Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

טעכנעלאגיע: קאפ טראנספלענט

דאנערשטאג אפריל 30, 2009 10:26 pm

די טעכנעלאגיע גייט שוין אריבער אלע ערווארטונגן און סורפרייזעס, עס דערמאנט זיך א ווארט פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע [שוין ווייטער קומט ער דא דרייען א קאפ מיט זיינע מעשה'לעך, געט אויט אף העיר]. אז ווען ער וואלט ווען באשאפן א מענטש וואלט ער געטוישט דריי זאכן, איינע פון די דריי זאכן איז אז א יעדע אבר זאל מען קענען אראפשרויפן, אזוי אז ווען די האנט טוט וויי ווען מען עס אראפנעמען און שיקן קיין וויען, און דערווייל ביז מען פארעכט דאס וועט מען בלייבן זיצן און לערנען, מיר פארשטייען אוודאי נישט די עמקות דערפון אבער מיט עטליכע גענעראציעס שפעטער איז דאס שוין גארנישט קיין וויץ.

דער הויפט דאקטאר פון די מיהאש קליניק האט געמאלדן מיט עקסטאז, אז זיי האבן שוין מיט ערפאלג דורכגעפירט עטליכע העיד טרענספלענט'ס, דאס הייסט אז מען נעמט איינעם'ס קאפ, און מען טוישט עס און מען לייגט עס ארויף אויף א צווייטע קערפער, און ער האט אויסגעפירט אז מען האט שוין די גרינגסטע רפואה פאר אלע מחלות אין קאפ, פשוט מען נעמט עס אראפ און מען לייגן ארויף א צווייטע, און ער האט צום סוף ביי איינע פון די שאלות אויסגעדריקט ווי אינטרעסאנט אז מען בלייבט מיט די אייגענע געפילן אבער מען הייבט אן טראכן ווי דעם מענטש פון וואס מען האט גענומען פון אים זיין קאפ.

איר האט שוין אמאל געהערט דעם אויסדריק "ער דרייט אים אראפ די קאפ" – האט דער ווארטזאגער פון די דעילי קאנטראביושען געזאגט מיט א איינזייטיגע ליפ שמייכל – מיר ווייסן גענוי וואס דאס מייט אן קיין גזמאות נאר מען דארף אריבער גיין א געפארפולע אפעראציע פון 20 שעה און אויב געלונגט עס קען ער אהיים גיין ביז פיר וואכן מיט זיין נייע קאפ.

עס איז נישט קיין חידוש אז די גאנצע וועלט איז אויף דערמיט, ווייל עס איז פארט געווען די לעצטע אויף די מעדעצינישע ערייכונגען ליסטע, און מען האט זיך נישט גערישט אז אזוי פרי ווי אין פינף יאר ארום וועט עס זיין אין יעדע שפיטאל אין גאנץ פאראייניגטע שטאטן, אבער די פארגע איז אויב די דעמאקראטישע קאנטראלירטע אטענטאטן הויז וועט דאס טאקע לעגאל מאכן, ווייל לויט זייער טעאריע איז דאך יעדער בארעכטיגט לויט די קאנסטיטוציע אויסצוקוקן ווי אזוי ער וויל, און מען טאר נישט אויף קיין פאל מאכן א ראסיזם דיפערענץ, און אויב דער קאפ-ביל וועט אריבער גיין מיט א מערהייט איז ערווארטעט אז אלע שפיטעלער איבער אמעריקא וועלן באקומען אן עקסטערע פאנד פארן אריינעמען די מאשינען.

א ווארט זאגער פון וואל סטריט האט געמאלדן אז די סטאקס פון פלעסטיק סורדזשערי סופלייס איז טאקע דראסטיש געטראסעק, און מען פלאנט עס צו קאנווערטן צו א נייע לעדער'העד', און אזוי עס צו ראטעווען פון אונטעררינען די אפלויף.

פון א אנאנימע קוואל הערט מען אז דער העד טרענספלענט איז גאר נישט קיין חידוש, דער רעגירונג באניצט זיך שוין קאנטריווערסיאל דערמיט א לאנגע צייט און טאקע אויף דער אזוי געריפענע וויטענס פראטעקשאן פראגרעם, (נישט קיין חידוש אז קיינער דערקענט זיי נישט) און אויף זייער קאפ האט מען זיך געלערנט אז דער אפאראציע זאל ארויסקומען סוקסעספול, אבער ווי דער 'טיפע נאז' – ווי דער אנאנימע קוואל רופט זיך – גיט איבער איז דאס דער סיבה פארוואס אסאמא בין לאדין ווערט נישט געטראפן, ווייל ער איז אריבער דעם רעזוקאלישע אפאראציע און ער האט געטוישט קאפ מיט א שוויין, און אזוי ארום האט ער מצליח געווען אנצוזייען א פרישע טעראר אטאקע מיט א שוויין חאזעריי, אנאליסטן שטייען מיט די אויגן ברעמען אויף ארויף, און באוואונדערן דעם איידיע ווייל דאס וואלט פאר קיין שום אראבער נישט איינגעפאלן צו טוישן קאפ מיט א שוויין, אבער ווי נאר די די ען עי רעזאלטאטן האבן געדארפט פארעפענטליך ווערן איז דאס מיסטער-יעזערהייט די לעצטע מינוט צוריקגעהאלטן געווארן און דאס האט ווי נאטורליך פארגרעסערט צו פארדאכטן דערפון .

אויך אין די כוללים און בתי מדרשים טוט זיך אויף שטענדערס און קאווע'ס, וואס וועט זיין מיט א חלל קרוב לעיר וועט מען רעכענען פון די טבור אדער פון די דעספאזעבעל נאז?. און נאך מער וועלכע חלק פון דעם מענטש ווערט מקודש אונטער די חופה?, אפשר וועט מען דארפן איבער מאכן די קדושין ווייל נישט דער קאפ האט מקדש געווען?, און אויך מעגליך וועט מען דארפן מען וועט דארפן מטיף זיין נאכאמאל אביסל דם ווייל אויב איך גיי לשיטתם אז הכל בשר ראשיה גריר?, און דער קאפ קעיק איז גאר א צווייטע'נס, און מעגליך אז ער וועט דארפן געבן א גט פאר די פרוי וועמען'ס די קאפ האט געהערט פון פריער, און אזוי קען מען אריין גיין אין די שאלה טיפער און פיטער (איך האב מורא צופיל מאריך צו זיין ווייל מען וועט נאך דעם אשכול אריינפירן אין.... שפיטאל).

דער קאנטראווערסיע איבער ווער האט אנגעהויבן דעם אומנארמאלע און אוממאראלישע איידיע פון מאכן דיספאזעבעל קעפ, און קאפ-טרענספלענט, טוישן קעפ האט זיך געצויגן פעדעמער צו פארשידענע גרופעס און אידיעלאגן און קיין ערענסטע רעזאלטאטן האבן נישט צופרידן געשטעלט די וויסנשאפטלער אויספארשער, ביז מען איז אנגעקומען צו א מאדנע און פרימיטיווע וועבזייטל וואס נאר גלויביגע פון א אור אלטע ערליכע גלויבן שרייבן דארט און דארט איז געווען דער ערשטע מקום ווי מען האט געטראפן דעם רעיון און טאקע אויף זייער אומנאציאנאלע נאר טראדיציאנאלע שפראך 'אידיש' ווי מאנכע שרייבן עס 'יידיש' און דאס איז געווען אויסגעלייגט מיט די ווערטער "קעפל געטוישט" א קורצע זוך אקציע ארום דעם קריים צאנה וראנה האט געוויזן אז דאס זיכן האט געטראפן 58 רעזולטאטן : "קעפל געטוישט".

Advertisement

דאנערשטאג אפריל 30, 2009 10:33 pm

איך דריזל פאר געלעכטער...

נו א וואונדער? אז דער זיידע רעדט, קען מען נישט האלטן די ליפן שמאל...
וואט אן איידיע..
דא האסטו א סעמפל.
עטעטשמענטס
56.jpg
56.jpg (18.56 KiB) געזעהן געווארן 536 מאל

דאנערשטאג אפריל 30, 2009 10:34 pm

;l;p- ;l;p-
זיידי צוריקצוקומען מיט אזא קנאק,
פארציילן מעשיות מיט א געשמאק,

"קעפל געטוישט" אזוי הומאריסטיש, אזא גוטע געדאנק,
טענק יו ווערי מאטש פאר דיין געשאנק...

דאנערשטאג אפריל 30, 2009 10:36 pm

זיידעניו, א זאפטיגס מיט אלע מפרשים. "דאס" באלאנגט זיכער אין קרעטשמע!!!

דאנערשטאג אפריל 30, 2009 10:48 pm

זיידי !!!!!!!! :smile: :smile:

ווילסטעך טוישן קאפ מיט מיר ? :oops:

איך זיץ און טראסקע פאר געלעכטער ווי א עגלה :twisted: ערופה :roll: ... ...

דאנערשטאג אפריל 30, 2009 11:04 pm

אהההההההההה, ענדליך דערלעבט א קרעטשמע ארטיקל וואס איז טאקע מסלתה ומשמנה... חדש ימינו כקדם.

יישר כח זיידעניו פארן דערמאנען די אלטע אטמאספערע, אויפברענגען די אלטע עפאכע, און יא -- פארדרייען א קאפ.

דאנערשטאג אפריל 30, 2009 11:32 pm

זעהט אויס אז איידער יהודית פונעם נס חנוכה האט אפגעשניטען אליפארניס קאף איז זי געקומען זיך שואל עצה זיין ביים סבא קדישא, וויא אזוי מען טוט דאס!

נאך א מזל אז דער זיידע דרייט נאר א קאף און האקט נישט און קאף אריין!

שעכוח עניוועי!

דאנערשטאג אפריל 30, 2009 11:33 pm

יו איך קען שוין נישט טראכטען מיט מיין אייגן קאפ. זיידי..................... ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פרייטאג מאי 01, 2009 1:13 am

וואס פארדרייסטו א קאפ?.........

;l;p-

פרייטאג מאי 01, 2009 3:33 am

.
לעצט פאראכטן דורך מאיר אום זונטאג מאי 03, 2009 11:02 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פרייטאג מאי 01, 2009 6:28 am

נישט יעדע קעפל קען אויפטרעפן אז געלונגענע איידיע....

שכוח זיידעניו.

פרייטאג מאי 01, 2009 8:10 am

אז עס שטינק, שטינק פון קאפ!

אזוי פלעגט מען זאגען פאר די נייע טעכנעלאגיע, (ווען ס'נאך נישט געוועהן וואס צי טאהן מיט דעם פראבלעם)

יש"כ ר' זיידיהו, מיר האבען אויך ליב געהאט דיין אלטען קאפ

אינטעליגענט
דיין בילד רעדט מען ווי הינדרעט ווערטער, און פינעף קעפ
(א גיטער בילד, יש"כ)

פרייטאג מאי 01, 2009 8:20 am

זיידע, דאס הייסט אז איך קען טוישן קאפ מיט דיר און באקומען אלע דיינע ידיעות? און אויב יא, זענען די 1.7 מיליאן Searchable items אויף דיין קאמפיוטער אויך אריינגערעכנט אין דעם געשעפט? רעד צו דיין לויער און לאמיך וויסן.

פרייטאג מאי 01, 2009 9:04 am

דא האט איר א בילד וואס רעדט מער פון פופציג טויזנט ווערטער.
עטעטשמענטס
05.jpg
05.jpg (34.13 KiB) געזעהן געווארן 334 מאל

פרייטאג מאי 01, 2009 9:21 am

זיידי, א ס'גוט ס'גוט.

א זיסער ארטיקל וואס איז שוין לאנג נישט באשאפן געווארן.

נ.ב. דעם קעפל פונעם אשכול מעגסטו טוישן, כאב עס שיעור אריינגעפריט אין נייעס אפטיילונג...

פרייטאג מאי 01, 2009 10:02 am

יאנאש, טוישן קעפל? אקעי, איך מיין אז מיט טעכנאלאגיע קען מען...

פרייטאג מאי 01, 2009 10:21 am

יעצט ווייסן מיר שוין וויאזוי דער זיידעניו האלט זיך אזוי יונג...

שכוח פארן ארטיקל און שכוח פאר די וואס האבן נאכגעברענגט די בילדער.

פרייטאג מאי 01, 2009 10:26 am

איך קען נישט אפפמאכן אויב דאס איז א ווירקליכער מעשה אדער ער 'דרייט סתם א קאפ'..

איך האב שוין געטראכט אינדערמיט אז עס ברויך אריינגיין אין "אידישע צוויבל" אבער לבסוף זעה איך אז דאס איז א רעכטער ארטיקל וואס באלאנגט גלייך אויבן-אן אין "היימישע קרעטשמע".

זיידי, דאס איז אן ארטיקל אריבער אלע אפשאצונגען. ס'איז אריינגעפלאכן אלעס דעראון.

זיידעניו, יו מעיד מיי דעי. ;l;p-

פרייטאג מאי 01, 2009 12:04 pm

מאשקע;

דיין בילד רעדט בכלל נישט, אפגערעדט פון 50,000 ווערטער, דער האט דאך נישט קיין מויל.

טערסאנט וויאזוי ער פלאנט צו טרעפן א פאסיגן קאפ -- אן די אויגן זיינע!

פרייטאג מאי 01, 2009 12:11 pm

אהאאאאא מאשקעלע האט שוין ציריק געטוישט זיין קאפ מיט מאשקע

פרייטאג מאי 01, 2009 1:01 pm

זיידעניו, יעצט איינמאל איזעס דיר גוט געלונגען, ביזן סוף פונעם ארטיקל, האבעך נישט אהנונג געהאט פון וואס רעדסטו.

מעכטיג שבנצח, כ'מיין שבהערליך.

זייער שיין, א גרויסן יישר כח, כ'האב היבש גע'שמייכל'ט...

פרייטאג מאי 01, 2009 5:06 pm

זיידי: איך פיל מיר ווי א גוף אן א קאפ, אפגעשאכטען, מיט א פארדרייטען מוח,

וואס האסטו געטון צו מיר איך ליין און ליין אין ווייס נישט ווא ס'טוט זיך דא? איז דאס וואר אדער נישט? קען אפילו נישט זיין?! אבער ס'הייסט..? ס'אידאך א פאקט! זיידעניא אליין האט מעיד געווען, אבער וויי געוואלד וואס טיט איך? זיי גיבן א לייג ארויף בין לאדין'ס קאפ אויף מיר אין איך בין פערטיג, אין ווער רעדט אויב דער פרעזידענט וועט פארלאנגען אז יעדער מיז זיך טוישן צו א שווארצען קאפ?? ואנא אני בא..!

נאכדעם איז דא א מעיזשער פראבלעים. כ'שעהם מיך אביסעל אבער כ'מוז.. כ'מוז זאגן.. שוין איז אזוי, וואס וועט זיין שטעל דיך פאר..?! ס'וועט שטיין א עד אין די פעיפער "געטראפן געווארן א ברייטע קאפ, גרויסע האר, רימלעס גלעיזער, א קליינע ציגעלע בארד, ריפט ??? ???? ??? אויב קיין ענטפער איז א סימן אז כ'האב אויך פארלוירן מיינס...

דאנערשטאג מאי 07, 2009 1:44 pm

זיידי! ס'ארא קאפוויי... איך בין אויפן קאפ? צו דו ביסט אויף מיין קאפ? בחינת: "ווער וועמען"

טענקיו זיידי, קום ארויס צוקאפנס, אין נעוץ די הענט אויכעט... שרייב אונז נאך!
שרייב א תגובה

Advertisement