געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
זונטאג אפריל 26, 2009 11:54 am
מיט גרויס סאפיסטיציפיקיטאמילישאציע איז אויפגענומען געווארן די נייע נייעס, אז צוליב די שווערע עקאנאמיע ווען דער דאלאר פאלט, דער יורא צעקלאפט זיך און דער רובל קראצט זיך, האט דער אינטארנאציאנאלער "פרק שירה" ארגאניזאציע דראסטישע גענידערט די פרייזן פון זאגן פרק שירה.
פאר ווער עס געדענקט, האט מען אמאליגע צייטן געדארפט זאגן 40 מאל "פרק שירה" ביז מ'איז געהאלפן געווארן. מאנכע האבן אפילו געזאגט 2 מאל 40 אדער 3 מאל 40 און אפילו 40 מאל 40 ביז זיי זענען געהאלפן געווארן, און מאנכע האבן בלויז "אנגעהויבן" צו זעהן א "שטיקל" ישועה נאך 3.75 X פערציג מאל פרק שירה, פלאס טעקס... נו, אז מ'זעהט ישועות איז דאך גוט.
אבער היות מיר שטייען אין שוואכע דורות, האט די "אירגון 'שירה' תורה" (...) באשלאסן אראפצולאזן דעם פרייז, און פאר א באגרעניצטע צייט וועט מען באקומען א 90 פראצענט הנחה אויפ'ן פרק שירה.
אויך די בארימטע חברת "שירה" האט זיך צוגעשטעלט צו דעם אפפער, זאגנדיג אז אין אזעלכע שווערע צייטן קען מען נישט פארלאנגען קיין 40 מאל פרק שירה פון א פאריאגטן און פארפלאגטן מענטש, און די שירה מלאכים וועלן זיך דארפן באגענוגען מיט בלויז 4 מאל פרק שירה.
צדיק גוזר ופרק שירה מקיים... די פארגאנגענע וואך איז מיט גרויס פרייד געמאלדן געווארן די נייעס, אז עמיצער איז טאקע געהאלפן געווארן! דאס איז בלויז נאך א באווייז אז פרק שירה העלפט!
כאפט אריין און געניסט פונעם 90 פראצענט הנחה ווילאנג עס איז נאך דא, וכל הקודם זכה...
- עטעטשמענטס
-

Advertisement
זונטאג אפריל 26, 2009 11:55 am
זונטאג אפריל 26, 2009 12:59 pm
וואויל
זונטאג אפריל 26, 2009 1:07 pm
אויף תהלים איז אויך דא אזא גרופע?
זונטאג אפריל 26, 2009 1:18 pm
מאשקעשקעלע, סופער פופער.
זונטאג אפריל 26, 2009 1:45 pm
זונטאג אפריל 26, 2009 2:26 pm
150 chch's
זונטאג אפריל 26, 2009 2:32 pm
אי איי מאשקע, צוריק דא מיטן גאנצן פראכט....
האסט מיר פיין געמאכט שמייכלען..., מיר האפן דיר צו זעהן דא אפטער...
זונטאג אפריל 26, 2009 2:32 pm
זונטאג אפריל 26, 2009 2:37 pm
יא יא, מיר ווייסן שוין פון די סוף זמן תפילה 100:00 אזייגער אשכול אז ווען דער דבר יום ביומו וכל שום ובצלים דאית ליה מאכט א טעות אדער שרייבט עפעס גאר 'ארויס מעלמא הדין' וועט עס באמערקט ווערן דורך א געניטע קרעטשמע אויג וואס וועט דאס אריבערברענגן מיט צובייס, דאסמאל טאקע אונזער געוועזענע ראש הקהל בכבודו ובעצמו.
יישר כח פארן שמייכל, איך בין געהאלפן געווארן אין 4 מינוט!
זונטאג אפריל 26, 2009 2:45 pm
מאשקע... וואט שאד איי טעל יו?.. דאס, אז די ארטיקל איז טיפיקל מאשקע, גלייבעבעבעכנישט אז ס'פעהלט אויס צו זאגן... דאס אז איך האב געחאכאחאכאחאכאט ליינענדיג דיין ארטיקל, ווייסטע אליין... (ס'איז מקיום געווארן, מאשקע כותב, ו'וויכי מ'כאחאחאכא..) סאו וואס יא?..
איך ווייס נישט צו נאך איינער האט באמערקט, מאשקע האלט ביי 9999 תגובות... ער האט אנגעגרייט א מעכטיגע 10,000'סטעטעטע תגובה, ער האט נאר געהאט א ספעשעל, צוויי פאר די פרייז פון איינס, סאו אזוי ווי איך האב נישט די ווערטער צו שרייבן.. וועל איך הערשט שרייבן, נאך ביידע ארטיקלעך..
מאשקע.. גוד טו סי יו בעק אין שעיפ..
זונטאג אפריל 26, 2009 3:28 pm
כא כא כא, ס'א גוטס...
וואט אן איידיע, נעמען א פראסטע מיסטעיק, און פארקאכן דערפון א זיסע קרעטשמע צימעס, אנצושמירן א שמייכל אויף אידישע געזיכטער. אה! דאס איז א טיפיקל מאשקע-ארבעט!
טענקס
זונטאג אפריל 26, 2009 3:55 pm
איך האב געליינט איין מאל מאשקע'ס אשכול און איך בין געהאלפן געווארן... איבערגעליינט נאכאמאל, און נאכמער געהאלפן געווארן...
________________________________________________________
בית השחיטה דק"י- עס ווערט געזוכט טשיקנס. אויב איר זענט א טשיקן ביטע רופט.
________________________________________________________
געקויפט געווארן א קוקי, און אויפגעגעסן.
לעצט פאראכטן דורך
יענטאאש אום זונטאג אפריל 26, 2009 4:02 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג אפריל 26, 2009 4:00 pm
יישר כח פאר מאשקע'לע'ס טאטע...
לאמיר זיך גרייטן צו מאשקע'טע'ס מאן'ס ארטיקל לכבוד'ן 10,000'סטע תגובה'לע.
זונטאג אפריל 26, 2009 4:10 pm
עריז שטיל, מסתמא קומט א גוטס.
זונטאג אפריל 26, 2009 4:35 pm
מאשקע, דער פרק שירה וואס יענער האט געזאגט איז געווען אויף דיסקאנט פון פאר פסח... אזוי וויא שמערי'ס קוקיס
פון נאך פסח איז עס דער נארמאלער 40 טעג
זונטאג אפריל 26, 2009 5:10 pm
ווי זאגט יענטאאש (שלום עליכם), פון בלויז ליינען איינמאל מאשקע'ס ארטיקל ביניך שוין געהאלפן געווארן מיט אן אויספלאץ אויפן פלאץ.
כאפט אריין דעם דיסקואנט ווילאנג מאשקע איז דא ווייל ער קומט נישט אזוי שנעל צוריק. (איך האף אז ער וועט מיר וועלן מאכן צונאר און וווייזן אז ער קומט יא, אבער זאגט אום גארנישט)
מ'בעט די חברת המזמרים זאלן אנהייבן מיט די פרקי שירה.. באלד דערנאך וועט זיין א דרשה פון רב מאשקע שליט"א צוגעשטעלט דורך נו, אה, ארגון שירה.. תורה.
יא מאשקע. ביסט גוט פאריקט.
זונטאג אפריל 26, 2009 8:33 pm
מממאאאאאאששששששקקקקקעעעעעעע
זונטאג אפריל 26, 2009 8:37 pm
הכונו! הכונו! פון די הויכע פענסטערס אין די ענדעמעם ראשעקאלישע אפיסעס ווערט איבערגעגעבן אז ס'קומט אן עשרת אלפים ככר כסף תגובה אזוינס און אזעלעכס.
צום באלעקן!
מאנטאג אפריל 27, 2009 10:03 am
אינסייד מאשקע טאַפיקס; ביגעסט סקעם עווער - פרק שירה לויערט די רעיטס טו געין בעק די POWER
ווי האט ער געזאגט, האט ער אזוי געזאגט: אז מען קאָט די רעיטס, איז עס וויזיבעל אויף אלעמען, האט מען אוודאי געקאָט די פרק שירה סורווייוועל פיריאד - יענץ אויך - כאפסט? נאך אביסל קען מען שוין דידאָקטען אויפן 1099 לויט דיינע חשבונות, וואָר? ס'ארא איידיע.
ביי די וועי יענטאאאש, זע-זוכן זאַלצערס? וויפיל זאלציגע אינגען דרייען זיך ליידער אין די גאסן אן ארבעט, שלעפ זיי אריין אהין, גיסן זעע שוין יא זאלץ - זאל עס כאטש עפעס אויפטאן, הא?
מאנטאג אפריל 27, 2009 10:09 am
מאשקע, איך גוט געלאכט, א זיסע איידיע, שכוח.
מאנטאג אפריל 27, 2009 10:14 am
א צייטליכע שטיקל.. A1
מאנטאג אפריל 27, 2009 10:19 am
ייש"כ
מאנטאג אפריל 27, 2009 1:38 pm
מאשקע, ביסט פריש ווי קיינמאל בעפאר
נו בוי דיין סטעמפל שירה......
.
מאנטאג אפריל 27, 2009 2:55 pm
מאשקע,
איך האב געוואוסט אז דו האסט דערווישט דעם שטיקל, איך האב זיך אבער נישט געראכטן אויף אזוי גוט אראפלייגען (ווייל איך ווייס אז דו ברויכסט זיין אין די גיסטע).