די תמימות פון א קליין קינד.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

די תמימות פון א קליין קינד.

תגובהדורך איך_הער » זונטאג מאי 03, 2009 4:53 pm

כ'האב נעכטן געהערט א אינטערעסאנטע מעשה וואס ס'האט פאסירט פאר פורים תשס"ט לפ"ק. און כ'האב געטראכט אז ס'איז ווערט צו פארציילן דא, זאל דער עולם זען, אז אינעם היינטיגן חשכות קעמען נאך אלץ טרעפן ליכטיגקייט, מ'דארף נאר בעטן עכט, און גלייבן.

מ'רעדט דא פון א צען יעריג יונגעל, גייט אין כתה ו', וואס האט געהאט אויף ביידע הענט, זייער אסאך ווארצלעך, ס'איז געווען געפערליך. די עלטערן האבן פראבירט כמה וכמה דאקטורים, שמירעכטצער, און נאך פארשידענע זאכן, ולא עלתה בידם, און ס'איז געבליבן אז מ'וועט מוזן ברענען, איינע פון די רפיאות וואס העלפט פאר ווארצלעך, מ'ברענטעס אפ, ס'טוט געפערליך וויי, פארשטייצעך אז ס'יונגעל איז נישט זייער אסאך מאל געלאפן צום דאקטער זיך נעמען יסורים מיט ביידע הענט, איזער געבליבן מיט רוב ווארצלעך.

תענית אסתר דהאי שתא, זיין רבי האט גערעדט צו די קינדער, און אינמיטן זאגטער פאר די קינדער די גרויסקייט פונעם טאג, און לייגט צו, אז היינטיגן טאג, ווען מ'זאגט קאפיטל כ"ב, קעמען נאכדעם בעטן פונעם באשעפער וואס מ'וויל, און מ'ווערט געהאלפן.

דאס קינד איז אהיים געקומען, און פארציילט פאר זיין מאמע, אז דער רבי האט געזאגט דאס און דאס, און אז ער האט געזאגט די קאפיטל, און געבעטן פונעם אייבירשטן, אז אלע זיינע ווארצלעך זאלן זיך אויסהיילן, און ער זאל מער נישט דארפן גיין צום דאקטער דערוועגן.

מורי ורבותי, צוויי טאג שפעטער, איז דאס קינד אויפגעשטאנען מיט ריינע הענט, קיין זכר פון קיין ווארצלעך, נאר אויף די האנט וואס מ'האט שוין אנגעפאנגען ברענען, אינאך געבליבן אביסל ברען צייכענס, וואס ווערן אויך שוואכער און שוואכער.

כ'מיין אז מ'דארף נישט קיין קאמענטס אויף דעי מעשה, איך האבעס געהערט, און באלד געטראכט מיט צו טיילן דא פארן עולם.

רבותי, דער אייבישטער הערט אונז, ער וויל אבער פון אונז תמימות, מ'זאל גלייבן באמונה שלימה, אז עריז דער וואס קען העלפן און קיינער מער, מ'מוז נישט זיין קיין צען יעריג קינד, מ'קען האבן תמימות אלץ טאטע אויך, לאמער זיך פארנעמען אז ווען מ'רעדט צום באשעפער, זאל מען נישט טראכטן פון קיינע עצות וויזוי ער זאל אונז העלפן, נאר פשוטו כמשמעו, העלפן, וויזוי? זאלער קער נעמען, ס'איז בידו.

לאמער זיך אויסבעטן און אויספועלן אלעס גוטס.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מאי 03, 2009 5:01 pm

איכער! געוואלדיגע אמת'ע רייד, ייש"כ, און לאמיר גיין בעטן פון אונזער טאטן...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11138
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג מאי 03, 2009 5:07 pm

שכוח אייך

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מאי 03, 2009 5:35 pm

בילדער וועלן נאכפאלגן?

יישר כח עניוועי. א שיינע מעשה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » זונטאג מאי 03, 2009 7:28 pm

איכער, זעסט קענסט שרייבן אנע הקדמות... נאמאר תירוצים... א געוואלדיגע מעשה, שקויעך פארן מיטיילן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מאי 03, 2009 7:51 pm

א ריזן יישר כוח, עס זענען נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקן, פאר אט די תוכנ'פולע מעשה, וואס איז אנגעפולט מיט אמונה בהשגחה, בתפלה, און וואס נישט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 03, 2009 8:35 pm

איךהער;

דאס איז געווען די הקדמה, און וואס איז די מעשה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » זונטאג מאי 03, 2009 10:55 pm

יא איך הער, און איך הער עס גוט, זייער עמאשינאל בינעך געווארן ליינענדיג די מעשה, עס רעדט פאר זיך אליין, אן קיין הקדמות.
אילו לא באתי היינט און קרעטשמע (א פלאץ ווי איך האב שוין כמעט נישט קיין דריסה גמעט ב"ה) אלא בשביל זה דיינו.

אוועטאר
kyle maynard
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 3:39 pm

תגובהדורך kyle maynard » מאנטאג מאי 04, 2009 10:59 am

טאקע א גוטע מעשה
.......No Excuses

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21707
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 04, 2009 11:32 am

איכער, זייער א גוטע הקדמה, איך ווארט (דאונט ווארי, איך ווארט נישט אליין, איך ווארט דא (דא בין איך גראדע יא אליין, אבער ווארטן ווארט איך נישט אליין..) מיט שפאנונג.. און געדולד.. (נישט די ניק..)) אויף די מעשה... (קאפי קערער..)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מאי 04, 2009 12:47 pm

איך הער, שכוח פארן מיטטיילן די מעשה אויף איינע פון נושאים וואס ברויכן שטענדיג חיזוק.

קרעמער ;l;p-

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג מאי 04, 2009 12:49 pm

נתחזקתי נתחזקתי

יישר כח

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מאנטאג מאי 04, 2009 12:53 pm

כבוד שמעתי שי'
נהנתי, יש"כ
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מאנטאג מאי 04, 2009 2:51 pm

שקועך איך הער, איך האלט אז ס'פעלט אויס אין אזאנע שווערע צייטן ווי ס'איז נישטא גארנישט ווי זיך צו טרייסטן נאר מיט די אמונה און דאס גרעטע אמונה איז דאס אז מ'קען דערציילן אזאנע מעשה'ס.

גראדע האב אויך אפאר קליינע עפיזאטן צו פארציילן כ'ווייס נאר נישט ווי איך זאל דאס אריינלייגן, צו דא? צו און א נייעם אשכול? ווייל דער ציל איז נישט סטם צו עפענען אשכולות,

עניוועי שקועך איכער נאכאמאל! ס'געווען "כמים קרים על נפש עייפה"(כ'האף כ'האבעס גיט געזאגט..)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 04, 2009 3:01 pm

א דאנק הרב איך הער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 04, 2009 5:11 pm

לוסטיג;

ציהל ארויף ציהל אראפ, מיר ווילן הערן די עפיזאדן אייערע.

יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

תגובהדורך יצמח » מאנטאג מאי 04, 2009 6:52 pm

שכוח 'איך הער' פאר די מורא'דיגע מעשה.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג מאי 05, 2009 4:47 pm

[quote=]שכוח 'איך הער' פאר די מורא'דיגע מעשה.[/quote]

סארי פאר די דילעי!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך מאי 06, 2009 11:28 am

שכוח איך הער,
איזאק האט געשריבן:איכער, זעסט קענסט שרייבן אנע הקדמות... נאמאר תירוצים... א געוואלדיגע מעשה, שקויעך פארן מיטיילן.

זעט אויס אז איינער האט געבעטן דעם אויבערשטען מיט א תמימות...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21707
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 06, 2009 11:32 am

לוסטיג האט געשריבן:שקועך איך הער, איך האלט אז ס'פעלט אויס אין אזאנע שווערע צייטן ווי ס'איז נישטא גארנישט ווי זיך צו טרייסטן נאר מיט די אמונה און דאס גרעטע אמונה איז דאס אז מ'קען דערציילן אזאנע מעשה'ס.

גראדע האב אויך אפאר קליינע עפיזאטן צו פארציילן כ'ווייס נאר נישט ווי איך זאל דאס אריינלייגן, צו דא? צו און א נייעם אשכול? ווייל דער ציל איז נישט סטם צו עפענען אשכולות,

עניוועי שקועך איכער נאכאמאל! ס'געווען "כמים קרים על נפש עייפה"(כ'האף כ'האבעס גיט געזאגט..)


(הרב לוסטיג, דעס האסטו גראדע גוט געזאגט, אבער אנדערע זאכן נישט..)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מאי 08, 2009 10:48 am

א געוואלדיגע מעשה אינעם היינטיגער הסתר פנים.

יישר כח איך הער פארן מיטיילן די מעשה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » פרייטאג מאי 08, 2009 11:06 am

טענקס איכער, האב איך שוין א סעלאָשן פאר מיין בליסטער. איין טאג מיט א בליסטער איז ערגער ווי א וואך מיט ווארצלעך, ניין? גיי פרעג די אינגעל...

זייער א גרויזסער מוסר השכל, אין בכלל האב איך פונקט געליינט די גרויסקייט פון זאגן תהלים, ווי באקאנט האט דער ברך משה זצ"ל האט געלייגט א שטארקער דגוש אויף זאגן תהלים א ידן אינדערפרי נאכן דאווענען. כאָמעך פשוט דערמאנט דערפון...

שכח, כ'הער.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » פרייטאג מאי 08, 2009 11:23 am

מיין אינגעלע גייט איעדע וואך צי חברות תהילים איעדע וואך מאכט מען א גורל מיין אינגל האט נאך קיינמאל נישט געווינען דעם גורל אין ער איז געווען אביסעלע אנגעווייטאגט דעריבער שטעלט אייך פאר א אינגל פין זעקס יאר מיינט דאס א געוואלד

זאג איך עם בעט דעם באשעפער ער זאל מאכן אז די זאלסט געווינען

מיין אינגל איז א שטיק געפיל אויב איינער פילט נישט גיט וועט ער זיך נעמען זאגן תהילים

האט ער געזאגט תהילים אין געבעטן ער זאל געווינען אין יאפס ער האט די וואך געווינען

א מין אונגארישע מעשה דאס

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מאי 08, 2009 1:05 pm

אונגארישער;

ענליכע מעשה האב איך געהאט דעם ווינטער ביי די מוצש"ק אבות ובנים, יעדע מאל מיין אינגל האט געווינען האט מיר אויסגעזאגט דעם סוד אז ער האט "געדאווענט" צום באשעפער.

א וואך וואס ער איז אהיים מיט ליידיגע הענט האט ער פונקט פארגעסן צו דאווענען...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט