מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גיוס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוס »

באמת זענען פרויען פטור פון קריאת המגילה, נאר חכמים האבן מתקן געוועהן אז זיי זאלן אויך הערן כדי די מענער זאלן קענען הערן.
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

חאצקל פרייליך האט געשריבן:רושלים – א חרדישע קינדער-געבענטשטע פאמיליע אין ירושלים האט געוואונען אן אסטראנאמישע לאטעריע פון 12.5 מיליאן ש"ח, וואס באטרעפט ארום 3.3 מיליאן אמעריקאנער דאלער. לויט ווי דער פאטער דערציילט, קויפט ער געווענליך נישט קיין לאטעריעס, נאר יעצט האט ער באשלאסן איינצוקויפן א לאטעריע נאכ'ן באקומען א טייערן עלעקטעריציטעט ביל, האפנדיג צו געווינען כאטש א פאר הונדערט דאלער עס צו קענען באצאלן. עס איז געווען בלויז דאס דריטע מאל אין זיין לעבן וואס דער יונגערמאן האט געקויפט א לאטעריע, און צו זיין גרויס שאק, האט ער געוואונען די אסטראנאמישע סומע פון 3.3 מיליאן דאלער! דער יונגערמאן זאגט אז זיין ערשטער פלאן איז אפצוצאלן אלע זיינע חובות און בילס, דערנאך וועט ער זיך ארויסלאזן אויף א רייזע צו קברי צדיקים איבער דער וועלט, און זיין ערשטע נסיעה וועט זיין קיין אומאן, אוקראינע, וואו עס ליגט דער צדיק הרה"ק רבי נחמן פון ברסלב זי"ע.‏

גראדע האב איך געהערט אז מען זיי געפרעגט צי וועלכע רבי'ס גייען זיי יעצט גיין? האבן זיי גענטפערט אז ביז יעצט האבן זיי געמיזט גיין, יעצט וועלן די רבי'ס קימען צי זיי
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

בעל דעת האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:רושלים – א חרדישע קינדער-געבענטשטע פאמיליע אין ירושלים האט געוואונען אן אסטראנאמישע לאטעריע פון 12.5 מיליאן ש"ח, וואס באטרעפט ארום 3.3 מיליאן אמעריקאנער דאלער. לויט ווי דער פאטער דערציילט, קויפט ער געווענליך נישט קיין לאטעריעס, נאר יעצט האט ער באשלאסן איינצוקויפן א לאטעריע נאכ'ן באקומען א טייערן עלעקטעריציטעט ביל, האפנדיג צו געווינען כאטש א פאר הונדערט דאלער עס צו קענען באצאלן. עס איז געווען בלויז דאס דריטע מאל אין זיין לעבן וואס דער יונגערמאן האט געקויפט א לאטעריע, און צו זיין גרויס שאק, האט ער געוואונען די אסטראנאמישע סומע פון 3.3 מיליאן דאלער! דער יונגערמאן זאגט אז זיין ערשטער פלאן איז אפצוצאלן אלע זיינע חובות און בילס, דערנאך וועט ער זיך ארויסלאזן אויף א רייזע צו קברי צדיקים איבער דער וועלט, און זיין ערשטע נסיעה וועט זיין קיין אומאן, אוקראינע, וואו עס ליגט דער צדיק הרה"ק רבי נחמן פון ברסלב זי"ע.‏

גראדע האב איך געהערט אז מען זיי געפרעגט צי וועלכע רבי'ס גייען זיי יעצט גיין? האבן זיי גענטפערט אז ביז יעצט האבן זיי געמיזט גיין, יעצט וועלן די רבי'ס קימען צי זיי

;l;p- ;l;p-
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
פאליטיקאנט
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2017 5:57 am
לאקאציע: רעאליטעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטיקאנט »

איינער וואס קאלעכט רח"ל האט געזאגט סאיז דא דריי מעלות מיט דעם
1) מטרעפט יעדן טאג נייע חברים
2) האב איך שוין פארגעסן
3)מטרעפט יעדן טאג נייע חברים!!!!!!
יא איך בין א געבוירענע פאליטיקאנט און דאך זאג איך נישט קיין ליגנט ! ! !
פאר דעם אליין געב א לייק !
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

פאליטיקאנט האט געשריבן:איינער וואס קאלעכט רח"ל האט געזאגט סאיז דא דריי מעלות מיט דעם
1) מטרעפט יעדן טאג נייע חברים
2) האב איך שוין פארגעסן
3)מטרעפט יעדן טאג נייע חברים!!!!!!

:lol: :lol:
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

גענומען פין קולי קולות (קול הציבר)

trump.png
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

:lol: :lol: :lol:
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

שוין געזען אויף אבאמא, אבער גוט איז עס נאכאלץ...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

גענומען פין קולי קולות (קול הציבר)

Milchuma.png
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

משהזוךמיר האט געשריבן:שוין געזען אויף אבאמא, אבער גוט איז עס נאכאלץ...

דאס איז א מעשה וואס גייט טראדציאנאל פון איין פרעזידענט צום צווייטן, די מעשה האט מען אויך פארציילט אויף סטאלין, און אויף בן גריון, און נאך...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

טשאלענט האט געשריבן:

אויף נבוכדנצאר...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

טשאלענט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:שוין געזען אויף אבאמא, אבער גוט איז עס נאכאלץ...

דאס איז א מעשה וואס גייט טראדציאנאל פון איין פרעזידענט צום צווייטן, די מעשה האט מען אויך פארציילט אויף סטאלין, און אויף בן גריון, און נאך...

נישט אויף יעדעם איז עס גוט. די לעצטע צוויי פרעזידענטן האסן די פון די אנדערע זייט פונ'ם פאליטישן ספעקטרום אזוי שטארק אז דער וויץ איז בעסער ווי גוט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיק יונגל »

איינער זאגט מיר היינט אז סיז באמת ניש שיין אנצורופן אראבער , אייזלען

זאג נאר ווען דו וואלסט געווען א אייזל וואלסטו ווען געוואלט מען זאל דיר רופן אראבער ?!!!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

איינער זאגט מיר היינט
א שאד מ'קעניש טשעקן אויף א בחור אזוי ווי א מעלאונע

צוויי געזונטע קלאפעס אויפן קאפ און אזוי קען מען וויסן צו ער איז גוט אדער ניש !!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א שקלאף פון א מאן האט געהאלטן ביים שטארבן , אזוי גוססנדיג אין בעט רופט ער צו זיין ווייב און זאגט איר

זאג מיר דעם אמת ביזטו אייביג געווען געטריי צו מיר ?

זאגט זי בעסער אז מ'רעדט ניש דערוועגן

פרעגט ער פארוואס.
זאגט זי , "און וואס עט געשעהן אויב וועסטו סוף כל סוף ניש שטארבן !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א טיפש איז אמאל געשטאנען לעבן א אייז קיוב און קוקט פאר שעות

גייט דורך זיין חבר און פרעגט אים וואס קוקסטו דארט אזוי לאנג

זאגט ער אים , משה כ'פרוביר אויסצוגעפינען פון ווי ס'רינט דא א גאנצן צייט !
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

נו וואדע האט געשריבן:א טיפש איז אמאל געשטאנען לעבן א אייז קיוב און קוקט פאר שעות

גייט דורך זיין חבר און פרעגט אים וואס קוקסטו דארט אזוי לאנג

זאגט ער אים , משה כ'פרוביר אויסצוגעפינען פון ווי ס'רינט דא א גאנצן צייט !

;l;p- ;l;p- ;l;p-
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

וועלכע חודש רעדן פרויען די ווייניגסטע???

---

פעברואר!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
זאג א דעה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א דעה »

וויפיל האט דיין שווער צוגעזאגט קעסט?

צוגעזאגט האט ער 10 יאר - אז כ'וועל מיך שטארק איינשפאַרן וועט ער גיבן א יאר...
קען זיין איך חלום - אבער איך שלאף ניט!
(הגאון מ'פאנאוויזש ז"ל)
זאג א דעה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א דעה »

אן אלט אידיש ווערטל פון די מצב אין אמעריקע:

אז דער מלמד קומט לערנען - באהאלט זיך דער תלמיד.
ס'קומט צו מאנען שכר לימוד - באהאלט זיך די עלטערן.
ס'קומט סוף זמן צום פארהערן - באהאלט זיך דער מלמד.
און דאס קינד קען א מכה לערנען...
קען זיין איך חלום - אבער איך שלאף ניט!
(הגאון מ'פאנאוויזש ז"ל)
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

גענומען פין קולי קולות (קול הציבר)
Rabbi's.png
זאג א דעה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א דעה »

מענין לענין...

א חסיד האט זיך אויפגעטון מיט א מופת פון זיין רבי'ן, ער איז געפארן שפעט פרייטאג נאמיטאג אויפן וועג, איבעראל ארום איז געווארן שבת, אויסער וואו די רבי איז געפארן...

והוא כעין דברי הרה"ק מ'רוזין זי"ע דבעקבתא דמשיחא וועלן זיין רבי'ס וואס העלן פארן שב"ק, און די חסידים העלן שטופן דעם וואגן
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

זאג א דעה האט געשריבן:מענין לענין...

א חסיד האט זיך אויפגעטון מיט א מופת פון זיין רבי'ן, ער איז געפארן שפעט פרייטאג נאמיטאג אויפן וועג, איבעראל ארום איז געווארן שבת, אויסער וואו די רבי איז געפארן...

והוא כעין דברי הרה"ק מ'רוזין זי"ע דבעקבתא דמשיחא וועלן זיין רבי'ס וואס העלן פארן שב"ק, און די חסידים העלן שטופן דעם וואגן

די מעשה פלעגט מען דערציילן אויף א רבי וואס האט געפראוועט אותות ומפותים, ער פלעגט ארויסשפאצירן שבת, און די תחום איז אים ממש נאכגעלאפן...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

גוט! דערמאנט מיר פונעם שמועס (אדער ויכוח) צווישן דריי חסידים פון אנדערע קרייזן:

איינער: מיר האבן געווארט אויף קידוש לבנה אבער ס'איז געווען זייער פארוואלקענט, ביז ווען דער רבי האט ארויסגענומען די פאטשיילע און געפאכעט דערמיט - וואלקן אהער, וואלקן אהין, און די לבנה איז ארויס אינצווישן.

דער צווייטער: דאס איז א מופת? מיר האבן געוואלט ערגעץ פארן אויפן פערד און וועגעלע מיטן רבי'ן אינאיינעם בער ס'האט זייער גערעגנט, ביז ווען דער רבי האט געוויזן מיט די הענט רעכטס און לינקס - רעגן אהער, רעגן אהין, און מיר זענען געפארן אינדערמיט אין טרוקעניש.

דער דריטער: אויך מיר א מופת! מיר זענען געווען אונטערוועגנס און ס'האט זיך דערנענטערט דער זמן ערב שב"ק און מיר זענען געווען זייער אנגעצויגן, ביז ווען דער רבי האט געשאקעלט מיט זיינע הייליגע הענט אויף ביידע זייטן - שבת אהער, שבת אהין, און צו קריאת התורה בצפרא דשבתא זענען מיר אנגעקומען אין דערפל אריין.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

פאריגע וואך טרעף איך א איד אין ביהמ"ד מיט א שטריימל
איך געיב אים מזל טוב ווער פון דיינע קינדער מאכן א ברית ?
ענפערט ער מיר קיינער
עפן איך אויף גרויסע אויגן אויף אים וואס איז דעמאלטס די שטריימל ?
אה זאגט ער מיר סאיז היינט מיין שוויגערס יארצייט
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”