מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

:
לבלוב האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון שיכורים.....
איינער וואס פלעגט אהיים קומען ייעדע נאכט שיכר'דיג, און זיין ווייב האט עס זייער פארדאסן, און זי פלעגט עם אונשרייען ייעדע מאל.
איז א ידיד זיינע האט עם מציע געווען אז ווען ער קומט אהיים שיכר'דיג, זאל ער ארויס נעמען א ספר פון שאפע, און זיך מאכן ליינען, און א שיכור קען דאך נישט ליינען, אזוי גייט זי מיינען אז ער איז נישט שיכור.
וכך הוה, ייענע נאכט ווען ער איז אהיים געקומען נעמט ער א ספר, און ער זעצט זיך ליינען.
די ווייב קומט אריין און נעמט זיך שרייען "נאכאמאל האסטו געשיכר'ט?!".
זאגט ער איר "איך בין נישט שיכור".
זאגט זי עם, "לייג אוועק דעם רענצל (suitcase), און גיי אריין אין בעט"...............

:lol: :lol: :lol: :lol:
וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלברוזש'ע רבי »

מענין לענין באותו ענין, האט מיר איינער געפרעגט לעצטענס אויב ביים שאקלען לולב מאך איך אן "על מִצְוַת לולב" אדער אן "על מִצְוֹת לולב"?. ענטפער איך, כ'מיין אז "על מִצְוַת לולב"..

זאגט ער מיך אז ער מאכט אן "על נטילת לולב"...
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !
דעי ניק איז נישט אקטיוו
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין, האט מיר איינער געפרעגט לעצטענס אויב ביים שאקלען לולב מאך איך אן "על מִצְוַת לולב" אדער אן "על מִצְוֹת לולב"?. ענטפער איך, כ'מיין אז "על מִצְוַת לולב"..

זאגט ער מיך אז ער מאכט אן "על נטילת לולב"...

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

גרונעם איז אריין צום רבי'ן און שרייט רבי, דער גאווענער טיילט אונז אויס צרות צרורות, און מיר קענען אים נישט פטור ווערן,
פרעגט אים דער רבי, זאג נאר גרונעם, מ'האט שוין פרובירט געבן שוחד?

ענטפערט גרונעם, רבי א מיתה משונה איז אסאך ביליגער



(א אמת'ע מעשה, נעמען פיקטיוו).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

שמו האט געשריבן:(א אמת'ע מעשה, נעמען פיקטיוו).

און וועלכע צייטען איז דאס געווען?
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

:
שמו האט געשריבן:גרונעם איז אריין צום רבי'ן און שרייט רבי, דער גאווענער טיילט אונז אויס צרות צרורות, און מיר קענען אים נישט פטור ווערן,
פרעגט אים דער רבי, זאג נאר גרונעם, מ'האט שוין פרובירט געבן שוחד?

ענטפערט גרונעם, רבי א מיתה משונה איז אסאך ביליגער



(א אמת'ע מעשה, נעמען פיקטיוו).

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין, האט מיר איינער געפרעגט לעצטענס אויב ביים שאקלען לולב מאך איך אן "על מִצְוַת לולב" אדער אן "על מִצְוֹת לולב"?. ענטפער איך, כ'מיין אז "על מִצְוַת לולב"..

זאגט ער מיך אז ער מאכט אן "על נטילת לולב"...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:א חסיד איז געקומען צום רבין, רבי כהאב נישט קיין פרנסה..
די רבי פארגלייזט זיך די אויגן ... און זאגט דעם חסיד; קום צוריק צי מיר ווען דו האסט....

גוט
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

@אהבת השם, נישטא קיין מצוה צו באדאנקען פאר יעדע ווערטל עקסטער...

מיט פארשטענדעניש
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פריילעך אידל האט געשריבן:@אהבת השם, נישטא קיין מצוה צו באדאנקען פאר יעדע ווערטל עקסטער...

מיט פארשטענדעניש

פארשטייסט נישט?
אזוי הייבט מען די מספר תגובות
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אחת ואחת האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:(א אמת'ע מעשה, נעמען פיקטיוו).

און וועלכע צייטען איז דאס געווען?

ברך משה (אנדערע נעמען קען איך נישט ארויסגעבן די באטרעפנדע לעבן נאך)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלברוזש'ע רבי »

אהבת השם האט געשריבן:
וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין, האט מיר איינער געפרעגט לעצטענס אויב ביים שאקלען לולב מאך איך אן "על מִצְוַת לולב" אדער אן "על מִצְוֹת לולב"?. ענטפער איך, כ'מיין אז "על מִצְוַת לולב"..

זאגט ער מיך אז ער מאכט אן "על נטילת לולב"...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

כ'זע דו פרייסט זיך אויף מיינע בזיונות...
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !
דעי ניק איז נישט אקטיוו
אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבלוב »

א דבר תורה אויפן פרשה..........
חקת איז ראשי תיבות - שמחת חתן וכלה (די ח' שטימט נישט אזוי)
בלק איז ר"ת - ואהבת לרעך כמוך (די ל' שטימט נישט אזוי)

גייען מיר זעהן צו זיך מתחזק זיין טאקע אין דיע טעג מיט דיע זאכן...........
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

זענען אמאל געווען צוויי ידידים אברהם און משה, אברהם איז געווען איבערוואגיג און האט כסדר פרובירט פארשידענע דייעטעס אבער עס האט גארנישט געהאלפן, בעת וואס משה האט געגעסן וויפיל ס'לאזט זיך נאר, ולא נודע כי בא אל קרבנה.

זאגט אברהם צי משה, דא אויף דעם וועלט בין איך טאקע פעש און דו ביסט דין;
אבער יענע וועלט איז דאך אן עולם האמת, וועל איך זיין דאר ווי א שטעקן, און דו וועסט זיין גראב ווי א פאס...
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

א רבי האט גיזאגט תורה
אז מחצית השקל איז כנגד ארבע בנים
האט די חסידים גיפרעגט אז מע געט נאר דריי מטבעות אין עס איז דא פיר בנים?
האט דער רבי גיענפערט
דער חכם געט נישט
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

יענקל: גענענדל האסט נישט קיין אהנונג ווי גוט איך דרייוו
גענענדל: ויאזוי וייסטו אז די דרייווסט אזוי גוט ?
יענקל: ואס הייסט היינט אלייינס האבן מיך פינעף מענטשען געפרעגט ווער האט מיך אויסגעלערנט צו דרייווען
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

‏א קינד שרייט צו זיין מאמע , מאמי קענסט מיר אפשר געבן 3 דאלאר פאר דער מענטש וואס שרייט אונטן

פרעגט אים די מאמע , וואס שרייט ער ?

זאגט ער, ער שרייט "אייז קריעם פאר 3 דאלאר
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

לבלוב האט געשריבן:א דבר תורה אויפן פרשה..........
חקת איז ראשי תיבות - שמחת חתן וכלה (די ח' שטימט נישט אזוי)
בלק איז ר"ת - ואהבת לרעך כמוך (די ל' שטימט נישט אזוי)

גייען מיר זעהן צו זיך מתחזק זיין טאקע אין דיע טעג מיט דיע זאכן...........

לאמיר גיין וויטער צו פרשת עקב...
עקב איז ר''ת כיבוד אב ואם... דאס מאל שטימט אלעס...
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

יונהלע האט געשריבן:
לבלוב האט געשריבן:א דבר תורה אויפן פרשה..........
חקת איז ראשי תיבות - שמחת חתן וכלה (די ח' שטימט נישט אזוי)
בלק איז ר"ת - ואהבת לרעך כמוך (די ל' שטימט נישט אזוי)

גייען מיר זעהן צו זיך מתחזק זיין טאקע אין דיע טעג מיט דיע זאכן...........

לאמיר גיין וויטער צו פרשת עקב...
עקב איז ר''ת כיבוד אב ואם... דאס מאל שטימט אלעס...

קרעדיט פאר אלע 3 ר' שלום אליעזר דים, אויב זאגסטו עס נישט בשמו, איז בן בנו.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

העלאו האט געשריבן:א רבי האט גיזאגט תורה
אז מחצית השקל איז כנגד ארבע בנים
האט די חסידים גיפרעגט אז מע געט נאר דריי מטבעות אין עס איז דא פיר בנים?
האט דער רבי גיענפערט
דער חכם געט נישט

מעגליך אז דאס איז אויך אמת, אבל סתם בדרך אגב - ממקור מוסמך שמעתי' גם להיפך, אז א חסיד (הרה"ח ר' בערל אמסעל ז"ל תלמיד מרן הקדושת יו"ט וחסיד מבנו מרן מסאטמאר זכותם יעועכי"א - אשר כמה מימרות שנונות מתאמרי בי מדרשי משמי' דהרה"ח הנ"ל) האט דאס געזאגט אמאל פורים פארן רבי'ן (מסאטמאר), האט דער רבי געפרעגט וכו' האט דער חסיד געענטפערט וכו', ונהנה מזה.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:א רבי האט גיזאגט תורה
אז מחצית השקל איז כנגד ארבע בנים
האט די חסידים גיפרעגט אז מע געט נאר דריי מטבעות אין עס איז דא פיר בנים?
האט דער רבי גיענפערט
דער חכם געט נישט

מעגליך אז דאס איז אויך אמת, אבל סתם בדרך אגב - ממקור מוסמך שמעתי' גם להיפך, אז א חסיד (הרה"ח ר' בערל אמסעל ז"ל תלמיד מרן הקדושת יו"ט וחסיד מבנו מרן מסאטמאר זכותם יעועכי"א - אשר כמה מימרות שנונות מתאמרי בי מדרשי משמי' דהרה"ח הנ"ל) האט דאס געזאגט אמאל פורים פארן רבי'ן (מסאטמאר), האט דער רבי געפרעגט וכו' האט דער חסיד געענטפערט וכו', ונהנה מזה.

די מעשה איז געווען אז איין תענית אסתר פארנאכטס איז דער רבי אריין געקומען זייער שפעט צו מנחה, און דער רבי האט אריין געשטורעמט אין ביהמ''ד זייער נערוועז צו כאפן מנחה פאר... ר' בערל הנ''ל איז געשטאנען ביים באלעמער געבנדיג די מחצית השקל, זעענדיג די רבי אריבער שפאנען אזוי אנגעצויגן, האט ער זיך אנגערופן צום רבין: די רבי ווייסט אפשר די טעם וכו'? זאגט די רבי: זאג דו, האט ער דאס געזאגט, און די מצב האט זיך אויפגעלאזט.
כך שמעתי מר' יוסף חיים גרינוואלד שליט''א
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

ביטע שרייבט די גאנצע מעשה, אדער שרייבט בכלל נישט, שרייבן א האלבע מעשה פול מיט וכו', וגו', ודי ואכמ"ל... איז סתם צער בעלי חיים
יישר כח
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

האט איינער געזאגט חיי"ם איז ר"ת יש קנקן חדש מלא ישן
נא וואו איז די "ק"?
שטייטעך אין פרק אל תסתכל בקנקן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שוין גענוג
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 02, 2018 6:29 pm
לאקאציע: הרים וגבעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוין גענוג »

א ראמענישע האט געמאכט א באזוך אין א האטעל, פרעגט אים זיין חבר:

נא האסט שוין גענומען א שאווער?

ענפערט ער:

די שאווער האב איך פרובירט צו נעמען, אבער ס'איז נישט געגאנגען, אבער די האנטיכער, און אלעס ארום האב איך שוין......

קרעדיט: יארמער רב
ווען וועלט וואלט געווען וועלט,,,, וואלט קיין וועלט נישט געווען..... דוק ותשכח
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

די מעשה דערמאנט מיר וואס איך האב געהערט אלס קינד
ווען די רוסישע סאלדאטען האבען אריינמארשירט אין אונגארען, דייטשלאנד וכ'
האבען זיי געזעהן ווי עס קופט וואסער פון קראנען
האבען זיי דאס ארויסגעריסען אהיים צו נעמען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”