מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

מאשקע האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:איינער איז געווארן אפגעשטעלט פון א פאליס, און דער פאליס האט אים געגעבן א טיקעט, און צוגעלייגט אז ס'איז צוויי פוינטס אויף די לייסענס, האט אים יענער געפרעגט וואס קען איך טוהן מיט די פוינטס, האט אים דער פאליס געענטפערט, אז ווען ער האט צוועלף פוינטס קען ער קויפן א בייק.

איך וויל נאר אז דו זאלסט וויסן אז איך האב געלאכט. שטארק געלאכט.


מאשקע, איך וויל אז דו זאלסט וויסן אז איך האב אויך געלאכט, אבער נישט מיט קיין פולן מויל אזוי ווי דו.

אגב, ערנסטער האט געזאגט א גוט בא'חנ'טן אידישן ווערטל.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דיזע, די ווילסט דיך שוין סתם רייצן מיט מאשקע'ן,
(כ'רעדט פון די הונט מעשה)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך הער: דו טשעפעסט מיך (!/?).
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך פראביר, זאג מיר אויב ס'ארבעט זיך אויס.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בכלל יאכער פארשטיי איך נישט, ווייל ער האט געלאכט פון דיין דזשאוק דארפסטו טשעפען?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15468
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סאכדעס;
אזוי גייט די וועלט היינט, ווי האט געזאגט א קלוגער איד אמאל, מען האט געווארפן אויף אים שטיינדלעך, האט אים איינער געפרעגט וואס איז דאס, האט ער געענטפערט, דאס איז ווייל איך האב אים געטון א קליינע טובה, ווען איך טוה אים ווען א גרויסע טובה ווארפט ער ווען גרויסע שטיינער.

יישר כח איך_הער פאר די בייק דזשוק מיין שטוב האט זייער הנאה געהאט דערפון (האסט מחי' געווען א צובראכענע נשמה), און אויך פאר אלע גוטזאגער דאהי, אסאך פון די ווערטלעך קומען מיר צוניץ, עטליכע מאל אפילו פאר ביזנעס (יאיא יאנאש ארבעט אויך).
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאכדעס האט געשריבן:בכלל יאכער פארשטיי איך נישט, ווייל ער האט געלאכט פון דיין דזשאוק דארפסטו טשעפען?


דארף איך דען? און צווייטנס ס'האט שוין גארנישט מיט מיין דזשאוק, אלעס דרייט זיך ארום די דזשאוק פונעם הינט.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

מאשקע האט געשריבן:וואאאעעס? איך בין א הונט?

נעם נישט צום הארצן - ביסט דאך נישט דער איין-און-איינציקער מאטשקע אין דער וועלט.
כמה מאטשקע איכא בשוקא...
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יאנאש האט געשריבן: מיין שטוב האט זייער הנאה געהאט דערפון (האסט מחי' געווען א צובראכענע נשמה).



אויך מיר א מילתא דבדיחותא. :-(
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

זאל אייך אלע, מיין שמייכל, צו א מצוה'לע פאררעכנט ווערן.

***
געווען אמאל א ראשעקאל, א מן הארץ פון דער ערשטער קלאס, און פארשטייט זיך אז געהאלטן האט ער זיך פאר'ן גערעסטן תלמוד לומר פון שטאט, אזש אז יעדער רב וואס האט נאר קאנדאטירט פאר'ן רבנות פאסטן אין שטאט האט זיך קודם געמוזט שטעלן צו א קרייץ פארהער ביים ראשעקאל, און ער האט געמוזט געבן זיין הסכמה צו דער רב איז טאקע א ת"ח.

ביי איינע פון די פעלער, ווען א געוויסער גדול וועלכער האט קאנדאטירט פאר'ן רבנות פאסטן האט זיך געשטעלט צום פארהער ביים ראשעקאל, האט אים דער ראשעקאל געפרעגט אזא שאלה:

עס שטייט אין פסוק אז יתרו איז געווען חותן משה, דער שווער פון משה. פרעגט ער אים, וויאזוי איז דאס מעגליך אז יתרו האט בכלל געהאט קינדער, יתרו איז דאך, כידוע, געווען א "גלח" און גלחים האבן דאך נישט חתונה?

זאגט אים דער רב: יא, גערעכט, אבער דאס איז דאך נאך געווען קודם שנתגייר...

דער גרויסער תלמוד לומר'דיגער ראשעקאל, איז אזוי נתפעל געווארן פון דעם ענטפער, אז ער האט באלד געגעבן זיין הסכמה צו זיין רבנות שטעלע...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ס'איז פאר א חסידישן תמימות'דיגן בחור, די היט אראפ געפלויגן פון די שטארקע ווינט, (זעט אויס ער האט נישט געהאט דעם בענדל וואס די היינטיגע בחורים האבן, אנצוהאלטן די היט צום קאפ.) און צו זיין מזל איז עס געפלויגן ווייטער און ווייטער און ס'האט נישט אויסגעזען אז ער האלט זיך ביים אפשטעלן, פונקט איז אדוירך א רעבעצין, און זעענדיג אזא מראה הוד, ווי א היט פליט, קודם האט זי איין געבליקט צו מאכן זיכער אז די קאפ איז נישט אינעווייניג, און זעענדיג אז נישט, האט זי דאס אויפגעהויבן, און אנגעפאנגען ארום קוקן צו זען צו דער באלעבאס פון די היט וועט זיך אנרוקן, און אוודאי האט נישט גענומען לאנג ביז זי האט באמערקט דעם בחור, לויפנדיג פארסאפעטערהייט, זי וויל אים איבערגעבן דעם היט, אבער ער לאזט זיך נישט, ער קען דאך דאס פון איר נישט איבער נעמען, און הייסן אראפ לייגן איז אויך נישט קיין אפשען, ווייל דאן וועט די ווינט מאכן א פשרה און וועט עס נאכאמאל נעמען, אבער אויפן מינוט פאלט אים ביי אן עצה, ער געט א בייג אראפ דעם קאפ, און זאגט, לייגטס עס זייטס מוחל ארויף. (דא לאכט מען.)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז אן אלט אויסגעדראשן ווערטל, פילייכט האבן מיר דאס געשריבן אין אלט קרעטשמע, עס שאדט אבער נישט איבערצוקייען, בפרט ווען עס איז מענינא דיומא:

א בחור'ל דרייט זיך ארום ערב ראש חודש אדר אין ישיבה אנגעזויערט און פארכמורעט, דער מגיד שיעור פרעגט אים "יענקל" וואס איז דאס אזאנס? ערב ראש חודש אדר אזא טרויעריגע מינע? זאגט דער בחור: איך האב געלערנט אין די משנה משנכנס אב ממעטין בשמחה, משנכנס אדר מרבין בשמחה, ס'טייטש פון אב ביז אדר דארף מען כסדר ממעט זיין בשמחה, און פון אדר ביז אב דארף מען מרבה זיין בשמחה, קומט דאך אויס אז היינט - ערב ראש חודש אדר - איז די טרויעריגסטע טאג אין יאר, און ערב ראש חודש אב איז גאר די פרייליכסטע.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

איך_הער האט געשריבן:זעט אויס ער האט נישט געהאט דעם בענדל וואס די היינטיגע בחורים האבן, אנצוהאלטן די היט צום קאפ.

וואס פאר א בענדל איז דאס?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

ס'איז דא אן ענלעכע מעשה וועגן א ירושלים'ער בחור וואס פרעגט ביי זיין טאטע'ן אויפן ווארט, באגעגנדיק ס'ערשטע מאל זיין כלה און זעענדיק אז זי האט ר"ל נאר איין אויג: "טאטע, פארוואס האט זי נאר איין אויג?"
איז דער טאטע ענטפערט אים: "און ווער האט דיר געזאגט, נחום'לע, אז ווייבער בדרך כלל האבן צוויי?".
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

ערנסטער האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:זעט אויס ער האט נישט געהאט דעם בענדל וואס די היינטיגע בחורים האבן, אנצוהאלטן די היט צום קאפ.

וואס פאר א בענדל איז דאס?

די בענדעל איז פין די פאליציי, זיי ניצען דאס אויפצוהענגען זייערע פאלאקאטען אויף די גאסען, די שטערקסטע אדער די מערסטע געלונגענע בחור האט די מערסטע דערפין ביי זיך אין באזיץ (גיי ווייס פארוואס)
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

abimlaibt, כ'האב נישט פארשטאנען אבער, וויאזוי אנהאלטן מען מיט דעם די היט צום קאפ.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

אה פארגעסן צי ענדיגן אנטשולדיג מיר ביטע, עס ארבייט אזוי די צוויי עקן פונעם בענדעל (ראבער בלע"ז) האט אזא דראנט אזוי ווי א שיך בענדעל האט א פלעסטיק, אין די צוויי עקן כאפן קודם אן דעם מודעה פין די פאליציי אזוי, מלייגט אים אריין אין איין זייט דערנאך גייט מען צום בוים אדער צום לייט שטאנג (LIGHT POLE) אין מ'נעמט אים ארום אין מ'שטעקט אים איין אין צווייטען זייט, דערנאך קומט דער בחור אין טוט דערמיט די זעלביגע זאך מיט זיין הוט פון אינווענדיג אןיף די שווארצע זאך איינס קעגן דעם צווייטען, אין ווען עס איז ווינטיג אינדרויסען געט ער עס אזוי פאכמאניש אזא שלעפ אראפ צו אינטער זיין מויל אין היידא זיין הוט פליט נאמאר אראפ "והוא געלונגען ביותר" ד.מ. ער איז זייער געלונגען.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

abimlaibt, א דאנק, ס'איז זייער אינטערעסאנט.
דא אין ארץ ישראל, דאכט זיך מיר, האט מען אפילו נישט געהערט פון אזעלכע המצאות.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ביי אייך קלעבט מען מיט פאסטע (וויאזוי רופט מען עס?)

דאס באלאנגט אויך ביי מילתא דבדיחותא: מען זאגט אז די ירושלים'ער ווענט האלטן זיך פון די קול קורא'ס...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער האט געשריבן:עס איז אן אלט אויסגעדראשן ווערטל, פילייכט האבן מיר דאס געשריבן אין אלט קרעטשמע, עס שאדט אבער נישט איבערצוקייען, בפרט ווען עס איז מענינא דיומא:

א בחור'ל דרייט זיך ארום ערב ראש חודש אדר אין ישיבה אנגעזויערט און פארכמורעט, דער מגיד שיעור פרעגט אים "יענקל" וואס איז דאס אזאנס? ערב ראש חודש אדר אזא טרויעריגע מינע? זאגט דער בחור: איך האב געלערנט אין די משנה משנכנס אב ממעטין בשמחה, משנכנס אדר מרבין בשמחה, ס'טייטש פון אב ביז אדר דארף מען כסדר ממעט זיין בשמחה, און פון אדר ביז אב דארף מען מרבה זיין בשמחה, קומט דאך אויס אז היינט - ערב ראש חודש אדר - איז די טרויעריגסטע טאג אין יאר, און ערב ראש חודש אב איז גאר די פרייליכסטע.


דאס איז שוין גארנישט נאר א ווערטל, עיין בישמח ישראל על תשעה באב.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פונקטליכערע מראה מקום ביטע.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

האבעך דאך נישט. ווייסעך דאך אז דו ביסט א מומחה, האבעך געקלערט אז דו עסט דאס געפונען.

נעכטן ביין לערנען מיט שוועמל'ן זז"ג, האמיר זיך געמוטשעט מיט א מקור אויף עפעס, רופט זעך מיר שוועמל אן: פרעג קרעמער'ן. ודפח"ח.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאכדעס, דו קאלעכסט? אדער ביי שוועמלען האט פשוט פאסירט דו זעלבע ווי ביי מיר?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ניין כ'קאלעך, חוץ אויב וועט שוועמל מיר אויך דערמאנען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

קרעמער האט געשריבן:ביי אייך קלעבט מען מיט פאסטע (וויאזוי רופט מען עס?)

ביי אונז קלעפט מען מיט... הע... ס'דאכט זיך מיר - מיט דזבזק. :wink:

קרעמער האט געשריבן:דאס באלאנגט אויך ביי מילתא דבדיחותא: מען זאגט אז די ירושלים'ער ווענט האלטן זיך פון די קול קורא'ס...

א וודאי - כדי צו זיין מקיים מה שנאמר: אבן, מקיר תזעק.
די וואָר הענגט אויף א האָר
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”