Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג ספטמבר 23, 2012 11:45 am

אויך געהערט פון איהם.

בחדא מחתא אויך געהערט פארוואס ער ניצט נישט קיין וועק זייגער - ווייל ווען מען געבט די נשמה צום רבש"ע אלץ פקדון, ווארט מען מיט געדולד ביז ער אליין געבט עס צוריק, נישט מען שטייט מיט א וועקער און שרייט...

Advertisement

זונטאג ספטמבר 23, 2012 1:24 pm

fiena nieas האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:איין יאר בין איך פארשלאפען ערב יוה"כ און ביז איך האב מיר ערוועקט איז שוין נישט געוועהן צו באקומען קיין כפרות. בלית ברירה האב איך באשלאסען צו מאכען אויף געלט. כ'האב ארויסגענומען א טשעק, אפגעשריבען $500 (בימים ההם איז עס נאך געוועהן א סכום הגון) און געשלאגען כפרות. געדרייט דריי מאל זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה הטשעק - צוריסען אויף שטיקער - ילך למיתה...און ב"ה געהאט א כפרה.

נו פאר די געלט האסטו געקענט שרייבן אויפן טשעק 10.000$ :lol:


ער האט דאך נישט געהאט אזויפיל אין די קאנטע!

מאנטאג ספטמבר 24, 2012 10:00 am

יוש, $10,000 פאר א כפרה? איר האלט מיר פאר אזא בעל עבירה? כ'אדעך שוין אלעס אויסגעפאקט ביי תשליך...

מאנטאג ספטמבר 24, 2012 11:39 am

אין באבוב איז דער מנהג ערב יוה"ק צו טיילען לקח - טאמער איז באשערט מען זאל מוזען טיילען זאל מען אפקומען מיט דעם.

מאנטאג ספטמבר 24, 2012 11:58 am

לול

מאנטאג ספטמבר 24, 2012 12:08 pm

כ'האב געהערט אמאל אין ביהמ"ד ווי א איד וואס איז געשטאנען נאך געלט פאר א כולל רופט אויס, "אינגעלייט, אז איר וועט שטיצען דעם כולל וועט דער אייבישטער העלפן אז איר וועט קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו..."

מאנטאג ספטמבר 24, 2012 2:22 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:יוש, $10,000 פאר א כפרה? איר האלט מיר פאר אזא בעל עבירה? כ'אדעך שוין אלעס אויסגעפאקט ביי תשליך...

מען רעדט נישט פון די דיע יארע

מאנטאג ספטמבר 24, 2012 7:21 pm

גוגל האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:יוש, $10,000 פאר א כפרה? איר האלט מיר פאר אזא בעל עבירה? כ'אדעך שוין אלעס אויסגעפאקט ביי תשליך...

מען רעדט נישט פון די דיע יארע


אה, כ'פארשטיי, דו מיינסט פאר איך האב געטראפען אייוועלט?


דער אתרוג סוחר זאגט מיר אז א בלאט פלעק איז בכלל נישט קיין חיסרון. אדרבה, עס איז גאר א מעלה ווייל אזוי ווייסט מען עס איז אן אתרוג נישט קיין לעמאן. האב איך איהם געפרעגט צי אהנע בלאט פלעק געבט ער מיר ביליגער ווייל עס האט נישט אט די מעלה?

דאנערשטאג ספטמבר 27, 2012 5:36 am

גוט גוט

דאנערשטאג ספטמבר 27, 2012 9:14 pm

געהערט א טעם פארוואס מען זאגט ישר כוח פאר די כהנים נאכען דוכענען.

אויב זיי האבען געקענט מאכען אז די שיינע אידען זאלען זיך אף פיצען פונעם אויבען אהן פאר 10 מינוט, קומט זיי א ישר כוח!

דאנערשטאג ספטמבר 27, 2012 9:42 pm

scy4851 האט געשריבן:געהערט א טעם פארוואס מען זאגט ישר כוח פאר די כהנים נאכען דוכענען.

אויב זיי האבען געקענט מאכען אז די שיינע אידען זאלען זיך אף פיצען פונעם אויבען אהן פאר 10 מינוט, קומט זיי א ישר כוח!

אדער שכוח פארן צוריק אנטוען די שיך!! :lol:

דאנערשטאג ספטמבר 27, 2012 9:49 pm

;l;p-

דאנערשטאג ספטמבר 27, 2012 11:25 pm

A woman goes to the post office to buy
stamps for her Chanukah cards. She
says to the clerk "May I have 50 Chanukah
stamps please."
"What denomination? " says the clerk.
The woman says "Oy vey...has it come to this?
Okay, give me six orthodox, 12 conservative
and 32 reform!"

credit:jj

פרייטאג ספטמבר 28, 2012 3:38 am

גוט....

פרייטאג ספטמבר 28, 2012 8:35 am

כ'אמיר געקויפט א טייערען שורעם פאר £20. יעצט ווען עס רעגנט בין איך אין א פארלעגנהייט: איבערמאכען דעם הוט קאסט נאר צעהן פונט אבער טאמער וועל איך גיין אין שול מיטען שורעם וועט עס מיר קאסטען א צוואנציגער...

(מיט דער קאר? איר האט שוין געזעהן די היינטיגע פרייזען פון fuel?)

פרייטאג ספטמבר 28, 2012 11:32 am

אנעים זמירות האט געשריבן:כ'אמיר געקויפט א טייערען שורעם פאר £20. יעצט ווען עס רעגנט בין איך אין א פארלעגנהייט: איבערמאכען דעם הוט קאסט נאר צעהן פונט אבער טאמער וועל איך גיין אין שול מיטען שורעם וועט עס מיר קאסטען א צוואנציגער...

(מיט דער קאר? איר האט שוין געזעהן די היינטיגע פרייזען פון fuel?)

איך טענה שוין לאנג! די בעסטע איז א פערד און וואגן...
דער פערדל טרינקט אינטערוועגנס
דער וואגן ווערט אפגעוואשן.
עס קאסט נישט קיין געז.
און וואס קען זיין בעסער?

זונטאג ספטמבר 30, 2012 1:56 am

[quote="אנעים זמירות"]אויפען וועג צום כפרות שלאגען זעה איך א יוד ווארט ביים עק גאס. פרעג איך איהם, "איהר דארפט א היטש?"
"ניין, איך ווארט אויף מיין ווייב, איך גיי שלאגען כפרות מיט איהר."

*****
אן אמת'ע מעשה.

עס האט געהאנגען א צעטיל אין ביהמ"ד פון א גרויסע רבי:

"ערב יום הקדוש יתקיים מנהג כפרות ברוב עם עם כ"ק אדמו"ר שליט"א"

שלאגן כפרות מיט'ן רבי'ן, ס'הערט זיך נישט אזוי שלעכט....

זונטאג ספטמבר 30, 2012 12:37 pm

איך שלאף אין סוכה און דער ווייב אינדערהיים. תשבו כעין תדורו.

דינסטאג אוקטובר 02, 2012 9:03 pm

פון ווי ווייסט א פיש כאפער אז ע ר האט געכאפט א געפילטע פיש ?

ווען ער זעהט א פישל וואס האט א מייער אויפן רוקן דעמאלסט ווייסט ער אז דאס איז א געפילטע פישל.

דינסטאג אוקטובר 02, 2012 9:39 pm

אפשר פאסט דאס מער אין 'ידיעות התורה'...

זמן תפלה איז א דרבנן. שלאפען אין סוכה איז א דאורייתא. מי נדחה מפני מי???

מיטוואך אוקטובר 03, 2012 6:15 pm

דער רב האט געזעהן ווי אן עם הארץ טאנצט שמחת תורה מיט אייפער. "וואס האסטו זיך צו פרייען?" פרעגט ער מיט שפאס.
"אויף יו"כ ווען איך האב געקלאפט על חטא...בכפת שוחד, איז עס געוועהן אויף אייערע עבירות, יא? אצינד פריי איך מיר מיט אייער תורה?"

מיטוואך אוקטובר 03, 2012 8:56 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:דער רב האט געזעהן ווי אן עם הארץ טאנצט שמחת תורה מיט אייפער. "וואס האסטו זיך צו פרייען?" פרעגט ער מיט שפאס.
"אויף יו"כ ווען איך האב געקלאפט על חטא...בכפת שוחד, איז עס געוועהן אויף אייערע עבירות, יא? אצינד פריי איך מיר מיט אייער תורה?"


ממש יעצט געהערט אין א שיעור פון הרב מיכל זילבער שליטא: אלע יודען טאנצען אין שמחת תורה, ווער איז דער חתן?

לא'מיר זיך מתבונן זיין ביי א חתונה - יעדער טאנצט, ווער איז דער חתן? דער וואס נעמט שפעטער אהיים די כלה!

דאנערשטאג אוקטובר 04, 2012 2:18 pm

דאס איז שוין גארנישט קיין בדיחותא!

דאנערשטאג אוקטובר 04, 2012 4:02 pm

מעשה שהי' :

ביי די שמחת בית השואבה פון א געוויסע הויף איז געווען די מנהג אז יעדע נאכט ביים עריכת השלחן האבן זיך אויסגע'שורה'ט נעבן רבי'ן אלע וואס טראגן דעם נאמען פונ'ם אושפיזין פון יענעם טאג, און מען האט געזאגט פאר'ן רבי'ן א פסוק פון ווי אימער וואס שטייט דארט די נאמען פונ'ם אושפיזין און די רבי האט אויפ'ן פלאץ געזאגט א תורה אויף דעם פסוק.

איין יאר אינ'ם טאג פון אושפיזא דמשה האט זיך פארשמעקט פאר א יונגערמאן מיט'ן נאמען משה .... אנטיילצונעמען ביים שמחת בית השואבה, און זייענדיג א יונגערמאן וואס בדיחא דעתי' תמיד האט ער זיך געשטעלט אין די שורה צוזאמען מיט אלע משה'ס וואס האבן פארגעלייגט זייער פסוק און הערנדיג א תורה כנ"ל.

ענדליך קומט שוין זיין רייע ער שטייט ביים רבי'ן און זאגט הויעך: אותנו ואת כל אשר לנו כ"מו-ש"נתברכו אבותינו.....

די רבי ברוב ענותנותו האט זיך שטארק צושמייכלט, אבער די חסידים וואס האבן אויך אויסגגעפלאצט אין געלעכטער האבן אים פארטריבן פון דארט בשן ועין.

"אך שמח"

פרייטאג אוקטובר 05, 2012 9:37 am

געוואלדיג!
שרייב א תגובה

Advertisement