מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

העלאו
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מאנטאג מארטש 27, 2017 12:19 pm

טשאלענט האט געשריבן:
געשמאקער האט געשריבן:וויזוי האט א גוטע איד געזאגט, ווען איינער גייט נישט צו די ארבעט, הייסט עס א "סטרייק",
ווען א גאנצע משפחה גייט נישט צו די ארבעט, הייסט עס "סטראקעס"...

שוין דא געוועזן ענליכס...

רב טשולענט און ווען מען ברענגט די טשולענט מיט קישקע זאגסטו אויכעט שוין געוועהן יענע וואך ענליכס ? ....

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג מארטש 27, 2017 12:22 pm

האב איך פאר דיר צוויי תירוצים.
1) דו האסט נישט גוט געליינט וואס איך האב געשריבן, איך האב עס געשריבן זייער פריינדליך, און פשוט געוואלט צוברענגען א מראה מקום.

2) די טשאלענט מיט די קישקע האט ביי מיר יעדע וואך א אנדערע טעם (ס'ווייבל האלט נאך אינמיטן אויספרובירן די רעסעפי'ס... און אזוי גייט עס שוין אן פאר די לעצטע כמעט 15 יאר....)
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

העלאו
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מאנטאג מארטש 27, 2017 12:23 pm

:lol:
טשאלענט האט געשריבן:האב איך פאר דיר צוויי תירוצים.
1) דו האסט נישט גוט געליינט וואס איך האב געשריבן, איך האב עס געשריבן זייער פריינדליך, און פשוט געוואלט צוברענגען א מראה מקום.

2) די טשאלענט מיט די קישקע האט ביי מיר יעדע וואך א אנדערע טעם (ס'ווייבל האלט נאך אינמיטן אויספרובירן די רעסעפי'ס... און אזוי גייט עס שוין אן פאר די לעצטע כמעט 15 יאר....)

כרם
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מאנטאג מארטש 27, 2017 1:39 pm

העלאו האט געשריבן::lol:
טשאלענט האט געשריבן:האב איך פאר דיר צוויי תירוצים.
1) דו האסט נישט גוט געליינט וואס איך האב געשריבן, איך האב עס געשריבן זייער פריינדליך, און פשוט געוואלט צוברענגען א מראה מקום.

2) די טשאלענט מיט די קישקע האט ביי מיר יעדע וואך א אנדערע טעם (ס'ווייבל האלט נאך אינמיטן אויספרובירן די רעסעפי'ס... און אזוי גייט עס שוין אן פאר די לעצטע כמעט 15 יאר....)


ווען זי וועט ענדיגן אלע רעסעפיס וועסטו געדענקען וועלכע שבת איז געוועהן די פינף שטערנדל טשולענט?

שפרו מעשיכם
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מאנטאג מארטש 27, 2017 2:32 pm

א בחור טרעפט זיך מיט זיין מדוברת. ער פרעגט איר וויאזוי זי הייסט, זי האט געהייסן בתיה, און זי האט זיך געוואלט ווייזן פרום, זאגט זי: איך הייס בתקה.

זאגט דער בחור: אה, איך הייס קליקקו... [אליהו...]
לעצט פאראכטן דורך שפרו מעשיכם אום מאנטאג מארטש 27, 2017 2:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שפרו מעשיכם
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מאנטאג מארטש 27, 2017 2:33 pm

אפאר טאג פאר פסח קלאפט א אידענע ביי איר שכנ'טע און פרעגט, האסט אפשר בארגן א שמאטע? ענפערט זי, באלד וועט ער זיין ער איז ארויס צו מנחה...

שפרו מעשיכם
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מאנטאג מארטש 27, 2017 2:33 pm

פארוואס איז דא א פרויען דוקטור און נישט א מענער דוקטור?
ווייל מענער איז נישט א מחלה...

שפרו מעשיכם
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מאנטאג מארטש 27, 2017 2:34 pm

פארוואס איז די יום החתונה די פרייליכסטע טאג ביי די פרוי?
ווייל ס'איז די איינציגסטע טאג וואס זי ווייסט שוין אינדרעפרי וואס זי גייט אנטוהן...

שפרו מעשיכם
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מאנטאג מארטש 27, 2017 2:35 pm

פרויען קענען טוהן דריי זאכן אויף אמאל

דרייוון, רעדן אויפן סעלפאון, אריין האקן אין א בוים...

שפרו מעשיכם
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מאנטאג מארטש 27, 2017 2:36 pm

משה: יענע וואך האב איך געשיקט מיין ווייב קויפן א ברויט, אויפן ווועג איז געשען נעבעך אן עקסידענט און זי איז אוועק.
יענקל: אוי און וואס האסטו געטוהן?
משה: גיגעסן די נעכטיגע ברויט...

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג מארטש 27, 2017 2:40 pm

שפרו מעשיכם האט געשריבן:אפאר טאג פאר פסח קלאפט א אידענע ביי איר שכנ'טע און פרעגט, האסט אפשר בארגן א שמאטע? ענפערט זי, באלד וועט ער זיין ער איז ארויס צו מנחה...

שפרו מעשיכם האט געשריבן:פארוואס איז די יום החתונה די פרייליכסטע טאג ביי די פרוי?
ווייל ס'איז די איינציגסטע טאג וואס זי ווייסט שוין אינדרעפרי וואס זי גייט אנטוהן...

:lol: :lol:
;l;p- ;l;p-
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
טריסקער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מארטש 27, 2017 6:33 pm

שפרו מעשיכם האט געשריבן:פארוואס איז די יום החתונה די פרייליכסטע טאג ביי די פרוי?
ווייל ס'איז די איינציגסטע טאג וואס זי ווייסט שוין אינדרעפרי וואס זי גייט אנטוהן...

שפרו, אויף דעם וואלט איך דיר געגעבן א 100 לייקס, נאר כ'האב רחמנות אויף די ליינער דא, איז יהא כאילו קיבלת 100 לייקס. אבער פטור בלא כלום אי אפשר איז נאדיר 1 פון די 100: ;l;p-
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

רוצה בעילום
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 7:21 pm

תגובהדורך רוצה בעילום » מאנטאג מארטש 27, 2017 10:53 pm

נו וואדע האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:אדער א טרעילאר איז געווארן סטאק אינטער א אווערפעס ווייל ס'איז געווען צו נידריג,
און דער ערשטער פאליציאנט וואס איז אנגעקומען פרעגט דעם דרייווער, אה ביזט אריינגעפארן אינטערן בריק און ביזט געווארן סטאק?

ניין איך האלט אינמיטן דעליווערן דעם בריק און איך דארף פשוט הילף צו שלעפן ווייטער...




אדער ווען מ'גייט צום שויער מיט א זייפל

און ס'קומט צו איינער פון די באטעמ'טע מיטליעריגע אידן און זאגט טשאלדיג ברויכסט דעם זייפל ?!


ניין ! כ'האלט עס נאר אנשטאטס דעם סעלפאון !


א מחותן קומט אריין אין ביהמ"ד מיט'ן חתן טראגנדיג די שטריימל צום ערשטן מאל.

יענק'ל: די וואך איז די חתונה?!
מחותן: ניין! די וואך איז נאר די אויפרוף, די חתונה איז אין זיבן וואכן ארום בשעטו"מ.

גאלדענע פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג מארטש 28, 2017 1:17 am

שפרו מעשיכם האט געשריבן:פארוואס איז די יום החתונה די פרייליכסטע טאג ביי די פרוי?
ווייל ס'איז די איינציגסטע טאג וואס זי ווייסט שוין אינדרעפרי וואס זי גייט אנטוהן...

אייזן ווארט! ;l;p- איז דאס אייגענס?
איך וואלט ווען אסאך מער געשריבען (ארטיקלען) ווען איך האב ווען ווער ס'זאל זיי מגיה זיין. ווער ס'איז אינטערסירט זאל זיך מעלדען און אישי יש''כ!

ארטיקלען: תפילה-דביקות | פורים-שמחה | פסח-אמונה | [ רבי ישעי׳לעס דרך ]

רוצה בעילום
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 7:21 pm

תגובהדורך רוצה בעילום » דינסטאג מארטש 28, 2017 8:49 am

די דאקטאר הייסט פאר פלוני אלמוני ער מוס גיין יעדן טאג אין gym פאר איבונגען. נאך א האלבע יאר קומט ער צוריק און זאגט אז ער קען זיך נישט צוגעוואוינען צו די אלע machines אין די gym, די איינציגסטע machine וואס ער האט זיך יא צוגעוואוינט איז די vending machine אין די lobby !

(קרעדיט: א. מ. מלאך)

eller
שר האלפיים
תגובות: 2708
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך מארטש 29, 2017 2:55 pm

שפרו מעשיכם האט געשריבן:פארוואס איז די יום החתונה די פרייליכסטע טאג ביי די פרוי?
ווייל ס'איז די איינציגסטע טאג וואס זי ווייסט שוין אינדרעפרי וואס זי גייט אנטוהן...

א קינד פרעגט די טאטע פארוואס גייט א כלה אינגאנצען ווייס האט די טאטע גענטפערט אז היינט איז איר פרייליכסטע טאג אין איר לעבן אין ווייס איז די פרייליכסטע קאליר
האט ער גענטפערט יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די חתן גייט אינגאנצען שווארץ.....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

תגובהדורך לאנדאן שטופער » מיטוואך מארטש 29, 2017 4:04 pm

א קינד פרעגט די מאמע פארוואס גייט א כלה אינגאנצן ווייס האט די מאמע גענטפערט אז היינט איז איר פרייליכסטע טאג אין איר לעבן אין ווייס איז די פרייליכסטע קאליר.
פרעגט ער די טאטע פארוואס די כלה גייט אינגאנצן ווייס האט די טאטע גענטפערט אז אלע kitchen appliances זענען ווייס.
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר

בר דעת
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » פרייטאג מארטש 31, 2017 11:16 am

C/P

בשורה טובה והזמנה לחברי הקרובים: ברוך השם זכיתי לסיים את הש"ס בסעייתא דשמיא, הנני להזמין בזאת את כל חברי לבוא ולהשתתף עמי ולעזור לי לנקות גם את השו"ע והרמב"ם....

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג מארטש 31, 2017 11:48 am

בר דעת האט געשריבן:C/P

בשורה טובה והזמנה לחברי הקרובים: ברוך השם זכיתי לסיים את הש"ס בסעייתא דשמיא, הנני להזמין בזאת את כל חברי לבוא ולהשתתף עמי ולעזור לי לנקות גם את השו"ע והרמב"ם....

WOW
ער האט געניצט אלע בענדער זייט פאראיאר פסח
אדער איז דאס געווען לופטערען עס זאל נישט שימלען?
איך האב ארויסגעשטעלט א פאר הצעות פאר די וואס שרייבען
אדער ק\פ ענגליש

ממש אזוי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » זונטאג אפריל 02, 2017 7:12 am

דעם איד האב איך פערזענליך געקאנט. ער האט געוואוינט קנאפע 4 מינוט פון שול, זעה איך אים איין טאג שפאצירן מוראדיג שטייט צום בית מדרש פרעג איך אים וואס איז געשען? שפירסטוך נישט גוט? זאגט ער מיר בצחות לשונו: דער דאקטאר האט מיר געהייסן וואקן יעדן טאג א האלבע שעה...
ממש אזוי? יא! פונקט אזוי, נישט קיין טראפ אנדערש...

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » זונטאג אפריל 02, 2017 1:48 pm

בר דעת האט געשריבן:C/P

בשורה טובה והזמנה לחברי הקרובים: ברוך השם זכיתי לסיים את הש"ס בסעייתא דשמיא, הנני להזמין בזאת את כל חברי לבוא ולהשתתף עמי ולעזור לי לנקות גם את השו"ע והרמב"ם....

מענין לענין
איך האב געהערט אמאל פין א יוד וואס וואוינט אויפן גאס פין הגאון ר' חיים קנייבסקי שליט"א, האט ער אמאל געוויזן פאר זיין קליינעם טאכטער טייטלענדיג אויף ר' חיים "זעהסט דעם יוד ער ענדיגט יעדע יאהר אלע די בענדער" ווייזענדיג אויף די ש"ס.
גייט אריבער א שטיק צייט, הערט ער זיך אינטער ווי די קליין טאכטער'ל זאגט פאר איהר ברידער, זעהסט, "דער יוד ענדיגט יעדע יאהר אלע די בענדער, און טאטי האט עס נאך אפילו אייינמאל נישט גענדיגט"

העלאו
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » פרייטאג אפריל 21, 2017 6:39 am

איינער זעהט א יוד שטייט לעבן די מעיל באקס און רעדט צום מעיל באקס
גייט ער צו און פרעגט ר' איד וואס טועט איר
ענטפערט יענער איך שיק א וואיס מעיל voice mail

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » פרייטאג אפריל 21, 2017 8:17 am

פטיש האט געשריבן:איך האב געהערט אמאל פין א יוד וואס וואוינט אויפן גאס פין הגאון ר' חיים קנייבסקי שליט"א, האט ער אמאל געוויזן פאר זיין קליינעם טאכטער טייטלענדיג אויף ר' חיים "זעהסט דעם יוד ער ענדיגט יעדע יאהר אלע די בענדער" ווייזענדיג אויף די ש"ס.
גייט אריבער א שטיק צייט, הערט ער זיך אינטער ווי די קליין טאכטער'ל זאגט פאר איהר ברידער, זעהסט, "דער יוד ענדיגט יעדע יאהר אלע די בענדער, און טאטי האט עס נאך אפילו אייינמאל נישט גענדיגט"


נו שוין. ווי זאגט די וועלט: די ערשטע מיליאן איז די שווערסטע, די אבריגע גייט שוין גרינגער...
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dovidal, MSNbot Media און 7 געסט