געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מאנטאג אפריל 20, 2009 11:23 am
הניצנים נראו בארץ עת הזמיר הגיע
אוועקגעפאקט דעם פסח, און די זומער איז אט אט דא, די פרילינג אטמעספערע איז בלי ספק מעורר ביי יעדן, די גרויסן טאג וואס איז ממשמש ובא "ל"ג בעומר", צי ביים ספירה ציילן די שבע שבתות סוד חמישים, צי בכלל ביים אריינגיין אינעם חודש אייר, וואס מ'זעהט קלאר, אז ביי יעדן איד וועקט זיך אויף עפעס א מין דערהויבענעם געפיל, אפגערעדט ווער עס איז שוין געוועהן אין מירון ל"ג בעומר, איז זיכער אז דאס הארץ באשעוועט שוין, אפילו ווער נישט, מיין דעם ל"ג בעומר נישט סתם א טאג
כידוע איז די הייליגע ר' שלמה'קע זוועהילער זצ"ל געוועהן דבוק ומקושר צוןם הייליגען רבי שמעון במלוא נימי נפשו, און צווישען זיינע מימרות וואס ער האט געזאגט, איז אויך די באוויסט ווארט אז 'הילולא דרבי שמעון' מיינט א חתונה, מלשון אגרי דבי הילול"א, אז רבי שמעון מאכט חתונה יעדע יאר ל"ג בעומר, ווי ער האט קלאר געאגט און געשריבען אין זוהר הקדוש אז דער טאג ל"ג בעומר איז זיינער, נו צי די חתונה שיקט רבי שמעון הזמנות (אינוויטעישענס בלע"ז) און פאר וועם שיקט ער? פאר ווער עס איז אנגעקומען אהין, איז א סימן אז אים האט ער געלאדענט, האט רבי שלמה'קע אויסגעפירט, אז איינער מאכט חתונה און ער לאדענט איינעם אנטייל צינעמען און זיין שמחה, איז דאך קלאר אז ער גרייט אים אן א פארציע, א גאסט וואס קימט צי פארען פין דערווייט ספעציעל אויף דעם שמחה איז דאך מענטשליך אז די פארציע זאל זיין נישט-סתם, און אלע באטייליגטע פארן אהיים פון דארט א פילער 'בלי ספוק'.
אויב האט מען געזעהן ישועות שלא כדרך הטבע אין מירון פאר טויזענט יאר צירוק, און פאר 500 הינדרעט יאר צירוק, און פאר צען יאר צירוק, און פאריאר, וועט מען אוודאי זעהן היי יאר אויך, רבי שמעון האט נישט באנקראטירט, און אויכנישט אויסגעוועפט, ווי אויך האט ער בכלל נישט קיין ריסעשען, אדער דיפרעשן, טשעינדזשעס קען אבאבא מאכען (אויב ער קען) אבער די הייליגע רבי שמעון האט זיך גארנישט געטוישט, און אויב די פריערדיגע האבען געשריבען "כשם שהקב"ה לכל, כך רבי שמעון לכל" אזעלכע שרעקליכע ווערטער וואס אלמלא כתבם לא היה יכול לאומרם, איז דאך עס אזוי, און אויב ווען דער בוש"ע האט געזאגט "נעשה אדם" האט ער געמיינט רבי שמעון, איז אוודאי אני השם לא שניתי, וועט היי יאר זיין פונק ווי אין די געוועזענהייט, בעזרת השי"ת.
פסח ביינאכט האמיר געזאגט אין 'פיקודא בתר דא', אז עס איז א חיוב אויפן מענטש צי פארציילן און מפרסם זיין די נסים וואס השי"ת האט געטוהן מיט אים, איז דאך נישט מער ווי רעכט אז דא אין קרעטשמע זאל זיך געפומען א אשכול מיט די ישועות פון מירון, אייגענע ווי אויך יענעמס (אויב האט מען מורא פאר א גילוי אטאק קען עס פארציילן אויף א צווייטן כנהוג), און דאס וועט אוודאי מעורר זיין א זכות פאר זיך, און פאר כלל ישראל וואס נויטיגט זיך אין גרויסע ישועות, אין בעטן רבי שמעון זאל אנגרייטן א גרויסע חתונה סעודה, מיטן גאנצן פעקעדש דיעל, און 'כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק' ווי צדיקים האבן געטייטשט אז בשעת א מענט איז און קלעם און עפעס קוועטש אים איז רבי שמעון די ריכטיגע אדרעס אויף וועם זיך סומך צי זיין, בסייתא דשמיא.
עולו ואתו ואתכנשו להילולא דרבי שמעון בר יוחאי
Advertisement
מאנטאג אפריל 20, 2009 11:30 am
איז עס דען אזוי גלייך אז אזא גרויסע גרופע מענטשן פון חו"ל הייבן זיך אויף אין פארן אויף א"י?
מאנטאג אפריל 20, 2009 11:52 am
וואס איז דער פראבלעם?
מאנטאג אפריל 20, 2009 12:03 pm
מיר האבן א קאזן וואס פאר 7 יאר צירוק נאכן האבן דעם דריטן קינד, האט זיך געמאכט קאמפליקאציעס אז כדאי צי ראטעווען די מאמע האט מען געמיזט ארויסנעמען די גאנצע געשעפט אדער א גרויס חלק
אין די משפחה האט מען געוויסט אס די משפחה וועט שוין בלייבן א קליינע, אבער מ'האט זיך מחזק געוועהן אז גארנישט איז נאך ערגער,
פאריאר ווען א חלק פון די משפחה איז געפארן אויף מירון איז ער אויך מיטגעקומען, אבער מ'האט געזעהן אויף אים אז ער רייסט איין, אבער מיר האבען געקלערט אז אפילו עס איז נישט דא וואס צי מאכן אבער זיך גיט אויסוויינען איז אויך א פארלייכטערונג.
למעשה שפעטער און זומער האט זי זיך נישט גיט געשפירט און מ'איז געגאנגען פון איין דאקטאר צים צווייטן צי דערגיין וואס עס גייט פאר אבער ווי ערשטוינט איז מען געווארען ווען איר דאקטאר האט געזאגט, אז דאס איז א מיריקעל וואס ער האט נאך נישט געזעהן אין זיין קאריערע, אז ס'זאל צירוקוואקסען פריש
די געוועזענע אדר זענען מיר געזעצן ביי די סעודת ברית פון זיין שמעון!!!
מאנטאג אפריל 20, 2009 12:07 pm
תורתו מגן לנו ....
מאנטאג אפריל 20, 2009 12:09 pm
והציל הלחוצים...
מאנטאג אפריל 20, 2009 12:19 pm
ר' יעקל כ'האב הנאה געהאט פון דיין הקדמה, דערווייל איז זי נאכנישט מסכים, מיין יונגעלע גיי איך אי''ה אפשערן ל''ג בעומר, אבער זי וויל נישט פארן אויף מירון. ס'איז צו א גרויסע טומל פאר איר פריוואטע שמחה, גראדע האבעך אביסל געקוקט די מקורות אויף דעם, די אר''י הק' האט אפגעשוירן דארט אבער נישט דוקא אין ל''ג בעומר, אין ס'ווערט געברענגט אז פון ארץ ישראל האט מען אהינגעטראגן אפשערן, אבער דאס קען זיין איז וויבאלד אמאל איז נישט געווען במציאות צו קומען פון אנדערע לענדער.
מאנטאג אפריל 20, 2009 12:50 pm
כבוד ר' בעיל אויט הי"ו
מיר האבען שוין אפגעשוירן אין מירון ב"ה סיי ל"ג בעומר, און אן אנדער קונד אינמיטן יאר, און אזוי די זאגסט אז ביידע איז א ענין,
און מיט די חילוק אמאל אין און היינט איז דיין סברה לכאורה ריכטיג
מאנטאג אפריל 20, 2009 2:09 pm
א יישר כח ר' יעקעלע פארן גיין פתיחה, און פאר די סיפור נורא וואס האט נאכגעפאלגט.
מאנטאג אפריל 20, 2009 6:54 pm
סתם_אזוי האט געשריבן:איז עס דען אזוי גלייך אז אזא גרויסע גרופע מענטשן פון חו"ל הייבן זיך אויף אין פארן אויף א"י?
אויב איז דיין שאלה א געלט אישו, איז כדאי ציוויסען וואס ר' שלמה'קע זוועהילער זצוק"ל האט ציגעשריבען אין זיין גמרא, ביי די מאמר "מזונותיו של אדם קצובין לו מר"ה לר"ה, חוץ מהוצאות בניו לת"ת והוצאות שבת ויו"ט" האט ער ציגעשריבען "וחוץ מהוצאות הנסיעה למירון" און קיין לץ איז ר' שלמקה'קע נישט געוועהן סתם אנפירקלען די גמרא מיט גזמאות,
און אויב איז דיין פראבלעם ווי אונזער ידיד ר' בעילאויט מיטן רביצין וכדומה, קענסטי רופען ר' שמעון טעלעפויניש,אינעם בעטן אז די וואלסטיך באמת געפרייט פון די נאנט, אבער היצט איז שייך זיך ציפרייען נאר פונדערווייט, און בעטן ער זאל דיר שיקען דיין פעקל אויף פאסט (ער קאן דאס אויך)
מאנטאג אפריל 20, 2009 7:13 pm
קען זיין אז סתם אזוי האט געמיינט די שבועה פון עליה בחומה
דינסטאג אפריל 21, 2009 8:06 am
יעקעלע פוקס האט געשריבן: ר' שלמה'קע זוועהילער זצוק"ל האט ציגעשריבען אין זיין גמרא, ביי די מאמר "מזונותיו של אדם קצובין לו מר"ה לר"ה, חוץ מהוצאות בניו לת"ת והוצאות שבת ויו"ט" האט ער ציגעשריבען "וחוץ מהוצאות הנסיעה למירון"
דאס איז בפשטות אויף ל''ג בעומר?
דינסטאג אפריל 21, 2009 8:35 am
מלך איז גערעכט.
דינסטאג אפריל 21, 2009 10:38 am
געזהן היינט פון ר' יהושע'לע דזיקובער זצ"ל אז ל"ג בעומר איז מסוגל אויף פרנסה, און מ'קען פועלן ל"ג בעומר פונקט ווי שביעי של פסח שעת קריאת ים סוף
ממילא האבמער שוין אלע דריי, געזינט, פרנסה, נחת,
געזינט:
איז דאך די גאנצע חודש אייר מסוגל ווי צדיקים האבען געזאגט אז אי"ר איז די ר"ת אני השם רופאיך, כש"כ ח"י בו
פרנסה:
האמער דאך יעצט נאכגעזאגט פון ר' יושע'לע דזשיקובער
נחת:
איז פשוט, פוק חזי כמה שמעון קינדערליך איכא בשוקא
און אוודאי אויך כלם הנכללים בבני חי' ומזוני
דינסטאג אפריל 21, 2009 11:41 am
יענקעלע
יישר כח פאר דיין ווארימע הקדמה און די עובדא פון רבי שמעון, כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו.
סתם אזוי,
די סיבה פארוואס איך האלט מיך אפ פון פארן אויף מירון און אויף אר"י בכלל איז בזמה"ז בין איך חושש אז ווען כ'על זען די אידישע מדינה מיט איר ווערטשאפט וועט דאס צוברענגען א הרהור פון צד מינות חלילה.
דינסטאג אפריל 21, 2009 1:13 pm
שוועמל האט געשריבן:די סיבה פארוואס איך האלט מיך אפ פון פארן אויף מירון און אויף אר"י בכלל איז בזמה"ז בין איך חושש אז ווען כ'על זען די אידישע מדינה מיט איר ווערטשאפט וועט דאס צוברענגען א הרהור פון צד מינות חלילה.
דינסטאג אפריל 21, 2009 1:33 pm
קרעמער האט געשריבן:א יישר כח ר' יעקעלע פארן גיין פתיחה,
zin kozen is gagangen PASICHE no? ......
דינסטאג אפריל 21, 2009 2:14 pm
שוועמל האט געשריבן:די סיבה פארוואס איך האלט מיך אפ פון פארן אויף מירון און אויף אר"י בכלל איז בזמה"ז בין איך חושש אז ווען כ'על זען די אידישע מדינה מיט איר ווערטשאפט וועט דאס צוברענגען א הרהור פון צד מינות חלילה.
[/quote]
ביי מיר האט דאס געהאט א פארקערטע אפעקט, ווען איך בין געפארן פאר 10 יאר צוריק און געזען א יעדער צווייטער זיך דרייען מיט א רעוואלווער, האב איך געטראכט צו מיר... אויך מיר א מדינה, יעדער האט מורא פונעם אייגענעם שאטן, איך זע ניטאמאל וואס ס'איז דא נתפעל צו ווערן, איך ווער ענדערש נתפעל פון אמעריקע...
מיטוואך אפריל 22, 2009 9:01 am
היינט זיך געטראפן מיט א ידיד מיינער וואס פארט יעדעס יאר ל"ג בעומר, האב איך געכאפט מיט אים א שטיקעל שמועס דערוועגען, האט ער מיר געזאגט אז ער פארט שוין יעצט די 13 מאל ברצופות אויף ל"ג בעומר און דערביי דערציילט זיינע איינצעלהייטן וואס א חלק דערפון האבען שוין געוויסט בעפאר.
האלטענדעג עטליכע יאר נאך די חתונה, זעענדיג ווי זיינע חברים שערן שוין אפ די קונדער וכו' און ער ווארט נאך אויף א ישועה, האט ער געטוהן פארשידענע סגולות געהאלפן ציווערן, ובתוכם איז ער געפארען אויף ל"ג בעומר קיין מירון, אבער א יאר איז דורך געלאפען און ער האט נאך אלץ געווארט אויך א ישועה, איז ער געפארען נאכאמאל, צים דריטן יאר האט ער מחליט געוועהן אז די סגולה האט ער שוין, און ער וועט פרובירן אנדערע סגולות מיט ענינים, האבען אים אפאר חבירים געזאגט אז אפילו ווער עס וועט נישט געהאלפען גלייך (ליין: מ'זעהט נישט גלייך) אבער דאס איז קלאר, נאך דריי יאר זיין ביי רבי שמעון איז נישט קיין מציאות נישט געהאלפען צי ווערן, צילייגענדיג נעמען פון מענטשען וואס נאך דריי האבען זיי געהאט גאר גרויסע ישועות, נא וואס טיט נישט א יונגערמאן וואס די הארץ איז אים צירוסען אויף שטיקער, צילוב זיין גורל, איז ער געפארען א דריטע יאר,
למעשה עס איז געקומען צי פערדן ל"ג בעומר פארשטייט זיך האט ער בכלל שוין נישט גערעדט פון דעם אנגעווייטאגטן פרשה, אבער א חבר זיינער האט אים גערופען בערך צוויי וואכן פאר ל"ג בעומר און געמאכט א גיטע 'דזשויק' און געזאגט אז מיט די געלט וואס ער וואלט ווען יעצט געפארען צי ר' שמעון, זאל ער גיין צי א גיטע דאקטאר וואס וועט אים העלפן,
זאגט מיר דער יונגערמאן אז מיין חבר ווייסט ניטאמאל אז ער האט געמאכט די דזשאב, ער איז געווארען אזוי צישרויפט, איז פשט אז די אלע תפילות און בקשות סגולות וכד' איז גארנישט, נאר א גיטע דאקטאר קען עס מאכן, און די אלעס וואס מ'פארציילט ביי רבי שמעון איז נישט ריכטיג, נאר גזמאות?!?! האט ער גלייך אויפן פלאץ געקאלט א טרעוועל אגענט אין געמאכט א טיקעט פאר זיך מיט די ב"ב און אהיים געקומנען און געזאגט אז יעבור עלינו מה, מ'פארט אי"ה נעקסטע וואףך אויף א"י, ל"ג בעומר זעמיר אין מירון!!
עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען פארשידענע שטערונגען פארוואס מ'קען נישט פארען, אבער דער יונגערמאן האט אפגעמאכט אז רבי שמעון וועט זיך פון אים פאר קיין געלט נישט ארויסדרייען בשום אופן נישט, ויסעו
וויזוי די תהילים אין די מערה האט אויסגעזעהן דארף ער מיר נישט דערציילן זאגט ער מיר, אבער ניין חדשים דערויף האט ער געהאט זיין ערשטע קינד ב"ה און פון דעמאלץ (נאך אין אר"י) ביז היינט (בערך א 10 יאר שפעטער), איז ב"ה מיין רביצין אדער א מעוברת אדער א מינקת, כן יעזור השם להלאה אמן
אשרינו מה טוב חלקינו בזכות אדונינו בר יוחאי
מיטוואך אפריל 22, 2009 9:07 am
יש''כ ר' יעקל מיר האבן געלעזט און הנאה געהאט.
מיטוואך אפריל 22, 2009 10:23 am
יעקעלע פוקס האט געשריבן: און אויב די פריערדיגע האבען געשריבען "כשם שהקב"ה לכל, כך רבי שמעון לכל" אזעלכע שרעקליכע ווערטער וואס אלמלא כתבם לא היה יכול לאומרם, איז דאך עס אזוי, עולו ואתו ואתכנשו להילולא דרבי שמעון בר יוחאי
וואו איז דער מקור פון די אנגעצייכנטע מימרא?
וועלכע/ר צדיק/ים האט/בן דאס געזאגט?
מיטוואך אפריל 22, 2009 10:35 am
דער הייליגער "בית אהרן" פון קארלין
מיטוואך אפריל 22, 2009 12:37 pm
יענקעלע האסט מיר געמאכט א חשק צו פארן.
מיטוואך אפריל 22, 2009 1:32 pm
פון עקספיריענס ווייס איך אז צו האבן א ישועה אין זכות פונעם צדיק ר' שמעון דארף מען "נישט" זיין אין מירון.
מיטוואך אפריל 22, 2009 1:33 pm
זעליג האט געשריבן:דער הייליגער "בית אהרן" פון קארלין
ייש"כ זעליג. איז דאס א מימרא בעל פה, אדער איז דאס געדרוקט ערגעץ?