געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
פרייטאג נובמבר 21, 2014 12:20 pm
משה: כבין אויף געהאקטע צרות !
יענקל: וואס איז ?
משה: דער וועטער זאגט פאר אז קומענדיגע וואך וועט זיין א שיינע טאג.
יענקל: נו, וואס האט עס מיט דיר?
משה: מיין ווייב האט מיר געזאגט ׳משה, איין שיינעם טאג וועל איך דיך איבערלאזן׳..
Advertisement
פרייטאג נובמבר 21, 2014 1:18 pm
משה, בארואיג זיך; עס שיינט אז זי מיינט עס נישט ערענסט; כן בנות צלפחד דוברות.
פרייטאג נובמבר 21, 2014 3:27 pm
משה: יאסל גיבט עכט צדקה 'יותר מכפי יכולתו'.
יעקב: ווי זעהסטו?
משה: ווייל אלע זיינע צדקה טשעקס קראכן...
פרייטאג נובמבר 21, 2014 3:31 pm
לעצטנס געהערט איינער זאגט פאר זיין חבר "ווייסט, די האסט א חוש צו מאכן דזאקס, בעיקר קארני דזאקס..."
שבת נובמבר 22, 2014 8:41 pm
גערעכטער האט געשריבן:משה: יאסל גיבט עכט צדקה 'יותר מכפי יכולתו'.
יעקב: ווי זעהסטו?
משה: ווייל אלע זיינע צדקה טשעקס קראכן...
"ונתנו" קען מען ליינען ביידע וועגן אהין אום צירוק אזוי ווי די טשעק
שבת נובמבר 22, 2014 8:44 pm
בעסער געזאגט: "ונתנו" גייט אהין און צוריק, אזוי ווי דער טשעק..
שבת נובמבר 22, 2014 9:03 pm
גערעכטער האט געשריבן:בעסער געזאגט: "ונתנו" גייט אהין און צוריק, אזוי ווי דער טשעק..
אטע דאס האב איך געמיינט
שבת נובמבר 22, 2014 11:15 pm
פאריגע וואך אין חומש שטייט
ובני דדן היו
אשורים = רייך
ולטושים = אגעפליקט
ולאמים = שטארק
שבת נובמבר 22, 2014 11:18 pm
.
נישט מער נישט נישט ווייניגער!
זונטאג נובמבר 23, 2014 9:04 pm
ער איז א 'איד' פאר זיך... ואין לזרים חלק עמו..
זונטאג נובמבר 23, 2014 9:08 pm
איך ווינדער מיך צו היינט קען מען נאך שאפען אזא ניק, אדער זענען שוין אלע אותיות פארנומען?
זונטאג נובמבר 23, 2014 9:13 pm
א גראם מיט טעם האט געשריבן:איך ווינדער מיך צו היינט קען מען נאך שאפען אזא ניק, אדער זענען שוין אלע אותיות פארנומען?
היינט קעמען שויניש מאכן א ניק מיט ווייניגער פון 3 אותיות
מאנטאג נובמבר 24, 2014 1:11 pm
א מעשה שהי', פון דזשואיש דזשען:
I was filing for a birth certificate for
a child from 1910. First the Health Department clerks kept asking me,
"Are you the parent of this child." At least one clerk laughed when I
explained the mathematics made it impossible for me to the be the
parent of a child born in 1910 unless I was in the book of records.
מאנטאג נובמבר 24, 2014 4:16 pm
ס'איז מיר בייגעפאלן א דבר צחות ענינא דיומא אויף פרשת ויצא. שמעו ותחי.
דער אויבערשטער זאגט פאר יעקב אבינו "הארץ אשר אתה שוכב עליה לך אתננה" איז רש"י מסביר וואס מיינט אתה שוכב עליה? אז ס'וועט זיין אזוי גרינג איינצונעמען גאנץ ארץ ישראל אזוי גרינג ווי ס'איז איינצונעמען ד' אמות וואס דאס איז מקומו של אדם.
די פסוק איז זייער שווער צו פארשטיין כפשוטו. ווי קען א גאנץ לאנד זיין אזוי גרינג איינצונעמען ווי ד' אמות?
נאר נראה לענ"ד אז דאס גייט ארויף אויפ'ן אטאמישע באמבע וואס אלבערט איינשטיין האט אויסגעטראפן, וואס מיט איין שאס מאכט עס חרוב הרים וגבעות עד היסוד, און פארשטייט זיך אז מיט אזא ארטיקל איז טאקע זייער גרינג איינצונעמען א גאנצער לאנד אזוי גרינג ווי ס'איז איינצונעמען ד' אמות.
יעצט, נחזי אנן, וואס האט זיך געפינען אונטער יעקב'ס קאפ? "איין שטיין" (עס אידאך געווארן פון אפאר קליינע שטיינער איין גרויסע), אןן דאס האט אים טאקע דער אויבערשטער מרמז געווען. מיט דעם "איינשטיין" ארטיקל אשר אתה שוכב עליה, וועסטו קענען איינעמען א גאנצער לאנד גאר גרינג און שנעל. כנלע"ד בדרך צחות
מאנטאג נובמבר 24, 2014 5:00 pm
א פאר הערות
אן אטאם באמבע מאכט א טאטאלען חורבן און לאזט איבער סם אויף גאר א גרויסען שטח
ארום פון וואס מען קען נישט פטור ווערען
נישט איינשטיין האט ערפינדען די באמבע נוד מיוסד אויף זיינע סברות אין סדר הבריאה איז מען געגאנגען
ווייטער און אויסגעארבעט דעם כלי משחית
מאנטאג נובמבר 24, 2014 5:07 pm
טאקע דערפאר האבעכעס ארייגעשטעלט אינעם אשכול מילתא "דבדיחותא" גיבור א שמייכל און מיש איבער דאס בלעטל, ותו לא מידי
מאנטאג נובמבר 24, 2014 5:13 pm
וועל איך דער ציליב טוען
און איך מיין אז מען האלט שוין טאקע ביי סוף פון בלעטעל
מאנטאג נובמבר 24, 2014 6:25 pm
געהערט יארן צוריק בשם ליפא שטויבער
ער איז געווארן א לייוו אינשורענס עידזשענט, דער וואס האט געלערנט מיט אים האט אים געגעבן גענויע אינסטרוקציעס ווי אזוי צו פארקויפן פאליסיס.
א לא יוצלח איז ער געווען, סא פארשטייט זיך אז קיין פאליסיס האט ער נישט פארקויפט, נאך יעדע דורכגעפאלענע מיטינג פלעגט ער קומען צו זיין טיטשער זיך אויסרעדן דאס הארץ, יענער פלעגט אים אלץ אנווייזן ווי דער פראבלעם שטעקט, אמאל האט ער גערעדט צו שנעל, אמאל צו שטייט, אמאל איז זיין רעקל נישט געווען מסודר וכו׳.
איינמאל רופט ער אן זיין טיטשער מיט שמחה אז שמער שווייניגער נעכטן האט ער פארקויפט די ערשטע פאליסי !!!!
זיין טיטשער רופט אים אריבער מיט איין שמחה אויסצופרעגן איינצעלהייטן, און ליפא פארציילט מיט אפעטיט, שוין אינטן אין קאר האב איך זיכער געמאכט אז מיין רעקל איז הינדערט פראצענט מסודר, אלעס קלאפט, כהאב זיך איינגע׳חזר׳ט א פיפציג מאל וויזוי צו רעדן, געקלאפט איידעלערהייט אין טיר, כהאב מיך אריסטאקראטיש אראפגעזעצט און אנגעהויבן מיין דרשה; טאטי ! מאמי ! עטס מוזט קויפן ביי מיר א פאליסי !!! כהאב נאכנישט פארקויפט קיין איינס !!!!.........
מאנטאג נובמבר 24, 2014 8:17 pm
קרוץ'ל זייער גוט געזאגט...
איך ווארט שוין אויף נעקסטע וואך...
מאנטאג נובמבר 24, 2014 8:45 pm
א גרויסן שכוח גערעכטער פאר די חיזוק, דער אייבערשטער זאל דיר אויך מחזק זיין.
ווי וויל קאנטיניו אי"ה
דינסטאג נובמבר 25, 2014 7:40 am
האבעך געטראכט נאך א טייטשל על דרך גיחוך,
ביים נוסח הברכה ביי שבע ברכות זאגט מען, ברוך וכו' אשר יצר את האדם... והתקין לו ממנו בנין עדי עד ברוך.. יוצר האדם
ס'באקאנט די קושיא, מ'האט דאך שוין פריער געזאגט די ברכה יוצר האדם באזונדער? נאך א קשיא, פארוואס זאגט מען יעצט די ברכה און נישט ביים געבוירן-ביים יצירה ?
נאר די ענפער קען זיין פשוט, ווען א איד זעט אויף זיך אז ליידער די אכילה האט זיך אין אים שטארק אנגעקלעבט און ער איז זייער איבערוואגיג בבחינת התפשטות הגשמיות, איז נאר דא איין עצה, א דייעט!
דאס קען זיין די כוונה אינעם ברכה, והתקין לו ממנו בנין: ס'איז געווארן פון אים אגאנץ בנין, איז דער עצה, "עדי עד" מלשון "א דייאט", און אז ס'געלונגט ווי ס'דארף צו זיין, ווערט מען דאך א נייע מענטש, נו זאגט מען דאך מיט רעכט נאכאמאל, יוצר האדם!
דינסטאג נובמבר 25, 2014 7:53 am
א פרוי בעט פון מאן: משה, פליז גיי אין גראסערי און קויף מיר א מילך, און אויב זעסטו אוויקאדוי, פליז ברענג זעקס.
מאן קומט אהיים פארסאפעט מיט דריי שווערע בעגס
פרוי: משה, כ'האב דיר דאך נאר געבעטן "איין" באטל!
מאן: גערעכט, אבער ס'איז דאך יא געווען אוויקאדוי!
דינסטאג נובמבר 25, 2014 11:08 am
דינסטאג נובמבר 25, 2014 11:25 am
זאגסט עס למעליותא אדער לגריעותא? כ'וויל וויסן פאר די פיוטשער.
דינסטאג נובמבר 25, 2014 11:27 am
אודאי למעליותא!
אויף שפת המדינה זאגט מען קיפיראפ!