Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אוי טאטע... הראנו אות לטובה......

זונטאג מאי 24, 2009 12:18 pm

אבינו אב הרחמן הראנו אות לטובה....

איך האב געקלערט אפשר א פשט אזוי..

אבינו - הייליגע טאטע און הימל, אבינו, אונזער טאטע, האסט אונז געזאגט און דיין הייליגע תורה, 'בנים אתם לד' אלקיכם', מיר זענען דיינע קינדער, איז פארשטייט זיך אז אויב מיר זענען דיינע קינדער ביסטו דאך אונזער טאטע. און אזוי וויא א טאטע מיינט אלעס לטובת זיין קינד, ביסטו, נישט נאר אבינו נאר

אב הרחמן - דער דערבארעמדיגע טאטע,
אידן האט אן עדווענטעש וואס די אנדערע אומות האבען נישט.
כל מה דעבד רחמנא לטב עבד,_ אלעס גייט מיט רחמנות,_ אלעס וואס די טוסט איז נאר פאר גוט, דוד המלך זאגט, ורחמיו על כל מעשיו_ רחמנות אויף אלע דיינע ווערג, בלי שום יוצא מן הכלל, ביים בורא כל עולמים איז נישט דא דער תני ושייר, כל איז כולל אלעס, אזוי וויא די ווערטער בורא כל עולמים איז דער ווארט כל כולל אלע וועלטען, אזוי אויך כל מעשיו אלע זיינע ווערג,
ווען עס איז נוגע א קינד, אבער....דערוועקט זיך אן עקסטרע רחמנות, אויסער דער רחמיו על כל מעשיו,... דער אב הרחמן...דאס רחמנות פון א טאטע צו זיינס א קינד....און דאס איז דער עדווענטעש וואס אידן האבען איבער די אומות העולם מיט זייער סטעטוס פון 'בנים אתם'
אויסער דער רחמיו על כל מעשיו וואס די אומות העולם האבען אויך,.. פאר אידן קומט צו אן הוספה פון אב הרחמן

אבער נישט אלטץ זעהט מען דער טוב.., עס קוקט צימאל אויס פארקערט...

דעריבער בעטען מיר פון דיר, טאטע, אונזער טאטע, אונזער דערבארעמדיגער טאטע

הראינו - ווייז אונז, מיר זאלען קענען זעהן

אות - עפעס א רמז א צייכען

לטובה - אפילו ווען פאר אונז קוקט עס אויס נישט גוט, אבער וויבאלד מאתו לא תצא הרעות,...כל מה דעבד רחמנא לטב עבד,... בעטען מיר פון דיר כאטשיג א אות לטובה, עפעס א רמז, ווייז אונז אהן מיט אן אות א צייכען, וויא איז דער לטובה, מיר זאלען קענען זעהן און דערזעהן אפילו מיט אונזערע פליישיגע אויגען דער לטובה.

קען זיין אז דער טייטש שטייט שוין, איך האב עס נישט געזעהן

-----------------------------------------------------

_א איד גייט ארום מיט פארזארגטע געדאנקען. ער קען נאך נישט מאכען שלום מיט זיינע געדאנקען. עס קוקט אים אויס אוויא א בייזער חלום.

_ער גייט שוין איבער א האלב יאהר צו דאקטוירים,
_עס שמעקט אים אפילו נישט דאס גאנצע גיין בכלל, _אוי, ווען מען וואלט נאר געהאלטן ביי דער מדריגה וואס דער רמב"ן ברענגט און פרשת בחוקותי
ומה חלק לרופאים בבית עושי רצון השם

_צום סוף גיבט אים נאך דער דאקטער ביים לעצטען וויזיט נייעס וואס ער האט נישט געוואלט הערן.
_ער ווערט פארלוירן, אוויא א דינער אין מיטן א הערליכען טאג, ער האט גאר געמיינט אז עס איז א הערליכער טאג. דארווייל ווייזט זיך אויס אנדערשט. עס דינערט...
_דער דאקטער רעדט ווייטער, און דער איד הערט אפילו נישט,_ זיינע געדאנקען האלטען ערשט און פארדייען וואס מעהאט אים געזאגט ביז יעצט..עס איז א פרעמד מאכל..עס האט עפעס א ביטערען טעם.., א טעם וואס ער האט נאל קיינמאל נישט טועם געווען...
_נאך א מזל אז די בני בית איז מיטגעקומען, זי האלט זייער אירע אוירען ציגעקלעבט צו די רייד פון דעם דאקטער...

_דער איד הערט דער דאקטער זאגט עפעס וועגען א הצלה פורתא...
_ער כאפט זיך אויף פון דער פארנעפעלטער בהקיץ'דיגער חלום...ער לייגט צו אן אויער.
_דער טאקטער זאגט אז אלע סימנים פון די פארשידענע בחינות, ווייזן אז עס איז דא א גאר א שטארקע צד אז דער גאנצע מחלה איז באגרעניצט אויף איין פלאטץ...מען קען דאס גאנצע ארויסנעמען, הכל בכל מכל...און...אויסגעהיילט!

_דער אות לטובה פון פארוואס דאס איז געקומען, זעהט דער איד נישט..
_ אבער אויפן להבא, זעהט ער יא עפעס דער לטובה, _עס איז נישט עק וועלט. עס איז דא האפענונג..יש שבר..

_א חבר האט אים געזאגט א גוט חיזוק ווארט.
....יש שב"ר במצרים....
_שב"ר איז די ראשי תיבות פון זיין נאמען,
פאר שב"ר איז דא שבר (האפענונג) אפילו ווען מען איז במצרים און א קלעם,

_דעם חבר'ס ווערטער זענען אים ממש 'כמים קרים על נפש עיפה'

_ ער שטייט יעצט ביי א פרשת דרכים _איזה דרך שיברור לו _וועליכער איז דאס בעסטע וועג אויסהיילן, און פארמיידן אויף להבא פון צירוק קומען...

קען זיין נאך א פשט און דער אויבענדערמאנטער תפילה

_ער בעט ..אבינו אב הרחמן, דער טאטע מיט זיין פאטערליכע רחמנות,...הראינו אות לטובה, זאל אים צייגען אן אות לטובה, מיט זיין חונן דעת זיין אים, אז ער זאל קענען אויסוועלען דעם ריכטיגען וועג אויף לטובה...

Advertisement

זונטאג מאי 24, 2009 12:34 pm

_זייער ווארים.... ר' לחם לפי הטף.


נו אוודאי ברויך ער אננעמען דעם דרך לטובה. זאל אים דער רבוש"ע שענקען מיט א גענצליכע רפואה במהרה דידן.
געזונט זאל ער זיין, און געזונט וועט ער זיין. וואס פאר א פראגע דאס?

זונטאג מאי 24, 2009 12:40 pm

לחם לפי הטף, לחם לפי הטף,

דאס לעבן איז טאקע TOUGH, אבער דער אייבערשטער שענקט לחם (מזון, כח) לויט דעם 'טאפ'קייט.

זאל השי"ת שיקן א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל, און מיר זאלן קענען אינאיינעם זיצן ביים סעודת הודאה בקרוב.

זונטאג מאי 24, 2009 12:55 pm

זייער הארציג, און א גאנצע רפואה זאל ער האבן במהרה דידן.

און מיר ווארטן אויף נאך א באשרייבונג, ווען דער אייבישטער האט געוויזן און נישט נאר א אות, נאר די גאנצע טובה.

זונטאג מאי 24, 2009 3:03 pm

זייער ווארעם.

זונטאג מאי 24, 2009 4:50 pm

לחם, די שילדערונג באנעמט מורא'דיג מיין הארץ, און איך וועל וואונטשן אלע אידן זאלן געהאלפן ווערן מיט כל מיני רפואות, גרינגערהייט, מ'זאל טאקע נישט דארפן אנקומען צו קיין דאקטער.

שבת יוני 06, 2009 10:57 pm

_די טעג ציען זיך גאר גאר לאנגזאם.
_עס איז שווער צי מאכען שלום מיט די געדאנקען. עס גייט נישט ארויס פון קאף.
דער דאקטאר האט געגעבען א ביכעל פון 500 בלעטער. נאדיר. ליין עס אדורך. און ווען די ביסט פארטיג...האלט עס דיר.
_איך דארף עס נישט צירוק. איך האב נאך, פאר מיינע אנדערע פאציענטען.

מען נעמט דאס ביכעל. ...A Guide to Surviving ... Ca

_מען נעמט זיך ראנגלען מיט די געדאנקען.
_וואס טוט מען. יא ליינען? נישט ליינען? איז בעסער אז מעווייסט נישט צופיל?
אפשר דאך? _כאטשיג האבען א שטיקעל באגריף און דער הנה ימים באים..

דער מענטש איז דאך באשאפען מיט די נאטיר פון 'נייגעריקייט'
_דער חפץ חיים האט א אמאל געזאגט.
א יעדע מדה און די טבע האט זיך זיין תפקיד. דער מענטש איז באשאפען געווארען מיט די טבע פון זיין נייגעריג. דאס איז צו העלפען דעם מענטש און מקיים זיין דער והגית בו יומם ולילה. אזוי וועט ער זיין נייגעריג און וועלען לערנען אלעס אפילו וואס איז אוהם נישט נוגע הלכה למעשה. למשל די מסכת און סדר קדשים

נו... דאס נייגעריגייט האט איבער געוואויגען און מען נעמט זיך ליינען.

דאס ביכעל איז געשריבען פאר אלע קראנקע. פון דעם מילדעסטען ביז דעם מערסטען קראנק.

מען ליינט.. מען האלט שוין 20 בלעטער, 50 בלעטער,...

פאנגען זיך אהן די ספיקות און די געדאנקען.

_ און וועליכען סטעידש האלט מען?
_פון וואנענט ווייסט מען וואס איז יא נוגע פאר מיר און וואס איז נישט נוגע?
_איז עס בכלל געווען א גוטע עצה ליינען דאס ביכעל?

די בני בית האט דורך געליינט דאס ביכעל פון דעקעל ביז דעקעל.
זי פארמאגט אויסטערלישע כוחות און זיך קענען צוריקהאלטען און נישט ארויסווייזען קיין ריעקשען.

_נו...דאס טויג אויך נישט!

איז דאס ווייל עס איז טאקע נישט דא וואס צי זארגען?
איז עס ווייל זי האלט ענדערשט דאס גאנצע און זיך, און וויל נישט מאכען איר מאן מער אנגעצויגען פון וואס ער איז?

די אלע געדאנקען קומען ארויף און לאזט נישט קיין מנוחה...

_די גאר געציילטע חברים, זיינע, וועמען ער האט פארטרויט די לאגע, זענען זייער גיט צו אוהם.
_די חיזוק ווערטער זייערע זענען ממש אוויא מים קרים על נפש עיפה...

ההמשך יבא....

שבת יוני 06, 2009 11:08 pm

לאמיר האפן אויף בשורות טובות, און דער ביכל זאל בלייבן דער איינציגער אנדענק פונעם מחלה.

שבת יוני 06, 2009 11:14 pm

מאשקע זאגט גוט, עמער מיטשטימען מיט אים, צו ביידע ברכות זיינע.

זונטאג יוני 07, 2009 12:19 am

טייערער לחם'ל פון די באשרייבונג זעט אויס, ווי די - גייסט יעצט אדורך דעם דורכגאנג, קודם כל דארפסטו געבען א לויב פארן אייבירשטן, אז ער האט דיך באשאנקן מיט א פעדער אין די האנט, פון ווי די קענסט דיך אויסגעבן דיינע געפילן אין אזעלכע שווערע צייטן, וואס דעס אליין איז שוין א האלבע רפואה.

פון דא קימט ארויס א פרישע מעלה, פון אונזער נאבעלע פלאץ "קרעטשמע", אז אין אזעלכע שווערע צייטן איז דא א פלאץ ווי מ'קען זיך אויסגעבען די געפילן, און באקומען ווינטשן פונעם עולם.

זאל די אייבירשטר שיקן א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל, זאלן זיי זיין געזונט און שטארק, געזונטערהייט און פריילכערהייט.

אמן

נ.ב. די ווארט שטייט שוין, אבער קיינמאל, אזוי גיט ארויסגעברענגט.

זונטאג יוני 07, 2009 12:28 am

וועלקאם בעק, לחם לפי הטף, איך בין שוין געווען באזארגט פארוואס מען הערט נישט פון דיר.

האלט אונז אפדעיטעד ביזן סעודת הודאה ---- ווי אמשנעלסטן אי"ה.

מאנטאג יוני 08, 2009 10:29 am

הרב לחם, אפי' צווישן אייערע פארצווייפעלטע שורות זעהט זיך ארויס אייער שטארקע אמונה און בטחון, דאס אליינס האט שוין באוויזן צו אויסהיילן אסאך מענטשן.

קיפ יור ספיריט היי, און דאנק דעם רבש"ע פארן אייך צושטעלן אזא עזר כנגדו.

מאנטאג יוני 08, 2009 10:48 pm

_עס באדערט מיך זייער.

_איך האב נישט קיין גוטען הסבר דערויף.


_מען צווייפעלט וואס צי טוהן. _צי וועליכע דאקטאר גייט מען.
_מען ריפט אהן די פארשידענע ארגעניזאציעס וואס זענען געשטעלט אויף ארויס העלפען יודען ווען זיי זענען און א מצב פון
'פארלוירענהייט', _ ווען מען ווייסט נישט וואס קומט און דער נעקסטע סעיף.
מען איז אזוי פארלוירען אז מען ווייסט אפילו נישט אז עס דארף קומען א נעקסטע סעיף!

_עס איז גאר ניי דער סוגיא. _נאך דערצי א פרעמדע אויך.
און דער מסכתא, האט מען נאך נישט געלערענט. אפילו פירוש המילות ווייסט מען נישט. _מען האט אפילו נישט געוויסט אז
עס עקזעסטירט אדער עס וועט אמאל עקזעסטירען א צייט ווען מען וועט דארפען דורך טוהן דער ענין גרינטלעך.
_מיט אלע מפרשים. _מיט אלע הסברים.
_ווער האט געחלום'ט אז עס וועט אמאל קומען אזא זמן.

און יעצט אז מען האלט שוין יא דארט, פארשטייט זיך, אז מען גייט פרעגען די יודעי חן.
_די וואס האבען שוין געפאר דעריין. _די וואס זענען מער באהאווענט, _די וואס האבען שוין אדורך געלערענט דער פרעמדע שטיקעל גמרא.
_צי זיי אליינס האבען געלערענט, _אדער זיי האבען געלערענט מיט אנדערע _אדער אנדערע האבען גאר מיט זיי געלערענט...

מען האט א ליסט פון די ארגעניזאציעס מיט די נעמען פון קאנטעקטען דארט. _זיי דארפען זיין עקספערטען און דער סוגיא.
_זיי האבען שוין איבערגע'חזר'ט דער סוגיא, מאה פעמים ואחד.

מען ריפט דעם ערשטען.
אה! דער זעהט מיר אויס אוויא ער פארשטייט! ער פרעגט אויס פרטים, וואס האט דער בחינה געוויזען? וואס האט
דער דוקטאר געזאגט, וכו' וכו'.
_ער קוקט מיר אויס אוויא ער האט א קלארען פיקטשער פון וואס עס גייט פאר. מען האט עפעס א הרגש אז דא וועט מען קריגען א
גרינטליכען הסבר און דער סוגיא און א פעסטער עצה וויא אזוי צי פארענטפערען די אלע קשיות (נ.ב. דער ריכטיגע מהלך פון היילען)

_ער זאגט און איז מסביר די פארשידענע מהלכים און גיבט נעמען פון פארשידענע דאקטוירים וואס טוהן דעריין.
צום סוף איז ער מסיים, וואס ער האלט לפי דעתו איז דער בעסטע וועג, _און דער דאקטאר וואס ער רעקאמנדירט.

_דערנאך ריפט מען דעם צווייטען
_און דא באגייט מען א גרויסען טעות
_אנשטאט קריגען מער א קלארער פארשטאנד און דער גאנצע פרשה, _ווערט מען אינגאנצען צומישט.

_דער זאגט אז לפי דעתו דארף מען אנדערשט טוהן, _דער ערשטע מהלך איז נישט דאס בעסטע, _מען דארף ניצען דער
דאקטאר וואס ער רעקאמענדירט. וכו' וכו'.
פארשטייט זיך אז אלעס גייט מיט א דיסקלעמער, _מען וועט נישט ווערען באליידיגט אז מען פאלגט אוהם נישט.

פרעג איך אייך _וויא אזוי דארף מען קוקען דערויף? _דארף מען קוקען מיט א בליק פון 'אלו ואלו דברי....חיים'?


סוף כל סוף דארף מען אהנקומען צי דעם צווייטען פשט אונעם ערשטען תגובה פון דעם אשכול

קען זיין נאך א פשט און דער אויבענדערמאנטער תפילה

_ער בעט ..אבינו אב הרחמן, דער טאטע מיט זיין פאטערליכע רחמנות,...הראינו אות לטובה, זאל אים צייגען אן אות לטובה, מיט זיין חונן דעת זיין אים, אז ער זאל קענען אויסוועלען דעם ריכטיגען וועג אויף לטובה...


נ.ב. מען גייט בעזה"ית זיך דורך רעדען און שואל עצה זיין מיט א 'גוטען יוד'

-----------------------------------------
בעצופאל, דער דאקטאר וואס האט געמאכט די טעסטס, האט אויך רעקאמענדירט צוויי דאקטוירים, וואס היילען אויף צוויי אנדערע מהלכים.
איינע פון די צוויי איז געווען באשריבען און א דזורנאל א יאהר צירוק, און א ליסט פון די בעסטע דאקטורים און אמעריקא און זייער מקצוע.

די צוויי ארגעניזאציעס וואס מען האט געקאנטאקט האבען קיינמאל נישט געהערט פון אוהם!

דינסטאג יוני 09, 2009 6:14 am

דערפאר בעט מען ינחנו במעגלי צדק, השי"ת זאל אונז פירן אויפן וועג וואס איז ריכטיג פאר אונז.

אין היינטיגן חק לערנט מען: אך טוב לישראל אלקים - דער אייבערשטער איז נאר גוט צו אידן, ער איז איין שטיק גוטס. לברי לבב - פארשטייט זיך, פאר די וואס האבן א ריין הארץ און אנערקענען דעם אמת.

זאל מען הערן בשורות טובות.

שבת יוני 13, 2009 11:40 pm

כ'האב געקרוגען אן אישית פון איינעם.._ער זאגט מיר אז עס טויג נישט ניצען צוויי ארגעניזאציעס. _עס איז שעדליך, און ער רעדט פון עקספיריענס.

קודם וויל איך אוהם דאנקען א ישר כוח פאר שיקען מיר דער אישית.

מיר זעהן שוין היינט אויך אז עס טויג נישט, אוויא עס שטייט און מיין לעצטע תגובה.

אבער, כדי נישט בלייבען מיט טענות צי יודען, האט מען אסאך אריינגעקלערט און דעם, דער וואך, און מען איז געקומען צי דער מסקנה.

די ארגעניזאציעס האט מען בעיקר געניצט זיך נאך פרעגען אויף דאקטוירים וואס דער פריוואטער דר. האט געגעבען. און צום סוף האט יעדער געגעבען זיין אינפאט.
פון די מדות וואס יודען פארמאגען איז דא 'רחמנים' און 'גומלי חסדים'.
_דאס איז אריינגעפראגרעמט און דעם סייקוק פון דעם יוד. _עס איז און די 'דשינס'. _מיר האבען דאס גע'ירש'נט פון אונזער הייליגע פאטער, אברהם אבינו, דער עמוד החסד.
_אינזער טבע איז אז מען קען נישט ציקוקען ווען א צווייטער יוד איז און א קלעם, און נישט פראבירען קומען צי זיין הילף.

דאס זעלעבע האב איך פארשטאנען דער פשט און די אלע עצה'ס וואס מעהאט געגעבן.

די וואך איז געווען א ביסעל א שווערע וואך פון גיין כמעט א יעדע טאג צי דאקטוירים.
מען האלט און איבערקייען וואס מען האט געהערט, איידער מען קומט צי אן החלטה אויפען נעקסטען שריט.

.......

איי! דער מנוחה פון דעם שבת!
מען האט געקענט אוועק לייגען די טרדות פון די וואך און נאר זיין פארנומען מיטען ענג שבת, מיט תורה מיט תפילה מיט סעודת שבת! איי!

זונטאג יוני 14, 2009 12:36 am

ווייסן מיר דאך אז א תלמיד חכם איז שבת דכולא שתא, א גאנץ יאר די מנוחה פון שבת.

נו, לעולם יעשה אדם עצמו תלמיד חכם... לענין זה לית ביה משום יוהרא.

שבת הוא מלזעוק ורפואה קרובה לבא!

זונטאג יוני 14, 2009 1:42 am

לחם לפי הטף...

אט האסטו אן אות לטובה.. דיין ניק איז א סימנא טבא - מאן דיהיב חיי יהיב מזונא

די חיזוק פון די גוטע אידן דא איז א אות לטובה...

מיר וועלן בע"ה מתפלל זיין און בעטן, אז אונזער ידיד - וואס השי"ת ווייסט ווער דאס איז - זאל נשפע ווערן מיט א רפואה וישועה שלימה - און מ'זאל דיר חונן דעת זיין פון הימל וואס צו טוהן.

האלט זיך שטארק, גארטל זיך אן מיט אמונה - אז דו ליגסט גענצליך נאר אין השית'ס האנט, אלע זענען נאר זיינע שליחים, און ער וועט דיר אי"ה העלפן און היילן!!!

אויב כ'מעג רעקאמאנדירן, פאר ר' לחם, און פאר אלע חברים, איז דא א מוראדיגע דרשה פון ר' יעקב ווייס אויף בטחון וואס כ'ווייס פון אסאך אידן אין שווערע מצבים וואס האבן דאס איבערגעהערט מערערע מאל און געשעפט חיזוק פון זיינע ווערטער וואס עטהאלטן א רייכן ליקוט מאמרים און מעשה'לעך אויף חיזוק אין אמונה ובטחון.

זונטאג יוני 14, 2009 12:21 pm

ר' לחם,

א שכוח פארן אפדעיטן די חבירים וואס האלטן אין איין בעטן פאר אייך.

מאנטאג יוני 15, 2009 11:12 am

לחם: איך האב געזאגט אפאר עקסטרע קאפיטלעך תהילם פאר דיינעט וועגן אין איך וועל אי"ה בל"נ אונהאלטן ביז די סעודות הודאה

מאנטאג יוני 15, 2009 12:24 pm

איך ליין יעצט צום ערשטן מאל דעם אשכול עס קומט נישט אן גרינג מיינע אויגן ווערן נאכאנאנד אנגעפילט מיט טרערלעך וועלעכע
נעצן דורך מיינע באקן,מיין הארץ איז צווריסן פאר דעם טייערן יונגערמאן און זיין משפחה און איך בין מתפלל צום בוכ''ע פאר א שנעלע
ישועה מן השמים בנקל
אוי וויי טאטע אין הימל!! האב רחמנות אויף דעם טייערן איד קוק צו אפילו ער גייט אדורך אזא שווערן מצב
געדענקט ער און חזר'ט זיך די גאנצע צייט אז אלעס קומט מאתו יתברך שמו און איז עס מקבל באהבה
און מיט אמונה פשוטה.

מי כעמך ישראל!!!

דינסטאג יוני 23, 2009 6:42 pm

ב"ה היינט האט מען דאס ערשטע מאל פון דעם גאנצען עפיסאד געהערט עפעס א קליינטשיגע ביסעל גוטע נייעס. ממש א קליינטשיגע פתח כחודו של מחט

איך זאג קליינטשיג, ווייל עס נעמט נישט אוועק פונעם חומר פון דער מחלה און דער סטעטאס וויא עס האלט יעצט. מען האלט נאך נישא דארט אז מען זאל זיך קענען אוועק שטעלען אויף א זייט און נאר אבסערווירען. קער נעמען דערפון דארף מען נאך אלטס.

פון גיין צי פארשידענע דוקטוירים און הערען פארשידענע מיינונגען אויף די פארשידענע מעטאדען האט א דוקטור לעצטע וואך א זאג געטוהן אז מיט די טעסטס וואס מען האט ביז יעצט גענומען קען מען נישט פעסשטעלען און זאגען מיט א זיכערקייט אז די מחלה האט זיך שוין
אהנגעפאנגען צי פארשפרייטען און עס איז מער נישט לאקעל.

היינט האט א דוקטער און מעמאריעל סלאן קעטערינג, בשעת'ען אינטערזוכען, געזאגט בפה מלא אז עס איז נישט אוויא די אנדערע דוקטורים האבען געזאגט.
ער זעהט נישט און פילט נישט אז עס זאל זיך האבען אהנגעפאנגען צי פארשפרייטען און ער קען
זאגען אז עס איז נאר לאקעלייזט.

מיט ארויסנעמען דעם טומער האלט ער אז מען וועט זיין אויסגעהיילט.

------------------------------------------------

ר' צדוק הכהן פון לובלון זצוק"ל שרייבט און זיין ספר צדקת הצדיק עפעס מוראדיגע געוואלדיגע חיזוק ווערטער, און דאס קען צוניץ קומען פאר יעדען.
וזלש"ק באות רי"ג

מי שהוא חסר ומבקש השלמה א"א שהקב"ה לא יענהו, וכמ"ש קרוב ד' לנשברי לב וגו' וכמ"ש בזוהר דתפילה דעני כלל כל צלותין ובקעי רקיעין. ואין עני אלא בדעת, אפי' אינו יודע איך להתפלל ולרצות לקונו, ולכן אמר בו ולפני ד' ישפוך שיחו, ושיחה פי מילי דעלמא ולא ד"ת, היינו שמדבר בלא
דעת, וישפוך ולא במתון ובסדר, רק מתוך שבירות לבו שופך נפשו לד', ודברים בלתי מסודרים ושלא בדעת, וזו מקובלת יותר.
ותפילה במקום קרבנות ודעני נקרא מנחה שחשוב לפני הש"י מתנה ומנחה, וגם
הוא לשון נייחא כי הוא מקבל תיכף הנייחא.
וכמו ששמעתי דכל אחד מישראל שחסר לאיזה דבר ומבקש גם בהפלגה הי' פועל בודאי, רק שהוא מרוצה אח"כ בכל שהוא. וצריך לזה דעת שלא להתרצות ולחשוב עצמו שאינו חסר רק בישועה שלימה


נורא נוראות, די ווערטער!!


וכידוע אז איבעראל וויא ר' צדוק שרייבט שמעתי מיינט אז ער האט עס געהערט און איזביצא

דינסטאג יוני 23, 2009 11:27 pm

א ריזיגן יישר כח פאר די גוטע נייעס, לית נהורא כנהורא מגו חשוכא, אביסל ליכטיגקייט אין א טונעל גייט גאר ווייט.

בענין תפילה, לערנען מיר די וואך אין די הפטורה (מארגענדיגע חק לישראל) אז שמואל הנביא האט געזאגט פאר אידישע קינדער אז השי"ת איז נישט ממאס תפלתן של ישראל אפילו ווען זיי בעטן א זאך וואס טויג נישט, צב"ש זיי בעטן רעגן אינמיטן זומער, אדער א מלך ווען עס פעלט נישט אויס.

כל שכן וכל שכן ווען א איד בעט שבענו בבוקר חסדך ונרננה ונשמחה בכל ימינו, שמחנו כימות עניתנו שנות ראינו רעה (אויך מארגענדיגע חק).

מיטוואך יוני 24, 2009 12:06 am

דעם אות לטובה איז שוין דא.

אז אזויפיל אידישע קינדערלעך וועלן זען די נורא נוראות'דיגע ווערטער, פונעם כהן.....

איך זאג דיר איך האב עס אפשר צען מאל איבערגליינט, יעדס מאל פילנדיג עקסטער א מין טעם רוחני... אזש נישט צו ארויסגעבן..

יעצט קוק איך נאכאמאל, סאיז נישט דא קיין ווערטער....

שכח.

מיטוואך יוני 24, 2009 9:59 am

איי! די ווערטער פון דעם כהן פון לובלון זי"ע

נעכטען זאגענדיג דעם שיעור תהילים פון יום א' בחדש שטייט און קאפיטל ט'
חנני ד', ראה עניי משנאי, מרוממי משערי מות. למען אספרה כל תהלתיך בשערי בת ציון


כ'האב געקלערט אפשר א כוונה אזוי, אז דער רעיון פונעם כהן פון לובלון ליגט און די ווערטער פון דוד המלך.

אונעם קאפיטל הודו לד' וואס מען זאגט ע"שק ביי מנחה, שטייט די ד' צריכים להודות, און ביי דעם חולה, שטייט
...ויגיעו עד שערי מות. ויזעקו וכו' . ישלח דברו וירפאם
דוד המלך בעט מרוממי משערי מות, שיק מיר א רפואה און הייב מיך אויף, נעם מיך ארויס פון די שערי מות,
אבער...אויף אן אופן אז עס זאל קענען זיין למען אספרה כל תהלתיך, איך זאל קענען דערציילען בשערי בת ציון איבער די גאנצע רפואה. איך בין נישט ציפרידען מיט ווייניגער.

מיטוואך יוני 24, 2009 10:20 am

א גרויסן שכוח פאר די גוטע נייעס, דער אויבישטער זאל העלפן אז איר זאלט בקרוב קענען ברענגן נאך בעסערע נייעס.
שרייב א תגובה

Advertisement