שפראך: בוכאריש...
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 4:27 pm
אזוי ווי מיר האבן שוין דא באכאשעם א אראבישע אשכול, וואס לערנט דעם עולם אראביש, האבעך ביי מיר געקלערט אז ס'איז שוין די העכסטע צייט (איכער: וואס?) אריין צו לייגן דא א אשכול וואס לערנט אויס דעם ברייטפארצווייגטן טיפזינגן שפראך וואס אונזערע בוּחַר'ישע ברודער באנוצן זיך דערמיט.
קודם כל ווייסן מיר שוין אלע פון די בוכארישע ברואים, יא, די אויף וואס ס'שטייט אין ערוך (כ'זוך עס נאך גראדע) "מין חי' ודר בישיבה", וועלכע פארנעמען זיך מיטן עפענען טירן ווי געשולטע סטודענטן, (כ'געדענק אמאל ווען א חבר מיינער האט פאר עטליכע מינוט געהאט א מגיד שיעור'ס שליסל, און אין די עטליכע מינוט איז זיין "נעגל שניידער" פארוואנלדט געווארן אין א שליסל...), בקיצור, כ'מיין אז יעדע ווייסט ווער זיי זענען, און אלע זעמער שוין אמאל דארט געוועזן.
אין אמת'ן אריין איז דאס נישט פון די גרינגע זאכן צו אראפ לייגן יסודות און כללים איבער דעם שפראך, דען -גלייך ווי איר מוטער שפראך אידיש - איז בוכאריש א צונויף געמישטע שפראך וואס אירע כללים טוישן זיך טעגליך, און די וואס האבן געקענט דעם שפראך עטליכע יאר צוריק קענען עס היינט ניטאמאל דערקענען, אזוי שנעל טוישט זיך אירע כללים.
איז לאמיר גיין צובייסלעך:
גאפל אפ פון דא
די ווארט שטאמט ארגינעל פון די אויסדרוק "יאג אפ פון דא", אבער מחמת איזה סיבה איז ברבות הימים צוגעקומען דערצו די כלי-מזלג, אזא סארט כלי וואס מען שטעכט אריין אין פלייש בעפאר מען עסט עס, און ס'איז פארוואנדלט געווארן אין א קאמבינאציע פון "גאפל" מיט "אפ פון דא", כ'האב שוין גראדע געהערט אמאל נוצן ס'אויסדרוק דורך איינעם פארטוישנדיג (אפשר בטעות) דעם גאפל מיט'ן לעפל, און ווען כ'קוק אים אזוי אן מיט קעלבערנע אויגן נאכן נישט פארשטיין די ערשטע מאל וואס ער רעדט זאגט ער מיר "דו לעפלסט אפ פון דא?".
משיגנס
כ'ווייס נישט פונקטליך וואס פאר א בריאה דאס איז, אבער עטוואס פון משוגע דארף עס מיינען... ס'דארף אראפ סטעמפלען אז דער פאר וועם עס ווערט געזאגט איז נישט א פשוט'ער משוגענער, נאר טאקע א משיגנס, אזוי במלוא הודה והדרה...
קראנקער זכר
אויך עפעס א מין באשעפעניש וואס קען אנגערופן ווערן אז מען איז ברוגז אויף א געוויסן חבר, איז יענער נישט בלויז קראנק, נאר טאקע א קראנקער זכר.
און זאלסט נישט מיינען ח"ו אז אויב איז ער קראנק, איז ער א נקבה, אזוי ווי אלע גראמערס זאגן ביי די חתונות אז אלע פרויען זענען, כ'מיין... עפעס א מין מאדנע באשעפעניש... ניין, אפילו ער איז קראנק בלייבט ער א זכר...
בהמה/פערד/אקס וכו'
אין שמות גיטין האבעך נישט געטראפן גארנישט דערויף, אבער אין אנדערע פלעצער האבעך געטראפן אז דאס זענען אזאלכע מאדנע באשעפענישן וואס גייען אויף פיר פיס, דאס צייגט אן אז ווען דער חבר פארשטייט נישט צום ערשטן מאל וואס דער בוכארישער ברודער זאגט אים, ווערט ער אויטאמאטיש פארוואנדלט אין א "בהמה"...
אנגעזעצט
אין בוכארישן דיקשאנערי קען עס מיינען צוויי מושגים
1) ביינאזמאנעם
2) 18+
ס'ווענצעך פשוט וואו דער חמור שטייט איין...
טיצעך?
א מין ליידיגייערישקייט..., דרייט זיך אונטער די פוס מיט זיין קנאבל גערוך א גאנצן טאג, און קוים האט ער כח צו זאגן דאס ווארט "וואס", ער איז כסדר ביזי מיטן "טיצעעעך" בניגון הידוע...
צוליב וואס מיין "ויבז" ערלויבט מיר נישט צו גיין ווייטער כרגע, עמער מוזן ממשיך זיין אי"ה א צווייטעס מאל...
און דערווייל זאל דער ציבור החשוב דאהי ממשיך זיין...,
האָצמער און זייצמער...