די אידישע צוויבל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נר מצוה ווארנט אז פאלשע "צען ברעקלעך" דראעט אונטערצוברענגען מארקעט


מצוה-טאון. - אין די פארגאנגענע ערב פסח טעג, האט זיך אנגעזען אין די געשעפטן א שטארקע פארפלייצונג פון "צען ברעקלעך" פעקלעך, וואס ווי עס ווערט אצינד באקאנט זענען דאס געווען פאלשע נאכגעמאכטע ברעקלעך, און נישט די ארגינעלע "נר מצוה" ברעקלעך.

ר' נח נערמיטסוואקי, א ווארטזאגער פון די פירמע, האט געזאגט, אז די צען ברעקלעך, טראצדעם וואס זיי זענען טאקע געווען פון ריכטיגע ברויט, און לויט אלע סימנים זענען זיי געווען עכט חמץ, דאך דארפן די קאנסומערס זייער געווארנט זיין און וויסן וואס זיי קויפן, ווייל מיט אביסל אומפארזיכטיגקייט קען מען ח"ו קויפן די פאלשע נאכגעמאכטע "צען ברעקלעך", וואס איז נישט אזוי אפעקטיוו ווי די ארגינעלע.

איין אנטוישטער קונה האט געזאגט פאר'ן "צוויבל" מיט אויפברויז: "וויאזוי קען איך זיין זיכער קומענדיגן יאר אז איך האב געקויפט די ריכטיגע ברעקלעך, און נישט די נאכגעמאכטע ברעקלעך וואס זענען פון א ביליגערן קוואליטעט? פארוואס קען אזא גרויסע קאמפאני נישט מאכן א שטיקל סימן אויף זייער ברויט?"

דער דערמאנטער ווארטזאגער האט זיך פארענטפערט, זאגנדיג אז זיין פירמע האט נישט גע'חלומ'ט אז עמיצער וועט פרובירן נאכצומאכן זייער ארגינעלע בייפאל, און נאכדערצו מיט ברויט, און טאקע מיט צען שטיקלעך גענוי אזוי ווי די פעקלעך פון "נר מצוה".

"דאס קומענדיגע יאר וועלן מיר מאכן אז די ברעקלעך זאלן זיין רינדעכיג, וואס דאס וועט זיין א ספעציעלער סימן פאר אונזערע געטרייע שטיצער, צו זיין זיכער אז מ'פאלט נישט אריין מיט געפעלשטע ברעקלעך ברויט, נאר מ'האט טאקע פון דאס בעסטע און דאס שענסטע", האט דער אות-זאגער אויסגעפירט.

די "וועד השכרות" האט פארשפראכן אויסצופארשן דעם אינצידענט און דערגיין ווער עס שטייט אונטער דעם שוידערליכן פעלשונג.

וישרפו ענוים וישבעו.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

סוקסעספולע "הארץ טרענספלענט" דורכגעפירט אויף וויליאמסבורג


לבוב, ברוקלין. - אין א זעלטענע אפעראציע, האבן דאקטוירים באוויזן איבערצופלאנצן דאס הארץ פון וויליאמסבורג, טראץ די ווארענונגען פון פילע עקספערטן אז דאס וועט ח"ו נישט געלונגען און וועט איבערלאזן א שווערן רושם אויף וויליאמסבורג.

ווי באקאנט האט וויליאמסבורג א הארץ, וואס געפינט זיך שוין יארן אין הארץ פון וויליאמסבורג, ביי די געגנט פון ליע עוועניו און ראטלידזש סטריט. דארט אויף יענעם פלאץ איז שטענדיג געווען דער "הארץ פון וויליאמסבורג", ווואס קיינער האט זיך נישט געוואגט צו רירן פון ארט.

אבער מיט די יארן האט זיך וויליאמסבורג שטארק פארברייטערט, אזוי אז ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער זעלבער פלאץ איז פארוואנדלט געווארן אינעם "גענאק" פון וויליאמסבורג, און עס איז געווארן "אויס הארץ".

שוין עטליכע יאר וואס די עסקנים האבן באמערקט דעם בראך, אבער האבן נישט געוואוסט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן דערמיט. נאך אלעמען איז דאך דאס הארץ זייער א האקעלע זאך, און מ'קען זיך נישט ערלויבן ארומצושפילן דערמיט.

אבער אין די לעצטע חדשים איז דער מצב געווארן ממש קאטאסטראפאל, ווען געשעפטן האבן אנאנסירט אז זיי האבן געעפנט א לאקאל "אין הארץ פון וויליאמסבורג", און ווען מענטשן זענען אנגעקומען צום אויבנדערמאנטן קארנער האבן זיי דארט גארנישט געזען, אויסער א האנדא אדעסי און א טונקעלער פאליציי אפיציר.

דערפאר זענען די שעפערישע עסקנים אויפגעקומען מיט'ן געדאנק, אז מ'קען דאך פשוט גיין און מפנה זיין דאס הארץ פון וויליאמסבורג, און עס אריבעררוקן צו א צווייטן פלאץ וואו ס'איז טאקע דער צענטער פון וויליאמסבורג, כדי צו פארמיידן צעמישעניש ביים עולם.

עס זענען איינגעשפאנט געווארן די גרעסטע הארץ דאקטוירים פון ברוקלין והגלילות, ווי אויך גרויסע פראפעסארן פון אנדערע געגנטער זענען געקומען מיטהאלטן דעם אפעראציע און געבן זייערע אנווייזונגען און ראט.

צום באשטימטן טאג, א שבת ווען רוב חלק פון די שטאט רוהט, האבן זיך צוזאמגענומען די דאקטוירים און זיך גענומען צו די מלאכה. דר. סיידוואק איז געשטאנען אין שפיץ פון די ארבעט, מיט'ן הילף פון זיינע מיטארבייטער, דר. גאדער, דר. עוועניו און דר. סטריט.

נאך 7 שעה ארבעטן און שוויצן, איז ענדליך געלונגען ארויסצוענעמען דאס הארץ פון וויליאמסבורג פונעם הארץ פון וויליאמסבורג, און איז אונטער גרויס וואך און שוץ אריבערגעפירט געווארן צום נייעם פלאץ.

פאר בערך 45 מינוט איז וויליאמסבורג געווען אן א הארץ... דאס הארץ האט פארפעלט א קלאפ... כ'מיין דאס קלאפ האט פארפעלט א הארץ... ביז דאס הארץ איז פריש אריבערגעשטעלט געווארן צו איר נייעם ארט, אין הארץ פון וויליאמסבורג, ערגעץ אויף דריגס עוועניו.

דער פונקטליכער פלאץ פונעם הארץ איז נישט געמאלדן געווארן, צוליב פארשטענדליכע זיכערהייט אורזאכן, נאכדעם וואס געוויסע עלעמענטן האבן אינעם פארגאנגענהייט פרובירט אנצופירקלען דעם הארץ מיט פיאות און א בארד...

אן ענליכע אפעראציע ווערט געפלאנט אין קרית יואל, וואו דאס הארץ וועט אריבערגעפירט ווערן פון "סאטמאר קארנער העיס" צו א צווייטן - דערווייל אומבאשטימטן - ארט.

פאלגט נאך וויינענדיגע מעלדונגען.
An article a day keeps the babies away
פארשטענדליך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:12 pm

אידישע טעקסט מעסעדשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטענדליך »

וומ"ס - א גרויס גערידער הערשט אין די חרד'ישע מוקוואות זינט עס איז ארויס געקומען א פרעסע ריליעס פון אידיש טעק, אז זיי גרייטן זיך ארויס צו געבן א נייע פראגראם ( וואס וועט אין אנפאנג נאר זיין צו באקומען פאר ווינדאוס פאון'ס ) צו קענען טעקסטן אויף אידיש.

די נייעס האט זיך צושפרייט ווי די חדר באסעס אין די חרד'ישע געגנטער יעדן ערב ובוקר וצהרים, נאכדעם וואס איינע פון די הויפט מענעדזשערס פון אידיש טעק. האט געגעבן א אינטערוויא פאר א "צוויבל" קארעספאדענט אין וומ"ס וואס האט גלייך געפאסטעד די פרישע נייעס אויף דעם "צוויבל" וועב זייטל, ווי פון דארט האט זיך עס צושפרייט איבער אלע אידישע געגנטער און פאבליק פלעצער.

ווי עס גיט אונז איבער דער אינטערוויאירטער מענעדזשער פון אידיש טעק. איז דער פלאן האפנטליך ארויס צו קומען מיט דעם נייעם פראגראם אויף טו' באב, אבער זיי זענען געראכטן אויף 'אום פאראויס געזע'ענע סיבות' וואס וועלן מעגליך פארשפעטיגן דעם ריליעס פונעם פראגראם.

אטאריזירטע אפיציעלן פון די ארויסגעבער פונעם פראגראם געבן איבער אז די פרייזן וועלן זיך אנהויבן ביי בלויז $100 פאר די ביליגסטע ווערזשאן פונעם פראגראם. ווי אויך וועט זיין צו באקומען א לימיטעד "פריי פון אפצאהל דעמאו" וואס יעדער אינדעווידזשעוויל וועט קענען דאון לאועדן בחינם פאר $3.

די "פריי פון אפצאהל דעמאו" וועט זיין לימיטעד אויף די צייט און אויף די פונקציעס פונעם פראגראם. - לויט ווי עס גיבט איבער זייער הויפט ווארט זאגער דער מענעדזשער וואס מיר האבן אינטערוויאירט.

די צייט פונעם "פרי דעמאו" וועט זיין לימיטעד צו 7 טאג ( ז' שלימים דייקא ?... ), און די פונקציעס וועלן זיין אויך זיין אינטער א טיילווייזע לימיטעציע ( ווי למשל, די אותיות א' ו' י' ע', ווי אויך א חלק פון די קאנטראולס פונעם פראגראם וועלן נישט ארבעטן נאר אויף די באצאלטע דאונלאועדס! - ווי דער אנגענומענער מנהג ביי אלע "פרי טרייעלס/דעמאו'ס" ).

ראשי הכוללים געבן איבער זייער זארג אז עס וועט מער נישט זיין צו וועם צו רעדן אין כולל ווייל מה-דאך ביז יעצט ווען טעקסט מעסעדזשעס איז געווען אן אפקומעניש פאר ( כמעט ) יעדן חרד'ישן כולל אינגערמאן, - פלאגנ'דיג זיך אויסצוליינען יעדן ( צופעליג ) גוט געספעלטן ווארט - איז מען געזיצן און גע'טעקסט א גאנצן טאג, איז דאך זיכער אז יעצט ווען עס וועט זיין ממש א גן-עדן ( ווי פארשפראכן דורך אידיש טעק. ) אז מען וועט נישט אראפ לייגן דעם טעלעפאון פון דער האנט.

פון די אנדערע זייט געבן איבער די ווארט זאגער'ס פון די וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס ( ווי היכל הקודש-ברסלב, אום אני חומה, און דרך ארץ. ) אז זיי ארבעטן האנט ביי האנט מיט אידיש טעק. אויף א פריי פון אפצאל פראגראם וואס וועט ערמעגליכן צו עפענען גרופעס וואס וועלן ארום שיקן וויכטיגע חיזוק און מוסר שיעורים ווי אויך אויסצוגן פון ספרים פאר ווער עס וועט זיך נאר אויפסיינען.

דרך ארץ פארשפרעכט צו עפענען א טעקסט מסדז"ש גרופע וואס וועט ארום שיקן פאר יעדן וואס וועט זיך אויף סיינען ( בחינם ) די חשבון פון יענעם טאג ( חובת הלבבות ).

ווי אויך האט זיך די אום אני חומה רעדאקציע פון ק"י שיין צוגעשטעלט צו די לעצטיגע אנטוויקלונגען מיטן פארשלאגן ארום צו שיקן פארן עולם די "היי-לייטס" פון זייער הערליכע פלייער וואס ערשיינט כמעט יעדן חודש.

אזוי ווי דער מגי' אין היכל הקודש איז יעצט אין אומן וועט מען מוזן ווארטן אביסל ביז מען וועט וויסן קלאר ווען מען וועט זיך קענען אויפסיינען אויף די ברסלב'ע גרופע, אבער ווי די געטרייע מפיצים געבן איבער, האפן זיי אויף נישט שפעטער ווי א וואך נאך דעם ריליעס פון היי טעק שוין צו אנהויבן דעם אידיש טעקסט מעסעדזש גרופ וואס וועט טעגליך ארויס שיקן ליקוטי מאמרי מהר"ן מסודר אויפן לוח 20 מאמרים א טאג ( צוטיילט אין עטליכע טעקסט מעסעדזשעס ).

דער פראגראם איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד הרוצה בעילום שמו ני"ו לע"נ זיין אום פארגעסליכן פאטער מו"ה ר' שלום בן ישרא' ע"ה וואס איז געווען איינע פון די גרעסטע שטיצער פון אידיש טעק. פון וועם דער נדבן ני"ו איז א בן יחיד.

בעת'ן גיין צוגרינד ( אנטשולדיגט מיר, אבער נאר לכבוד דעם שרייב איך דא!... ) איז אריין געקומען א לעצט מינוטיגע מעלדונג, אז פונקט ווי אלע אנדערע ארגענעזאציעס וואס גרייטן זיך צו עפענען טעקסט מסדז"ש גרופעס רישט זיך "נר מצוה" אויך צו עפענען א גרופע וואס וועט - פאר א מינימאלע פרייז - ארום שיקן מסדזש"ס מעינינה דיומא. ווי אויך נעמען זיי אין באטראכט צו עפענען א באזונדערע גרופע וואס וועט - שוין פאר אביסל א העכערע פרייז - ארויס שיקן קליינע תורה'לעך און ווערטליך אויף די פרשה פאר די חתנים וואס פירן זיך צו קאלן זייערע מחותנים פאר שבת.

פארשטענדליך, פה קרעטשמע, ניו יארק
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

רעוואלוציע!!!אמעריקע דערקלערט זיך זעלבסשטענדיג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

טעהעראן,איראן-מיט גרויס שאק איז אויפגענומען געווארן די נייעס אז געוויסע איינוואוינער פון די פאראייניגטע שטאטן האבן דערקלערט זעלבסשטענדיגקייט פון איראן,דער פרעזידענט פון איראן האט פארשפראכן אריינצושיקן זיינע טרופן (רעוואלוציאנערע גארדס) צו מאכן סדר. וואו עס קוקט אויס איז א פערדע וועלט מלחמה אויפן וועג(ה"י). ווייל די יו ען האט געמאלדן אז זיי שטעלן זיך אויף איין זייט מיט איראן און ענגלאנד האט זיך געמאלדן צו די זייט פון די רעוואלטירער, מען ערווארט נאך פילע לענדער זיך אריינצומישן אינעם געפעכט (צוליב זייער אלטע שנאה צו איין זייט). פאר די וואס קענען נישט די היסטאריע: אמעריקע איז פאר די דריטע וועלט קריג געווען "די" רייכסטע און שטערקסטע לאנד. ביז זיי האבן ערוועלט (עס קומט זיך זיי! ווער האט זיי געבעטן צו ווערן פארקויפט פאר אפאר ווערטער?...) איראן'ס שפיאן "באראק כוסעין אבאמא" (דער היינטיגער ווייס פרעזידענט אין איראן) וואס האט מיט גרויס קלוגשאפט 1 חרוב געמאכט די עקאנאמיע (און פארשטייט זיך געלייגט די שולד אויף בוש). 2 געמאכט דעם א.ג."נוקלעארע קאנפערענץ" און פארלאנגט פון אלע לענדער(פארשטייט זיך נישט פון איראן ווייל איראן האט דאך "נישט" קיין נוקלעארע וואפן...) צו רעדוצירן זייערע נוקלעארע כוחות. און די רעשט איז היסטאריע, איראן איז ארויס אין מלחמה קעגן אמעריקע און די ארימע און שוואכע אמעריקע האט נישט געהאט די פינאנציעלע און/אדער מיליטערישע כוחות. און די איבריגע וועלט האט דאך אויך נישט געהאט די מיליטערישע כוח דעריבער האבן זיי נישט געקענט באזיגן איראן. בלייבט נאר איבער צו זעהן ווער עס וועט זיגן. ווייל עס גייען ארום קלאנגען אז דער הויפט גענעראל פון די רעוואלוציע "ראש לימבאו" האט, וואוסענדיג פון פאראויס וואס דא גייט פאסירן און זעענדיג וואו דער עולם גולם פארשטייט נישט די סכנה האט ער באפוילן זיינע אגענטן אינערהאלב די מיליטער צו באהאלטן די וואפן אויף א געהיימען ארט און פראדוצירן פאלטשע "ווידיאוס" ווי כאילו מען פארניכטעט די נוקלעארע וואפן. ימים ידברו!!!


נ.ב. איך שרייב דאס "נישט" אלס רעפובליקאנער און "נישט" אלס דעמאקראט עס איז פשוט א צוויבליש ארטיקל
לעצט פארראכטן דורך tell.me.something אום דינסטאג אפריל 27, 2010 3:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

אבאמא אנאסירט "עקאנאמישע אויפוואכונג פלאן"; ציווילע רעכטן גרופעס באצייכענען רעפובליקאנער קעגנערשאפט אלס ראסיזם


גראכנלאנד, צוויבלסוויהל. - אין וואשינגטאן שפילט זיך ווידער אפ א פאליטישע דראמא, נאכדעם וואס פרעזידענט אבאמא האט אנאסירט פרישע פלענער אויפצואוואכן די עקאנאמיע און די רעפובליקאנער האבן זיך קאטעגאריש קעגנגעשטעלט, זאגנדיג אז דאס איז קעגן די אינטערעסן פון רוב פאלק און וועט נאר אראפברענגען די אמעריקאנער ווערדן צו נידריגע שטאפלען ווי קיינמאל בעפאר.

ליבעראלע מענטשן רעכטן גרופעס האבן זיך געאיילט ארויסצוקומען און פארדאמען די רעפובליקאנער פארן קריטיקירן אבאמא'ס פלענער, זאגנדיג אז דאס איז אפענע ראסיזם און די רעפובליקאנער דארפן זיך עפנטליך אנטשולדיגן פאר די שווארצע באפעלקערונג.

פרעזידענט אבאמא האט געזאגט אז זיין פלאן וועט צוברענגען הונדערטער דזשאבס צו די עקאנאמיע און אין די זעלבע צייט וועט עס אויך שענער מאכן די אינפראסטרוקטור און די גאסן איבער גאנץ אמעריקע, ווען די רעגירונג וועט דורך א ספעציעלע פראגראם רעקרוטירן די גאר-טאלאנטפולע "גראפיטי-עקספערטן" צו ארבעטן פאר די פעדעראלע רעגירונג.

די רעגירונג וועט פארארדענען אז די ארבעטער אינערהאלב די "עף דזשי עי" -פעדעראלע גראפיטי אגענטור- וועלן באקומען א געשאצטע 200 דאלער פאר יעדע בריק וואס זיי וועלן באצירן און פארשענערן. "זיי ארבעטן דאך סייווי, טא פארוואס זאל זיי די רעגירונג נישט באצאלן? דאס וועט דאך אראפברענגען די פראצענטן פון ארבעטסלאזע אין אמעריקע" -האט אבאמא געזאגט מיט פאטאס.

אינעם קאנגרעס האבן ליבעראלע קאנגרעסלייט אויפגעברענגט א ביל, אז די "עף דזשעי עי" אגענטן זאלן אויך ווערן באאויפטראגט מיטן באצירן די אויטאס אויף די גאסן און דאס זאל אויך ווערן געהעריג געצאלט דורך די רעגירונג, וויבאלד די רעגירונג איז דאך שוין היינט צוטאגס דער אייגענטומער פון "דזשי עם" און גאנץ בקרוב וועט זי אויך איבערנעמען אנדערע אויטא פירמעס, דעריבער קענען נישט די אויטא אייגענטומער האבן טענות.

ווי געשריבן האבן די רעפובליקאנער זיך אקעגנגעשטעלט די נייע פלענער, זאגנדיג אז דאס איז נאך א באווייז אז אבאמא איז אנטי-אמעריקע, ווייל ער וועט אונטערשטעלן די אגענטן פון די פעדעראלע גראפיטי דעפארטמענט אנצופיקלען די אויטאס און בריקן מיט אנטי-אמעריקאנער לאזונגען. די סיוויל-רייטס גרופעס האבן דאס שארף קריטיקירט זאגנדיג אז די רעפובליקאנער קריטיקירן דעם נייעם פלאן בלויז ווייל רוב פון די רעקרוטירטע זענען פון די שווארצע באפעלקערונג און דאס צייגט אז זיי האבן ראסיסטישע מיינונגען.

די טי-פארטי אקטיוויסטן האבן געזאגט אז אבאמא'ס נייע פלאן איז קלאר א באווייז אז ער וויל אוועקנעמען דזשאבס פון די עכטע אמעריקאנער, צוליב וואס די וועלכע נעמען אנטייל אין די טי-פארטי פראטעסטן צייכענען זיך אויך אויס מיט זייערע געלונגענע גראפיטי און שילדן און אבאמא קען דאס נישט צוקוקן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

נייע "שחורים" ארגאניזאציע געגרינדעט אין בעד סטיי - BS SHCHORIM

נאך יארן וואס די ווייסלאזע באפעלקערונג אין די געיגענטער ארום וויליאמסבורג האבן זיך אנגעליטן פון אומצאליגע גניבות און פארברעכערייען און בפרט מיט די לעצטיגע אויפשטייג פון איבערפאלן איבער "אומשולדיגע" ווייסלאזע יונגסטערס דורך האסידים פון די וויליאמסבורגע קאמיונעטי האט זיך געגרינדעט א נייע פאטרול ארגאניזאציע גערופן "שחורים" וועלכע וועט פאטרולירן די בעדסטיי געיגענט און ברענגן א איינמאליגע אפשטעל צו די איבערפלוס פון די הייזער און קארן איינברעכערייען וואס ווערט דורכגעפירט דורך די האסידים פון די שכינות'דיגע וויליאמסבורג.

ק.נ.א. האט זיך אריבערגעכאפט צום הויפטקוואטיר פון "חברת שחורים" צו ברענגן א ערשטהאנטיגע באריכט פון די נארוואס-געגרינדעטע ארגאניזאציע.

נאכן זוכן א וויילע זענען מיר אנגעקומען צום אדרעס אויף 750 דיקאלב עוועניא (עס איז געווען א שטיקל מיספארשטענדעניש וויבאלד דער קארדינעיטאר האט אונז אנגעגעבן אן אדרעס אויף "דיקאאה" עוועניא - וועלכע עקזיסטירט נישט) אינדרויסן קוקט עס אויס ווי א באשיידן הויז מיטן אויסנאם פון א גראפיטי אנגעפירקעלטע טיר וואס דארף צו דינען ווי א סימבאל פון די ארגאניזאציע. מיר זענען אראפגעגאנגן אינעם בעיסמענט ווי קלאנגען פון ווילדע מוזיק טענער האבן זיך ארויסגעהערט פון איר מיילן ווייט. דער קארדינעיטאר האט אונז אנגעוויזן זיך צו זעצן ביים טיש.

אין יענע מינוט איז א קאלל אריינגעקומען צו "שחורים", דער רופער שרייט היסטעריש אז א האסיד אין וויליאמסבורג האלט עם אראפ נאך וואס ער האט געוואלט בארגן א ביציקל פון זיין בעקיארד... דער דיסטפעטשער ווערט נישט פארלוירן, ער שרייט אריין אין זיין (-גאן וואס קוקט אויס ווי א-) ראדיא "עני ניגע עוועיליבל טו טשעק אוט עי האלד דאון אין וויבאא" ביז געציילטע מינוטן איז וויליאסבורג פארפלייצט געווארן מיט מחנות "שחורים" מעמבער'ס וועלכע האבן געברענגט דעם סיטואציע אונטער קאנטרול.

מיר האבן באמערקט אין א שענקל ליגן א טייערע זילבערנע לייכטער סעט. מיר האבן אנגעפרעגט דעם דיספעטשער דערויף, האט ער אונז ערקלערט אז דאס האבן זיינע געטרייע מעמבער'ס צוריקגעברענגט פון א דירה אין וויליאמסבורג ווי עס איז אפגעליגן "גאנצע 30 יאר" בגניבה מעעען!! יעצט זוכן זיי דעם ארגינעלן בעה"ב דערפון...

ביים ארויסגיין האט ער אונז אנגעוויזן זיין גרויסע פלאטע פון קארן און ביציקלעך מיט וואס די "שחורים" מעמבער'ס ריספאנדן צו קאלל'ס. "מיר שטעלן זיי נישט צו קיין קארן און נישט קיין דזשי. פי. עס. יעדער שחור וואלעטיר דארף זיך דאס אליינס פארשאפן. און זיי פארשאפן דאס גאר גיך. פארלאז דיך אויף מיינע ניגער'ס" זאגט ער מיט א שטאלץ.

אם ה' לא ישמור עיר שוא שקדו שחורים!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אנטדעקונג פון וויקיליעקס:
קינדערלעך, דעם קוואדער וואס עטס טרעפטס אונטערן קישן ווען א צאן פאלט ענק ארויס, איז נישט פון א מלאך, די טאטע אדער די מאמע לייגן עס אהין.
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

אויפריכטיג גוט.
איך בין נאר נייגעריג וואו זיי האבן דערווישט דעם קעבל?....
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מיט גרויס בשורה טובה ווערט אויפגענומען די פרייד, אז די בארימטע וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "טוויטער", וואס איז באקאנט מיט איר סלאגאן "שטופן צייט, די גאנצע צייט, צו יעדע צייט", האט געמאלדן אז זיי וועלן אראפנעמען דעם באגרעניצונג פון "140 אותיות פער קוויטל", און מ'וועט פון היינט און ווייטער שוין קענען שיקן טוויטלעך פון 143 אותיות.

די נייעס איז געמאלדן געווארן ביי א עס-און-פרעס קאנפרענץ, וואו דער פארזיצער פון טוויטער, מיסטער הענרי וואס-טוויט-זיך, וואו ער האט געמאלדן די פרייליכע נייעס.

דער טויש איז געקומען אויפ'ן פארלאנג פון פילע אידישע לצים און הומאריסטן, אריינגערעכנט פון אייוועלט.קאם, וועלכע האבן גע'טענה'ט אז נאכ'ן מאכן א ווערטל אדער א וויץ אדער א דזשאוק דארף מען אריינלייגן דריי פינטלעך, און אויב די ווערטל אדער וויץ אדער דזשאוק איז פונקט 140 אותיות וועט נישט בלייבן קיין פלאץ פאר די דריי פינטלעך.

די פירער פון טוויטער האבן דערהערט דעם וויי-געשריי, און ס'איז באשלאסן געווארן ביי א פארלאר-מיטינג פון די עקזעקיוטיוון, אז מ'וועט העכערן דעם באגרעניצונג צו 143 אותיות.

אן אנדערע ווערסיע לויטעט אז די קאמפאני איז געווען געצווינגען דאס צו טון, נאכדעם וואס מאנכע אידישע שרייבער אויף i-וועלט האבן געדראעט מיט א לאו-סוט צוליב'ן נישט קענען לייגן די בארימטע דריי פינטלעך נאך יעדן וויצל, וואס דאס פארלעצט זייערע רעליגיעזע רעכטן.

לויט די ווערסיע האט די קאמפאני פון אנפאנג זיך אנטזאגט זיך צו ברעכן פאר די פאר טראבל-מעיקערס, טענה'נדיג אז צוליב דעם פעדעראלן געזעץ וואס פארלאנגט א שטרענגע וואנט צווישן שטאט און רעליגיע זענען זיי נישט ערלויבט דאס צו טון. אבער נאכ'ן זיך דורכרעדן מיט לעגאלע עקספערטן האבן זיי איינגעזען אז פאר זייער אייגענע טובה לוינט זיך נישט איינצורייסן מיט די אידעלעך נאר ענדערש נאכגעבן וואס זיי פארלאנגען.

לויט ווי א ווארטזאגער פון די קאמפאני האט געזאגט אומאפיציעל, וועט פאר'ן באנוצער @וויכטיגמאכער געגעבן ווערן בלויז 142 אותיות פלאץ, צוליב פארשטענדליכע סיבות...

מממ אנטשולדיגט, כא'געמיינט צו זאגן
..
An article a day keeps the babies away
חאצקעל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 19, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקעל »

פיין!!!!! מאשקע!
נאכן איבערבליקן דיינע אלטע תגובות, בעט איך דיר בבקשה: חדש ימינו כקדם, דער יונגער עולם דא ווייסט נישט ווער מאשקע איז בכלל, זע זיי זאלן דאס וויסן...
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

חאצקעל האט געשריבן:פיין!!!!! מאשקע!
נאכן איבערבליקן דיינע אלטע תגובות, בעט איך דיר בבקשה: חדש ימינו כקדם, דער יונגער עולם דא ווייסט נישט ווער מאשקע איז בכלל, זע זיי זאלן דאס וויסן...

ווי לאנג ביזטו שוין דא?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קאנגרעסלייט ווייסן נישט ווען צו קלאטשן ביי סטעיט אויף די אניאן רעדע
יואלי בלעקבערי

פלארידא, סקרענטאן - א רעפארטער ספעציעל פאר'ן צוויבל האט אנגעוויזן אויף עטליכע קליפ'ס און ווידעאס זייער אינטערעסאנטע אנעקדאטן איבער דעם נארוואס פארלאפענעם סטעידש אויף די יוניאן אדרעס.

ווי באקאנט האבן זיך אפאר צעהיצטע יונגע קעפ אינעם קאנגרעס צופירט די הענט, און האבן מחליט געווען אז אנדערש ווי אלע יארן ביז היינט וואס קאנגרעס איז געזיצן אפגעטיילט די רעפאבליקאנער אויף איין זייט און די דעמאקראטן אויף די צווייטע זייט, וועט מען דאס מאל זיצן אויסגעמישט, צו געבן פאר'ן אמעריקאנעם פאלק דעם אילוזיע אז די קאנגרעסלייט מיינען דעם טובה פונעם פאלק און נישט זייער אייגענעם טובה.

צווישן זיי איז אויך געווען קאנגרעסמאן עליאט ענגעל וועלכער איז געזיצן אנגעהויבן פון 9 אזייגער צופרי מיט א סענדוויטש אויף... די רעפאבליקאנער זייט....

אבער דא איז געשען א העכסט מאדנע זאך, ווי באקאנט איז די א משוגעת צווישן די קינדערלעך אז ווען דער פרעזידענט זאגט א זאך וואס איז נוגע דעם אייגענעם פארטיי שטעלט מען זיך אויף און מ'קלאטשט הויך ביז די הענט טוט שוין וויי, און ווען דער פרעזידענט זאגט א זאך וואס איז לטובה פונעם צווייטן פארטיי זיצט מען מיט אנגעבלאזענע באקן. אזוי גייט עס שוין אן יארן לאנג.

יעצט היי יאר איז געווען א ערנסטע פראבלעם, ווען פילע פון די קאנגרעסלייט וועלכע זענען געזיצן אויסגעמישט מיט די אנדערע פארטיי מיטגלידער האבן פשוט נישט געוואוסט ווען זיי דארפן קלאטשן, צומאל האט מען געזעהן קאנגרעסלייט זיך ארום קוקן זעהן ווער ס'קלאטשט, אבער זיי האבן זיך נאר אנגעשטויסן אין די בליקן פון אנדערע קאנגרעסלייט וועלכע האבן אויך ארום געקוקט זעהן ווער ס'קלאטשט, א קאנגרעסמאן פון מיסיס-ציפי האט זיך זאגאר אויפגעשטעלט קלאטשן ווען די "אנדערע" האבן געדארפט קלאטשן, אבער ער האט זיך שנעל אראפ געזעצט זעהענדיג אז דער קאנגרעסמאן נעבן אים קלאטשט נישט, ער האט שפעטער אנגעגעבן אז ער האט געמיינט אז יענער איז א "אונזעריגער"...

דער כאאס איז זאגאר פארשטארקערט געווארן צוליב די הונדערטער פרישע פנימ'ער אין קאנגרעס, וועלכע ווייסן בכלל נישט וועלכע קאנגרעסלייט באלאנגען וואו, אזוי ארום זענען זיי געווען אינגאנצן צומישט ווען זיי דארפן קלאטשן. ווייל טראץ וואס זיי האבן זיך ארומגעקוקט האבן זיי נישט געוואוסט וועם זיי דארפן זעהן קלאטשן. טייל פון זיי האבן געקלאטשט נאר האלב וועגס, אז מ'זאל עס קענען אויסטייטשן סיי אלס קלאטשן און סיי אלס פארטרייבן א זשומענדן פליג.



אין אנדערע נייעס האט זיך שארק שומער, דער שיעור געווארענער מאג'אריטי לידער (-נישט די דייעט) אויסגעדרוקט פאר'ן צוויבל, אז דאס יאר האט אים סעמיועל אליטא נישט אפגעטון מיט'ן נישט קומען צום סטעיט אויף די יוניאן, "איך האב געהאט גענוג אויערן אין וואס צו קלאטשן" האט ער אויסגעפירט מיט פאטאס (וועא"מ).
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

מעידאף לאזט זיך ווידער הערן פון טורמע

זינט בערני מעידאף זיצט איינגעשפארט אונטער טורמע גראטעס האט ער אנגעהויבן אויספאקן אלעס וואס ער ווייסט איבער די היסטאריע פון 'פאנזי' און אלעס ארום. יעדן צווייטן טאג האלטן נייעס סטאנציעס אפ אינטערוויאס מיט עם און ער זיי געט ארויס געהיימע רעגירונגס סודות. "די גאנצע רעגירונג איז א פאנזי סקעם..." האט ער איין טאג געלאזט פאלן א סטעיטמענט.

היינט אין א טעלעפאנישע אינטערוויא מיט די פראמינענטע "וואלאבאוט סטריט דזשורנאל" האט ער ווידעראמאל געלאזט פאלן א באמבע סטעיטמענט: "די גאנצע טיקעטינג סיסטעם אין נ.י. סיטי איז נישט מער ווי א פאנזי סקעם...!"

ער טענה'ט אז די אפיצירן טיילן פארקינג טיקעטס אין די וועלט אריין אן קיין שום חשבון וויאזוי זייער קליענט גיי דאס קענען באצאלן. "זיי מאכן נישט קיין שום קרעדיט טשעק אויפן קליענטס פינאנציעלע חשבונות צי ער קען זיך דאס באמת ערלויבן, זיי קוואליפיצירן סיי וועם פאר די טייערסטע טיקעטס" שרייט ער.

ער גלייכט עס צו צו די נאציענאלע מארטגעדזש קראך וואס האט פאסירט נישט אין די ווייטע פארגאנגענהייט. די בענק האבן זיך געלאזט וואויל גיין און געטיילט מארטגעדזשעס אין די וועלט אריין אן וויסן גענוי וויאזוי דער קלייענט גייט עס קענען באצאלן, און צום סוף האט די באלון געקראכט מיט א ווידער קול! היינט באקומט שוין קיינער נישט קיין מארטגעדזש... "ס'וועט נישט נעמען לאנג ביז קיינער וועט מער נישט קענען באקומען קיין טיקעט אין ניו יארק" פירט ער אויס.
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

נזכה ונחי'...
פאר דעם אליינס האט זיך שוין געלוינט די גאנצע מעידאף קאפוויי...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מאסיווע ערד ציטערניש באריכטעט אין די בראנקס ניו ג'ערסי געגענט.


די לאקאלע אויטאריטעטן ווייסן נישט וויאזוי צו אנטשיידן די מיסטיריע פון די לעצטערע ערד ציטערנישן אונעם ראאין. "שוין די צווייטע באס וואס דרייט זיך איבער דא, קיינער ווייסט נישט פשט" האט קעלי די הויפט שעף פון די עף בי איי איבער געגעבן פאר 3NN.
די ערשטע באס האט זיך איבערגעדרייט אויפן וועג צוריק פונעם לאקאלן 'האנדל וואנדל' געשעפט וואו די מיטרייזענדע האבן פארברענגט בעפאר.
קול מבשר האט זיך פארבינדן מיט א שליח.
עמער אים איבערגעבן דאס ווארט:

"העלאו.. מ'הערט מיך?
העלאו... יא, יעצט איז בעסער."

קמ: וואס קענסטו איבער געבן פאר די ק"מ צוהערער וואס האט איר געזען אדער מיטגעהאלטן?

שליח: די קאנעקשען איז זייער שווער דא.. איך וועל עס מאכן בקיצור.
איך בין אהער געקומען תיקף ווען איך האב באקומען די רוף וועגן די עקסידענט. וויסענדיג אז די באס איז צומאל געפארקט ביי די גאראדזש פון חיים פריינד האב איך גראד געשפירט פאראנטווארליך דא צו זיין זיכער צו מאכן אז מ'גיבט זיך אפ מיט כבוד המת כראי'.

קמ: דערציילט אונז וואס איר האט געזען ווען איר זענט אנגעקומען צו די סצענע.

שליח: איך בין נישט ממש אנגעקומען צו די סצענע ווייל מ'האט קיינעם נישט צוגעלאזט, אבער שטייענדיג דא פון דערווייטענס האב איך געזען וואו מ'פירט אוועק אסאך מענטשען מיט בעטן די באס זעהט אויס שרעקליך.. ס'ליגט זייטיג.. די מצב איז שרעקליך..

קמ: וויפיל מענטשען האט מען אזוי אריין געפירט אין שפיטאל? ווייסט מען וויפיל טויטע און וויפיל פארוואונדעטע?

שליח: ס'איז שווער צו זאגן.

קמ: כ'פארשטיי די שאלה איז נאר וויפיל האט איר געזען?

שליח: וואס זאגט איר? די קאנעקשען איז שוואך.. העלאו... וואס פרעגט איר? וויפיל באסעס?
דערווייל ווייסט מען איינס, אבער ס'קען זיין אז מערערע זענען פארמישט. עפעס רעדט מען אז א טרעילאר האט זיך אויך איינגעדרייט די זעלבע צייט..

קמ: וואס הייסט? א טרעילער איז אויך איבערגעדרייט?

שליח: איבערדרייען העלפט נישט. ס'איז די סערוויס דא וואס איז שוואך..

קמ: ניין. איך פרעג צו א טרעילער איז אויך איבערגעדרייט?

שליח: טרעילערס פארן דא אסאך דורך.. זיי מאכן געפערליכע גרודער..
איך מוז אראפלייגן...

קמ: וואסערע מעסעדזש האט איר פאר די קול מבשר צוהערער?

שליח: מיין מעסעדזש איז, אז מענטשען זאלן פראבירן נישט צו פארן אויף וועגן וואס איז בחזקת סכנה, נאכדערצו יעצט ווען מ'הערט אזויפיל באסעס דרייען זיך איבער איז זיכער א צייט צו טראכטן פאר מ'גייט ארויף און זיכער מאכן אז די דרייווערס זענען אויסגעריט און אז זיי פארן נישט נעבן טרעילערס און זיי פליען נישט נעבן זיילן.

קמ: איז דאס נישט געווען אן ערד ציטערניש? וואס האט דאס מיטן דרייווער?

שליח: איך ציטער אויך. ס'איז א שרעק ווען מ'זעהט אזאנע סצענעס. שוין דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט.
אמן.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

לכבוד חודש אדר. און אזויווי אסאך נייערע פיינע שרייבער האבן נאכנישט באזוכט און/אדער איבערגעלאזט "פינגערפרינטס" אויף דעם אשכול, ברענג איך עס ארויף, רבותי קומטס צו גיין! עס שמעקט פון צוויבל!
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ענדליך איז די טאג אנגעקומען. קאנגרעס האט היינט דורך געפירט א בילל וואס רופט צו אימפיטשען אבאמא פארן פארופן א מלחמה קעגן ליביע אן די באשטעטיגונג פון קאנגרעס ווי די קאנסטיטוציע פארלאנגט. די בילל איז אונטערגעשריבן געווארן און באשטעטיגט געווארן דורך די מערהייט פון די קאנגרעס מיטגלידער. אבאמא האט אויפגענומען די נייעס מיט גרויס שאק, די פוירסט לעדי האט פארלאזט א טרער הערענדיג אז זיי גייען אט ווערן ארויסגעווארפן פון די ווייסע הויז. אלס די לעצטע וואונטש האט אבאמא געבעטן אז ער וויל פארגיטיגן די אראבער פאר די פיין און ליידן וואס ער האט זיי גורם געווען אין די דריי יאר פון זיין פרעזידענטשאפט, ער האט געבעטן אז מ'זאל אים נאכגעבן זיין לעצטע פארלאנג און ער וויל האבן זיין לעצטע פרישטיג מיט 'ראן פאול'. און נאך איין גאסט וואס ער קען נישט ארויסגעבן קיין דעטאלן בעפאר.

די פארלאנג איז נאכגעגעבן געווארן און מ'האט צוגעגרייט א ריזן פרישטיג פאר אבאמא. און נישט ווי יעדן טאג וואס זיין רבעצען ערלויבט נישט קיין טשערי סאדע ביים טיש, האט זי דאסמאל נאכגעגעבן וואוסענדיג אז דאס איז די לעצטע פרישטיג אין וואשינגטאן. ראן פאול איז אנגעקומען אין צייט, און בעפאר ער האט זיך געזעצט עסן האט ער קודם באזידעלט דעם פרעזידענט אויף די קוראן פרשה. אויף וואס אבאמא האט געענטפערט אז וועגן דעם האט ער אים טאקע גערופן, ווייל ער האט עפעס וואס די אראבער וועלן זיך זייער פרייען און ער וויל הערן פון אים צו ער האלט אז דאס וועט טאקע בארואיגן די געמיטער. און דאן האט אבאמא געגעבן א ווינק און מ'האט אריין געברענגט 'אסאמא בין לאדין'! ווי יעדער ווייסט שוין היינט, האט וויקי ליעקס אויפגעדעקט אז בין לאדין איז נישט אריין געווארפן געווארן אין וואסער ווי אייביג געוואוסט, נאר מ'האט אים אהיים געברענגט קיין אמעריקע און אבאמא האט אים צוגעשטעלט מטה כסא ושלחן ביי זיך אין די ווייסע הויז "וואס וועלן די אראבער זאגן אויב געב איך אים צוריק?" האט אבאמא געפרעגט ראן פאול. "דאס איז זייער גוט, אבער נאך בעסער איז אויב קענסטו געבן א ריק ארויף די געז פרייז מיט נאך צוויי דאלער פאר די גייסט, דאס וועט זיי די מערסטע באפרידיגען" אבאמא האט אויסגעהערט מיט אן אפענע מויל די קלוגע ווערטער פון ראן פאול און מיט ווייטאג זיך אנגערופן "א שאד אז איך האב דיך נישט גענומען פאר מיין וויצע פרעזידענט אנשטאט מיין מח-לאזע ביידען".


פאר נאכשפייז האט אבאמא געבעטן ביר, אלס זכר פאר די ביר וואס ער האט געטרינקען מיט די שווארצן און ווייסן ביי די איבערבעטונג ביר צערמאניע.


ווען די נייעס איז ארויס האט מען געיובלט אין געשריגן אין אלע גאסן, אין גאזא האבן די אראבער גאשאסן פייער קרעקערס אין ריכטונג צו ארץ ישראל ארויסצוווייזן די פרייד מיטן צוריק קער פון בין לאדין. זיי האבן געווארפן אזויפיל ווי הונדערט פייער קרעקערס פער טאג. אין רוסלאנד זענען אויך מענטשען ארויסגעקומען אין די גאסן ארויסווייזן זייער פרייד. עפעס האט מען געהערט דארט מענטשען שרייען וועגן פוטין אבער ווי די באריכטן געבן איבער האבן זיי געשריגן "לאנג לעבן זאל דעמעקראטיע" און די וואס מ'האט אוועק געטראגן מיט פאליציי איז געווען פשוט אזאנע וואס זענען שוין הייזעריג געווארן און זיי האבן נישט געוואלט אוועק גיין אפילו מען האט זיך געבעטן ביי זיי אז ס'איז נישט געזונט צו שרייען ווען די קול איז אויסגעריסן.

אין סיריע האט מען אויך געזען פייער קרעקערס איבעראל, דארט האט מען אפילו געזען ווי מענטשען שפרינגען ארויף אויף די פייער קרעקערס, אזוי פרייליך זענען זיי געווען. פון די טאליבאנע הערט מען אויך אז זיי פלאנען מקריב צו זיין קרבנות לכבוד די שמחה, זיי זאגן אז זיי ווארטן אויף די ריכטיגע קרבן.

ווען אבאמא האט אייגעפאקט זיינע זאכן האט מען זיך אפגעשטעלט ביי די טעלעפראמפעט נישט וואוסענדיג וואס צו טון דערמיט, אבאמא האט געזאגט אז מ'זאל עס שיקן פאר מיט ראמני לכבוד זיין פינעף און זעכציגסטע געבורטס טאג.

ביידען איז געווען אויסער זיך פאר פרייד, ער האט געזאגט אז די ערשטע זאך וואס ער גייט טון איינמאל ער נעמט איבער די מאכט איז, ער גייט אפשטעלן די מלחמה אין איראק. אבאמא האט פארלאזט די ווייסע הויז. אנקומענדיג קיין טשיקאגאו האט ער גלייך אנגערופן אמנויעל "גיימיר אין מקוה?"
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

כ'קען נישט כאפן דאס אאאאא...ההההה...טטטטעעעםם
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

אויב מען מעג בעטן א פידיעף פון די אלע ארטיקלען, איך גלייב אז דערוילעם גערוילעם וועט זיך זיכער מחיה זיין דערמיט

ייש"כ למפרע
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

קרישקעלעך פון קאמפיין 2012


-----------------


די דעמאקראטן אויף קעפיטאל היל באשולדיגן די רעפובליקאנער מיט שטערן אבאמא'ס אגענדע דורך.... זיך רוקן און רעדן שטייט...


דזשאן קערי זאגט, אז סענעטאר דזשעף סעשענס פון אלאבאמא האט זיך גענומען לעצטענס גיין און רעדן זייער שטייט, און יעדעס מאל עס קומט פאר א וואויט, נעמט מען זיך טענה'ן צו די סענעטאר איז שוין שטיל געווען אדער נישט, און די גרעסטע פראבלעם איז אז די אלאבאמא סענעטאר נעמט אויך אנטייל אין די טענה'רייען...

מען קען אראפגיין פון זינען זאגט הערי ריעד, דער מיאריטעט פירער פון סענאט

סענעטאר ריטשארד בלומענטאל פון קאנעקטיקוט האט געמאלדן א פלאן ארויפצוברענגען א ביל פאר א אפשטימונג אז מען מוז רעדן שנעל, אזוי וועלן מיר קענען אדורך פירן בילס איינס נאכן צווייטן אן פארברענגען צופיל צייט

אבער דזשאו ביידען האט זיך ארויסגעשטעלט דערקעגן זאגנדיג אז דאס מיינט אז ער וואלט למפרע נישט געקענט זיין קיין סענאטאר

א ווארטזאגער פון סעשענס האט אוועקגעמאכט די גאנצע שטורעם, זאגנדיג אז דער סענעטאר האט פשוט לעצטענס גענומען עסן אסאך, אריינגערעכענט בשעת די סענאט איז אין סעסיע, און דאס רעדן שטייט איז נאר אז מען זאל נישט כאפן ער האלט אינמיטן עסן

-----------------


א נייע שטודיע ווייזט אז אמעריקא וועט נישט קענען מער ערוויילן קיין פרעזידענט פון יאר 2040 און ווייטער


א שטודיע, דורך געפירט דורך א נייע קאמפאני מיט גרויס עקספערטיז אין פעלד פון פרעגן, זאגט אז כמעט יעדער יוגענטליכער אין אמעריקא האט היינט א פעיסבוק אקאונט, וואו זיי שרייבן שטותים און לאקשן, און ווען זיי גייען לויפן פאר פרעזידענט וועט מען אלעס קענען אויפברענגען מיט איין קליק

די וואס האבן נישט קיין פעיסבוק קאנטע, זאגט די שטודיע, וועט אויך נישט קענען לויפן, ווייל ער וועט זיין אויסגעשלאסן פון די מענטשהייט

גראדע איז דאס גוטע נייעס, זאגט קאנגרעסמאן ראן פאול פון טעקסעס, אזוי וועל איך קענען לויפן אין יאר 2040 אן קיין קעגנער און ענדליך געוואונען...

איין זאך וואס די שטודיע האט פארזען, אז מען וועט קענען ערוועלן א היימישן איד, ווייל מיר האבן דאך נאר די פעיסבוק אקאונטס אויף אנדערע נעמען...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

גראנדיעזע פלאן צו לינדערן די ניו יארקער טרעפיק!




ניו יארק סיטי - היינט איז ארויסגעקומען די נייעס וואס האט אויפגערודערט די שטאטישע גאסן, נעמליך דער קלוגער ניו יארקער מעיאר בלומבערג וואס פראבירט ווייזן פאר יעדעם אז מ'דארף נישט זיין קלוג צו ווערן ערוועלט אלס מעיאר האט היינט פארגעשלאגן א געוואלדיגע פלאן וואס וועט לינדערן אסאך פראבלעמען אין די סיטי,
דער מעיאר האט אין א פרעסע קאנפרענץ געמאלדן אז זינט די לעצטערע פארמערונגען פון קאר עקסידענטן, האט די שטאט געשטעלט א ספעציעלע קאמיטע וואס זאל אנאזאלירן וואס די פראבלעם איז און וויאזוי מ'קען דאס אפשטעלן, ענדליך נאך לאנגע וואכן און חדשים פון פארשונגען זענען זיי פאריגע וואך ארויסגעקומען מיט די רעזולטאטן אז א גרויסע מערהייט פון די עקסידענטן פאסירן ווען מאטאריסטן יאגן זיך צו אדורך צופליען די טרעפיק לאמפ פאר ס'טוישט זיך צו רויט, און אסאך מאל וועלן מאטאריסטן סתם אזוי דורכפארן די רויטע ליכט בשעת אנדערע קארס קומען צו פארן פון די אנדערע זייט און אזוי פאסירט ליידער אסאך צוזאמשטויסן וואס האט שוין אפגעקאסט אסאך נפשות,

יעצט, זאגט די מעיאר צופרידן, אז מ'האט שוין אנדעקט די פראבלעם גייט די דיפארטמענט אף טראנפארטעישאן אראפנעמען אלע טרעפיק לאמפן דורכאויס גאנץ ניו יארק סיטי, אזוי האפט מען אז די דרייווערס וועלן זיך מער נישט יאגן און דאס וועט פארמינערן די צאל עקסידענטן,

די מעיאר לייגט צו אז דאס אנולירן די לאמפן וועט ברענגן נאך צוויי שטארקע בענעפיטן פאר די שטאט,
איינס איז פשוט אז ס'וועט לינדערן די שרעקליכע טרעפיק וואס הערשט אין די סיטי, יעצט מיט די טרעפיק לאמפן קען אסאך מאל פאסירן אז גאנצעטע גאסן מיט פארענדע אויטאמאבילן קומט מיטאמאל צו א שטילשטאנד ווי נאר די ליכט טוישט זיך אויף רויט, קיינער פארט נישט אלעס בלייבט אנגעשטויסן און מענטשן וואס יאגן זיך צו דער ארבעט פארלירן טייערע מינוטן, יעצט האף מיר וועט נישט זיין מער די פראבלעם און אלעס וועט פארן כאדאראם,
צווייטנס (אדער דריטנס) וואס מ'וועט פארדינען און לויטן מעיאר איז דאס נאך די וויכטיגסטע, איז די "גאו גרין" חלק, די שטאט וועט זיך שפארן פארנוצן אסאך ווייניגער עלעקטעריציטעט און אזוי ארום זיך שפארן טויזענעטער דאלארן, וואס דאס וועט אפראטעווען טויזענעטער ביימער פון אויסגעהאקט ווערן, נאכמער פלאנט די סיטי אז מען וועט נאר אראפנעמען די רויטע און געלע ליכט, אבער די גרינע וועט מען יא לאזן כדי צו מאכן די שטאט ווי מער גרין,

אויף די שאלה פון די ריפארטער אז אויב נעמט מען אראפ די טרעפיק לאמפן וועט די סיטי פארלירן די אלע געלטער פון די טיקעטס וואס פלעגט ווערן פארטיילט, צושמייכלט זיך דער מעיאר און זאגט, ניו יארק איז א שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט, און אוודאי נישט די וואס זיצן ביים רודער, אזוי ווי אין די פארגאנגענהייט האבן מיר יעצט אויך גרויסארטיגע פלענער וויאזוי צו צו הייבן די איינקונפטן אויפן חשבון פון די איינוואוינער, און ווי די פאקט האט באוויזן ביי די סארט זאכן איז ביי אונז געטוהן ווי געזאגט און געזאגט ווי געטוהן, אין די קומענדיגע וואכן וועט מען צוביסלעך ארויסגעבן די פרטים.

כללים יבואו, סטעי טונד!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”