מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג נובעמבער 26, 2006 6:13 pm

אכשיר דרא.....


בוש וויל ענדיגן בבלי

סאדאם וויל ענדיגן ירושלמי

אולמערט וויל ענדיגן ש"ס

........ וויל ענדיגן .....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

Re: מילתא דבדיחתא

תגובהדורך פענסטער » זונטאג נובעמבער 26, 2006 6:25 pm

נאט טו ביזי האט געשריבן:אנשטאט עס צו שרייבן אין די אלטע קרעטשמע אויף הייד פארק אינם אשכול "יארמור רב"... ... זאגט: שרייב איך עס דא.

איך האב געהערט נאכזען פון ר' יענקעל אז פארוואס טוט מען אן א קיטל פאר א נפטר? ווייל מען וויל אים דערמאנען אז ער האט אמאל חתונה געהאט.


דא האט איר די לינק צו יענעם אשכול
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/top ... id=1488383


אויב אזוי, דארף ווען דער קעפל פונעם אשכול זיין "יארמור רב"... ... זאגט: און נישט "מילתא דבדיחותא".

איך וואלט ווען ענדערש געזאגט אז דאס זאל זיין א המשך צו די אשכול וואס בעני (ז"ל) האט געפנט אין אלט שטאט "גיט א שמייכעל".

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » זונטאג נובעמבער 26, 2006 6:32 pm

און יעצט א מילתא דיבדיחותא, שוין טאקע אן אלטע דזאוק, אבער ס'נאך אלץ א דזאוק.

עס איז אמאל געווען צוויי חברים פלאצירט אין אן אנשטאלט פאר משוגעים, - לאמיר זיי אנרופען פאר די סעיק פון די מעשה ראובן און שמעון - איינמאל האבן די צוויי חברים שפאצירט נעבן א סווימינג פול און ראובן געט א שפרונג אריין אין פול, און ס'קוקט אויס ווי ער דערטרענקט זיך, שמעון זעט וואס ס'גייט פאר, ער טראכט נישט קיין צוויי און געט א שפרונג אריין נאך זיין חבר און ער שלעפט אים ארויס, ממש ער האט אים געראטעוועט דאס לעבן.

דער הויפט פון די אנשטאלט האט געהערט פון די מעשה האט ער געלאזט רופן דעם שמעון, און ער זאגט אים איך האב פאר דיר גוטע נייעס און שלעכטע נייעס, די גוטע נייעס איז אז אזויווי דו האסט באוויזען אזא העראישע אקט כדי צו ראטעווען דיין חבר ביסטו באפרייט פון דא, און די שלעכטע נייעס איז אז ראובן איז טויט, ער האט זיך געהאנגען אין זיין צימער.

זאגט אים שמעון, ער האט זיך נישט געהאנגען, איך האב אים אויפגעהאנגען ער זאל זיך אויסטרוקענען פון די וואסער, יעצט ווען קען איך ארויסגיין?...

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג נובעמבער 27, 2006 10:14 am

פענסטער האט געשריבן:און יעצט א מילתא דיבדיחותא, שוין טאקע אן אלטע דזאוק, אבער ס'נאך אלץ א דזאוק.

עס איז אמאל געווען צוויי חברים פלאצירט אין אן אנשטאלט פאר משוגעים, - לאמיר זיי אנרופען פאר די סעיק פון די מעשה ראובן און שמעון - איינמאל האבן די צוויי חברים שפאצירט נעבן א סווימינג פול און ראובן געט א שפרונג אריין אין פול, און ס'קוקט אויס ווי ער דערטרענקט זיך, שמעון זעט וואס ס'גייט פאר, ער טראכט נישט קיין צוויי און געט א שפרונג אריין נאך זיין חבר און ער שלעפט אים ארויס, ממש ער האט אים געראטעוועט דאס לעבן.

דער הויפט פון די אנשטאלט האט געהערט פון די מעשה האט ער געלאזט רופן דעם שמעון, און ער זאגט אים איך האב פאר דיר גוטע נייעס און שלעכטע נייעס, די גוטע נייעס איז אז אזויווי דו האסט באוויזען אזא העראישע אקט כדי צו ראטעווען דיין חבר ביסטו באפרייט פון דא, און די שלעכטע נייעס איז אז ראובן איז טויט, ער האט זיך געהאנגען אין זיין צימער.

זאגט אים שמעון, ער האט זיך נישט געהאנגען, איך האב אים אויפגעהאנגען ער זאל זיך אויסטרוקענען פון די וואסער, יעצט ווען קען איך ארויסגיין?...


הא הא הא.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:16 pm

ווי אזוי קען א פרוי מאכן איר מאן פאר א מיליאנער?



ווען ער איז פארדעם געווען א ביליאנער.
לעצט פאראכטן דורך איך_הער אום דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:16 pm

וואס איז די שירה פון א מאסקיטא?


רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:19 pm

עס האט איינער פארציילט אז ער האט די קאר א טעכנעלאגיע וואס ס'זאגט אים ווען ער פארט צו שנעל, אדער ווען ער מאכט צו א שנעלע דריי וכדומה, ס'הייסט

די ווייב.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:22 pm

פארוואס איז נישט דא קיין וואלמארט אין איראק?


ווייל יעדע קארנער איז א טארגעט.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:25 pm

סעקרעטאר,


גוט גוט גוט

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:28 pm

איך_הער, אפאר גוטע זאכן געזאגט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 20, 2006 12:18 am

איך_הער;

גוט געזאגט! יישר כח פארן שמייכל

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך דעצמבער 20, 2006 10:11 am

וואס האט די שוויגער מיט חנוכה לעכט??






ביידע האט מען הנאה ווען זיי ברענען.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19889
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך דעצמבער 20, 2006 10:38 am

גוט גוט איכער, כאב הנאה געהאט.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך דעצמבער 20, 2006 2:39 pm

א עלטערע איד האט אמאל געזאגט פאר א בחור "איך וואלט געקענט זיין דיין זיידע" האט אים דער בחור גענטפערט "מיין באבע וואלט נישט חתונה געהאט מיט אייך"...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך דעצמבער 20, 2006 2:41 pm

סאכדעס האט געשריבן:כאב הנאה געהאט.

און יעצט שוין נאמאר?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19889
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 11:53 am

אויף ווען איז די 'יעצט' געזאגט געווארן?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 12:12 pm

יאנאש האט געשריבן:וואס האט די שוויגער מיט חנוכה לעכט??






ביידע האט מען הנאה ווען זיי ברענען.


מיינסט נישט ח"ו ברענען ממש, מסתמא מיינסטו אנגעצויגן פאר כעס.. אדער ווען זיי זענען רויט אין קאך איבערגעבויגן העכערן טאפ מיט פאנקעס, וכדומה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 12:28 pm

קרעמער, פון וואו ווייסטו אזוי גוט וואס ער מיינט?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 1:44 pm

סאכדעס האט געשריבן:אויף ווען איז די 'יעצט' געזאגט געווארן?

אקארשט, ווען דו ליינסט עס "יעצט".

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 3:20 pm

איינער האט אמאל שפעט ביינאכט, זיך גענומען עסן לאטקעס (פארשטייט זיך חנוכה), ווען מען האט אים פארגעהאלטן אז דער דאקטער לאזט אים דאס נישט עסן, האט ער געענטפערט אז דער דאקטאר שלאפט שוין יעצט...........

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 3:36 pm

אני_הקטן האט געשריבן:קרעמער, פון וואו ווייסטו אזוי גוט וואס ער מיינט?


כ'בין אים פשוט דן לכף זכות (אדער קען איך פשוט נישט זיין שוויגער)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 5:59 pm

פון אן אנאנימער.

דריי זאכן וואס ס'פאסט נישט אבער ס'שאדט נישט.

טרינקען ברוינפן פון א גרויס גלעזל.
עסן קאמפאט מיט א גרויסן לעפל.
דערלאנגען צוויי פראסקעס פאר די ווייב. ( ואיכא דאמרי, אז ס'פאסט אבער ס'שאדט אויך )

די זאכן זענען געשריבן געווארן נאר לחדודי מילתא, אבער נישט לאסוקי שמעתא אליבא דהלכתא.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מאנטאג דעצמבער 25, 2006 11:45 am

איך האב פונקט געהערט נעכטן, אז מען האט געפרעגט א באקאנטן גדול אין ארץ ישראל, צו מען מעג אין שבת אריינווארפן די באל אין די בעסקעט, (ווען מען שפילט בעיס באל), דער גאון זייענדיג אויסגעטוען פון דער וועלט, האט מען אים דאס געדארפט מסביר זיין אז עס איז דא אזא בעסקעט וואס מען ווארפט אריין דערינען אזא רינדעכיגע באלי.

דער גאון נאכ'ן מעיין זיין אביסל, האט זיך אנגערופן, אז לדעתו וואלט געווען כדאי אז מען זאל עס אריינלייגן אין די בעסקעט נאך פון פאר שבת........
לעצט פאראכטן דורך א אידעלע אום מאנטאג דעצמבער 25, 2006 12:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 25, 2006 12:28 pm

היינט געהערט פון די שמש אין מיין שוהל:

פארוואס גייען רבי'ס בלויע בעקיטשעס אום שבת?

צוליב די זעלבע סיבה וואס ארבייטער גייען בלויע העמעדער אינדערוואכן.

די חילוק איז אז די ארבייטער ארבעטן אינדערוואכן, און די ארבעט פון די רבי'ס איז אום שבת.

----

נעכטן בייגעפאלן זיצנדיג און שמועסנדיג מיט א קאזין מיינער אויף א חתונה:

א תימן'ער איד האט געשילדערט ביי אן אפיל די גרויסקייט פון זיינע עלטער זיידעס די מארי'ס פון תימן, זאגט ער בתוך הדברים: מיין זיידע מארי עייאש איז אמאל שולדיג געווען געלט פאר אן אראבישן שכן, און ער האט געמוזט באצאלן נאך יענעם טאג, ווען ער האט געזען אז ער וועט נישט האבן די פונקטליכע סומע ביז עטליכע שעה, האט ער אפגעשטעלט די זון, און עס איז נישט געווארן נאכט ביז ער האט געהאט דעם גאנצן סכום.

דער עולם שמייכלט זיך אונטער און בליקט זיך ארום...

ער ווערט ווילד, די אויגן קומען אים ארויס פון די לעכער: איר גלייבט נישט???? עס איז געווען בשעתו אזא ווינדער, אז אפילו די גוים האבן דאן אריינגעלייגט אין זייערע צייטונגען א בילד דערפון!!!!!!!!!!!!!!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג דעצמבער 26, 2006 10:53 pm

א פיילאט פארן לאנדן האט באגריסט די רייזענדע ווי פאלגענד,
א העפי קראצמעך פאר אלע וואס זיצן, און א העפי חנוכה פאר אלע וואס שטייען.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט