בלאט 1 פון 1

בולעטין פון די "חברה קדישא" דקהלתינו.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 9:08 am
דורך זארעכפעפער
בולעטין פון חברה קדישא דקהלתינו.

דא וועלן קעסיידער געמאלדן ווערן, אלע נייעס; מעלדונגען; אנאסן, ווי אויך לויה'ס; שבעה; שלשים וכו', אינערהאלב די חברה קדישא.

די לויה פון "קהל'ס נער" עה, איז פארגעקומען נעכטן אין די קרעטשמע. די מצבה שטעלן קומען פאר איצט אין די דאזיגע מינוטן.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 9:39 am
דורך זארעכפעפער
אוי וויי... אוי וויי... איך זיץ אזוי ביים קארידאר פון די קרעטשמע, און כ'רייס מיר די האר פון קאפ. וויזוי האב איך דאס געקענט פארגעסן?... אוי... וויזוי האט דאס געקענט פאסירן, אז כ'אב פשוט און פראסט פארגעסן פון דאס וויכטיגסטע, וויי געוואלד...

כ'טראכט קיין צוויי, כ'דריי מעך צוריק, און מיט אן אראפגעלאזטע נאז - קענטיג פון בושה - און אין אן געטרויטן שריט, שלא ברשות הקהלה, לאז איך איבער א צעטעלע פאר די פארבייגייגער'ס, וועלכע לויטעט:

ווער עס קען זאל ביטע צוזאמען שטעלן א שיינעם נוסח המצבה, פאר אונזער געטרייען אומפארגעסליכן ראשאקאל "יענטאאש".

מיט דאנק - זארעכ
שלא בשם וברשות הקהל.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 9:54 am
דורך דארפסמאן
וואס זענען די תקנות

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 10:17 am
דורך זארעכפעפער
אה... די תקנות. איז אזוי; כ'מיין... עםםם... עםםם... כ'בין דאך נישט פון קהל, קען איך דיר נישט איבערגעבן די פונקטליכע דעטאלן פון אלע תקנות, אבער עפעס ווייסעך יא פון הונטער די קוליסן, אז פון די הויפט און וויכטיגסטע תקנה איז, אז:

1] יעדער וואס וויל ווערן א מעמבער, מוז קודם, ביים ערשטן מאל, אויספילן עפעס א גאנצן אפליקעישן.

2] נאכן אויספילן דעם פולן אפליקעישן, מיט אלע אייערע אינפארמאציעס, דארפט איר דרוקן... "שלח"...

3] אז איר האט דאס גע'שלח'ט, זענט איר פון היינט און ווייטער א מעמבער!, און דאס קומענדיגע מאל ווען איר ווילט אפשטאטן א אקטיווער באזוך און אנטייל נעמען אין די געשפרעכן פון די קרעטשמע זיצערס, דארפט איר נישט מער ווי צייגן אייער איידענטיפיקאציע און ס.ס. נומער און... וילכו... געגאנגען..., איר זענט דערין כאחד התושבים...

4] פון די וויכטיגסטע איז: אז אפי' איר זענט שוין כאחד התושבים, זאלט איר זען צו שרייבן און שרייבן און... און... שרייבן, אבער וואס מער, אבער... דא קומט א גרויסער אבער... אבער שרייבן וואס מער צו דער זאך, אזש אויף אזוי ווייט אז די אלע זיצערס און פארבייגייערס צוגלייך זאלן לכבוך פון דיינע געשרייבעכצער א שמייכל טוהן!

הפנים אזוי מיין איך, אז דאס זענען די אל"ף פון די תקנות. דאס איבריגע וועל איך לאזן פאר די קהלה-לייט...

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 10:19 am
דורך דארפסמאן
די בה"ח איז נאר פארמענטשן אדער פאר ב....... אויך

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 10:23 am
דורך זארעכפעפער
רעד צו דעם ב...
און זאג אים ער זאל דאס אויספרובירן...

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 10:29 am
דורך יגרסהדותא
מיר גייען זיך צורייבען זרכ'ל, האסט געפענט צוויי אשכולות אויפאמאל, און די לעבעדיגע ווייסן נישט וואס דא טוט זיך

אפשר קען מען עס נאך צוזאמשמעלצן?

אבער אויב שוין דא, ווילט זיך פרעגן יעצט אזא פראגע:

איינעם וועם חברה קדישא האט באגראבן, פארטיג, אויסגעצאלט פון קהל'ס קאסע דעם גאנצן עקספענס, באצאלט דעם לעמעזיאן דרייווער, פארן טרעקטער, און דער נפטר ליגט שוין און מאכט א לעבן... יא, האלטסט מיט?

וואס טוט זיך אויב אין געציילטע וואכן שטרעקט זיך אויס זיין צוווייטע ניק? איך האלט חברה קדישא דארף אראפלייגן א אייזערנעם פויסט, אז אויב איין ניק שטארבט, טאר דער צווייטער נישט הלך'ן. סארי קהל'ס קאסע איז גארנישט אזא גאלד גרוב. עס הינקערט שוין אינטער זיין דער לעצטער ראש הקהל האט גע'נפטר'ט, איך האלט נישט אז קהל מוז דאס באצאלן

ובפרט - אזוי שטילערהייט פון מיין קיבארד צו דיין סקרין - איך ציטער געפערליך פאר די מגיפה וואס ווארט אפ פאר די קרעטשמע נאך די וואלן... ס'העלן שטארבן ניקס איינס נאך די צווייטע... ליוו איט פאר די וואס ווייסן, איך ווייס וואס איך רעד.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 10:32 am
דורך דארפסמאן
מען מעג לייגען בלימען ?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 10:37 am
דורך זארעכפעפער
זעהסט יגר'ל, כ'האב געוואוסט אז דו פארשטייסט אן עסק...
טוה א קוק דא ווי איך האב זיך אנגעגרייט די רפואה פאר די מכה...
און אויב באמערקסט גוט, כ'מיין ביסטעך נישט קיין נער, בעט איך דארט אלע זיצערס אז זיי זאלן מיר נאכטהון, און זיך אליין אויספראקן ברבים, און נישט ווארטן אויף קיין אומגעוואונטשנ'ס...

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 26, 2006 1:13 am
דורך cano
די פלעצער זענען באגרעניצט וכל הקודם זכה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 30, 2006 8:36 pm
דורך Anonymous
נאך א מזל איך בין געווארען מעמבער ווען נישט וואלט איך נאך יעצט געליגען אין געשמילט אינדרויסען אהן צוקימען לקבורה .....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 30, 2006 9:58 pm
דורך איך_הער
איבערדרייער, איבערדרייען קען איך נאך פארנעמען, אבער זיך שלאגן בשום אופן נישט, הערטס ענק אויף צו שלאגן, אבער שוין.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 11:14 am
דורך דארפסמאן
וואס האטו מורא אז זיי גייען אנקימען צי דיר (חברה קדישא)

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 05, 2006 5:33 pm
דורך יגרסהדותא
אזוי ווי סאכדעס האט זיך אויסגעצויגן, ווערן געפלאנט ריזיגע באגלייטונגן צו די "היסטארישע לוי'" וואס וועט פארקומען ברוב פאר והדר.

פרטים יבואו

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 11:48 am
דורך יגרסהדותא
:cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry:

וויאזוי האט דאס פאסירט?

יעדער איז היינט טויט

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 12:02 pm
דורך קרעמער
איך הער נישט אויף צו לאכן פון דיינע חברה אויף גוגעל... עס איז אלעס איין מענטש... יוא ווער וויל לאכן מיט מיר?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 12:05 pm
דורך יגרסהדותא
קרעמער, קוק אן, דיין נאמען האב איך נישט!

סארא בושה

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 12:06 pm
דורך קרעמער
כאטשיג האסטו מיין פידעלע..

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 12:14 pm
דורך יגרסהדותא
איך בין נאכנישט פארטיג

איך ווארט נאך אויף נאך איינעם

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 5:59 pm
דורך סאכדעס
גוט גוט, כאף אז מ'האט שוין אויסגערופן די לוי', אגב דאס איז די ארבעט פון דעם סעקרעטאר.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:49 pm
דורך לחיים ולברכה
זארעכ, כ'וויל דיר נישט מטריח זיין, האסט דאך היינט אסאך לויות. איך וויל נאר פרעגן א קלייניגקייט:
מ'וועט מעגן לייגן ביי מיר רויטע און בלויע ליכט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 8:52 am
דורך ראמני 08
לחיים סאיז שוין געווען די לוויה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 9:19 am
דורך לחיים ולברכה
פון זרח'ל? שוין לאנג!

פון מיר? נאך אביסל. איך האלט שוין ביי די גסיסה, נאך אביסל וועסטו מיר מער נישט זעהן דא אויף דעם עולם הפי עיטש בי בי.... יוי וואס רעד איך דא. אלטע זכרונות, נישט אוועקצומאכן.

סתם פאר אינטערסאנטקייט, עטס באמערקסט ווי ווייניג מעמבערס מיר האבן געהאט אמאל? זרח האט געפענט אן אשכול, און א האלבע שעה דערויף איז ער אליינס מגיב למען הציל משטרם נענו. היינטיגע טעג וואלט שוין געווען פילצאליגע תגובות און פירושים אויף א שטיקל זרח'ל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 2:23 pm
דורך מיללער
ששש דער חזן הקהילה זינגט:

חברים מלאים רחמים, המציאו מנוחה נכונה תחת כנפי הקרעטשמע, להנפטרים חברים יקרים מליאי ערך אשר הלכו מעולמם (איי-וועלט), במיוחד את גופות; זארעך בן פעפפער, בנימין בן בני היכלא, יצחק נפחא ממשפחת פענסטער היקרה, בגן עדן התחתון תהא מנוחתם, ויושר יליצו לעדת צאן מרעיתם.