גיי שוין גיי האט געשריבן:איך האב געהאט די ערשטע א מיידל. האט מען מיר געזאגט בת תחילה סימן יפה לבנים. נאדעם געהאט נאך א מיידל . נאא דאפעלט איז שטערקער. שוין צוויי סימנים, ביים דריטן האב איך געזאגט רבש״ע איך האב שוין גענוג סמנים יעצט גיב מיר די זאך אליין,
ווען ביי ר' ישראל גארדאן שיחי' איז געבוירן דעם דריטער מיידל און ער האט נאך ניט געהאט א בן זכר, זאגט עם זיין טאטען ר' יוחנן (דער גבאי פון 770) דו ביסט ערגער פון א בהמה? פאר א בהמה איז גענוג צויי סימנים.
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:עס ווערט געברעגט אין סוף הילכות ת"ב, ווען די מחבר רעדט וועגן שבת נחמו, שטייט קלאר אז "מנהג גדול שלא ישבות אדם בבית שלו בשבת נחמו אלא ילך לבית מלון או לקאנטרי", און ברענגט צו די מצוה אריין-צישטיפען אין א קליינע שטוב מיט 10 קינדער, און לכבוד שבת צו ספענדען די גאנצע געלט וואס מ'האט נישט
די מ"ב זאגט אז אויב איינער וועט ח'ו נישט גיין שבת נחמו, ריפט ער אים אהן א נעב, טיפוש, ונער. ער וועט נישט קענען טון קיין שידוכים וכדומה.
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:עס ווערט געברעגט אין סוף הילכות ת"ב, ווען די מחבר רעדט וועגן שבת נחמו, שטייט קלאר אז "מנהג גדול שלא ישבות אדם בבית שלו בשבת נחמו אלא ילך לבית מלון או לקאנטרי", און ברענגט צו די מצוה אריין-צישטיפען אין א קליינע שטוב מיט 10 קינדער, און לכבוד שבת צו ספענדען די גאנצע געלט וואס מ'האט נישט
די מ"ב זאגט אז אויב איינער וועט ח'ו נישט גיין שבת נחמו, ריפט ער אים אהן א נעב, טיפוש, ונער. ער וועט נישט קענען טון קיין שידוכים וכדומה.
האסט פארמאכט די שלחון ערוך צו פרי, וויטער שטטיט אין רמ"א וכן נוהגין
טראכט פאר די רעדסט ווייל -
פארן רעדן ביסטו ב"ב אויף דיין ווארט נאכן רעדן איז דיין ווארט ב"ב אויף דיר!
צוויי חברים האבן אמאל שפאצירט ביים ים המלח, מיטאמאל זעען זיי וויאזוי איינער שטייט ביים ברעג פון טייך מיט א 'פיש כאפער' אויסגעצויגן. רופט זיך אן איינע פון די צוויי: זאג, איר זענט משוגע אינגאנצן?!? צו ווייסט איר דען נישט, אז ביים ים המלח געפונען זיך נישט קיין פישן? דער פיש-כאפער ענטפערט: געב מיר א פינעפער, וועל איך דיר ענטפערן וואס איך זוך דא! אן טראכטן צו לאנג, נעמט ער ארויס א פינעווער, און געט עס אהין פארן פיש-כאפער. קוק אהער- איז די פיש כאפער מסביר, דא האב איך שוין געכאפט איין פיש, און זיי נישט באזארגט, דו ביסט נישט דער איינציגסטער!
דברים נפלאים האט געשריבן:ברעיקינג: איך האב געהערט אז תהילים כולל האט א גליטש אין זייער סיסטעם און מ'קען האבען ניסים בחינם ביז מארגען אינדערפרי!
נאדיר _ אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די גליטש פון תהלים כולל:
נאך אינטענסיווע פארשונגען צו דערגיין די אורזאך פונעם גליטש, האט זיך ארויסגעשטעלט, אז איינע פון די תהלים כולל מעמבער'ס האט זיך באגאסן מיט בליי אום א מוצאי שבת, און ס'איז אנטשטאנען א געפעך ווער עס זאל רייניגן די עין הרע'ס, ביז די סיסטעם פון תהלים-כולל האט געכאפט א מעכטיגן גליטשט אויף די בליי.
א איד איז געבליבן געשטראנדעט אין א שטאט און נישט געהאט ווי צו זיין. רופט ער אן אן אלטע חבר פון ישיבה און די חבר זאגט קום אריבער צו מיר בכבוד גדול. דער איד איז אפגעזעצן דארט דריי טאג און די חבר האט אים געגעבן צו עסן און ארומגעפירט ווייזן די גאנצע שטאט.
ווען דער איד וויל אוועקגיין, גיט אים די חבר א ביל פון דריי טויזענט טאלער. דער איד עפענט א פאר אויגן פארווינדערט און פרעגט דעם חבר, איך האב געמיינט אז די טיסט מיר אלעס אלץ חבר און יעצט בעטסטי מיר געלט אומגעראכטן? ווען איך וואלט געוויסט אז דאס אלעס קאסט געלט וואלט איך רוב זאכן נישט געדארפט!
דער חבר ענטפערט, וואס מיינסטי, איך האב נישט וואס צו טון מיט מיין צייט נאר דריי טעג אנברענגן און דיך ארומפירן די שטאט? איז געבליבן אז מ'גייט צום רב.
מ'קומט צום רב און ביידע זאגן זייערע טענות און די רב קלערט צו זיך אז דער איד פארט דאך צוריק אהיים און איך וועל אים מער נישט זעהן, ווידער דער חבר בלייבט דאך דא א תושב און ער דארף אים האבן אויף זיין זייט ער זאל אים אריינריקן ביי מכירת חמץ וכו'. נאך צוויי מינוט ציען די בארד מיט פארגלייזטע אויגן רופט זיך די רב אן אז די חבר איז גערעכט און די גאסט דארף צאלן עד פ"א.
אז די רב הייסט האט מען נישט קיין ברירה און ווען מ'איז ארויס פון רב'ס הויז נעמט דער איד ארויס דאס בערזל און ציילט אפ דרייסיג גלאטע הונדרעטערס און גיט עס אהין דעם חבר. דער חבר צושמייכעלט זיך און זאגט, ביסטי נעריש? איך בין דאך דיין חבר, בשום אופן וויל איך נישט נעמען געלט פון דיר.
דער איד איז שוין אינגאנצן צומישט און פרעגט דעם חבר, וואס מאכסטי ליצנות פון מיר? דא רופסטי מיך צו דין תורה און יעצט ווילסטי נישט דאס געלט? זאגט די חבר: איך האב דיך געוויזן די גאנצע שטאט, די מענטשן די גאסן, און די בנינים, האב איך דיך אויך געוואלט ווייזן וואספארא רב אונז האמיר
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/