אין א גענצליך אומערווארטעטע שריט האט א העכערע געריכט'ס ריכטער באשלאסן אנידערצושלאגן מעיאר בלומבערג'ס פרישן געז געזעץ, געציילטע טעג בעפאר עס האט געדארפט אריינגיין אין קראפט.
ווי באריכטעט מערערע מאל. האט מעיאר בלומבערג פארגעשלאגען א געזעץ וואס לויטעט אז, מען טאר נישט אנפולען די טאנק פון די קאר מער ווי איינמאל א וואך. בלומבערג'ס שריט איז געקומען נאך גרויס דרוק פון די אינווייראמענטל גרופעס וואס טענה'ן שוין א לענגערע צייט אז די ניו יארקע לופט איז פארפעסטעט מיט שעדליכע פעלאשען א דאנק די גרויסע מאס געז וואס ווערט פאברענט.
אלטס אן ענטפער צו זייער וויי געשריי האט בלומבערג דורכגעפירט א געזעץ אז מען טאר נישט אנפילען די טאנק מער פון איינמאל א וואך, און דער איינמאל איז אויך באגרעניצט צו זעכצן גאלאן. די געזעץ איז שטארק באגריסט געווארן דורך די העלט דעפארטמענט ווי א ווארטזאגער פארן קאמישענער האט איבערגעגעבן; "מיר טוהן שטארק באגריסן בלומבערג'ס דרייסטע שריט, וואס וועט ווארשיינדליך אויך ברענגען א ענדע צו די איבערוואג פראבלעם וואס מוטשעט די ניו יארקע באפעלקערונג. אז מען קען נישט אנפולען מער ווי זעכצען גאלאן געז א וואך גייט מען נישט צו רעסטאראנטען טרינקען איבריגע סאדע".
טראץ די ווילדע פראטעסטאן וואס האט אונטערגעצינדען גאנץ ניו יארק בעיקר געטריבען דורך די געז סטאנציאס אייגענטומער. האט בלומבערג זיך געהאלטן פעלזן פעסט און האט באוויזן דורכצושטיפן דעם געזעץ אין סיטי קאנסול, און עס וואלט ווען געדארפט אריינגיין אין אפעקט דעם קומענדיגען מאנטאג.
למעשה האט ריכטער כוסעין דזשאליבאל היינט נאכמיטאג אפגעווארפן דאס געזעץ מיטן טענה; "דער געזעץ באגרעניצט די קאנסטעטאציאלע רעכטן פון די אפע"ק לענדער וואס האבן א רעכט צו פארקויפן וויפיל גאזאלין זיי ווילן אומגעשטערט!"
א ווארט זאגער פאר בלומבערג גיבט איבער; "דער מעיאר גרייט זיך צו גיין צום אפאלעט געריכט און וועט טוהן וואס עס איז מעגליך צו פארזיכערן אז דאס געזעץ גייט אריין אין אפעקט, דאס איז א סימבאל פון א געזעץ וואס אלע אנדערע שטאטען וועלן גאר אין דער נאנט נאכטוהן!"