עדן', אבער וואס זאלן מיר טוהן אז מיר קענען ליידער נישט אננעמען דארט יעדן איינעם ווייל מיר האבן נישט קיין פלאץ........."

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:02 pm
דורך כאניש וואס צו טון
דעי וואך איז עשרה בטבת...

(שרה בטיבה....)

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:22 pm
דורך רוצה לדעת
נישט פאר שוואכע הערצער...

ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע ריטב"א, איז ער א חריף
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע רשב"א, איז ער א עמקן
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע מהרש"א, איז ער א ת"ח
וכו'

אבער
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף דעם רבי'ן ז"ל, איז ער א אפיקורס....

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:23 pm
דורך zugurnish
וואס דערפאר פאסט מען ווייל שרה איז געפאלן אין די תבה (פון לעצטע וואכ'ס פרשה)....

אז מען רעט פון פסקי דין אין בית דין של מעלה.

געוועען א לאייער -אדוואקאט וואס איז געשטארבן זיין אלט אינגאנצען 35 יאר.

קומט ער צום בית דין של מעלה, און פרעגט מיט כעס, וואס האט מען גענומען עם אזוי יונג סך הכל נאר 35 יאר אלט?

35 יאר אלט? פרעגט מען איהם שאקירטערהייט

לויט די ביללס וואס דו האסט געשיקט דיינע קלייענטין פאר די שעות ארבעט דו האסט געארבעט פאר זיי
קומט אויס אז דו דארפסט שוין זיין א בן מאה.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:27 pm
דורך הויעך
רוצה לדעת האט געשריבן:נישט פאר שוואכע הערצער...

ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע ריטב"א, איז ער א חריף
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע רשב"א, איז ער א עמקן
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע מהרש"א, איז ער א ת"ח
וכו'

אבער
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף דעם רבי'ן ז"ל, איז ער א אפיקורס....

די חילוק אוודאי פארשטייסטו, דער חריף עמקן מתמיד גאון האט טאקע א קשיא אבער ער פארשטייט אז דאס מיינט נישט אז די ריטב"א רשב"א מהרש"א איז נישט גערעכט, משא"כ דער לעצטער

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:39 pm
דורך נו וואדע
א קליין קינד זעהט אמאל אווי די טאטע טוישט די באלב

פרעגט ער , טאטי פארוואס טוישסטו די באלב

זאגט דער טאטע, ווייל ס'האט אפגעברענט

פרעגט דאס קינד , "דאס האט אויך מאמי געקאכט ?!!!!"

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:41 pm
דורך נו וואדע
איינער פרעגט מיר אווי מ'קען קויפן עסן פאר שלענג .....

פרעג איך אים , צו וואס ?

זאגט ער , "ווייל מיין שוויגער גייט אויס פאר הונגער !!"

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:45 pm
דורך נו וואדע
אז מ'רעד שוין פון שלענג

זאגט מיר איינער , אז א שאד אדם וחוה זענען ניש געבוירן געווארן אין כינע אזוי וואלטן זיי אויפגעגעסן דעם שלאנג און פטור נ'עסק..............

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:46 pm
דורך נו וואדע
סיז גאר קאמיש און אינטערעסאנטליך

אז מ'ברויך שרייען אז ס'זאל זיין שטיל...................!

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:48 pm
דורך נו וואדע
איינער פרעגט מיר , אז ער וויל אייביג וויסן וואס דעי מענטשן טוען מיט די איבריגע צייט ווען זיי קרויזן אים אויס אויפן עסקעלעיטער...........

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:51 pm
דורך נו וואדע
א גרויס קינד פארט אמאל אויף זיין צוויי רעדל'דיגע ביציקעל ווען די מאמע שטייט און קוקט פון די זייט מיט הנאה

דעי קינד שרייט, מאמי קוק..... אהנע הענט...

און נאכער שרייט ער, מאמי קוק......אהנע פוס..

נאכדעם געט ער א געשריי , מאמי קוק...אהנע ציין !!!

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:54 pm
דורך נו וואדע
א טאטע בעט אמאל פון זיין זון וואס איז געפארן אויף א נסיעה , פליז קויף מיר ציגארעטלעך אויפן וועג

דעי זון קומט אהיין נאך א וואך , דער טאטע פרעגט אים , נו ווי זענען מיינע ציגארעטן

זאגט דער זון, אויש טאטי כאב אינגאנצן פארגעסן דערפון

זאגט אים דער טאטע , דאס איז דיין פראבלעם , יעצט העסטו דארפן ווארטן לענגער אויף די ירושה............!

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 1:01 pm
דורך טראמבאן
נו וואדע האט געשריבן:
רוצה לדעת האט געשריבן:נישט פאר שוואכע הערצער...

ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע ריטב"א, איז ער א חריף
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע רשב"א, איז ער א עמקן
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע מהרש"א, איז ער א ת"ח
וכו'

מענין לקנין

איז אמאל א גוי געקומען צום בי"ד זיך מגייר זיין

זאגט ער פארן בי"ד , כ'וויל מיר מגייר זיין אבער כ'וויל נאר ווערן א סאטמארער

פרעגט אים די בי"ד ,פארוואס פונקט א סאטמארער ?

זאגט ער , "א איד וויל איך ווערן אבער א אנטעסעמיט ווילעך בלייבן !!!"

(שטייטצעך סיז נאר א ווערטל כידוע איז סאטמארע רב זי"ע געוען א זעלטענער אוהב ישראל וואס אין זיין דור כמעט באין דומה לו וכמה עובדות ומעשים יוכיחו ואכמ"ל ,ס'נאר ליידער דא מענטשן וואס ווייסן ניש ווי איין און ווי אויס)

האלטסט אז ס'דא מער סאטמארע שלעכטע ווי אין אנדערע פלעצער?
אויסדרוקליך אז נישט.
קען זיין וויבאלד פרעצענוטאל זענען זיי די מערסטע איז דזעהט זיך עס מער אן, אבער איך קען ביינונז אין חסידות אויך אסאך...

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 1:01 pm
דורך נו וואדע
גאר שטארק !

געווען אמאל אזא גראבער מענטש אזש ווען ער איז אריינגעקומען אין ס'מעדריש האט ער זיך אראפגעזעצט לעבן יעדעם...............!

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 1:03 pm
דורך נו וואדע
טראמבאן האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:
רוצה לדעת האט געשריבן:נישט פאר שוואכע הערצער...

ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע ריטב"א, איז ער א חריף
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע רשב"א, איז ער א עמקן
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע מהרש"א, איז ער א ת"ח
וכו'

מענין לקנין

איז אמאל א גוי געקומען צום בי"ד זיך מגייר זיין

זאגט ער פארן בי"ד , כ'וויל מיר מגייר זיין אבער כ'וויל נאר ווערן א סאטמארער

פרעגט אים די בי"ד ,פארוואס פונקט א סאטמארער ?

זאגט ער , "א איד וויל איך ווערן אבער א אנטעסעמיט ווילעך בלייבן !!!"

(שטייטצעך סיז נאר א ווערטל כידוע איז סאטמארע רב זי"ע געוען א זעלטענער אוהב ישראל וואס אין זיין דור כמעט באין דומה לו וכמה עובדות ומעשים יוכיחו ואכמ"ל ,ס'נאר ליידער דא מענטשן וואס ווייסן ניש ווי איין און ווי אויס)

האלטסט אז ס'דא מער סאטמארע שלעכטע ווי אין אנדערע פלעצער?
אויסדרוקליך אז נישט.
קען זיין וויבאלד פרעצענוטאל זענען זיי די מערסטע איז דזעהט זיך עס מער אן, אבער איך קען ביינונז אין חסידות אויך אסאך...

דאס זאג איך דיר ( בד"וו כ'בין א סאטמארער און כ'שעם מיר בכלל ניש דערמיט , אדרבה כ'בין זייער שטאלץ דערמיט "ווייל כ'בין א סאטמאר איד..")

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 1:04 pm

מ'דארף נישט זיין א גרויסער חכם צו וויסן אז דו ביזט א סאטמארער.. און ווארשיינליך ווייסטו אז כ'בין אויך...
נאר וואדען? דאס איז אונזער שפראך _ רעדן ווי אן אינדרויסנדער...

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 2:08 pm
דורך zugurnish
נו וואדע האט געשריבן:סיז גאר קאמיש און אינטערעסאנטליך

אז מ'ברויך שרייען אז ס'זאל זיין שטיל...................!

איך געדענק זייין גלייך לעבן רבי זי"ע ביים פארברענגען שמחת תורה תשמ"ו פאר הקפות,
און עס איז געווען זייער בשמחה, און עס איז געווען א גרויסער טומול,
האט מען מגעשריען שא שטיל, האט דער רבי געגעבן א משל ווי שרייען שא שטיל העלפט ניט מאכן שטיל
זע דא
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=366

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:35 pm
דורך פעטער יעקל
א טאג נאך די פיש האט גערעדט אין סקווירא האט יענקל מילער אריינגעקאלט אין געשעפט:
"איר האט אפשר סעמאן פיש?"
יא איז געווען די תשובה.
"איך קען רעדן צו אים??..."

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 6:27 am
דורך פרלמן משה
ביי די היינגערס אין א ישיבה האט מען געשטעלט א צעטל "דער היינגער איז פארן משגיח", האט א בחור צוגעשריבן "און אויך פאר זיין קאפעלוטש"...

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:07 am
דורך געריבענער סוחר
נו וואדע האט געשריבן:
( בד"וו כ'בין א סאטמארער און כ'שעם מיר בכלל ניש דערמיט , אדרבה כ'בין זייער שטאלץ דערמיט
"ווייל כ'בין א סאטמאר איד..")

;l;p-
די ליסטע ווערט שוין לענגער :smile:
דרשו איד
חק איד
ווייל איך בין א איד
ווייל איך בין א סאטמאר איד

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:42 am
דורך אונגארישע הייזער
הויעך האט געשריבן:
רוצה לדעת האט געשריבן:נישט פאר שוואכע הערצער...

ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע ריטב"א, איז ער א חריף
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע רשב"א, איז ער א עמקן
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף א שווערע מהרש"א, איז ער א ת"ח
וכו'

אבער
ווען א יונגערמאן האט א קושיא אויף דעם רבי'ן ז"ל, איז ער א אפיקורס....

די חילוק אוודאי פארשטייסטו, דער חריף עמקן מתמיד גאון האט טאקע א קשיא אבער ער פארשטייט אז דאס מיינט נישט אז די ריטב"א רשב"א מהרש"א איז נישט גערעכט, משא"כ דער לעצטער

ריכטיג, און צום פונקט!

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 12:29 pm
דורך כאניש וואס צו טון
געהערט היינט און שול ביים תיקון טיש אזא 5 מינוט פאר די חצות מנין. .

לוט איז געווען א ליובאביטשער,

- דאס איז דאך פשוט אז לוט האט געטרונקען..

- לוט איז געווען שלוח אין סדום..

- פון לוט קומט דאך ארויס משיח..

- ווייטער זיין ווייב איז דאך אוודאי געווען דער "מלח המשיח...."