בלאט 3 פון 3
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 4:02 pm
דורך קרעמער
יעצט באקומען א רוף בשם "לחם לפי הטף" ני"ו אז די אפעראציע איז ב"ה אדורך בשלום, אן קיין איבערראשונגען, אויך האט מען פעסט געשטעלט אז עס איז בחסדי השי"ת נישט פארשפרייט, און ער האפט צו זיין אינדערהיים אויף מארגן דינסטאג אי"ה.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 4:10 pm
דורך איך_הער
קרעמער, יישר כח פאר די נייעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 4:12 pm
דורך למעלה משבעים
קרעמער, יישר.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 4:15 pm
דורך ליינער
שעקויך הער קרעמער!!!
ברוך השם מ'קען דערציילן אין פריידן אז די אפאראציע איז אדוירך בשלום,
לאמיר האפן אויף א גאנצע רפואה און פאר אלע אידן א ישועה בקרוב בב"א
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 4:43 pm
דורך אונגארישער
יישר כח קרעמער פאר די פרייליכע בשורה
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 4:46 pm
דורך יאסל
דער ציבור ווייסט נישט, אבער נעכטען איז פארגעקומען א מנין בציבור פון חברי הפורום לטובת ידידינו החשוב, אין לאמיר טאקע האפען אז עס האט האבען אויפגעטאן למעלה די ריכטיגע פעולה בעז"ה.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 4:52 pm
דורך געדולד
א גרויסן ישר כח פאר'ן באשעפער פאר די גרויסע חסדים.
א דאנק פאר קרעמער פאר'ן זיין די גוטע שליח אונז מבשר צו זיין די גוטע בשורה.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 5:05 pm
דורך ביקסאד
מהיום והלאה בעזהי"ת ת'בש"ר'נו רק בש"ר'ות טובות.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 6:34 pm
דורך דארפסמאן
דער אייבישטער זאלען העלפן פאר לחם'ל ער זאל האבען א גאנצע ישועה און א גאנצע רפואה
אין זאל נאר קענען זאגען גיטע בשורות
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 11:56 pm
דורך cano
לחם דער אויבישטער זאל העלפן דיך און אלע אנדערע אידישע קינדער, זאלסט זיין געזונט וואו א גוי, אוואו די רבי ר' זושא האט געזאגט, ארום האניפאלי וואוינען (איך געדענק נישט די מספר) לאמיר זאגען פינעף הינדערט געזינטע גוים, אז זיי מעגן זיין געזינט דארפען אידען זיכער זיין געזינט.
דער אויבישטער זאל דיר העלפען זאלסט האבען א גרינגע ריקאווערי, און זאלסט זיין געזינט און שטארק ביז צו די הינדערט און צוואנציג.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 4:22 am
דורך פאטאקי08
נעכטן אייך אינזין געהאט ביים אנצינדן דאס ליכטל לע"נ דעם ישמח משה זי"ע ווי אויך געזאגט תהילים נאכען דאווענען לכבודך זאל דער אייבערשטער העלפן אז איר און אלע יודן זאלן אויסגעהיילט ווערן אינגיכן אמן
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 6:42 am
דורך farshlufen
קרעמער, א ישר כח פאר די נייעס, אנומעלט האט מיר א איד געוויזן אט דעם משנה למלך פון ר' אלעזר רישא'ער אין די וואכעדיגע סדרה פרשת דברים:
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 9:13 am
דורך קרעמער
געוואלדיגע רייד, יישר כח!
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 11:08 am
דורך אנאנימער
ריזיגע שכוח קרעמער פאר די גוטע נייעס, דער אייבעשטער זאל העלפען אונזער חבר און אזוי אויך אלע חולי ישראל זאלן שוין אויסגעהיילט ווערן, און דער רופא לשבורי לב זאל שוין מחבש זיין לעצבותינו בב"א.
פארשלאפן, יישר כח פאר די מוראדיגע דברי חיזוק.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 2:51 pm
דורך צייטליך
יישר כח קרעמער פאר די גוטע נייעס.
איך בין דעם אשכול צום ערשטען מאל היינט!! איך האב דאס נישט געליינט ביז יעצט. פארוואס? איך האב נישט קיין אנונג, אבער זייט מיר מוחל לחם לפי הטף אז איך בין נישט אנגעקומען דאס צו ליינען און איך האב אייך קיין חיזוק ווערטער נישט געקענט שענקען ביז היינט, ב"ה איך בין אנגעקומען צום פארט ווי עס גייט שוין צום בעסערען זייט.
עס איז מיר געקומען צום שטוינען - יעצט דורכליינענדיג מיט פייכטע אויגן די גאנצע 4 בלעטער - ווי ר' לחם האלט זיך אזוי שטארק מיט זיין בטחון, און טרעפט א חסידיש ווארט און סתם א גוטער טיייטש, צומאל א אייגענס ווי צו שעפן זיינע חיזוק און בטחון.
מיין ברכת הדיוט זאלט איר אבער נעמען.
דער אייבישטער זאל העלפן אז איר זאלט ווייטער שרייבען דא פאר אונז נאר פרייליכע נייעס, זאלסט קענען דאנקן דעם אייבירשטען אויף זיינע חסדים דא ברוב עם ווען יעדער וועט זיך איבערצייגן דעם "הראינו אות לטובה" און מ'וועט זעהן דעם איבירשטענס חסדים.
דער אייבישטער זאל דיר שיקן א גאנצע רפואה, זאלסט זיך ערהוילן אין די קומענדיגע וואכן גרינגערהייט און צוריקומען צו די געהעריגע כוחות און שעפן נחת פון די קינדער און אייניקלעך ביז די הונדערט און צוואנציג יאר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2009 3:00 pm
דורך קרעמער
עס איז א פרייד צו זעהן "לחם לפי הטף" צווישן די אריינגעסיינטע אויפן הויפט בלעטל!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2009 4:12 pm
דורך לחם לפי הטף
עס איז זייער שווער צי שרייבען. משום כמה טעמים,
ערשטענס, די כוחות און יכולות זענען נאך שוואך. מעדארף שרייבען האלב ריקליינט ווייל עס איז נאך שווער צי זיצען נארמאל אויף א בענקעל.
און צווייטענס, די געפילען. און אפילו בשעתן שרייבען די שירות, שווימען די אויגען מיט טרערען.
עס קומען זיך ציזאם א קיבוץ יודען, מעקומט אפילו פון די מרחקים, די הרים הגבוהים לה' עולים (קעטסקילס בלע"ז), מעפארט שעות אריכות צי א ציון פון א צדיק ביומא דהלולא דילי-ה, צי א מקום וויא עס ווערט באשריבען אז אפילו ביי די לווי' האט מען געדארפט זעהן אז עס זאל נישט פעלען מנין
און דא פלאנירט מען צי זיין מיט א מנין מתפלל זיין אז דער זכות פון דעם צדיק א בנש"ק, אן איינקעל פונעם הייליגען ריזינער זי"ע, זאל ביישטיין פאר די אלע וואס זענען זיך ציזאם געקומען. און מען איז אויך מתפלל פאר א חולה, אחד מן החבורה, וואס רוב משתתפים קענען אוהם אפילו נישט. מי כעמך לשראל!
און דאס האט געצווינגען זיך א ביסעל אנשטרענגען דאנקעאן די אלע משתתפים און דער מעמד
דער אייבערשטער זאל ענק אלע באצאלען אז עס זאל זיין אך טוב כל הימים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2009 4:24 pm
דורך שאץ מאץ
אמן ואמן,
איר זאלט קענען שרייבן נישט ליגעדיג אויף א ריקליינער, נאר שטייעדיג אויף א לייטער מיט איין פיס אין די לופטן......,
בראשית ברא, דאס ערשטע איז געזונט,
'לחם 'לפי 'הטף - די זעלבע ר"ת 'הרופא 'לשבורי 'לב,
.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2009 5:04 pm
דורך למדן
איך שעם זיך אביסל, אז איך בין דא היינט אנגעקומען דאס ערשטע מאל, נאר צוליב א 'רעפערענס' דערוועגן אינעם טאג-בוך פון קרעמער'ס נסיעה.
עס שפירט זיך ווי איך בין אנגעקומען צו די קניידלעך און צו שלחן עורך, ווען עס איז שוין דא די גוטע נייעס, אבער פטור בלא בלום אי אפשי, און אפילו איך ווייס נישט לחם'ס נאמען און מוטער'ס נאמען, האב איך איצטערט געזאגט א קאפיטל תהלים לזכותו, און גלייבט מיר אז ס'איז געווען מיט נאסע אויגן און מיט א שטיקעניש אין האלז, וואס איז מיר געקומען נאכ'ן אפליינען זיינע הארציגע און בטחון'פולע תגובות וואס ער האט דא געשריבן במשך די לעצטע פאר חדשים.
א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל, און א ישועה שלימה פאר גאנץ כלל ישראל!
והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 24, 2009 1:30 pm
דורך דארפסמאן
לחם : שטארק זיך שטארק זיך געב נישט אויף, עס וועט נאך קומען גיטע צייטן די וועסט אי"ה טאנצן ביי די אייניקלעך'ס חתנה געזינטערהייט אבער געב נישט אויף שטארק זיך שטארק זיך שטארק זיך,
געווען בין איך און העקענסעט שפיטאל לעצטע וואך ביי א יוד א חבר מיינעם .., און איך שעם זיך אז ער איז אזוי פעסט און ער האט מיך געשטארקט
געב נישט אויף, געב נישט אויף, שטארק זיך , שטארק זיך , שטארק זיך , מיר האבען דיך אינזינן און מיר בעטן פאר דיר
א גיט שבת הק' אברהם דארפי
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 24, 2009 3:58 pm
דורך לוסטיג
לחם! קוים צייט האב איך יעצט.
אבער מיר ווארטן בכליות עניים אויף דיין גאנצע רפואה, דער באשעפער זאל דיר באגליקן מיט געזונטע לאנגע יארן ביז 120 מיט נחת לרוב.
ווי עס ווינטשט,
א 'לוסטיג' אידל...