געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מאנטאג מאי 12, 2014 7:29 am
איו די ערשטע צייטען דא אין ארה"ב איז געקומען א תלמיד
מיט א קנייטש היט
זאגט אים דער רבי וואס איז געשען מיט דיר ביסט אלעמאל
א נעטער ציזאמגענימענער און יעצט גייסט מיט א ציקנייטשטען הוט
Advertisement
דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:23 am
א מזרחיסט האט געפייערט ה' באייר כראוי לו
א בארבעקיו אין גן סאקר מיט די גאנצע משפחה
א ידיד זיינער טרעפט אים דארט פארברענגען אין ער זעהט ווי ער לערנט ויואל משה
פרעגט ער אים: מאי האי?
זאגט ער: ער האט געזוכט א ספר מענינא דיומא און ער האט נאר דאס געטראפען.....
דער חאצאצקער רבי האט זיך אויסגעדרוקט: מי לנו גדול מרשכבה"ג דער הייליגע חת"ם סופר זי"ע
ער האט געזוכט ישר והפוך אין זיינע הייליגע ספרים און ער דערמאנט גארנישט פון אינטערנעט מיט צו אהן א פילטער
צו מאביילס אדער סעללס אנדרוידס.....
דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:33 pm
איך בין פויל וועלען און ציטירען
דא דא א פאר גיטעווער עס האט חשק איז מכובד מיט איבערשרייבען אויף אידיש
וואס אים געפעלט
דאנערשטאג מאי 15, 2014 1:20 pm
MSP
איינס פאר ביידע
דאנערשטאג מאי 15, 2014 3:16 pm
OK
איך זעה אז דער עולם איז אויך פויל והא ראי' איך האב באקומען ניט קיין איין יי"כ
דא האט עץ א גרייטס וואס איז יעצט אנגעקומען
- קאוד:
A guy was pulled over for speeding and the cop motions to him to roll down the window. The cop tells the driver, “Sir, I’m sorry to tell you but you were driving 50 miles over the speed limit. That will be a $500 fine and five points on your license.”
When the drivers hears this, he’s thrilled. “Officer, I am so excited. I never got so many points in my entire life! How many points can I get all together?”
The police officer answers, “Well, you can get up to 12 points.”
“Officer, this is just too good to be true. What do I get when I have all 12 points?”
The police officer grins. “Sir, if you have 12 points, then YOU GET A BIKE!”
דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:05 pm
קיקיון האט געשריבן:איך בין פויל וועלען און ציטירען
דא דא א פאר גיטעווער עס האט חשק איז מכובד מיט איבערשרייבען אויף אידיש
וואס אים געפעלט
אסאך זיסע ווערטלאך דארט.
פרייטאג מאי 16, 2014 8:03 am
גוט גוט הרב קיקיון
א דאנק
פרייטאג מאי 16, 2014 8:15 am
msp האט געשריבן:גוט גוט הרב קיקיון
א דאנק
שבת מאי 17, 2014 10:50 pm
מיין אינגל האט היינט געגעסן א פאקסי, איך בעט אים אז איך דארף אויך, זאג ער מיר אז: טאטעס טארן נישט האבן, ווייל פאקסי'ס האבן צוקער און קענסט ווערן צו ווילדעוועט...
לעצט פאראכטן דורך
י אום זונטאג מאי 18, 2014 12:46 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שבת מאי 17, 2014 11:42 pm
א קליין קינד האט זיך באקלאגט פאר'ן טאטן אז די פיס טוט אים וויי, זאגט אים די טאטע "ס'גארנישט - ס'מיינט אז דיין פיס וואקסט".
איין טאג האט די טאטע געהאט שטארקע בויך שמערצן. דאס קינד הערנדיג ווי די טאטע קרעכצט בארוהיגט אים "טאטי ס'גארנישט - ס'מיינט אז דיין בויך וואקסט"!
זונטאג מאי 18, 2014 9:21 am
א משולח פלעגט יערליך קומען פון א״י צו אן עושר, אראפגעלייגט דעם שווערן מצב פונעם מוסד, לאמיר זיי רופן ״מנחת כהן״, און ער פלעגט זיך באשטייערען מיט אן הונדערטער, איינמאהל אינמיטן יאהר איז דער נדיב דארט געווען אויף א באזוך, און געגאנגן זוכן דעם מוסד, ולא דובים ולא יער, איבערס יאהר ווען דער משולח קומט צו גיין אומוויסענד פון אנדעקונג, באפאלט עהם דער נדיב, להד״ם ס׳איז נישטא אזא מוסד, ולמה זה רימיתני, שטייענדיג אזוי אפגעפאטשט פונעם אויפדעקונג פון זיין בלאף באקומט ער פונעם נדיב 99 טאלער, אויף זיין וואונדער זאגט דער נדיב, דיין חלק הקאמישאן וואס דו פלעגסט מאכן קען איך דיר ווייטער געבן ...
זונטאג מאי 18, 2014 9:38 am
עס איז מער אמת וואו דער וויץ
זונטאג מאי 18, 2014 2:18 pm
ניק ניק זאגט אז אין וויליאמסבארג איז נישט קיין מאנגל אין דירות
זונטאג מאי 18, 2014 2:46 pm
בנחיים!
green האט געשריבן:עס איז מער אמת וואו דער וויץ
זונטאג מאי 18, 2014 3:25 pm
דער שווער: איטשע שוין 5 יאר נאך די חתונה האסט שוין ב"ה 3 קינדער שוין צייט עפעס טוען וועגען
פרנסה, מארגען אינדערפרי קום מיט מיר און געשעפט איך האב דיר ציגעגרייט אן אפיס אין אקנטינג
דעפארטמענט
3 טאג שפעטער קומט איטשע צו לויפען און שווער'ס אפיס: שווער לעבען! נאך אזויפיל יארען און בה"מ
איז אקנטינג ניט פאר מיר די אלע פאלשע ציפערען
דער שווער: גערעכט! און ריפט אריין דעם SALES מענעדזשיר די האסט מיר לעצטענס געזאגט
אז די דארפסט הילף דא מיין איטשע א געלונגענער אינגערמאן
נעקסטען טאג ביי לאנטש און איטשע איז שוין ווייטער ביים שווער: שווער לעבען! וכ' וכ'
שווער: גערעכט! און ריפט אריין דעם SHIPPING מענעדזשיר וכ' וכ'
קוים דער ערשטען קאפי ברעיק און איטשע איז שוין ווייטער ביים שווער: שווער לעבען! וכ' וכ'
שווער: איטשע איטשע וואס טי איך מיט דיר
איטשע: דער שווער זאל מיר אויסצאלען מיין שותפות
זונטאג מאי 18, 2014 5:51 pm
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:ניק ניק זאגט אז אין וויליאמסבארג איז נישט קיין מאנגל אין דירות
א CDL טיטשער האט געזאגט אז לויטן געזעץ מוז א באס דרייווער ווארטן ביז די קינד איז אן ערך פון 15 פיס פון די באס, אין מאנסי קומט דאס אויס בערך אינמיטן די דרייוועי, און אין וומסב''ג איז דאס אינמיטן די קיטשען...
דינסטאג מאי 20, 2014 1:41 pm
די וואס ווילען שפארען קויפען איין ביי טארגעט
מער באלביטישע קויפען איין ביי טארזשעי
--
מאנטריאלער וועלען כאפען דעם וויץ כ'קלער נור צי ביי זיי איז אויך דער כלל גילטיג
דינסטאג מאי 20, 2014 1:45 pm
אין פרענטש פראנאונסד מען עס "טארדזשעי".
דינסטאג מאי 20, 2014 1:53 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:אין פרענטש פראנאונסד מען עס "טארדזשעי".
"
דאס איז געווען א תיקון "פראקלאפעניש" אדער א הסבר?
דינסטאג מאי 20, 2014 2:02 pm
הסבר.
דינסטאג מאי 20, 2014 2:11 pm
merci monsieur
דינסטאג מאי 20, 2014 2:57 pm
טו פארלעי לא פראנסעי?
דינסטאג מאי 20, 2014 3:00 pm
ווינקל האט געשריבן:טו פארלעי לא פראנסעי?
J'utilise Google
דינסטאג מאי 20, 2014 3:06 pm
קיקיון האט געשריבן:די וואס ווילען שפארען קויפען איין ביי טארגעט
מער באלביטישע קויפען איין ביי טארזשעי
די באלבאטישע עסן גארמעי און טרינקען קעבערנעי סואוועניאן, סתם עמך אידן עסן גארמעט און טרינקן קריעם קאנקארד… (ווייסן אבער אויך פון קארבאנעט סווגינאן…)
דינסטאג מאי 20, 2014 3:29 pm
קיקיון האט געשריבן:ווינקל האט געשריבן:טו פארלעי לא פראנסעי?
J'utilise Google
טרע ביע(ן)