מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאט טו ביזי
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:13 pm

מילתא דבדיחותא

תגובהדורך נאט טו ביזי » זונטאג יוני 25, 2006 1:36 pm

אנשטאט עס צו שרייבן אין די אלטע קרעטשמע אויף הייד פארק אינם אשכול "יארמור רב"... ... זאגט: שרייב איך עס דא.

איך האב געהערט נאכזען פון ר' יענקעל אז פארוואס טוט מען אן א קיטל פאר א נפטר? ווייל מען וויל אים דערמאנען אז ער האט אמאל חתונה געהאט.


דא האט איר די לינק צו יענעם אשכול
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/top ... id=1488383

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אוגוסט 06, 2006 12:24 pm

יענקל זאגט שוין נישט קיין ווערטלעך?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 10:06 am

Q. why are nushim putor from a mitzvas eseh shehazman gruma? A. becuase they are never ready on time.

jewboy

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 10:49 am

איך פונקט געהערט לעצטע וואך איינער זיך אפרעדן אויף זיין אלטע קאר.

אז אלעס פייפט, אויסער די פייפער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 11:36 am

געהערט לעצטנס: פארוואס זאגט מען נישט אום ר"ה "אנו מתירין להתפלל עם העבריינים"?

ווייל אלע עבריינים געפונען זיך דאן אין... (פלאץ ארויסגענומען משום תקנות הפורום).

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 12:02 pm

אויב אזוי וואלט מען עס אין... יא געדארפט זאגן?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 2:22 pm

אז מ'זאגט נישט אין .... ווייל ווער עס קומט נישט אויף .... איז אן עבריין.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 10:26 am

וואס בין איך?

א גאנץ יאר באנוץ איך זיך מיט דיר, אבער סוכות באנוצטו זיך מיט מיר.














א שלאק........

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מאנטאג אוקטובער 16, 2006 3:45 pm

פון היינט און ווייטער וועל איך זיין גוט, אנגעהויבן פון מארגן...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אוקטובער 16, 2006 10:23 pm

דער יארמער רב זז"ג, האט באקומען א כיבוד צו לאזן מעלדן א פרוי אז איר מאן איז ל"ע אוועק, קלאפט ער אן אויפן טיר, דא וואוינט די אלמנה גרינפעלד?
ניין,
איר ווילט מאכן א וועט?
און BTW איז גוט אז איר זאלט וויסן אז פון היינט און ווייטער גייט זי דא וואוינען, ( דאס לעצטע איז צוגעלייגט געווארן אינמיטן די טשעין ביז ס'איז אנגעקומען דא אין קרעטשמע. )

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוקטובער 17, 2006 8:51 pm

לפי בקשת פענסטער לייג איך עס דא,
זארעכפעפער האט געשריבן:איך האב דיר טאקע דערמאנט די מעשה פון א בעל דרשן, אבער וואס זאל איך טוהן, איך קען דאך נישט די מאנסע. אפשר דערציילסטו מיר די מעשה במילואו.

די מעשה גייט אז ס'איז אמאל געווען א בעל דרשן וואס האט זיך געגרויסט אז ער קען האלטן א דרשה און א האלבער עולם זאל לאכן און דער אנדערער האלבע זאל וויינען, מען האט אים געוואלט אויספראבירן האט מען אים מכבד געווען, ער האט אנגעפאנגען צו רעדן דברי התעוררות און דער עולם האט אנגעפאנגען צו וויינען, אינמיטן רעדן האט ער געלייגט זיין האנט לעבן זיין מויל -אויף אזא וועג ווי איינער רעדט צו איינעם אז דער צווייטער דערנעבן זאל נישט קענען מיטהאלטן- און געמאכט א מאדנע פאקס אזוי אז דער האלבער עולם וואס האט געזען דעם פאקס האט זיך צולאכט זעענדיג ווי ערענסט ער מיינט זיין דרשה, איך האף אז דו וועסט פארשטיין דעם למה הדבר דומה.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך אוקטובער 18, 2006 3:41 pm

איך הער
מילא אז דו האסט געלאכט, נו, דאס איז דאך די מטרה פון די קרעטשמע, איך האף נאר אז דו האסט נישט געוויינט...

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך אוקטובער 18, 2006 5:03 pm

אוי זארעכ כהער איז נישט דארט געווען ער פארציילט דיר נאר וואס ער האט געהערט פון זיין קאזען און זיין קאזען האט עס געהערט פון זיין ווייב וואס האט עס ארויסגעהערט פין דיי נעיבערס בעדרום אין קאנטרי וואס יענער האט געזאגט אז ער מיינט אז ער האט עס א מאל געהערט פין זיין קאזען נאכזאגען אז עס איז א ארץ ישראל'דיג ווערטעל
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » מיטוואך אוקטובער 18, 2006 7:24 pm

קענא;

איך וועל דיך דן זיין לכף זכות אז דו האסט ליידער נישט זוכה געווען צו פארשטיין זארעכ'ס תגובה, במילא שרייבסטו דא שלא מן הענין.

אגב איך הער, איך האב געמיינט גאר א צווייטע מאנסע.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוקטובער 18, 2006 8:14 pm

און פארוואס האבן מיר נישט די זכי' צו וויסן וועלעכע מעשה דו האסט געמיינט?

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » מיטוואך אוקטובער 18, 2006 9:56 pm

כדי דיר צו געבן א געלעגנהייט צו שרייבן נאך א תגובה... :roll:

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2006 12:09 am

און יעצט אז איך האלט שוין וועגן דעם אליין ביי צוויי מעגן מיר שוין וויסן די מעשה?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוקטובער 23, 2006 11:46 am

נעכטן געהערט פון א חבר:

ווען מענער וואלטן פסח'יג געמאכט, און פרויען וואלטן געבויט די סוכה, וואלטן ביידע אנגעהויבן אינאיינעם; בדיקת חמץ אויפדערנאכט!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג אוקטובער 23, 2006 11:53 am

קרעמער האט געשריבן:נעכטן געהערט פון א חבר:

ווען מענער וואלטן פסח'יג געמאכט, און פרויען וואלטן געבויט די סוכה, וואלטן ביידע אנגעהויבן אינאיינעם; בדיקת חמץ אויפדערנאכט!

הא הא הא

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2006 11:54 am

נעכטן געהערט פון א איד,

א איד האט אמאל געבעטן דעם אייבירשטען,

גיב גיב מיר געלט און קינדער,די לעבן וועל איך מיך שוין אליין נעמען...

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דינסטאג נובעמבער 07, 2006 12:25 pm

אמאל איז איינער געגאנגען צו א ספרדישע כאחאם, אז זיינע טשיקענ'ס האלטן אין איין שטארבן, און ער איז אומבאהאלפן,

דער כאחאם זאגט נישט קיין פראבלעם, און ער געט אים א סגולה און עס וועט העלפן, עס גייט אריבער אפאר טעג און דער איד קומט צוריק אז עס העלפט נישט, האט אים דער כאחאם געגעבן א צווייטע סגולה, און דער איד גייט אהיים גליקלעך אז נאך אביסל גייען זיינע טשיקענ'ס אויפהערן צו שטארבן, און ווייטער האט דער סגולה נישט געהאלפן, און דער איד לויפט צוריק צו כאחאם פרעגן, צו ער האט נישט אפשר נאך עפעס א סגולה,

ענטפערט אים דער כאחאם, איך האב נאך אסאך סגולות, אבער זאג נאר די האסט נאך טשיקענ'ס... (דוי לאכט מען)..

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך נובעמבער 08, 2006 1:10 pm

אמאל איז אן אמעריקאנע אידישקע געקומען צו א ראביי אז די הינט איז געפערליך קראנק דער דאקטאר האט שוין אויפגעגעבן.
דער רביי איז נישט קיין נאר און זאגט אז פאר א סכום פון טויזנט דולער [בימים ההם] וועט ער איינרייסן וועלטן פאר א רפואה.

די פרוי האט נישט קיין ברירה, די סכום איז זייער גרויס אבער וואסטוט מען נישט פאר א רפואה. עס גייט דורך עטליכע טעג און דאס הינטל האט געפגרט.
זי קומט מין איין בהלה צום ראבבי וואס הייסט א גנב ער נעמט געלט און ס'אט ניט געהאלפן! איך גיי אריינטראגן א לאו סוט קעגן אייך.
בארואיגט איר דער רבבי, וואס זאל איך טון, איך בין גשטאנען די נאכט אגאנצן צייט און זיך געאמפערט מיט מלאך המות, ער האט נאר געוואלט גיין צו אייך אבער איך האב געפועלט ער זאל גיין ענדערש צום הינט..... (דוי לאכט מען)...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך נובעמבער 08, 2006 1:38 pm

איינער פארציילט פאר זיין חבר, אז ער האט געבעטן דעם בורא, היות עס שטייט אלף שנים בעניך ביום אתמול, דרש'נט די גמרה אז יום של הקב"ה איז טויזענט יאר, איז דאך לכאורה מיט געלט די זעלבע זאך א מיליאן דאלאר איז ביים באשעפער ווי א פאר צענט, האט ער געבעטן דעם באשעפער 'גיב מיר א פאר דאלאר פאר א פאר מינוט'.
פרעגט אים זיין חבר 'נא, וואס האט ער גענטפערט'? ער האט גענטפערט, יא יא איך גיב דיר שוין, ווארט נאר א פאר מינוט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך נובעמבער 08, 2006 2:40 pm

לצים זאגן היינט, ראמספעלד האט אראפגעזעצט סאדאם כוסעין, און סאדאם (איראקע מלחמה) האט אראפגעזעצט ראמספעלד.

ניק
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2006 3:00 am

תגובהדורך ניק » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2006 12:20 pm

עס איז זייער שיין די אלע ווערטלעך
יישר כח


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kosher Travel, מה אנו און 24 געסט