בלאט 1 פון 3
ווילאנג געדויערט אייך דעם פארקינג?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 3:43 pm
דורך גרויזאמער
http://www.albinoblacksheep.com/flash/park(דרוקט פלעי, און באנוצט אייך מיט די עראו באטענס אויפן קיבאורד)
ביטע דא שרייבן דעם ריינעם אמת, ווילאנג האט עס אייך גענומען?
מיר האט עס גענומען 00:32 סעקונדען.
אגב, עס איז מוראדיג זיך אויסצולערנען פארקינג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 3:46 pm
דורך ווער בין איך?
עס האט מיר געדויערט א מינוט צו כאפן וויאזוי די באטענס ארבעטן אויף דעם
אבער עס איז מורא'דיג
איך שעם זיך צו זאגן ווילאנג עס האט מיר גענומען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 3:52 pm
דורך שמערי בערי
כ'בין נישט מקנא די צוויי חברה וואס האבן געפארקט דארט ארום מיר.. אין די 40 סעקונדעס פארקינג זענען זיי ביידע זיכער געבליבן באמפער-לאז...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 3:53 pm
דורך גרויזאמער
פאר מיר האט אויך געדויערט דאס ערשטע מאל לאנג ביז איך האב געכאפט דעם פארטל, איך רעד פון דאס צווייטע מאל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 3:59 pm
דורך שמערי בערי
מיר אויך... און דאס מאל אין 22 סקענודעס!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 4:09 pm
דורך קרעמער
נאך 5 מינוט האב איך אויפגעגעבן. קענטיג אז איך האב נישט קיין אויטא, הא?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 4:09 pm
דורך מאשקע
וואס איז דא צו זיין האנעסט? איך ווייז דיר א בילד. קענסט עס צולייגן צו די ליסטע פון מיינע טאלאנטן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 4:12 pm
דורך דארפסמאן
מאשקע פיין די ביסט דער געווינער
איך האב עס געמאכט און 38 סקאנדער מיט 3 מאל אריין קלאפען און די קאר פאר מיר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 4:16 pm
דורך גרויזאמער
מאשקע, האסט עובר געווען אויף גילוי, יעצט ווייסט שוין יעדער אז דו וואוינסט אין די סיטי, אן אפסטעיט איינואוינער קען נישט פארקן קיין פאראלעל פארקינג אין 12 סעקונדעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 4:17 pm
דורך גרויזאמער
קרעמער, פאראלעל פארקן (וואס דאס מיינט אזא פאל וואס מען רעדט דא, צווישן 2 קארס אין די לענג) האט דריי סטעפס.
1) מען שטייט זייט ביי זייט מיט די פארנט קאר, אבער 2 פוס אוועקגערוקט.
די דריטע האב איך שוין פארגעסן.
פאלמאן האט מיך דאס אויסגעלערנט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 4:19 pm
דורך קרעמער
קען זיין איך ווייס נישט וויאזוי צו נוצן די עראוס, מען קען נאר גיין רעכטס/לינקס ארויף/אראפ? אדער אויך שיעף.
אויך קלער איך אז מיט א בלעקבערי אדער מיט א מייזל איז גרינגער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 4:29 pm
דורך שמערי בערי
13:10 סעקונדעס!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 4:33 pm
דורך שמערי בערי
אה, ענדליך דערלעבט... דערווייל האב איך די רעיס.... (כאטש ער האט מיר נישט געלאזט אויסגלייכן די רעדער...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 5:21 pm
דורך למעלה משבעים
די דריי סטעפס איז אזוי;
גרויזאמער האט געשריבן:1) מען שטייט זייט ביי זייט מיט די פארנט קאר, אבער 2 פוס אוועקגערוקט.
2) מען הייבט אן צו בעקן, און בשעת מען בעקט דרייט מען די רעדל אינגאנצן צו די זייט פון די סייט וואלק, לויט די שנעלקייט וואס מען בעקט דרייט מען די רעדל.
3) ווען מען זעט די ליידיגקייט צווישן די צוויי קארן קוקט אויס אזוי ווי א פיצא סלייס, דאן דרייט מען די רעדל אינגאנצן צו די זייט פון די גאס, פארשטייט זיך אויך לויט די שנעלקייט פונם בעקן, ווען מען איז שוין גראד, דאן דרייט מען צוויי מאל צוריק די רעדל.
און נישט פארגעסן אויסצולעשן די מאטאר, אשאד פאר די גאז...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 6:17 pm
דורך שמיי_דריי
גלייבסטס יא צו נישט אבער איך האב פארגעסן צו כאפן א בילד עס האט גענומען 9:32 סעקונדן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 6:36 pm
דורך שמיי_דריי
דאס איז שוין נאכן פרובירן אפאר מאל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 6:42 pm
דורך למעלה משבעים
איין פראבלעם, עס איז געפארקט פארקערט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 6:49 pm
דורך שמיי_דריי
למעלה משבעים האסט טענות אז עס איז פארקערט געפארקט.... דאס איז בעסער?? איך בין סתם נייגעריג צו איינער קען מאכן שנעלער פון דעם...
טשאסט פאר די רעקארד איך בין ב''ה זייער א גוטע פארקער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 7:11 pm
דורך למעלה משבעים
wow wow wow.
איך קען נישט דארט אריין, איך בין געבלאקט דורך מיין פילטער, ממילא ווייס איך נישט וואס איך וואלט באוויזן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 7:28 pm
דורך שמערי בערי
טאקע נישט 5, אבער דאך עפעס...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 7:31 pm
דורך שמערי בערי
א טראפ שנעלער יעצט.. 06:63
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 7:34 pm
דורך שמערי בערי
אה... ב"ה... ענדליך...
שמיי_דריי האט געשריבן:איך בין סתם נייגעריג צו איינער קען מאכן שנעלער פון דעם...
א האלבע סעקונדע שנעלער...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 7:56 pm
דורך מאשקע
למעלה, ביי דיין יארגאנג וואלטסטו סיי-ווי נישט געקענט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 9:54 pm
דורך שמיי_דריי
שמערי איך האב געהאט 5:73 און דו האסט געהאט 5:80
נאך אלץ נישט אזוי שנעל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 9:58 pm
דורך שמערי בערי
גערעכט... א צוואנציגסטל סעקונדע שנעלער האסטו עס געמאכט....