געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:28 pm
רבותי, דאס איז מאשקע און איך גיי אפראווען די תגובה. אי"ה, נאכ'ן ליינען וואס דא שטייט.
די זאך איז אזוי. ווי איר ווייסט דאך אוודאי, איז דא געווען אזא אומאפיציעלע מנהג (מנהג איז די אותיות איך הער), אז ווען מ'קומט אן צו א גלייכע צאל תגובות פער טויזנט, דארף מען צושטעלן לחיים פאר'ן עולם. נו, לחיים ביי אונז באשטייט דאך נישט פון וואדקע און הארטע קעיק; ס'באשטייט פון א זאפטיג שטיקל באשרייבעכטס וואס זאל זיין ראוי א ברכה צו מאכן דערויף.
גלייך ווען מ'האט מיך אנגעפאנגען אויפמערקזאם צו מאכן פון רעכטס און לינקס אז איך האלט שוין אט אט ביי 10,000 תגובות, האט מיך אנגעכאפט א ציטער. כ'האב מיך דאך גארנישט צוגעגרייט צום יום הגדול והנורא. מיט וואס וועל איך קומען צו אייך? וויאזוי וועל איך באווייזן מיין פנים פאר אייך? אוי, בושנו מכל דורן.
אייביג פארפאר איך. לאמיך שוין רעדן צו די זאך אמאל.
עניוועי, האב איך אנגעפאנגען צו שרייבן א ברייטס און א הויכס, ווי ס'פאסט פאר 10,000 תגובות.
האב איך אבער איינגעזען אז דאס קען נאך נעמען אפאר טעג, און מ'דארף דאך האבן די צייט דערצו. אבאמא האט טאקע אלעס געטוישט, ער געט מער פוד-סטעמפס און מעדיקעיד, אבער קיין צייט געט ער נישט.
ממילא האב איך מיך דערווייל אפגעהאלטן פון שרייבן אין קרעטשמע (איך רוף עס נאך קרעטשמע, עטץ קענטס עס רופן אידישע וועלט פארומס), עדי נזכה צו ענדיגן דעם באשרייבונג.
אבער איך זעה אז עס איז נישט קיין תכלית אזוי. דער געפלאנטער אשכול פארציהט זיך, און דערווייל שרייב איך גארנישט אין קרעטשמע, ואנן מה נענה אמסארי?
דערפאר האב איך באשלאסן צו פרעגן דעם עולם, כדת מה לעשות. זאל איך ענדיגן דעם גרויסן ארטיקל (וואס קען נאך נעמען אפאר טעג) און דערווייל גארנישט שרייבן, אדער זאל איך שרייבן ווייטער כאילו לא הי' און אוועקלייגן דעם גרויסן ארטיקל אויף די קומענדיגע געלעגנהייט?
אחרי רבים ל'שמאטעס. וויאזוי רוב עולם וועט באשליסן, אזוי וועל איך טון.
איך בין וויכטיג-מאכער, און איך האב אפראווט די קאלעריעס אויפ'ן טרעדמיל...
לעצט פאראכטן דורך
מאשקעלע אום דינסטאג אפריל 28, 2009 2:36 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:30 pm
ווער איז דער מאשקע?
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:31 pm
געשטימט
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:33 pm
געשימט,
זאל ער אליין אפצכן זיין מיינונג,
.
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:34 pm
שוין געשטימט.
אבער ס'איז נישט קלאר ארויסגעשריבן.
איך ווארט אויפן גרויסן ארטיקל פון מאשקע, עס מעג נעמען נאך געציילטע טעג, אבער דערווויל קענסטו ניצן דיין מאשקעלע ניק און שרייבן מיט דעם, ברויכסטעס סייווי אויפלעבן פאר די קומענדיגע וואלן..
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:36 pm
געשטימט...
פארדעם דארפסט אבער מאכן וואלן? קענסט דאך טון אזוי ווי דו אליין האסט געשריבן דא:
מאשקעלע האט געשריבן:מאשקע האט געשריבן:נו, אביסל רחמנות, רבותי.
דאס איז מיין 998'סטע תגובה. איך גיי יעצט אויף אורלויב (סטרייק בלע"ז) ווילאנג איך האב נישט עפעס א גוטס צו באשרייבן.
דערפאר האב איך געעפנט דעם נייעם ניק, אז איך זאל ווייטער קענען אויסברעכן מיינע תגובות.
ווען עמיצער וועט מיר געבן א גוטס וואס צו באשרייבן, וועל איך צוריקגיין צו מיין געהעריגן ניק.
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:37 pm
איך האב צוגעלייגט א פראגע וואס צייטליך האט רעקאמענדירט.
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:38 pm
געשטימט אויף "ווער איז דער מאשקע?"
פארוואס? ווייל איך האב דיך ליב צו טשעפענען.....
אגב. צו מאכן זיכער אז די ביסט די עכטע מאשקע/לע לייג ארויף דיין אוועטער פון מאשקע.
----
מאשקעלע האט אריינגעהאקט
----
אפפפפס.... מאיר האט אריינגעהאקט!
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:38 pm
אוי-וויי, אלע פריערדיגע שטימען זענען פארלוירן געגאנגען ווייל כ'האב עורך געווען דעם סקר.
ביטע שטימט נאכאמאל, אויב ס'איז אייך נישט שווער.
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:39 pm
אופס, מאשקעלע האט אריינגעהאקט. פארדאן מי.
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:40 pm
די אלע וואס האבן געשטימט ביי די פריערדיגע ווערסיע זאלן מוחל זיין און איבערשטימען ווייל זייערע שטימען זענען אנטרינען געווארן.
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:40 pm
שוין געשטימט.
מאשקעלע האט געשריבן:אחרי רבים ל'שמאטעס. וויאזוי רוב עולם וועט באשליסן, אזוי וועל איך טון.
פארפאטשקעטסט נישט די געלעגענהייט.
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:42 pm
סתם אזוי, קוק אויף מיין אוואטאר. כ'וויל דיר נאר "סתם אזוי" ווייזן אז יעדער קען נעמען וועמענס אוואטאר ער וויל, און פון דעם איז נישט קיין ראי' אז דאס איז טאקע דער וועמען דו מיינסט. אויב איינער דערקענט נישט מיינע תגובות דורך מיין שריפט, האב איך נישט קיין עצה פאר אים...
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:42 pm
האלט!!!...
פאר די גייסט וואוטען.. טראכט איין מינוט... ווער איז מאשקע?.. איין זאך ווייס איך פון עם.. איך לאך נאכדעם וואס ער דריקט 'שיקעס'...
געדענק!! אויב לאזט מען עם שרייבן ווייטער אנעם ארטיקל, וועט די ארטיקל נישט אזוי שנעל זיין דא...
חכמים הזהרו ב'וואוט'יכם..
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:44 pm
איך האב עס גוט דערקענט. נאך א זאך איך האב אויך געוויסט דערפון; אבער אוי! האסטו מיך גוט דערשראקן!
---
וויכי פארדאן מי!
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:45 pm
דו קענסט נאר אויסקלויבן איין מעגליכקייט. לאמיר זען וועלעכע אויסצוקלויבן, העמיר גיין פון אונטן ארויף.
ווער איז דער מאשקע? דעס ווייס איך דאך, מיינט ער דאך נשיט מיר דערמיט.
ס'גייט מיך באמת נישט אן. איך לייען סיי-ווי נישט דיינע שטותים. איך ליין דאך עס יא, מיינט עס ווייטער נישט מיר.
טוה וויאזוי דו פארשטייסט. נאך אלעמען ביזטו אליינס בעה"ב אויף דיין פעדער. איך זאג דיר וואס איך האלט ווען דו פרעגסט מיר נישט, זאל איך דיר נישט זאגן וואס איך האלט ווען די פרעגסט מיר יא?
קודם שרייב וואס דו האסט אויפ'ן צונג. גרויס אדער קליין, אלעס איז גוט. אבי דו שרייבסט. די לאנגע ארטיקל וועסטו ארויפלייגן ווען ס'וועט זיין מער צייט. 1) איך ווייס שוין וואס דו האסט אויף דיין צונג, און איך בין בכלל נישט אינטערעסירט אז דו זאלסט עס באשרייבן... 2) אויב וועסטו עס יא באשרייבן, וועט דוירען נאך לענגער אז דיין גרויסן ארטיקל זאל פארטיג ווערן.
אז קיין איינס פון די פאריגע איז מיר נשיט גוט, מיז איך אויסקלויבן די ערשטע אפציע. האלאו, מיר ווארטן אויפ'ן גרויסן ארטיקל. קענסט אונז נישט אויסשפילן נאך אזויפיל טעג ווארטן. כיון דאידחי אידחי. מיר וועלן נאך אויסווארטן די געציילטע טעג.
---------
לפחות הודעה אחת נשלחה בנושא זה. תוכל לסקור את ההודעה בתמציתיות. העמיר עס ליינען נאכן דריקן נאכאמאל שיק עס.
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:47 pm
יוי האט חכם וואס ביזטע... גייסטע ווען פון אויבן אראפ, וואלסטו גלייך געקענט וואוטען!
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:49 pm
איך האף אז מ'וועט נישט לאזן מאשקע'ן ווארטן ביז ער וועט אנקומען צו עשרת אלפים מיט מאשקעלע ניק
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:50 pm
ס'איז פאלטש!!! מאשקע האט קיינמאל קיין פראבלעם מיטן שרייבן אן ארטיקל, מעגסט אים לעכערן זיינע רעדער און אפשפארן זיין גוגל אימעיל אקאנט, ער וועט אייביג שרייבן א לאנג'ס אן זיך צוגרייטן. אלא מאי, אויב זעט מען אז ער איז נישט גרייט, מוז זיין אז נעבעך יוי כ'וויל נישט טראכטן, דער גרויסער מאשקע, הייבט אן איינצושרינקן.. געדענקסט דעם ברייטן הויכן מאשקע פון די זעכציגער יארן? ער הייבט אן קאלעכן און אלט ווערן
אוי לנו מיום הדין, מאשקע הייסט שוין מאשקע'לע..
ווער קען אים קויפן א קרקע?
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:51 pm
כאן מצא בעל החומש מקום לגבות את חובו...
קוקטס, ער דרייט זיך נאך מיט המן-טאשקעס אינמיטן סאמען חודש אייר, און "איך" בין דער וואס ווערט שוין אלט...
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:59 pm
סתם, דו דארפסט טאקע פראף אז דאס איז מאשקע?..
טריאו.. פיין..
ביידעוועי, מאשקעלע, איך גיב דיר נישט מער ווי איין טאג, פארוואס ביז נעקסטע וואך?.. שרייב שוין די ארטיקל!!!...
דינסטאג אפריל 28, 2009 2:59 pm
ווען דו לייגסט ווען דעם ארטיקל מיטן מאשקע ניק וואלט עס מוצא געווען דיין צעהן טויזענט עס איז זייער זיס, אבער אז מיר האבן די זכי' צו הערן לענגערע דברות קאקאש פארוואס זאלן מיר דאס פארפאסן, דעריבער שטים איך מיט טריאו'ן.
דינסטאג אפריל 28, 2009 3:02 pm
חחחחחחח
דינסטאג אפריל 28, 2009 3:02 pm
געשטימט (אויף די מיטלסטע, נו, עס איז טאקע נישט דא קיין מיטלסטע, אבער די גמרא זאגט דאך שוין [ברכות ג' ע"ב] אחת מן התיכונה שבתיכונות).
דינסטאג אפריל 28, 2009 3:04 pm
אינטערעסאנט איז, טריאו און יאנאש האבן געשטימט פאר'ן ערשטן, אבער יענע אפשען האט נאר איין שטימע.
נסתרים דרכי הקרעטשמע.