געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מיטוואך יוני 06, 2007 11:20 am
ריזיג!
האב איך געלאכט....
Advertisement
מיטוואך יוני 06, 2007 11:31 am
אבי געוואלדיג
מיטוואך יוני 06, 2007 12:19 pm
אבי דו זאגסט אזעלכע גוטע וויצן! אלעס איינס ביי איינס האט מיר געקאסט א שמייכל...
(נישט געזארגט, איך באקום עס האלסעיל, ס'קאסט מיר ביליגער ווי געווענליך...)
מיטוואך יוני 06, 2007 12:46 pm
איך פרעג איינעם, נא עפעס א גוט ווארט מוז נישט זיין אמת?
מוז נישט זיין אמת? ניין זאג איך אים, אה איך האב געלט...
מיטוואך יוני 06, 2007 1:27 pm
אין פאראנט פון די קאלעדש בילדינג זענען געשטאנן צוויי פראפעסארען פון mathematics און physics, און געקוקט אויף דעם שטאנג וואס פלאטערט דעם פאן, ווי עפעס איז נישט און דערארדענונג, גייט פארביי נעבן זיי די פראפעסר וואס לערנט ענגליש, און פרעגט זיי וואס איז די פראבלעם דא?
מיר קוקען -זאגען זיי- ווי אזוי אפצומעסטן די הייעך פון די שטאנג,
דער ענגלישער פראפעסאר טראכט נישט קיין צוויי, ער שרויפט עס אויף ער לייגט אים אראפ אויף דער ערד, און ער מעסט אים אפ, זאגענדיג ער איז פונקטליך 20 פוס לאנג, אזוי שפאצירט ער אוועק פון זיי, פארויכערן'דיג זיין ציגאר,
זיי די אנדערע צוויי, קוקען אים נאך, ווי ער וואקט אוועק בעלגאוויש, רופט זיך אן איינער צום צווייטען 'גרויסע אויבער חכם, אונז ווילן מיר וויסען די "הייעך" און ער זאגט אונז די לענג'!
מיטוואך יוני 06, 2007 1:43 pm
און איך זאג, גרויסע לץ וואס די ביסט...
מיטוואך יוני 06, 2007 1:44 pm
יאפס, א גוטס.
מיטוואך יוני 06, 2007 2:31 pm
הקדמה:
די מעשה איז פארגעקומען צווישען גוים להבדיל,
מייק האט פארציילט פאר זיין חבר הענרי, ווי שווער עס איז אים געווען היינט אין ביי די ארבעט, דהיינו אז זיין בעה"ב האט געכאפט א הארץ אטאקע און איז געשטארבען ל"ע, אוי וויי עס איז דאך שרעקליך וואס האסטו געטאן? שאקעלט ער אזוי צו מיטן קאפ, איך האב נישט געהאט 'וואס' צו העלפען, ער האט געהאלטען און איין שרייען רוף ניין וואן וואן (9-1-1) , אבער ער האט מיר נישט געוואלט זאגען די איבריגע נומערן...
מיטוואך יוני 06, 2007 10:14 pm
אבי, שכוח, ס'יז הערליך.
איינער גייט צו צום חבר אז דו זאגסט מיר א ליגנט אויפן פלאץ אן טראכטן באקומסטו א פופציגער.
יענער רופט זיך אן אויפן פלאץ, האסט דאך פריער געזאגט א הונדערטער?
מיטוואך יוני 06, 2007 10:15 pm
א קינד האט געזאגט פארן טאטן, כ'וויל עסן נאר פינף לעפלעך זופ.
דער טאטע: איין לעפל האט זיך לעצטנס צובראכן, מיר האבן נאר פיר לעפלעך.
מיטוואך יוני 06, 2007 10:16 pm
מ'האלט ביי די זופ, און איינער רופט זיך אן, אז ס'איז דא זופ מיט א טשויס.
חבר: וועלעכע מין?
טעיק איט אר ליוו איט.
דאנערשטאג יוני 07, 2007 9:49 am
שבועות אויפדערנאכט איז געזיצן צוויי יודן נעבן מיר, ראובן און שמעון, רבאון'ס תיקון ליל שבועות איז געווען א אפגעניצטע, גיט אים שמעון א פרעג, וויזוי איזעס אזוי אפגעניצט? מען ניצט דאך עס נאר איינמאל א יאר, האט שמעון ציריקגענטפערט, איך ניץ דאך עס יעדע וואך צי מעברסדרה זיין,,,
דאנערשטאג יוני 07, 2007 10:02 am
עס איז דא א באקאנט ווארט. דער מענטש טראכט, און דער באשעפער לאכט.
איך האב לעצטענס געהערט אזא ווארט. דער מאן טראכט, און די ווייב לאכט.
דאנערשטאג יוני 07, 2007 10:05 am
לוי, זייער גוט
דאנערשטאג יוני 07, 2007 10:53 am
איך האב געזאגט אויף א געוויסן איד וואס האלט פון זיך מער ווי אביסל: כבודו של אדם זה רצונו.
דאנערשטאג יוני 07, 2007 1:42 pm
געהערט ווי איינער זאגט פאר איינעם כ'האב געזען דיינע קינדער ארום לויפען אין פארענט פין א קאר
יענער איז געווארען נערוועז אין הייבט אן פרעגען, וואס !? ווי !?
זאגט עים יענער זארגט אייך נישט ס'געווען א געפארקטע קאר
דאנערשטאג יוני 07, 2007 3:27 pm
יאנקעל מילער האט דאס אמאל פארציילט ביי א חתונה אין מאנטריאל
יעצט קום איך צופארען פון נוא יארק און ס'האט פאסירט א מורא'דיגע מעשה, אינמיטען פארען בין איך געווארען זייער שלעפעריג און... און איך בין איינגעשלאפען! יא איר הערט גיט, איך האב אזוי פארענדיג געדרימעלט גאנצע צוויי מינוט, ניסי ניסים.
יעדער קוקט, און ער פירט אויס. נישט איך בין געווען דער דרייווער.
זונטאג יוני 10, 2007 11:14 pm
געווען אמאל א מלמד וואס האט געזעהן ווי זיין תלמיד מוטשעט זיך עפעס ארום מיט זיין נאניע (נאז!), דער מלמד נישט וועלענדיג אים פארשעמן אבער פארט געקענט באשטיין אז דאס זאל זיך זאפארט אויפהערן און קומען צו א פולשטענדיגע אפשטעלעניש,האט זיך אנגערופען ווי פאלגענד, בערעל, דו כאפסט אן א גוטע נקודה, איך האלט אבער אז דו קענסט גיין טיפער...
מאנטאג יוני 11, 2007 1:00 pm
כ'האב געהערט פון א קלוגער איד,
אז יעדעס מאל ווען ער פארט אויף א פליגער, נעמט ער מיט א באמבע מיט זיך, ווייל די סטאטיסטיק ווייזט אז עס איז נאך קיינמאל נישט געווען צוויי באמבעס אויף איין פליגער...
לעצט פאראכטן דורך
א אידעלע אום מאנטאג יוני 11, 2007 1:05 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך יוני 13, 2007 2:56 pm
קארלזאהן איז באשולדיגט געווארען אין גנב'ענן א זייער טייערע קאר, און נאך לאנגע מוטשענישען און געריכטן, די ריכטער האט אים ריינגעוואשען פון די אזוי אנגעגעבענע גניבה, שפעטער אונעם זעלבן טאג קומט דער נארוואס ריינגעוואשענער צוריק צום ריכטער און זאגט אים, "מיין הער ריכטער, איך וויל אנקלאגען מיין לויער, נידריגער מענטש וואס ער איז", פארוואס ? פרעגט דער ריכטער אינגאנצען איבעראשט? ער האט דאך דיר ערלעדיגט א זיכערע געווינס? און יעצט ווילסטו אים לאזען ארעסטירען? ריכטיג הער ריכטער, רופט ער זיך אן צום ריכטער, איך האב נישט געהאט די געלט צו באצאלען פארן לויער, איז ער געגאנגען און אוועקגענומען די קאר וואס כאב נארוואס געגאנבעט...
מיטוואך יוני 13, 2007 3:35 pm
געווען א ראש הקהל אמאל וואס האט אויסגעקלאפט אין בעסמעדריש אז ער האט גוטע נייעס און שלעכטע נייעס, איך וועל ענק קודם זאגען די נישט גוטע נייעס האט ער גלייך ממשיך געווען, אז מדארף טוישן די דאך פונעם בעסמעדריש, די גוטע נייעס איז, אז עס דא די געלט דערפאר, אבער ארגער פון אלעם איז, זאגט ער, אז די געלט ליגט ביי ענק אין טאש...
מיטוואך יוני 13, 2007 4:45 pm
אידעלע און אבי , זייער גוט.
שכויעך.
מיטוואך יוני 13, 2007 5:26 pm
אבי,
אסאך יודן זענען זיך מחי' מיט דיינע ווערטלעך, כהער פון יודן (נישט מעמבערס דא) וואס קומען אריין ביינאכט דא טשעקן צו אבי האט שוין ארויפגעלייגט זיינע פרישע ווערטליך.
ישר כח
דאנערשטאג יוני 14, 2007 10:33 am
טאטע צום משגיח: ס'איז אמת וואס כ'הער אז מיין זון איז באמבע ??
משגיח: צו ער איז באמבע ווייסעך נישט, אבער א 'פארדעכטיג פעקל' איז ער זיכער...
דאנערשטאג יוני 14, 2007 11:14 am
אדער:
א באמבע ווייס איך נישט, אבער תפלה עושה מחצה; א "באם" איז ער זיכער...
(יעצט פייגעבאלן...)