מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א מאן קאלט אריין אין פאליציי סטאנציע נאכדעם וואס זיין ווייב פעלט שוין איבער א וואך און פרעגט

"עטץ האטס פאר מיר גוטע נייעס ? אדער האט עטץ איר שוין געטראפן ?"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א פרוי האט געפרעגט איר מאן ,אויב שטארב איך מארגן עסטו זיין טרויעריג ?

זאגט ער , א שאלה ?! דו ווייסט וואס מיינט צו זיצן מיט דיין מאמע פאר א גאנצע וואך ?!!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

פאר יעדע איינס עקסטער...
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

נו וואדע האט געשריבן:א פרוי האט געפרעגט איר מאן ,אויב שטארב איך מארגן עסטו זיין טרויעריג ?

זאגט ער , א שאלה ?! דו ווייסט וואס מיינט צו זיצן מיט דיין מאמע פאר א גאנצע וואך ?!!!!


ס'מערסטע הנאה געהאט פון דאזיגע...
אבער נאדיר פאר אלע
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

נאך צען יאר האט א פרוי אנגעהויבן ערנסט טראכטן אז איר קינד זעהט נישט אויס ווי קיין איינע פון די עלטערן, מאדנע ביז גאר.
האט זי באשלאסן צו מאכן א DNA.
צו איר גרויס שאק איז זי געוואר געווארן אז דאס קינד באלאנגט גאר צו אנדערע עלטערן, און דאס איז נישט זייער קינד!

פרוי: מיין טייערע מאן איך האב עפעס ערנסט דיר צו פארציילן.

מאן: וואס גייט שוין פאר?

ווייב: לויט ווי עס צייגט די DNA איז דאס נישט אונזער קינד.

מאן: וואס גייט פאר מיט דיר, דו געדענקסט נישט?

ווען מיר האבן פארלאזט די שפיטאל האבן מיר באמערקט אז דאס קינד האט זיך שמוציג געמאכט די פעמפער, האסטו מיר געזאגט, 'ביטע גיי טוישן דאס קינד' און איך ווארט פאר דיר דא.

'בין איך אריין געגאנגען גענומען א ריינע און איבערגעלאזט די שמוציגע'!

[align=center]Never give a man a job that doesn't belong to him[/align]
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן: ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פאר יעדע איינס עקסטער...

איבערהויפט בערל'ס לעצטע... :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

איך קייך פאר געלעכטער!!!!!!!!!!!!!!!!

בערל זאג נאר.. אין קראקא איז דאס א נארמאלע ערשיינונג??...
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

בערל
האסט מיך אויפגעשאסן...
זוכט איר דוי?
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

דונש האט געשריבן:בערל
האסט מיך אויפגעשאסן...

נאכאמאזל איך האב עס נישט געליינט העכער די טעללער תיקון
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

welcome back נו וודאי !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מיט גרויס פרייד מיט פויק און געזאנג זענען מיר פריש מקבל פנים די יחיד מומחה און ארויפברענגען א שמיכל אויף אידישע קינדער כבוד הרב @נו וודאי שליט"א
לרגל זיין צוריק קעיר צום אידישען וועלטעל...
וואס גייט נאר פאר האסט נישט געטראפן קיין איין ווערטל אויפן ווייב ביז היינט ???
באט קיעפ אן פליס טויזענטער אידן ווארטן אויף דיין געשמאקע און פרייליכע ווערטלעך.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

:lol:
וואס דא נאר פאר היינט.

ישר כח פאר אלע
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

ראפשיצער רב האט אמאל געזאגט,

דריי שטעט זענען באוויסט אלט'ס נערנים, קראקע, חעלם, (ס'האט א סימן כ'האב שוין פארגעסן די דריטע...)

פארוואס פונקט די דריי?

ווייל עס שטייט דאך שומר פתאים ה', מיינט דאך דאס אז די מלאכים היטן דעם נער, נו, ברויך מען דאך אזויפיל מלאכים האבן, האט מען קאנצעטרירט די נערנים אין דריי שטעט, און מען לייגט איין מלאך פער שטאט...
על "טעם וריח" אין להתווכח
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

eller האט געשריבן:מיט גרויס פרייד מיט פויק און געזאנג זענען מיר פריש מקבל פנים די יחיד מומחה און ארויפברענגען א שמיכל אויף אידישע קינדער כבוד הרב @נו וודאי שליט"א
לרגל זיין צוריק קעיר צום אידישען וועלטעל...
וואס גייט נאר פאר האסט נישט געטראפן קיין איין ווערטל אויפן ווייב ביז היינט ???
באט קיעפ אן פליס טויזענטער אידן ווארטן אויף דיין געשמאקע און פרייליכע ווערטלעך.



כאב יא געהאט אבער אז מיין ווייב איז אין די קאנטרע ברויך מען דעך ניש חוזק מאכן

גראדע געהערט לעצטנס
מ'האט געפרעגט א איד צו סיז אמת אז די ווייב האט "אייביג, די לעצטע ווארט
האט ער גע'ענטפערט
אייביג איז א גוזמא , אסאך מאל שלאפט זי איין פאר מיר !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

איינער זאגט מיר
אז זיין ווייב דרייווט אזוי שלעכט אז ער האט געהערט ווי וועיז מורמלט שטילערהייט תפילת הדרך
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

נו וואדע האט געשריבן:איינער זאגט מיר
אז זיין ווייב דרייווט אזוי שלעכט אז ער האט געהערט ווי וועיז מורמלט שטילערהייט תפילת הדרך


ווי האט יענער געזאגט?, זיין ווייב איז multitalented
זי קען דרייווען, רעדן אויפן טעלפון, און אריינפארן און א בוים, אלעס אין די זעלבע צייט.
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א פאליס שטעלט אפ איינעם אינמיטן דרייוון אין פרעגט אים ווי איז דיין בעלט ?

פרעגט אים דער אינגערמאן "צו וואס דארף איך א בעלט אויב די הויזן שטייט מיר גוט ??!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א רב האט אמאל געפרעגט דעם ציבור צו זיי גלייבן אז סיז דא א לעבן נאכן טויט

רופט זיך אהן איינער "נו וואדע , נאכער וואס מיין ווייב איז געשטארבן האב איך אנגעהויבן צו לעבן !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א שדכן רופט אהן אמאל א בחור א בא בשנים אז ער האט פאר אים א פיינע שידוך , א אלמנה וואס איר מאן האט איר איבערגעלאזט מיליאנען און זי האט א 20 יעריגע וואוילע טאכטער

זאגט דער בחור , כ'וויל ענדערש איר טאכטער

זאגט דער שדכן, ביזט אינגאנצן אראפ פון זינען ?! אז דו וועסט חתונה האבן מיט די טאכטער עסטו האבן א עלטערע שוויגער א קראנקע און שלעכטע מכשיפה !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

נו וואדע לאך מיר!
ווייל נו וואדע שיסט סחורה!!
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

נו וואדע ;l;p- ;l;p-
כ'מיין זאלסט מאכן איין גרויסע פי די עף פין אלע דיינע ווערטלען אין פארקויפן פאר בדחנים פאר גרויס געלט
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אוי ביסט א בטלן!
די מיינסט אז עס איז אייגענס?
עס קומט זיכער פון א ביכעל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאיזגוטבה »

גיי שוין גיי האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:איינער זאגט מיר
אז זיין ווייב דרייווט אזוי שלעכט אז ער האט געהערט ווי וועיז מורמלט שטילערהייט תפילת הדרך


ווי האט יענער געזאגט?, זיין ווייב איז multitalented
זי קען דרייווען, רעדן אויפן טעלפון, און אריינפארן און א בוים, אלעס אין די זעלבע צייט.

זאגט מיר איינער אז ווען זיין ווייב דרייווט קוקט זי 5 מאל אויף יעדע זייט, און נאכדעם זעצט זי אריין...
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

נו וואדע האט געשריבן:
eller האט געשריבן:מיט גרויס פרייד מיט פויק און געזאנג זענען מיר פריש מקבל פנים די יחיד מומחה און ארויפברענגען א שמיכל אויף אידישע קינדער כבוד הרב @נו וודאי שליט"א
לרגל זיין צוריק קעיר צום אידישען וועלטעל...
וואס גייט נאר פאר האסט נישט געטראפן קיין איין ווערטל אויפן ווייב ביז היינט ???
באט קיעפ אן פליס טויזענטער אידן ווארטן אויף דיין געשמאקע און פרייליכע ווערטלעך.



כאב יא געהאט אבער אז מיין ווייב איז אין די קאנטרע ברויך מען דעך ניש חוזק מאכן

גראדע געהערט לעצטנס
מ'האט געפרעגט א איד צו סיז אמת אז די ווייב האט "אייביג, די לעצטע ווארט
האט ער גע'ענטפערט
אייביג איז א גוזמא , אסאך מאל שלאפט זי איין פאר מיר !!!

ביי מיר אבער האט איך אייביג די לעצטע ווארט ! יא יא צו דו ווילסט מיר גלייבן צו נישט !
(אייביג ענטפערט איך אקעי )
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

קיקיון האט געשריבן:אוי ביסט א בטלן!
די מיינסט אז עס איז אייגענס?
עס קומט זיכער פון א ביכעל



הרב קקיון , ס'דא וואס כ'נעם אבער סיז דא היפש אפאר וואס באלט מיר פיי

הקיצור סיז פיין אז איר זאגט אז סיז זיכער דא א ביכל פון דעם דעמאלטס איז עס גאר א גוטע קאמפלימענט
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

נו וואדע האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:אוי ביסט א בטלן!
די מיינסט אז עס איז אייגענס?
עס קומט זיכער פון א ביכעל



הרב קקיון , ס'דא וואס כ'נעם אבער סיז דא היפש אפאר וואס באלט מיר פיי

הקיצור סיז פיין אז איר זאגט אז סיז זיכער דא א ביכל פון דעם דעמאלטס איז עס גאר א גוטע קאמפלימענט

דאס איז א פליטת הקולמוס אדער א מליצה וואס איך פארשטיי נישט
----
און אז עס איז געדריקט איז וואס?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”