מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג ינואר 28, 2007 11:58 pm

קרעמער, חחח X דריי.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג ינואר 29, 2007 12:20 pm

קרעמער! :!: פארפאלן אלע דריי זענען שטרעבליך גוט, כאב געמוזט לאכן דריי מאל הויעך אויפן קול........כי כי כי כי כי כי כי
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג ינואר 29, 2007 8:39 pm

ווען די אמעריקאנער אסטראנאטן זענען צום ערשטן מאל ארויפגעפארן אין די הויכע וועלטן, האבן די טעכניקער אויסגעארבעט אלע קליינע דעטאלן, אז אלעס זאל קלאפן און דורכגיין בשלום.
אבער מיט איין קלייניגקייט האבן זיי זיך נישט געקענט קיין עצה געבן? וויאזוי גייט מען קענען אפשרייבן אלע נאטיצן און באריכטן? כידוע, אין די אויבערשטע אטמאספערע איז דאך נישטא קיין גראוויטי (כח המושך), און א פענע ארבעט נאר מיט דעם וואס די טינט - אזוי ווי יעדע פליסיגקייט און יעדע באשטאנדטייל - רינט אויף אראפ. נו, אז ס'איז נישטא קיין גראוויטי, וויאזוי וועט דער פענע ארבעטן?
נאך א לאנגע צייט זיך ברעכן קאפ און נישט קומען צו א לייזונג, האט מען באשלאסן אוועקצוקוקן פון די בזיונות, און פרעגן די רוסן - וואס זיי האבן בשעתם געהאט געמאכט מער פארשריט אויפ'ן געביט פון אסטראנאמיע - וויאזוי מ'גיבט זיך אן עצה מיט דעם געוואלדיגן פראבלעם.
די עצה וואס די רוסן האבן געגעבן: שרייבט מיט א בליי...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
לאקאציע: אין גאליציא

תגובהדורך גאליציאנער » מאנטאג ינואר 29, 2007 9:54 pm

בס"ד

גיט גיט.......
יא אין ניין ס'ווענד זיך

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 29, 2007 11:59 pm

איך האב נאך דריי וויצן, אבער זיי זענען אויף עברית.

קען דער עולם ליינען דאס? אדער ווילן זיי גיכער ווארטן ביז איך שרייב דאס איבער אויף אידיש (אזוי ווי איך האב געטאן מיט די פאריגע דריי).

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 30, 2007 12:03 am

קרעמער: מיין מיינונג, אויב ס'איז אזוי קורץ ווי די פריערדיגע, זאל מען ענדערש ווארטן אויפ'ן אידישן איבערזעצונג.
אבער אויף דערווייל, קענסטו עס אריינלייגן אינעם לשה"ק אשכול.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 30, 2007 12:33 am

לשה"ק אשכול? חס ושלום, אין מערבין קודש בחול, טמא בטהור.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג ינואר 30, 2007 1:00 am

מאשקע האט געשריבן:ווען די אמעריקאנער אסטראנאטן זענען צום ערשטן מאל ארויפגעפארן אין די הויכע וועלטן, האבן די טעכניקער אויסגעארבעט אלע קליינע דעטאלן, אז אלעס זאל קלאפן און דורכגיין בשלום.
אבער מיט איין קלייניגקייט האבן זיי זיך נישט געקענט קיין עצה געבן? וויאזוי גייט מען קענען אפשרייבן אלע נאטיצן און באריכטן? כידוע, אין די אויבערשטע אטמאספערע איז דאך נישטא קיין גראוויטי (כח המושך), און א פענע ארבעט נאר מיט דעם וואס די טינט - אזוי ווי יעדע פליסיגקייט און יעדע באשטאנדטייל - רינט אויף אראפ. נו, אז ס'איז נישטא קיין גראוויטי, וויאזוי וועט דער פענע ארבעטן?
נאך א לאנגע צייט זיך ברעכן קאפ און נישט קומען צו א לייזונג, האט מען באשלאסן אוועקצוקוקן פון די בזיונות, און פרעגן די רוסן - וואס זיי האבן בשעתם געהאט געמאכט מער פארשריט אויפ'ן געביט פון אסטראנאמיע - וויאזוי מ'גיבט זיך אן עצה מיט דעם געוואלדיגן פראבלעם.
די עצה וואס די רוסן האבן געגעבן: שרייבט מיט א בליי...


כ'מיין אז כ'האב שוין אמאל ערווענט ערגעץ די מעשה עס גייט אבער אביסל אנדערש, כ'מיין צו זאגען אז עס איז געווען אנדערש,

די אמעריקאנע האבן אויס געגעבן אן ערך פון צוועלעף מילאן (צו מער צו ווייניגער) דאללער פאר סייענטיסטען צו ערפינדען אזא סארט פענע, און זיי האבן עס געמאכט,

אין די זעלבע צייט האבן די רוס'ן גשריבען מיט א בליי,

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג ינואר 30, 2007 1:29 pm

קרעמער האט געשריבן:איך האב נאך דריי וויצן, אבער זיי זענען אויף עברית.

קען דער עולם ליינען דאס? אדער ווילן זיי גיכער ווארטן ביז איך שרייב דאס איבער אויף אידיש (אזוי ווי איך האב געטאן מיט די פאריגע דריי).



קורץ און שארף איז בעסער אויפן ארגינעלן לשון = לייג עס אריין אויף עברית.


נערך לבקשת מאשקע
לעצט פאראכטן דורך סאכדעס אום דינסטאג ינואר 30, 2007 1:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 30, 2007 1:49 pm

סאכדעס: זיי עורך דיין תגובה. נישט יעדער פארשטייט גענוי אויף וואס דאס איז עולה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 06, 2007 11:18 pm

האלט אייך פריש

אין א קליין שטעטל אין דערהיים זענען געווען צוויי עלטערע מיידלעך, דער רב פון שטעטל האט געשיקט א בריוול פארן ראש ישיבה פונעם דערנעבנדיגן גרויסן שטאט אז זיי ברויכן צוויי אויסגעצייכנטע בחורים וועלכע זאלן שידוכים טאן מיט די צוויי מיידלעך. דער ראש ישיבה האט אויסגעוועלט צוויי בחורים און זיי אריבערגעשיקט צו יענעם שטעטל.
געלט אויף שפעזן האבן זיי נישט געהאט, זענען זיי געגאנגען צופיסנס אינעם ריכטונג פונעם שטעטל, וואכן לאנג האבן זיי זיך געשלעפט אויפן וועג, ביז די כוחות האבן זיך אויסגעלאזט פאר איינעם פון זיי, און ער איז ל"ע געשטארבן.
דער צווייטער האט פארגעזעצט דעם וועג, אנקומענדיג אין שטעטל ווארטן אים אפ צוויי פרויען, וואס יעדע פון זיי טענה'ט אז ער איז קלאר געשיקט געווארן פאר איר טאכטער.
זיי האבן זיך געוואנדן צום ארטיגן רב ער זאל לעזן דעם פראבלעם, דער רב האט זיך זייער געמוטשעט מיט די שווערע פארוויקלטע שאלה, ביז ער האט זיך דערמאנט פון די באקאנטע דין תורה וואס איז פארגעקומען ביי שלמה המלך.
דער רב האט זיי געלאזט אריבעררופן, אויסגעהערט זייערע טענות, און פארגעשלאגן אז וויבאלד עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה, מוז מען צושניידן דעם בחור אין צווייען, אזוי אז יעדער זאל באקומען איין טייל...
הערנדיג דאס האט זיך איינע פון די מאמע'ס דארט צושריגן: וואס? צושניידן? חס ושלום, איך בין מוותר, זאל ער חתונה האבן מיט די אנדערע מיידל אבער אבי נישט שניידן.
די צווייטע האט אבער געשריגן אז דער רב איז גערעכט, מען מוז צוטיילן פאר יעדן א חלק, און מען זאל יא שניידן. רופט זיך אן דער רב צום בחור: יעצט איז שוין אלעס קלאר. די וואס וויל דיר צושניידן, זי איז די ריכטיגע שוויגער!
*
א איד גייט אדורך דעם "טשעק פוינט" ביים לופטפעלד מיט נישט ווייניגער ווי 5 פרידזשידערס...
דער באאמטער האלט אים אפ פון גיין: ר' איד, וואס איז דאס?
"איך בין א פרומער איד" ענטפערט ער "דארף איך האבן א באזונדערע פאר מילכיג און א באזונדערע פאר פליישיג"
"פיין" זאגט דער אפיציר "אבער דאס געט מיר נאר צו פארשטיין 2 פון זיי, וואס טוט זיך מיט די איבריגע?"
"פון פסח האט איר שוין געהערט" פרעגט אים דער איד צוריק "איך ברויך אויך האבן 2 אויף פסח, איינס אויף מילכיג און איינס פליישיג"
דער באאמטער קראצט זיך אין שטערן און פרעגט: און וואס איז מיטן פינפטן פרידזשידער?
"נו, צוליב איין פרידזשידער מאכסטו אזא עסק?"...
*
א בריסקער קומט אמאל אהיים אינמיטן א תענית און זאגט צום ווייב: הער זיך איין, איך האב היינט א שטיקל שוואכקייט, איז צוליב פיקוח נפש מוז איך אויספאסטן.
די פרוי – אן ערליכע אידענע – זאגט אים: נו, נעם דיר א רעפטל ברויט מיט א האלבן גלעזל וואסער און פאסט אויס.
דער מאן קוקט איר אן: וואס איז מיט דיר קריינדל? מען רעדט דאך דא פון די געוואלדיגע מצוה פון פיקוח נפש, מען מוז מחמיר זיין ביי די מצוה. איך בעט דיר גרייט אן א סעודת שלמה בשעתו.
אומר ועושה. דער מאן זעטיגט זיך אן פון אלע גוטע מאכלים וואס דאס ווייב האט צוגעראכטן וועגן אים. אבער צוליב די פיינע ריח פון די עסנווארג האט פאר די פרוי אויך אנגעכאפט א שוואכקייט. זאגט זי צום מאן: איך קלער אז איך מוז אויך אויספאסטן.
זאגט דער מאן: נו, נעם דיר א רעפטל ברויט און א האלבן גלעזל וואסער און פאסט אויס.
ענטפערט די פרוי: געוואלד, עס איז דאך א מצוה פון פיקוח נפש, און איך וויל מחמיר זיין צו עסן א געהעריגע סעודה, אזוי ווי דיר...
רופט זיך אן דער בריסקער: קריינדעלע, ווייבער דארפן נישט מחמיר זיין...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג פאברואר 06, 2007 11:27 pm

שלשה מי יודע, שלשה אני יודע, דריי שכוחות פאר קרעמער פאר זיינע דריי גוטע ווערטלעך.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך פאברואר 07, 2007 12:06 am

שכוח שכוח ונשכשכוח.
זייער שיין, קרעמער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך פאברואר 07, 2007 9:16 am

עס איז געשען א מאל אז א פראסטער סוחר איז פלוצעם נתעשר געווארן און ער איז געווארן א גרויסער גביר.
איז ער האט זיך געקויפט א פלאץ אין שול אין מזרח לעבן דעם רב און אלע נכבדי הקהילה און זיצנדיק דארט ער האט אנגעהויבן אריינמישן זיך אין די "געלערנטע שמועסן", פרעגן "קשיות" א.ד.ג.
איין מאל פרעגט ער דעם רב: "רבי, איך האב א שווערע קשיא אין קריאת שמע".
"וואס פאר א קשיא?" - פרעגט אים דער רב.
זאגט ער:"די קשיא מיינע איז - וואס עשו טוט אין קריאת שמע? וואס פאר א שייכות קען ער צו קריאת שמע האבן?"
דער רב האט פון אנהייב נישט פארשטאנען, וואס מיינט ער: "וואס? עשו אין קריאת שמע? וועגן וואס רעדט איר?!"
ענטפערט יענער: "עס שטייט דאך אין קריאת שמע - ונתתי עשו בשדך לבהמתך..."
ערשט דאן אט דער רב געכאפט, וועלכן עשו'ן מיינט ער. זאגט אים דער רב: "א טיפע קשיא האט איר געפרעגט, און דער תירוץ איז אזוי - איר זייט טאקע גערעכט אז עשו צו קריאת שמע האט קיין שייכות נישט. נאר וואס זשע? ער איז דאך געווען זייער רייך, איז ער האט פאר זיך געקויפט דארט א פלאץ..."
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך פאברואר 07, 2007 11:25 am

ערנסטער, גוט גוט. ביזט גארנישט אזוי ערנסט ווי דיין נאמען זאגט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך פאברואר 07, 2007 11:34 am

שר המשקים, חז"ל האבן דאך בפירוש געזאגט - אל תסתכל בקנקן.
און אויסער דעם זאגט מען אז אן אמת'ע מילתא דבדיחותא איז א זייער ערנסטע זאך...
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך פאברואר 07, 2007 1:00 pm

יישר כוח פאר קרעמער, און פאר ערנסטער, איינס ביי איינס געשמאקע ווערטליך.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 6:19 am

א זון פרעגט ביי זיין טאטע'ן (נאכן זאגן הלל אין שול):
- טאטע, פארוואס עס שטייט אין פסוק "החילטם רטאטה, וחילטניס החילחראדלון"? עפעס א נישט פארשטאנדיקע זאך - פארוואס זשע ירדן האט אנטלאפן אויב דער ים האט עס געזען?
דער טאטע נעמט דעם סידור, עטלעכע מינוט קוקט זיך איין אינעם פסוק און טראכט און דערנאך ענטפערט:
- אט פונקט די שאלה פרעגט דאך דוד המלך דארטן ווייטער, זאגנדיק: "מחה-ללאךט החילטם, כלהי תטנולס החילחראדלון?".
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 10:49 am

פיין פיין ערנסטער, שכח.

א מענטש איז געווען ביים דאקטער, אין ער פרעגט אים, זאג נאר הער דאקטער דו זעהסט אז איך בין משוגע? 'ניין' ענטפערט דער דאקטער, זאגט אים דער מענטש, 'דעמאלטס ביסטו משוגע'...
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 11:01 am

abimlaibt, עפשער יענער דאקטער איז געווען א דענטיסט (רופא שניים)?
אויב יא, איז (לכל הפחות דא אין א"י) מ'קען ווערן ממש א משוגע נאר פון דעם פרייז פון אזא באזוך.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 11:05 am

איך האב איבער געקלערט , די וויץ קען ארבייטען אפי' מיט א רופא שיניים.(DENTIST בלע"ז) טראכט עס איבער,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 11:08 am

ערנסטער האט געשריבן:א זון פרעגט ביי זיין טאטע'ן (נאכן זאגן הלל אין שול):
- טאטע, פארוואס עס שטייט אין פסוק "החילטם רטאטה, וחילטניס החילחראדלון"? עפעס א נישט פארשטאנדיקע זאך - פארוואס זשע ירדן האט אנטלאפן אויב דער ים האט עס געזען?
דער טאטע נעמט דעם סידור, עטלעכע מינוט קוקט זיך איין אינעם פסוק און טראכט און דערנאך ענטפערט:
- אט פונקט די שאלה פרעגט דאך דוד המלך דארטן ווייטער, זאגנדיק: "מחה-ללאךט החילטם, כלהי תטנולס החילחראדלון?".


גוט גוט. זייער גוט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 11:21 am

דא איז דאס פלאץ ארויסצוברענגען א שקויעך פאר jewboy פאר זיין חתימה ווי ער איז מעיד "א גוטן קען אלץ צוניץ קומען" ס'איז מיר גיט צוניץ געקומען. שכח נאכאמאל.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 1:28 pm

יישר כח ערנסטער פאר די ערנסטע ווערטל.

ענליך צו דעם איז דא א ווארט פון ר' יו"ט ערליך, ער שטעלט זיך אויף די מגילה "ונחתום בטבעת המלך", לכאורה וואס זוכט דער נחתום (בעקער) אינעם רינגל פונעם קעניג?

נאר וואס דען - די מגילה אליין זאגט טאקע באלד דערנאך: אין להשיב --- קיין תירוץ דערויף איז נישטא!

--------
זיצנדיג נעכטן נאכט ביי א שמחה, רופט זיך אן איינער פון די אנוועזנדע: וואס איז די חילוק צווישן א ליטווישע און א חסידישע חתונה?

און פירט אויס (אויסער די אלעמען באקאנטע חילוקים צווישן די צוויי סארטן חתונות): ווען א ליטוואק הייבט זיך אויף פון זיין ארט אינמיטן עסן, אויב קומט ער צוריק 5 מינוט שפעטער, טרעפט ער נישט דעם פארציע, דער סארווירער האט דאס שוין צוגענומען. ווידער דער חסיד'ישער קערט זיך אום 5 מינוט דערויף, צו טרעפן א צווייטן איד איבער זיין פארציע..

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 1:30 pm

גוט גוט קרעמער, בדידי הוא עיבדא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט