געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:09 pm
נאטורליך האט געשריבן:רבותי, איך האב באשלאסען ארויס צו געבן מיין סעל. נומער. אז איר ווילט מיך וויכטיג רופט סיי ווען 413-497-0071
אז איך הייב נישט גלייך אויף לאזט א קלארע מעסעדזש
דו האסט גענוצט א "וואויס טשעינדזשער", הא?...
Advertisement
דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:58 pm
איינער טרעפט דעם שכן'ס קינד זיצען און פראנט פון הויז און וויינט.
שכן: פארוואס וויינסטו?
יונגעל: ווייל מיין טאטע האט זיך א זעץ געגעבען און פינגער מיט א האמער.
שכן: פארוואס דעמאלס וויינסטו ?
יונגעל: ווייל קודם האב איך געלאכט..
מיטוואך אוגוסט 26, 2009 8:40 am
אוי וואו סאך מאל איך האב געוויינט פאר די זעלבע סיבה....
מיטוואך אוגוסט 26, 2009 1:20 pm
סתם, ביי דיין טאטע'ן? מילא ביים מלמד..
דאנערשטאג ספטמבר 03, 2009 3:51 pm
כ'וויס נישט אויב דעס איז שוין געווען
he sat down with his calculator (MADE IN MEXICO) to see how much he could spend today.
(After setting his watch (MADE IN TAIWAN ) to the radio (MADE IN INDIA ) he got in his car (MADE IN GERMANY
filled it with GAS (from Saudi Arabia ) and continued his search for a good paying AMERICAN JOB.
At the end of yet another discouraging and fruitless day checking his Computer (made in MALAYSIA ), John decided to relax for a while.
(He put on his sandals (MADE IN BRAZIL), poured himself a glass of wine (MADE IN FRANCE
and turned on his TV (MADE IN INDONESIA), and then wondered why he can't
find a good paying job in AMERICA
(AND NOW HE'S HOPING HE CAN GET HELP FROM A PRESIDENT (MADE IN KENYA
דאנערשטאג ספטמבר 03, 2009 4:12 pm
דאנערשטאג ספטמבר 03, 2009 7:34 pm
א שנארער רוקט זיך אהן און א שטאט וויא ער איז נאך קיינמאל נישט געווען.
ער טרעפט איינעם און פרעגט אוהם פאר די אדרעסען פון די נגידים.
יענער גיט אוהם די אדרעסען פון אלע נגידים און זאגט אוהם אבער אהן אז צו איין נגיד, ר' נחום, ווער עס וואוינט אויף דער און דער גאס זאל ער נישט גיין, ווייל דער ר' נחום געט נאר פאר מענטשען וועמען ער קען. אויב א פרעמדער קומט צו אוהם נאך געלט, ווארפט ער אוהם בידים ארויס פון שטוב און אראף פון די שטיגען.
דער שנארער איז זיך מיישב און גייט יא צו ר' נחום.
ר' נחום עפענט די טוהר און זעהט א פרעמדער מענטש וועמען ער קען נישט שטייט ביי די טוהר און בעט געלט.
ער פאנגט זיך אהן בייזערען אויפען שנארער הלמאי, ער ווייסט נישט אז דא גוט מען נאר פאר באקאנטע און נישט פאר פרעמדע? און אזוי שרייענדיג אויפען שנארער ווארפט ער אוהם אראף פון די שטיגען און גאס אריין.
דער שנארער הייבט זיך אויף, שטויבט זיך אף, און דרייט זוך אזוי ארום א האלבע שעה און גאס.
נאך א האלבע שעה, גייט דער שנארער און קלאפט נאכאמאל אהן ביי ר' נחום.
ר' נחום עפענט די טוהר און זעהט דער זעלבער שנארער שטייט דארט.
פאנגט ער זיך אהן נאכאמאל צי בייזערען, וואס ביסטו נאכאמאל דא? האב איך דיר נישט פריערט געזאגט אז איך קען דיך נישט און איך געב נאר פאר באקאנטע, פאר מענטשען וועמען איך קען!
דער שנארער ענטפערט אוהם,
וואס הייסט די קענסט מיך נישט?!? מיר האבען זיך ערשט געטראפען, פאר א האלבע שעה צוריק!!
דאנערשטאג ספטמבר 03, 2009 8:02 pm
ביידע אויסגעצייכענט
די צווייטע איז מיר מער געפאלן
דאנערשטאג ספטמבר 03, 2009 8:34 pm
פארט א קלוג יודל צום שטאט ק. (מאנכע זאגן אז עס איז א צווילינג ברודער פאר חעלעם)...אינמיטן העלן ווינטער אין זוכט א וועג וויאזוי צו מאכן א גרינגען דאלער...
טראכט נישט קיין צוויי.. גייט צו פרץ דער ראש הקהל מיט איין בהלה... וואס גייט פאר, פרעגט פרץ דערשראקענערהייט??
דער אידל ענטפערט.. וואס הייסט, די ווייסט נישט? עס איז היינט ערב ראש השנה אין עס קוקט דא אויס אין שטאט כאילו ס'איז
א פלעינער וואכן טאג.. רופטצעך אן ר' פרץ וויי געוואלד! וואס טוט מען דא? מ'האט דאך ניטאמאל א חזן.. דער אידל זעענדיג ווי זיין פלאן גייט ווי געראכטן ענטפערט אים מיט אזא שמייכל.. איר קענט זיין רוהיג איך האב סמיכה פון די שענסטע אין גרעסטע רבנים אלס א בעיוטיפול בעל תפילה.. אינ'אמתן יאג איך מיר אהיים צו זיין מיט מיין ווייב אין קינדער אויף יו''ט... אבער פאר 5 הונדערט דאלער בינעך גרייט דא צו בלייבן אין דאווענען פארן עמוד
פרץ'ל טראכט נישט קיין צוויי.. נעמט ארויס דעם בינטעל קעש... נעמט אראפ דעם ראבער בענד פאשטייצעך... ציילט אפ 5 גלאטע הונדערטער'ס.. נו נאדער.. אבער דער יוד ענטפערט מיט א געמיטלעכקייט נא נא נא קודם וויל איך מיר אויסנעמען 3 תנאים מיט אייך!
1. מען זאל לייגן דעם עמוד קעגן איבער דעם טיר.. 2. מען זאל לייגן א ריזן שפיגל אין פראנט פון מיין פנים.. אין 3. מען פאלגט וואס איך הייס.. פזמון איז פזמון.. קריאת התורה איז קריאת התורה.. אין אזוי ווייטער...
פארשטייצעך ר' פרץ האט גלייך מסכים געווען.. וואס טוט מען דען נישט צו האבן א חזן פאר די הייליגע טעג?!
מ'רופט אויס אינעם שטאט 'ס'איז ערב ראש השנה! יעדער לויפט אהיים מ'גרייצעך צום הייליגן יו''ט... ס'קומט ביינאכט מ'טינקט די מייערן אין די עפל... די מילגרוים אין די האניג... אביסל לעטעס (כמנהג בודאפעסט.. 'לעט אס' העוו א גוד יער).. אא''וו
ס'קומט יו''ט צופרי מ'גייט אין שוהל איינגעוויקלט אינעם טלית... דער חזן הייבט אן ארויפצוצוען מיט זיין יאמערליכען דול געשטריקט פון טרערן..
המעילעעעעךדער עולם הייבט אן מיטוויינען (מסתמא מיינט המלך הרגעעע אונז נישט!!.. ניין?) ער הייבט אן צו שיסן פזמונים מיט שטיקלעך וואס מען זאגט אין קרובץ לפורים צוגלייך...
עס קומט שוין תפילת נעילה (יא יא דאס אויך!)... אין פלוצלוניג זעהט דער איד אין שפיגל ווי א קלוגען איד פון שטאט ה. שטראמט אריין מיט א פעסטדייט מיט טלית און תפילין אין די הענט.. רעדי צו כאפן דעם לעצטן מנין שחרית ווי יעדן טאג.... א בראאאך!!
דער חזן טראכט נישט קיין צוויי.. גיבט צוויי געזינטע זעצעס אויפן עמוד... 'פזמון!'.. נו אז דער חזן זאגט פזמון איז פזמון.. דער עולם ווערט שטיל אין דער חזן דערהייבט זיין זיסן שטימע (שיעור טשאקענדיג זיך פאר געלעכטער...) -ווען פון דער אנדערע זייט האט דער יודל מיט'ן טו''ת געעפענט דעם טיר בלייבענדיג שטיין ווי פארפרוירען:-
באתי לעיר שכולם נערנים,
אמרתי להעהעהעם שהיום יום כיפורים, (פארוואס נישט?)
ונותנים לי חמש מאות זהובים,
חצי שלי וחצי שלך, מאך א שווייג קאאאאאאדוש!!!
אין דער אידל לאכט נאך יעצט!!!
לעצט פאראכטן דורך
jewish_audio אום דאנערשטאג ספטמבר 03, 2009 8:52 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג ספטמבר 03, 2009 8:38 pm
חחחחחחח
פרייטאג ספטמבר 04, 2009 8:03 am
יא, כ'האב עס געהערט פון מיין זיידע ז"ל דאס איז נאך א מעשה'לע פון דער אלטער היים
פרייטאג ספטמבר 04, 2009 9:11 am
פרייטאג ספטמבר 04, 2009 1:36 pm
יא יא מצא מין את מינו... חחח
פרייטאג ספטמבר 04, 2009 5:04 pm
scy4851 האט געשריבן:he sat down with his calculator (MADE IN MEXICO) to see how much he could spend today.
דאס דערמאנט מיך פון א מעשה ווי איינער האט היסטעריש געשריגן אז מ'האט אים בא'גנב'ט זיין טלית און תפילין.
קומט צו איינער און פרעגט אים וואס מאכסטו אזעליכע געוואלדעס. טראכט אריין א רגע מיט יושב הדעת וועסטו זעהן אז ס'איז נישט געפערליך, איין פאר תפילין איז דאך רש"י'ס און די אנדערע איז דאך דעם רבינו תם'ס און ווידער דער טלית איז דאך א טערקישע, און אפילו די סידור איז דאך די של"ה'ס סידור, (מן הסתם איז עס געווען אין סקווירא) נו סך הכל אויף די בייטל דארף מען נישט אזוי שרייען...
היינט קען מען זאגן אז די בייטל איז מלכות שמחה סענטער'ס...
שבת ספטמבר 05, 2009 8:48 pm
זונטאג ספטמבר 06, 2009 1:13 pm
דזשויזש מיוזיק (גוט געספעלט?..); איך האב דאס געהערט אלטס קינד, דער פזמון ליגט מיר אין קאפ אז ס'איז געגאנגן אזוי:
ארבע מאות שקל נתנו לי,
חצי שלך וחצי שלי
היום כאן ומחר ויברח, קדווווווווששש.
*
דיינס איז דאך בעסער, ווייסט פארוואס? ווייל דיין פרייז איז בעסער, חמש מאות זהובים רעד מער ווערטער..
זונטאג ספטמבר 06, 2009 3:51 pm
יגר, כאבעס אויך געהערט אווי דיר, אבער מיטן ענדיגונג: "ואומר" קדוש...
מאנטאג ספטמבר 07, 2009 9:33 am
איך האב עס געהערט נאך אלטס יונגעל
מיטען נוסח
באתי לעיר שכולם חמורים
.
.
היום כאן ומחר ביי די באן, קדוש
מאנטאג ספטמבר 07, 2009 3:34 pm
מקוה נייעס האט געשריבן:דאס דערמאנט מיך פון א מעשה ווי איינער האט היסטעריש געשריגן אז מ'האט אים בא'גנב'ט זיין טלית און תפילין.
קומט צו איינער און פרעגט אים וואס מאכסטו אזעליכע געוואלדעס. טראכט אריין א רגע מיט יושב הדעת וועסטו זעהן אז ס'איז נישט געפערליך, איין פאר תפילין איז דאך רש"י'ס און די אנדערע איז דאך דעם רבינו תם'ס און ווידער דער טלית איז דאך א טערקישע, און אפילו די סידור איז דאך די של"ה'ס סידור, (מן הסתם איז עס געווען אין סקווירא) נו סך הכל אויף די בייטל דארף מען נישט אזוי שרייען...
היינט קען מען זאגן אז די בייטל איז מלכות שמחה סענטער'ס...
ב"ה גוטע נייעס: דער "טלית בייטל" איז אפגעפינען געווארן!
פונקט ליין איך די מעשה מיט'ן גע'גנבט'ן "טלית בייטל", ווען איך באמערק אז מיין ניק איז באשטעטיגט געווארן...
נישט שלעכט פאר א ערשטע תגובה! הא?
מאנטאג ספטמבר 07, 2009 7:39 pm
תתחדש
מאנטאג ספטמבר 07, 2009 9:21 pm
יגר אין שמערי אין אזא פאל פרעגט מען ווילסט הערן א מעשה אדער ווילסטעך מתווכיח זיין?? חח
לאמיר צוגיין צום ראש הקהל אין אים פרעגן...
כ'האב טאקע אביסל ארומגעטוישט מיט די גראמען אבער איך מיין ס'גראמט בעסער אין ס'איז זאפטיגער מיין וועג... נא?
מאנטאג ספטמבר 07, 2009 10:44 pm
און איך האב געהערט די מעשה פון רבי שלום קעסלער ארום צוואנציג יאר צוריק אז ער האט געמאכט געלט דורך זיי פארקויפן נשמה ליכט פאר יום כיפור און ווען ער האט באמערקט זיין חבר "חיים" האט ער אנגעהויבן די פזמון אזוי.
שלום עליכם רבי חיים, אמרתי להם יום כיפור היום
מכרתי להם נירות בכפלי כפלים
חצי שלי וחצי שלך
קדוש
דינסטאג ספטמבר 08, 2009 12:36 pm
ווייסעך נישט צו עס שטייט שוין דא צו נישט, נעכטן קום איך אריין און שוהל זעה איך א צעטל "ווער עס צאלט נישט קיין מעמבערשיפ קען נישט האבן א זיץ דא" מיין חבר וואס איז געשטאנען נעבן מיר האט זיך גענומען שרייען "סאטמאר איז נאך ארגער ווי די איי.ר.ס. דארט אויב מען צאלט נישט קען מען כאטשיג זיצן אבער דא.. ניטאמאל זיצן לאזן זיי..
דינסטאג ספטמבר 08, 2009 1:02 pm
פארציילט מיר איינער אז אין ירושלים אין א בית מדרש שטייט א צעטל אויף די וואנט. 'אויב זענט איר געקומען דא שמועסן, דאן וואו גייט איר דאווענען?'
אין אן אנדערע שול שטייט ביים ארויסגאנג טיר, 'עלינו איז נישט קיין תפילת הדרך'.
דינסטאג ספטמבר 08, 2009 1:56 pm
געהערט אויף א טעיפ פון ר' בערל טויבער
ואהבת לרעך כמוך
אוי רבוש"ע אזוי פיינט דארף איך אים האבן