די אידישע צוויבל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

חתונה גרענט שטארק מעגליך


ניו יארק - אין צוגאב צו די פאריגע באריכט האט זיך א פראמאנעטער חרדישער עסקן פארבינדען מיטן "צוויבל" אז די רעגירונג קוקט אין די טעג איבער א פארשלאג צו פארטיילען א "חתונה גרענט" פאר יעדע פארפאלק פאר חתונה געברויכן.

די גרענט וועט אינהאלטן $25,000 פער צד, פאר הוצאות החתונה, פונקטליכע דעטאלן איבער די "חתונה גרענט" זענען דערווייל אומקלאר, אבער ווי עס זעהט אויס וועט דאס שטארק מעגליך באשטעטיגט ווערן דורך דער גוטהארציגער גאווענער.

"צוויבל" אנאליסטן זאגן אז מיט די יעצטיגע "עפארדעבל" חתונה קאסטן "סטאנדארד" וועלן די מחותנים דארפן ניצן בלויז גאר א קליינער מספר פון די 25 טויזענט דאללער גרענט צוליב די היינטיגע ביליגע חתונה קאסטן, דאס איבעריגע וועט קענען דינען אלץ דרשה געשאנק.

גוט-זאגער וויצלען זיך שוין איבער א "בר מצוה גרענט" וואס וועט אפשר נאכקומען.
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

עקסלוסיוו: נייע קיבארד ספעציעל פאר "קרעטשמע" באנוצער.


ספעציעלער באריכט: עקסלוסיוו צום צוויבל
דורך: שמערי קנאבל


קרעטשמע, מישיגען - אין א גאר אויסערארדענטליכע שריט איז געלונגען פאר די הנהלה פון היימישע קרעטשמע - וועלכע האט אצינד א מקום מנוחה ביי די "אייוועלט" פירמע, איבער-צו-צייגן עטליכע גרויסע קאמפאניס צו פראדוצירן א ספעציעלן שליסל-טאוועל, וואס וועט זיין געווידמעט ספעציעל פאר די באקוועמליכקייט פון די היימישע-קרעטשמע שרייבער, אויסגעשטאטעט מיט מאדערנע - עה... ח"ו... ליטווישע - טעכנאלאגיע, אזוי אז די היימישע קרעטשמע באנוצער זאלן האבן זייערע אייגנארטיגע באקוועמליכקייטן צו קענען העלפן צום וואוקס און בליה פון די היימישע קרעטשמע.

א ביד איז ארויס געלייגט דעווארן דורך עטליכע פירמע'ס, ווי יעדער איינער פרובירט אויפצוקומען מיט א אנדערע איידיע לטובת פון די קרעטשמע חברים, דער געווינער פונעם פארמעסט וועט געמאלדן ווערן אויפן פארום'ס הויפט-בלאט נעקסטע וואך פורים.

אין א גייסטרייכן שמועס מיט א פאקיסטאנישן רעפרעזענטעטיוו פון די ריזיגע פירמע "דעלל", האט ער נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס איך רעד, דעריבער האב איך געמוזט גיין אינטערוויוען א צווייטן.

שמעלקא פלעדערמויז, א ווארטזאגער פאר די "קרעמער" פירמע, האט אונז מסביר געווען מיט א אריכות וויאזוי זיי וועלן מאכן גרויס געלט אויף אזאלכע קיבארד'ס, אבער ער רעדט אזוי לאנג אז ער רעדט נאך יעצט. אבער פון צווישן זיינע ווערטער האב איך ארויס גענומען אז היות אז די קרעטשמע וועט בקרוב איבער נעמען די מארקעט פון די גאנצע וועלט, ווי די סטאקס ווייזן אז אלע נייעס סטאנציעס גייען געבראכן אקעגן די אלוועלטליכע נייעס-סטאנציע ק.נ.א., ספעציעל לעצטנס ווען יואלי צייטליך איז ארויף געקומען אויף זייער טאלק-שאו, און ער רעדט יעדן טאג פון צווייע ביז מארגן נאכן קוגל. אזוי אויך, וויבאלד די עקאנעמי איז שוואך, גייען מענטשן אויפהערן צו נוצן קאמפיוטער'ס, די איינציגע קאמפיוטער וועלכע וועלן פארקויפט ווערן וועלן גיין פאר די קרעטמשע באנוצמער, און אזוי ארום וועט די פירמע מיט א קאפירייט אויף דעם סארט קיבארד מאכן אסאך געלט.


עס איז ארויס גערונען א בילד וויאזוי איין פירמע האט פארגעשטעלט א איידיע:

(א אנדערע פירמע האט פארגעשטעלט א מאדעל אז די "J" קנעפל זאל זיין זייער גרויס, אז מען זאל קענען חחחח'ן שנעל און גרינג.... בילד וועט נאכפאלגן א צווייט מאל)
אטעטשמענטס
kyebored345_scaled.jpg
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

חרדי'שער אידנטום אין שאק פון אתרוג סקאנדאל


ערב סוכות תשע"ט לפ"ק


חזקת הבתים, ניו יארק - פאקטן זענען נאכנישט קלאר, אבער פון אינערליכע קוועלער האט "דער צוויבעל" באשטעטיגט אז די סוחרים פון "אתרוגי הדר-שבהדר" האבן פארקויפט בלויז פאלשע אתרוגים, דערפאר זענען אלע אתרוגים געווען שלמים ממש אנע שאלות, בלאט פלעקן, אלע מיט פיטום'ס מיט א הערליכע וואוקס.

די סוחרים האבן געלאזט פאבראצירען די פאלשע אתרוגים פון א געוויסער פלאסטישער מאטריאל וואס עס קען אויסזעהן אין זיך שפירען ווי א פרוכט, קענענדיג איינרעדן דעם ציבור אז די אתרוגים זענען עכט ממש, איינצעלהייטן איבער דער שווינדל ווערן איצט אויסגעקלארט דורך א רעגירונגס אויספארשונג דיוויזיע.

טויזענטער תושבים האבן זיך איינגעהאנדעלט די א.ג. מהודרדיגע אתרוגים, נישט וויסענדיג אז מען כאפט זיי אריין אין פעקל, זאגט א לאקאלע רעגירונגס ווארטזאגער.

די רבני העיר זאגן אז עס איז ממש השגחה אז מען האט אויפגעדעקט דער "אתרוג סקאנדאל" נאך איידער יו"ט, ווער ווייסט וויפיל אידן וואלטן נכשל געווארן.

אנטוויקלונגען איבער דער "אתרוג סקאנדאל" וועלן נאכפאלגען אין דער צוויבעל ווי נאר זיי וועלן ווערן באקאנט.
נו גוט, נו שוין!
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

עסקנים מעלדן מיט סאטיספאקציע:
פינפטער בחור איינגעשריבן אין "ישיבת החרדים"


מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די בשורה מרנינה אז די אלוועלטליכע "ישיבת החרדים" האט פארגאנגענעם דינסטאג אריינגענומען דעם פינפטן בחור, ב"ה. לויט ווי קוועלער געבן איבער האט דער בחור, הגאון האדיר המפו' מוה"ר חיים נתן פערלמאן שליט"א, זיך פארהערט ביי דעם ראש הישיבה, מרן הגאון האדיר צי"ע, רשכבה"ג בעל מחבר ספר הגאון והעוז ז' כרכים, הנפש הישראלי כ"א כרכים, קם ליה בדרבה מיניה ט"ז כרכים, ערבות י"ט כרכים, ועוד שליט"א, און עס איז באשטימט געווארן אז דער בחור האט זיך אויסגעצייכנט אין גאנץ ש"ס בבלי און ירושלמי, ווי אויך אין ד' חלקי שו"ע.

די דאזיגע באריכט איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס שמחה צוליב דעם פאקט אז אויף דעם קומענדיגן זמן החורף שנת תת"ז וועט די ישיבה האבן דאס מערסטע תלמידים פון די פארגאנגענע 15 יאר!

"ישיבת החרדים" איז געגרינדעט געווארן אין יאר תשפ"ח, נאכדעם וואס גדולי הראשי ישיבות האבן איינגעזען אז צוליב דעם וואס די היינטיגע סטאנדארטן פון די ישיבות זענען ב"ה גאר הויך האט זיך געמאכט אז אלע חרדי'שע ישיבות זענען היבש פארקלענערט געווארן, און עס איז באשלאסן געווארן צוזאמענצונעמען אלע ישיבות אונטער איין דאך מיט'ן נאמען "ישיבת החרדים". דער מעמד הנשגב ווען ישיבת החרדים איז געגרונדעט געווארן ליגט נאך טיף איינגעקריצט אין די ביינער. די פייערדיגע ווערטער פון הגאון האדיר רשכבה"ג בעל מחבר הקומה הזקיפה ל"ח כרכים שליט"א האבן אפגעדונערט אינעם גאנצן היכל אריינברענגענדיג א יראה עילאה אין אלע פארזאמעלטע. "ווען משיח וועט קומען וועט ער אנווייזן מיט'ן פינגער אויף די חשוב'ע עסקנים וועלכע האבן מיט אזויפיל פלייס און פלאג געהויבן די סטאנדארטן פון תורה," האט דער הגאון האדיר געזאגט, "אט די האבן געראטעוועט די תורה הק'!"

הגאון האדיר האט ווייטער ממשיך געווען מיט דברות קדשו, און ער האט ארויסגעברענגט אז עס גלייבט זיך נישט וויפיל פראגרעס מען האט ב"ה געמאכט אין דעם עולם הישיבות. "בלויז צוואנציג יאר צוריק, אין די תש"ס-יארן, האט נאך ליידער עקזיסטירט אזא זאך אז אין א ישיבה, יא א הייליגע ישיבה וואו מען ברויך לערנען תורה הק', זאל אנגענומען ווערן א בחור וואס קען נישט קיין ש"ס! עס גלייבט זיך היינט שווער, אבער ליידער ליידער איז דער פאקט אזוי געווען. מיר האבן ב"ה זוכה געווען אז אין אונזער דור זאלן מיר ראטעווען דעם כתרה של תורה הק', און אין לויף פון די לעצטע יארן האבן מיר זוכה געווען אז אלע ישיבות האבן זיך צוגעשטעלט צו די העכערע סטאנדארטן כראוי וכיאה פאר דער תורה הק'. אלע ישיבות האבן זיך יעצט צוזאמענגענומען, כאיש אחד בלב אחד, צו גרונדן די הייליגע ישיבה "ישיבת החרדים" וואו אלע 65 בחורים קענען ב"ה גאנץ ש"ס בעל פה."

"עס איז אמת," האט הגאון האדיר אויסגעפירט, "אז היינט זענען דא פיל ווייניגער בחורים אין די ישיבות, אבער כ'האב געקלערט אז מ'קען ממליץ זיין, "במתי מעט כמה שנאמר," אז עס זענען דא ווייניגער – אזוי לערנט מען! און דאס דארף זיין אונזער איינציגסטער ציל."

אין לויף פון די לעצטע אכצן יאר זינט די "ישיבת החרדים" איז געגרינדעט געווארן זענען אונטערגענומען נאך פיל מער שריט צו הייבן די סטאנדארטן פון די לימודים, און היינט איז מען שוין ב"ה צוגעקומען צו דער מדריגה אז אלע בחורים פון דער ישיבה קען גאנץ בבלי און ירושלמי ווי אויך די ד' חלקי שו"ע.

הגאון האדיר צי"ע הראש ישיבה שליט"א האט זיך פארגאנגענע וואך אויסגעדרוקט מיט הנאה אז עס איז ב"ה אכשר דרא און די היינטיגע בחורי חמד זענען אלע גדולי תורה, און אלע פון זיי האבן די ריכטיגע כלים צו קענען אויפוואקסן אמת'ע גדולי ישראל. ער האט געזאגט אז מען האט נאך גרויסצוגיקע פלענער אויפ'ן עתיד, און די ישיבה איז אויסגעשטעלט צו הייבן די סטאנדארטן יעדע שטיק צייט, אזוי אז עס זאלן אויסוואקסן ריכטיגע כלים מפוארים לתפארת כל בית ישראל.

גלייכצייטיג מוז ארויסגעברענגט ווערן די שאנדע אז עס זענען ליידער פאראן אידן (?) בקצה המחנה וועלכע וואגן זיך ארויסצוריקן פארשידענע לעכערליכע באשולדיגונגען קעגן דער הייליגער "ישיבת החרדים". געוויסע קומען מיט אזעלכע נארישע אויסריידן אז מ'האט זייער זון "נישט אנגענומען אין ישיבה." עס פארשטייט יעדער בר דעת אז דאס איז דער גרעסטער אנדייטונג איבער די פאלשע נגיעות וואס די יעניגע האבן, וואס מיט דעם ווילן זיי פון זיך אראפווארפן דעם רוחניות'דיגן אויטאריטעט פון מרן הגאון האדיר רשכבה"ג שליט"א ואתו עמו גאוני ואדירי התורה. כלל ישראל האפט אז אט די אומפאראנטווארטליכע עלעמענטן וועלן באצייטנס צוריקציען פון זייערע מעשים תעתועים, און אין זכות פון תורה הק' זאלן מיר זוכה זיין צו דער גאולה שלימה במהרה.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

[size=150]
רעוואלוציאנערע לעזונג פארן איבערוואגיקייט פראבלעם
[/size]
די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן אינדארסירט א נייע רעוואלוציאנערע פלאן וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיטן שטייגנדן פראבלעם פון איבערוואגיקייט אין אמעריקע, נאכדעם וואס פרישע באריכטן און סטאטיסטיקס ווייזן קלאר אז רוב קרענק אין אמעריקע הויבט זיך אן ביי איבערוואגיקייט.

א פאנעל פון גרויסע דאקטוירים האבן נעכטן ביי א פארמאלע זיצונג מיט ווייסע הויז באאמטע פארגעשטעלט די דעטאלן פונעם גלענצנדן איינפאל, וואס וועט רעדוצירן איבערוואגיקייט ווי פאלגענד.

ביז היינט האבן די אמעריקאנער געזעצביכער געלויטעט אז אויב איז מען 30 פונט מער ווי די געזונטע וואג, (וואס דאס ווערט געמאסטן לויטן בי. עם. איי., וואס מיינט אז די געזונטהייט פון א מענטשנס וואג איז געוואנדן לויט זיין הייעך) ווערט מען שוין אנגערופן איבערוואגיק.

דעריבער האט דער ביז יעצטיגער סיסטעם שטארק געהויבן דער צאל פון איבערוואגיקע מענטשן אין אמעריקע, וויבאלד עס זענען דא טויזנטער מענטשן וועלכע זענען נישטיגע 30 פונט מער ווי זייער נארמאלע וואג.

מיטן נייעם סיסטעם וועט דער פראבלעם געלעזט ווערן אויף גאר א גרינגן פארנעם, דורכדעם וואס די פעדעראלע רעגירונג וועט ארויפריקן דער נומער, אז נאר אויב מען איז 100 פונט מער ווי די נארמאלע וואג, נאר דאן ווערט מען אנגערופן איבערוואגיק. דאס וועט שניידן דער צאל פון וויפיל איבערוואגיקע מענטשן עס זענען פאראן אין אמעריקע צו האלב.

איבערוואגיקע מענטשן איבער גאנץ אמעריקע האבן גאר ווארים באגריסט די נייע פלענער. "אצינד וועל איך שוין זיך נישט דארפן שעמען מיט מיין איבערוואגיקייט! ווייל אונטערן נייעם סיסטעם וועל איך מער נישט זיין איבערוואגיק" –האט א דיקער מאן אין אהייא זיך אויסגעדריקט צו א דארטיגער קארעספאנדענט פון "צוויבל".
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

נייער דראג אפצושלאגן פרייד ליידנדע

די אלוועלטליכע בארימטע דראג פירמע "פפייזער" האט אין די טעג געמאלדן אז אירע סייענטיסטן אין די לאבאראטאריעס ארבעטן העפטיג אויף א נייע סארט מעדיצין, וועלכע וועט העלפן די מענטשן וועלכע ליידן זיך צוזאם פון זיין צו שטארק פרייליך.

ווי עס ווייסט יעדער און סאיז פאר קיינעם קיין סוד זענען די שעלווס אין די פארמאסיס איבערגעפילט היינט צוטאגס מיט מעדיצינען און ספעציעלע דראגס, אויף צו העלפן די מענטשן וועלכע ליידן פון דעפרעסיע און אנגעזעצקייט. די פארשידענע מעדיצינען קומען אין אלע פארמאטן, טאבלעטן, ליקוואד, קייעדיגע, שלינגעדיגע, וכל שום וחניכא דאית להו.

אלנפאלס, קיינער האט זיך אבער נישט געקימערט מיטן וואקסנדן פראבלעם אין אמעריקע, וואס רופט זיך "פרייד".

פאר יארן לאנג האבן ליידנדע פונעם קרענק געקענט ארומגיין טעג מיט א שמייכל אויפן פנים און אויך זיכער מאכן אז עמיצער וואס ווייסט נישט אז זיי ליידן פונעם קרענק זאל קלאר געוואויר ווערן אז ער איז נעבעך געשלאגן מיט דער מחלה, דורכן זאגן הויעך א וויץ, אדער דורכן שיסן א אומערווארטעטן פאזיטיוון בליק אויף עפעס וואס יעדער נארמאלער מענטש האט געהאט נעגאטיוו צו זאגן.

דער מצב איז געווארן ערגער, נאכדעם וואס א גרויסער טייל פון די באפעלקערונג איז געווארן אויסגעהיילט פון די פרייד מחלה, נאכדעם וואס עס האבן זיך אנגעריקט אין אמעריקע שווערע צייטן און ס'רוב מענטשהייט וואס האט געליטן פון פרייד זענען געווארן אויטאמאטיש געהיילט דערפון און זענען אריבער צום מער סטאביליזירטן דעפרעסיע-לאגער.

אין א עקסקלוסיווע אינטערוויו מיטן "צוויבל", האט זיך א פרייד-ליידנדער אויסגעדריקט ווי שווער עס איז אים זיך ארומצודרייען אזוי פרייליך און נישטאמאל איז דא א אידישע ארגאניזאציע פאר אזעלכע ליידנדע ווי ער.

דאס אלעס וועט אבער קומען צו אן ענדע, זאגט פפייזער. דער נייער דראג וועט זיין גאר א שטארקער "דעפרעסענט" (אנדערש ווי די "אנטי-דעפרעסענט" טאבלעטן...) וועלכע וועט נידערן די פרייד שטאפלען אין די ערשטע מינוטן נאכן אייננעמען דער טאבלעט.

ציניקער זאגן אז פפייזער ארבעט מיט אירע סייענטיסטן אריינצופלאנצן גענעס (דזשינ"ס אויף ענגליש) פונעם סטאק מארקעט אין יעדן טאבלעט, אזוי זיכער צו מאכן אז די טאבלעטן וועלן זיין שטארק אפעקטיוו אין זייער ציל אוועקצונעמען אומזיסטע פרייד און שעדליכע שמחה...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

פיט"א קעמפט קעגן נייע טראפיק בייפאל

די אלוועלטליכע צער-בעלי-חיים גרופע באקאנט מיטן פארקירצטן נאמען פיט"א האט אין די לעצטע טעג געעפנט א מאסיווע קאמפיין קעגן א נייע טראפיק לעזונג וואס עטליכע סטעיטס האבן איינגעפירט אויף זייערע ראודס, וואס דאס שטעלט אין געפאר פארשידענע באשעפענישן, וועמענס לעבנס עס ווערן צוגענומען אין ליכט פון די נייע איינפירונגען.

ווי באקאנט פלאגן זיך די לאקאלע רעגירונגען מיטן אייביגן פראבלעם פון ווילדע דרייווערס און וויפיל פאליציי מען וועט נאר שטעלן צו וואכן אויף די שאסייען און וויפיל טיקעטס זיי וועלן נאר נישט אויסטיילן וועט נאך אלץ בלייבן הונדערטער מענטשן וועלכע וועלן נישט פארשטיין די אומפאראנטווארטליכקייט און שעדליכקייט פון דרייוון ווילד.

אין ליכט פון דעם פראבלעם, האבן זיך עטליכע גאווערנארס צוזאמענגעזעצט מיטן עצת הבה נתחכמה, וואס מען קען טון איינמאל פאר אלעמאל אפצושטעלן די ווילדע דרייווערס.

עס זענען דארטן אויפגעברענגט געווארן פארשידענע פארשלאגן, אבער אלע זענען אפגעווארפן געווארן צוליב וואס עס איז נישט געווען א פאראייניגטע שטימע איבער די אפעקטיווקייט פון די פארשלאגן. ביז ניו יארקער גאווערנאר עליאט שפיצער האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעשלאגן אז די לאקאלע מוניציפאליטעטן זאלן אנהייבן ארויסלייגן טויטע קעצלעך און צעטראטענע פייגלעך אינמיטן די שאסייען, אזוי אז די דרייווערס וועלן זיך דערשרעקן און אראפנידערן מיטן ספיד פון זייערע אויטאס.

און די וועלכע פארן אסאך אויף די שאסייען האבן געוויס באמערקט אז די רעגירונג האט דאס שוין אנגעהויבן פראקטיצירן אין גרויסן, און אין פאקט האט דאס פיל פארמינערט דער צאל פון ווילדע דרייווערס (דער שרייבער פון די שורות מיידט אפילו אויס פארשידענע ראודס וואו די רעגירונג האט זיך פארלייגט און זיי שטעלן אהין מערערע פון די אומגעבראכטע באשעפענישן...)

דא איז אבער אריינגעקומען אין בילד די אויבנדערמאנטע פיט"א ארגאניזאציע, וועלכע שרייען חי וקים אז דאס שטעלט אין געפאר די לעבנס פון די זיסע קעצלעך און בא'חנ'דלטע פייגלען וועלכע ווערן פון היינט אן און ווייטער אומגעברענגט ווערן אונטערן נאמען פון יוסטיץ אין אמעריקע.

אין פאקט איז פיט"א אזוי שטארק אנגעווייטאגט, אז זיי האבן געעפנט א קאמפיין וועלכע רופט דעם עולם צו דרייוון ווילד אין פראטעסט צום פייגל שענדעריי וואס עס טוט זיך אפ...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

Y2K איז לעצט-פארבליבענער לעזונג צו שווערע עקאנאמיע

עס איז פאר קיינעם נישט קיין נייעס אז די עקאנאמיע איז טיף אין דר'ערד, אין פאקט איז די עקאנאמיע אזוי טיף, אז כמיין אז דאס וועט מיט די צייט ווערן די נייע ווארט פאר טיפקייט און מען וועט זאגן למשל אז "מען האט געגראבן ביים קאנסטרוציע סייט אזוי טיף ווי 2000 פוס פרובירנדיג אנצוקומען די נאנטסטע צו די עקאנאמיע...

אלנטראסק, כמיין אלנפאלס, אין איין ווארט, כמיין אין 5 ווערטער... "די עקאנאמיע איז אין דר'ערד".

מען האלט שוין נאכן סטימולוס, נאכן בעילאוט, נאכן בלעקאוט און אלעם בייזן, און נאך אלץ זעט מען נישט די ליכטיגקייט ביים ענדע פונעם טונא-שאכטל.

זענען די חכמי האומות אויפגעקומען מיט א גלענצנדע בייפאל, אט הערט.

ווער עס געדענקט האט אין יארע 2000 זיך אפגעטון א בהלה, אלעס האט געציטער איבער אן אזויגערופענעם y2k וועלכע וועט אפשטעלן אלע קאמפיוטערס פון ארבעטן און אלעס וועט גיין קראכן. גאנץ אמעריקע וועט זיך צוזאמלייגן ווי א געביידע פון קארטאן, ויתאו כל לעבדיך.

למעשה איז אריבער דער 12:00 יענער שרעקעדיגער פרייטאג צונאכטס און גארנישט האט פאסירט, אלעס איז געבליבן ביים אלטן און די וועלט האט אפגעאטעמט מיט פרייהייט.

אצינד האבן אויטאריטעטן אין נארט קאראליינע אויפגעברענגט דער בייפאל פון אנמאכן א y2k מיט די אייגענע הענט, אין א פרואוו אויפצולעבן די עקאנאמיע אין די ארטיגע געשעפטן.

זיי האבן ערלעדיגט ביי די אינטערנעט פראוויידערס זאלן אפהאקן די קאנעקשאן צום אינטערנעט פאר צוויי טעג אין איין ציה, דאס האט געברענגט אז די ביזנעסלייט האבן נישט געהאט וואס צו טון און די וועלכע זיצן סתם אזוי אויפן אינטערנעט זענען אויך געבליבן מיט ליידיגע הענט, און יעדער איז ארויס "שאפינג" אין די געשעפטן און עס האט אויפגעבליהט די עקאנאמיע.

עטליכע סטעיטס טראכטן יעצט נאכצוטון נארט קאראליינע, לאקאלע מוניציפאליטעטן ארבעטן אויס די פארבליבענע דעטאלן צום פאראויספלאנירטן אינטערנעט קראך, וועלכע וועט הייבן די עקאנאמיע בבחינת ירידה לצורך עליה...

אינאיינוועגס זאל שוין די נייעס דינען ווי א ווארענונג אז דאס וואס איי-וועלט וועט נישט ארבעטן פאר עטליכע טעג, וועט נישט זיין א "מחיקה אישו" אז די מנהלים האבן באשלאסן צו מעקן גאנץ איי-וועלט פון די מאפע...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

"עפל" פארלירט איר געהיימעניספולקייט

אין א שאקירנדע אנטוויקלונג, האט די בארימטע קאמפיוטער פירמע "עפל" פארלוירן איר סטאטוס אלס א פירמע וועלכע ווערט געפירט מיט גרויס געהיימעניס און אונטער פארמאכטע פירהענג, נאכדעם וואס אן ארכעאלאגישע גראבונג האט געפירט צום אויפטרייסלענדן אנטדעקונג.

ווי באקאנט טוט זיך "עפל" כסדר בארימען איבער אירע קאנקורענצן "מייקראסאופט" און פילע אנדערע, אז זי איז מצליח צו האלטן אירע פראיעקטן און פראדוקטן אונטער שטארקע געהיימעניס ביזן טאג וואס עס קומט ארויס אויפן מארקעט. אין פאקט צייכענען אן גרויסע ביזנעס קעפ אז דאס איז פון די שליסלען צו "עפל'ס" סוקסעס, וויבאלד דער עולם האט נישט קיין אנונג וואס צו ערווארטן און מען ווערט שאקירט און איבערגענומען פון די נייע מאשינקעלעך און טעכנאלאגישע שפילצייגן מיט וועלכע עפל קומט ארויס חדשים לבקרים כמעט יעדן צווייטן טאג.

אבער אט דאס אלעס איז נעכטן געקומען צו א ביטערע ענדע און די עקזעקיוטיוון אין די אפיסעס פון עפל דרייען זיך ארום אנע קעפ, נאכדעם וואס א הויפט סוד איז ארויסגערינען צו די ברייטע גאס.

דער אויפדעקונג האט פאסירט נעכטן דינסטאג נאכמיטאג, ביי א ארכעאלאגישע גראבונג אין סאלט לעיק סיטי, מישיגען, ווען ארכעאלאגן האבן געזוכט פאר איבערבלייבענישן פון די אינדיאנער וועלכע האבן געוואוינט אויפן אמעריקאנעם קאנטינענט איידער קאלאמבוס האט דאס אנטדעקט.

גראבנדיג א ספעציעל טיפער לאך, האבן זיך די טראקטארן אנגעשטויסן אין א מאסע פון הונדערטער הויפענעס קארטאנישע שאכטלען. עס האט אויסגעזען גאר מאדנע און מיסטעריעז.

דערשמעקנדיג קאנטראווערסיע, האבן די טראקטארן אפגעשטעלט די גראבונגען און עטליכע ארכעאלאגן האבן זיך אראפגעלאזט אינעם גרוב און מיט זייערע ספעציעלע געצייגן האבן זיי אנגעהויבן עפענען איינס פון די שאכטלען, ווען צו זייערע אויגן האט זיך אנטדעקט הויפענעס מיט שטיקלעך עפל.

"די שטיקלעך עפל האבן אויסגעקוקט צו זיין פריש און עס איז אונז געווען זיכער אז דאס איז נישט פון הונדערטער יארן צוריק" –זאגט פראפעסאר ארנאלד פרעסלי וועלכער איז געווען דער ערשטע צו באמערקן די עפל.

זייענדיג אין טאטאלע שאק, האבן זיי זיך געוואנדן צו די לאקאלע אויטאריטעטן, אבער זיי האבן זיך אנגעשטויסן אין טויבע אויערן און פארמאכטע מיילער. זיי האבן גלייך געזען אז די קאנספיראציע איז פיל טיפער ווי זיי קלערן און זיי האבן דעריבער אונטערגעשמירט א נידריג-באאמטן אין די דארטיגע רעגירונגס אפיסעס, וועלכער האט זיי ארויסגעגעבן אז די "עפל" פירמע האט א אפמאך מיט די רעגירונג אז נאכדעם וואס זי ענדיגט פאבריצירן א שיפמענט פון אירע קאמפיוטערס און זי פארבלייבט מיט די אפגעביסענע שטיקלעך עפל פון די סימבאלן אויף די קאמפיוטערס, ברענגען זיי דאס לקבורה אין פארשטופטע געגנטער אין סאלט לעיק סיטי.

צו פארזיכערן אז די אינפארמאציע איז קראנט און דער איינגעשטעלטער זוכט נישט בלויז צו מאכן פון זיי דאס גענאר, האבן די ארכעאלאגן זיך געוואנדן צו עטליכע איינוואוינער וועלכע פארמאגן עפל קאמפיוטערס,און זיי האבן פרובירט צוצושטעלן די געטראפענע שטיקלעך עפל מיט די סימבאלן אויף די עפל קאמפיטערס, און וואונדער איבער וואונדער, עס האט געשטימט ווי א פאזל!

די נייעס איז געמאלדן געווארן אויף נאציאנאלע טעלעוויזיע ופני עפל חפוי...

דער פארזיצער פון עפל סטיוו דזשאבס האט זיך אנטזאגט פון קאמענטירן אויף די אויפדעקונג און אנשטאט האט ער שנעל אראנדזשירט א רייזע מיט זיין פריוואטן עראפלאן צו אן אומבאוויסט ארט. מען האפט נאר אז ער איז נישט געגאנגען זיך באגראבן אינאיינעם מיט די שטיקלעך עפל...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

[size=150]
צווייטער פראסק פאר "עפל" פירמע
[/size]
"אז ס'רעגנט גיסט שוין" גייט א וועלטס ווערטל, און דאס איז גאר פאסיג צו זאגן בנוגע וואס עס שפילט זיך אפ ארום די עפל קאמפיוטער פירמע אין די לעצטע 24 שטונדן, ווען גרויסע געהיימעניסן ווערן אנטפלעקט פון אינערהאלב די פירמע און אלעס גייט כאדאראם.

ווי באריכטעט פריער, איז נעכטן דינסטאג אנטדעקט געווארן דער גרויסער סוד גענוי וואס די פירמע עפל טוט מיט די פארבליבענע שטיקלעך עפלעך וועלכע ווערן אראפגעביסן פון זייערע סימבאלן. דאס האט שטארק פארשעמט די פירמע און סטיוו דזשאבס דער פארזיצער האט געהויבן פיס.

היינט מיטוואך אינדערפרי האט עפל געליטן איר צווייטן פראסק, ווען עס איז ארויסגערינען דער סוד וויאזוי עפל איז מצליח ארויסצוקומען מיט אזויפיל פרישע ווערסיעס פון זייערע מאשינקעלעך און איי-פאדס און ערשטע באריכטן פונעם סטאק מארקעט ווייזט שוואכע ציפערן פאר די עפל סטאקס און גאר גוטע צייכענעס פאר מייקראסאופט אין קאנטראסט.

א געהיימער דיאגראם פונעם ביזנעס מאדעל אינערהאלב "עפל" איז ארויסגערינען צו "סי ען ען", און די אינפארמאציע ווייזט ווי פאלגענד.

די עפל פירמע איז איינגעטיילט אין 4 באזינדערע טיילן: די עקזעקיוטיווע טייל. די טעכנאלאגישע ארכיטעקטן. די טעכנאלאגיע לאבראטאריעס און ווידעראמאל די עקזעקיוטיווע טייל.

ערשטנס זיצן די גרויסע קארפן קעפ אינעם עקזעקיוטיוון פליגל, אין וועלכע מען באשליסט וועלכע סארט מאשינען און טעכנאלאגיעס מען וועט ארויסגעבן און וויאזוי מען וועט דערמיט ברענגען א רעוואלוציע אין די קאמפיוטער און טעכנאלאגיע וועלט.

ווען דער באשלוס איז א ענדגילטיגע, גייט דאס אריבער צו די ארכיטעקטן, וועלכע ארבעטן אויס די פאקטישע דעטאלן וויאזוי מען וועט קענען ערצייגן אזא סארט טעכנאלאגיע. פון דארטן גייט עס צו די לאבראטאריעס און פאבריקן, וואו עפל האלט אויף די סאמע מערסט-געלונגענע ארבעטער, צו ערצייגן די ספעציפישע מאשינדעלע.

ווען דער מאשין איז פארטיג און עס איז גרייט ארויסצוגיין אויפן מארקעט, מאכט דאס א יו-טוירן צוריק צום עקזעקיוטיוון פליגל פון "עפל", און דא קומט פאר די געהיימע אקטיוויטעטן וועלכע פירן צו די פאקטישע אבנארמאלע סוקסעס פון וועלכע עפל געניסט.

זיצן די עקזעקיוטיוון איבערגעבויגן העכערן נארוואס פארענדיגטן מאשינקעלע. די דרויסנדיגע פלאסטיק שיינט נאך פון פרישקייט, דער מאשינקעלע פונקציאנירט ווי געשמירט, עס פאלגט אלע קנעפלעך ווי א ניי געבוירן קינד. אבער די עקזעקיוטיוון זענען ווייט פון צעפרידן. זיי זיצן מיט פארזויערטע געזיכטער און ציען מיט די אקסלען.

וואס איז??? וואס אזאנס גייט פאר אז זיי זענען אזוי צעטראסקעט??? אט הערט. דער פראבלעם איז אז דער נייער מאשינקעלע האט נישט קיינע פראבלעמען!!!

וויאזוי וועט עפל אנגיין אויב וועט זי נישט האבן פארוואס ארויסצוגעבן א צווייטע און א דריטע אפדעיטעד ווערסיע פון אט די זעלבע מאשינקעלע??? –זיצן זיי און קראצן זיך די קעפ, ווען זייערע פענעס קלאפן האסטיג אויפן שיינעם אויסגעשניצטן טישל.

נאך א קורצע מיטונג באשליסט מען צוריקצושיקן דעם מאשינקעלע צו די לאבראטאריעס, און דאס מאל מיטן איין איינציגן צוועק: אוועקנעמען איינס אדער צוויי סאפיסטקירטע פונקציעס דערפון, אזוי אז אין צוויי מאנאטן שפעטער זאל מען קענען ארויסגעבן אן אפדעיטעד ווערסיע און עפל זאל דאמינירן די העדליינס אויף אלע טעכנאלאגיע וועבזייטלעך און אויסגאבעס און בעיקר אויפן סטאק מארקעט.

ביז אהער פון "סי ען ען".

די אויפדעקונג האט געכאפט "עפל" פאנאטיקער אין שטארקע סורפרייז און מייקראסאופט טריאומפירט און שאלט פאר פרייד אז זיי זענען די איינציגסטע קאמפיוטער פירמע, וועמענס מאשינען עס האבן ריכטיגע לעגיטימע טעכנאלאגישע פראבלעמען, און די אלע פראבלעמען פון "עפל" איז געווען בלויז א אנשטעל...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

מיינע צוויבל ארטיקלען אין א פי די עף פארמאט
אטעטשמענטס
.pdf
(108.19 KiB) געווארן דאונלאודעד 220 מאל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

פארשער דעקן אויף: טיילענאל העלפט מיטן "לעבן" פראבלעם!


נישטלאנד. – די וועלט איז אויף מיט די גאר פרייליכע נייעס אז ענדליך זענען סייענטיסטן אויפגעקומען מיט א לעזונג צום געפערליכן פראבלעם פון "לעבן".

שוין יארן לאנד וואס דער ביטערער פראבלעם פלאגט די מענטשהייט אן אויפהער, דאס לעבן לייגט זיך אן אויף א מענטש און ווי א כראנישע עפידעמיע וויל זיך דאס נישט אפטון פונעם מענטש, אזוי ווייט אז מען הערט כסדר אין די נייעס אז מענטשן רעזיגנירן צו זייער ביטערע סיטואציע און בלייבן מיטן "לעבן" פאר יארן לאנג.

אין א אינטערוויו מיט א "לעבן" ליידנדער, האט ער פארציילט פארן צוויבל ווי ביטער שלעכט ער פילט זיך, יעדן וואס ער וועקט זיך אויף צום ביטערן רעאליטעט אז ער איז פון די געציילטע ביליאנען וועלכע ליידן פון "לעבן". ער האט אונז געזאגט, מיט א קרעכץ, אז "עס איז פיל ערגער ווי איינער וואס האט א קראצעניש אדער א געוויסע קרענק אויף איינס פון זיינע גלידער; דער לעבן פראבלעם און אירע ווייטאגן איז מיט דיר יעדע סעקונדע פון דיין עקזיסטענץ".

אצינד אבער, קומט די פרייליכע מעלדונג אז סייענטיסטן זענען דערגאנגען אז "טיילענאל" קען שטארק העלפן צו ברענגען א ענדע צו דער ביטערער "לעבן" קרענק.

יא, די איינפאכע טיילענאל וואס יעדער האט דערפון א גאנץ באטל אינדערהיים אין מעדיצינישן קלאזעט, אט דאס קען העלפן און לינדערן דעם "לעבן" פראבלעם, אבער דייקא טאקע נאר א גאנץ באטל...

הערט וואונדער! אויב זענט איר א "לעבן" ליידנדער, אלעס וואס איר דארפט טון איז אייננעמען דער גאנצער באטל טיילענאל און זיך אריינלייגן אין בעט, נישט אנרופן קיינעם אויפן טעלעפאון, נישט דערציילן קיינעם אז איר טוט יעצט דער מעטאד זיך צו היילן פון אייער לעבן קרענק, מפני שהקול יפה ללעבן און דער קרענק קען נאך צוריקקומען אויף פארשידענע אופנים, אויב עמיצער וועט געוואויר ווערן אז איר היילט אייך אויף דעם אופן...

די סייענטיסטן זאגן אז דער מעטאד ארבער וואונדערליך, דער פאקט אז עס איז אפילו נישטא קיין עדות וועלכע זאלן קענען דערציילן אז עס האט זיי געהיילט פונעם "לעבן" קרענק, דאס אליינס ווייזט אויף איר ווירקזאמקייט...

די חסד ארגאניזאציע "מות יומת" פאר "לעבנס-ליידנדע" האט שטארק באגריסט די נייע ערפינדונג און אירע וואלונטירן גייען ארום אין די הייזער אויסטיילן באטלעך טיילענאל פאר די וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן...

ובחרת במות...
לעצט פארראכטן דורך עס עפעס אום דינסטאג פעברואר 23, 2010 9:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איבערבלייבענישן פון "פייביש" אנטדעקט נעבן קוטב הצפוני


מיט גרויס ווייטאג האט די שלעכטטעיגע ארגאניזאציע "אמת של חסד" געמאלדן, אז נאך עטליכע וואכן פון זוך-אקציעס איז ענדליך אנטדעקט געווארן דאס געביין פון דעם ביי-אלעמען-באליבטן "פייביש", וועלכער פלעגט מיט זיין "מיסטער פאנטייטען" שמייכל אויפלעבן טויזנטער אידן במשך לאנגע וואכן.

"יבוא בעל העורה ויכלה את קוציו", האט זיך געלייענט דאס קעפל אויפ'ן "עס און פרעס רעליעס" פון די ארגאניזאציע.

נאכדעם וואס די גאנצע אידישע וועלט (נישט די ניק?) איז געווען פארמישט מיט'ן זוכן פייביש, ס'איז געווען שימל און בערד און פייביש, איז ליידער אויפגענומען געווארן די בשורה הלא טובה, אז די קאמאנדאס האבן אנטדעקט דאס געביין פון פייביש ז"ל הי"ד, אן קיין שום סימן פון לעבן.

דאס קערפער פון פייביש איז שוין ליידער געווען אינגאנצן ארויס פון מענטשליכן פארמאט, עס איז פארבליבן בלויז א סקעלעטאן פון ביינער. א מזל האט מען געהאט אז פייביש פלעגט זיך שטענדיג ארומטראגן מיט א פינעווער אין טאש, אזוי האט מען אים גרינג געקענט דערקענען.

"ווען נישט דעם "פייוו" דאלער ביל, וואלט מען קיינמאל נישט געוואוסט וואו "פייביש" געפינט זיך", האט זיך אויסגעקוועטשט איינער פון די ווארט-פרעגער.

ומחה ה' דימפל מעל כל פייביש. ונאמר המן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

" אי-וואלקוועי עט בארנס ענד נאויבל"

די גרעסטע בייכל געשעפט (סארי ביכל געשעפט) " בארנס ענד נאויבל BARNES & NOBLE אנטשפרעכט ארויס ציקימען מיט א נייע מאדערנע טעכנעלאגיע וואס וועט זיך ריפן" אי-וואלקוועי עט בארנס ענד נאויבל"

" די טעכנאלאגיע וועט זיין א גרויסע הילף פאר אינדאווידאלן וואס ווילן נאכקוקן געוויסע אינפארמאציע אין ביכער אבער פאר סיי וואספארא סיבה ווי למשל; ער וויל נאר זהען איין געוויסע קאפיטל, אדער סיי וואספארא אנדערע סיבה, ווילן זיי נישט צאלן פארן ביכל, וועט די נייע טעכנאלאגיע זיין זייער נוצבאר " דרוקט זיך אויס 'ארמען העמער' פון די גרויסע עקזעקטיוון אין בארנס ענד נאויבל.

לויט די אינפארמאציע וואס ' מר. קליען ' פון די פירמעס אינשענירונג דעפארטמענט האט שוין פארעפענטליכט וועט די נייע סיסטעם ארבייטן ווי פאלגענד:
לאמער זאגן איר זיצט אינדערהיים ליינענדיג די צייטונג, איר זיצט אזוי באקוועם, אין איין האנט א קאוק, די אנדערע האנט איז פארנומן מיט די בלעקבערי, אין אויף'ן שויס ליגט אייך אויסגעשפרייט די צייטונג, איר ליינט א געשמאקן פינאנציעלן באריכט, אין אזוי צווישן די ווערטער ווארפט דער שרייבער אריין אפאר ווערטער וועגן א געוויסן ביכל וואס פין דארט האט דער שרייבער גענומען געוויסע אינפארמאציע לגבי דעם נושא, איר באשליסט אז איר ווילט נאכקוקן די אינפארמאציע, איר ווילט זעהן מער באריכות וואס דארט רעד זיך, אבער ווי געזאגט זיצט איר יעצט אינדערהיים, טא, וואס טוט מען ? די נייע טעכנאלאגיע " איוואלקוועי עט בארנס ענד נאויבל " וועט ערמעגליכן אז איר זאלט פין דערהיים קענען נאכקוקען די אינפארמאציע וואס איר ווילט זעהן.

די גאנצע וואס איר וועט דארפן טוען איז. פשוט; אריינלייגן אינעם אדדרעס באר די ווערטער " EWALKWAY@BARNESANDNOBLE " אין די ZIP CODE אין ווינדער איבער ווינדער, די סיסטעם וועט איך אריינפירן צי די נענטסטע סטאר אין אייער געגענט!!"

איר וועט נישט גלייבען וואס איר זעהט " דריקט זיך אויס 'מורפי' פון די הויפט ערפינדער פונעם פלאן. איר וועט קענען ארימשפאצורן אינעם סטאר ממש ווי איר וואלט ווען דארט געווען אין ווירקליכקייט!!! איר וועט קענען אראפ נעמען א בוק פון שעלף אין עס אויפמישען צו וועלכן בלעטעל איר ווילט אין ליינען ווי גלייך איר זענט ווען געהעריג דארט אויפן פלאץ !!

" איר וועט ממש קענען געבען א שטיפ פאר איינעם וואס וועט אייך שטיין אין וועג, !! " האט זיך אויסגעדריקט ' מרס. קלארעקס ' א רעפארטערקע פאר די פירמע.

די צוויי קא-אינשענירן ' טייד & בליטש ' האבן אפילו ציגעלייגט " מיינט נישט אז ס'עטציך עפעס אזוי גרינג קענען שטיפן מענטשען, נאר דאס פעלט זיך אויס אין די פירמע וועט קענען גיין אויפן זעלבן וועג ווי אסאך גרויסע פירמעס זענען געגאנגן במשכ'ן לעצטן יאר, נעמליך ' באנקראט ', די פירמע האט אריינגעלייגט אסאך כוחות אז אפילו דער וועם מ'האט א שטיפ געטאן זאל אייך אויך קענען צוריק שטופן !! "

" די הויפט ציל פון די פירמע מיט די נייע סיסטעם איז - האט געזאגט איינער וואס האט געבעטן צו בלייבן אנאנים - אז ווי גרינגער מענטשען וועלן קענען ציקימען צי די סטארס פון ארים די וועלט אלץ מער וועלן מענטשען קויפן, ווייל זיי וועלן נישט זיין געצווינגן צו קויפן אויפן פלאץ, נאר ליבערשט עס קענקן איבערטראכט'ן אין אויך ווי פארשטענדליך זעהן א גרעסערן אויסוואל פון ביכער וואס קען זיין אינטערסאנט פאר זיי "

די פירמע האפט אז מיט די נייע פרישע ערפינדונג וועלן זיי אריינבאקומען מער קאסטומערס, אין פארשטייט זיך אז דאס מיינט מער..... "" געלט !!! ""

די פירמע האפט צי ענדיגן די ארטיקעל..... הופס די צוגרייטונגען פון די נייע סיסטעם אזוי פרי ווי( איך וועל זיך דערוועקן ?? ) אין 2018.6 !!

סטעי טונא..
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

רעפובליקאנער באשולדיגן אבאמא אין האיטי ערדציטערניש


וואשינגטאן. – נאך וואכן פון שטילקקייט, פרובירנדיג צו זיין פאטריאטיש און נישט קריטיקירן דעם פרעזידענט אין אמט, קענען די רעפובליקאנער מער נישט באהאלטן זייער אויפברויז אויף פרעזידענט אבאמא און זיי באשולדיגן אים אין דירעקט צוברענגען די האיטי בלוט באד.

ווי עס איז שוין באקאנט פאר יעדן, זענען טויזנטער אומשולדיגע נעבעך אומגעקומען נאכדעם וואס די טעראר ארגאניזאציע "ערד" האט דורכגעפירט א מאסיווע אטאקע אין האיטי, דורכן שיקן עטליכע פון אירע מיטגלידער אויף זעלבסטמארד אפעראציעס.

די אטאקע אין האיטי האט באקומען דער שוין-היינט-טרויעריג-בארימטער-צונאמען "ערדציטערניש" על שם די טעראר גרופע וועלכע האט דורכגעפירט די אטאקע.

דער פרעזידענט איז טאקע ארויסגעקומען און פארדאמט די ארגאניזאציע "ערד" פאר זייערע גרוילליכע אקטן און ער האט אפילו גערופן די אמעריקאנער בירגער צו געבן געלטער פאר הילף אין האיטי, אבער רעפובליקאנער זאגן אז ער האט גענצליך איגנארירט דער פאקט אז זיין אדמיניסטראציע איז גאר שטארק שולדיג אין צוברענגען די אטאקעס.

"דורכן געבן צופיל אויפמערקזאמקייט פאר די שירעם-טעראר-גרופע 'ערד-אנווארעמונג', -זאגט מיטש מעקאנעל, רעפובליקאנער מינאריטעט פירער אין קאנגרעס- האט די אבאמא אדמיניסטראציע פארפעלט עטליכע שאנסן צו לייגן א האנט אויף עטליכע הויכראנגיקע 'ערד' מיטגלידער און דאס האט צוגעברענגט אז זיי זאלן קענען דורכפירן די האיטי אטאקע אומגעשטערט".

די רעפובליקאנער האבן אויך שארף קריטיקירט אבאמא פארן נישט וועלן אנרופן די האיטי בלוטבאד מיטן נאמען "טעראר" און אנשטאט האט ער זיך באניצט מיטן וואולגארן טערמין "ערדציטערניש".

וויצע פרעזידענט ביידען האט, מיט זיין לויז מויל, זיך טאקע ארויסגעכאפט און עטוואס מודה געווען אין די אדמיניסטראציע'ס פארפעלן אויפצוכאפן סיגנאלן פון די האיטי טעראר אטאקע. אין א אינטערוויו דעם זונטאג אויף "פאקס ניוז" האט ביידען זיך אויסגעדריקט: "די ערד טעראר גרופע איז פאקטיש אזוי צעשפרייט איבער די גאנצע וועלט, ווען איך גיי אויפן גאס שפיר איך ווי זיי דרייען זיך מיר אונטער די פוס".
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

פאר די וועלכע האלטן מיט טעכנאלאגישע נייעס

אין ליכט פון עפל'ס נייע "איי-פעד":
אינערליכע אינפארמאציע ארויפגעשווימען איבער סטיוו דזשאבס'ס נאכט איידערן פארעפנטליכן דעם איי-פעד


קופערטינא, קאליפארניע. – פרישע און גאר אינטערעסאנטע דעטאלן איז ארויפגעשווימען איבער וויאזוי סטיוו דזשאבס –דער אייגענטומער פון די עפל פירמע- האט פארברענגט די נאכט איידער ער איז אויפגעטרעטן ביים גרויסן קאנפערענץ און פארפענטליכט פארן פובליק דעם נייעם רעוואלוציאנערן "איי-פעד".

אט ליינט די דעטאלירטע באריכט פון סי ען ען:

דזשאבס איז זיך געזיצן ביי זיך אין ליווינג רום, ווען ארום האלבער נאכט, כאפט ער זיך ביים קאפ אז מארגן איז דער גרויסער טאג וואס ער דארף ווייזן פארן פובליק דער נייער "איי-פעד" קאמפיוטער, און עס כאפט אים אן א ציטער. ער האט דאס נאך אפילו נישט אנגעהויבן צו מאכן! ער האט אינגאנצן פארגעסן דערפון!

נישט האבנדיג קיין ברירה, האט דזשאבס באשלאסן אויפצובלייבן א גאנצע נאכט און פרובירן אויפצוקומען מיט עפעס. "נו, מאך שוין עפעס דארטן, סטיוו, נו, טראכט! געב נישט אויף!" האט דזשאבס ווי גערעדט צו זיך אליינס פון גרויס אנטוישונג.

"אךךךך! נו, דו פארלירסט צייט, דו קלאץ קאפ!" האט דזשאבס'ס קול אפגעהילכט אין זיין ליווינג רום, ווען ער האט געזען אז דער זייגער קלאפט שוין נאך האלבער נאכט.

דאן איז זיין בליק געפאלן אויף א שאכטל מיט אלטע אפגעניצטע "איי-פאדס" וועלכע זענען געלעגן אין א שאכטל אינעם ווינקל. "פשי הא! ביזט דאך א דזשעני! ביזט דאך געוואלדיג!" –האט דזשאבס זיך אויסגעלויבט, ווען די איינציגסטע עדות דערצו זענען די פיר ווענט פון זיין ליווינג-רום.

ער האט פארזיכטיגע גענומען א הארטן פלאסטיק טעצל און צוגעקלעבט דערצו 6 איי-פאדס איינס נעבן צווייטן. "אה, יע! דאס וועט ארבעטן!". מיט זיין ספעציעלען פעדער האט ער אויפגעשריבן אויפן אנדערן זייט טעצל דאס ווארט "איי-פעד" און ארויפגעקלעבט א סטיקער פון א געביסענעם עפל, "אה, איך בין גינ-גאלד!"- האט ער זיך געשפיגלט אין זיין פראדוקט.

סטיוו האט זיך שוין געוואלט גיין לייגן, ווען ער האט זיך פלוצלינג געכאפט אז זיין רעדע איז צו קורץ. ער האט זיך שנעל צוגעזעצט צום קאמפיוטער און געלייגט 4 ספעיסעס צווישן יעדע ווארט, עס צו מאכן לענגער...

א בארואיגטער, האט זיך סטיוו דזשאבס אנגעלאנט פאר א קורצן דרעמעלע, צום מארגנדיגן גרויסן טאג...

(גענומען פונעם עכטן ציבעלע: theonion.com)
אטעטשמענטס
דער איי-פעד
דער איי-פעד
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

מאיאנעיז און פאסטראמי אפגעקויפט מיטעלסטע שטאקן פון "סענדוויטש וואלקן-קראצער געביידע"


נעכטן שפעט זונטאג אויפדערנאכט איז ענדליך געשלאסן געווארן דער לאנג-ערוואטעטער מקח, אויף וועלכע ריעל "עס"טעיט אינוועסטירער קוקן שוין ארויס עטליכע מינוטן, ווען מאיאנעיז און פאסטראמי האבן ענדליך מסכים געווען אפצוקויפן די מיטעלסטע שטאקן פונעם "סענדוויטש" וואלקן-קראצער געביידע, וועלכע שטייט מיט פראכט אין לאוער-מאנהעטן, און זיי האבן זיך תיכף אריינגעצויגן אין די נייע אפיסעס.

היינט אינדערפרי קומען פריידיגע באריכטן אז מאיאנעיז און פאסטראמי, די צוויי ריעל "עס"טעיט פירמעס מיט שווערע הונדערטער קאלאריען אין זייערע קאסעס, האבן זיך גאר באקוועם איינגעגעסן אין די נייעס אפיסעס.

אינוועסטירער זענען אין די לעצטערע פאר מינוטן געווען גאר נערוועז, זעענדיג אז די מיטעלסטע שטאקן פונעם פאפולערן "סענדוויטש" וואלקן-קראצער [אויך באקאנט מיט איר צונאמען "בורדזשע-דערביי", אדער ווי מאנכע ציניקער זאגן "גרעפּטשע דערביי"] בלייבט ליידיג.

פארשטייט זיך אז די פירמע וועלכע האט אנגעפירט מיטן בויען די געביידע, האט נישט געוואלט אננעמען סיי וועמען, נאר זי האט געוואלט עס זאל טאקע זיין אזעלכע טענענטס וועלכע פארמאגן שווערע הונדערטער קאלאריען אין אינוועסטמענטס.

נאכמער איז געשטיגן די אנגעצויגנקייט, ווען די אויבערשטע און אונטערשטע שטאקן זענען בלויז באשטאנען פון עטליכע פון די אריסטאקראטישע "זעמל" פאמיליע, וועלכע האבן נישט עכט קיין גרויסע געלטער; זיי זענען בלויז אויפגעבלאזענע קארגע פארשוינען.

ארכיטעקטן האבן אויך געווארנט אז די מיטעלסטע שטאקן טארן נישט בלייבן ליידיג, ווייל צוליב די הויכקייט פון די געביידע מוזן אלע שטאקן זיין פול און אויב ווערן נישט די מיטעלסטע שטאקן פול, וועלן די פארדינגער פון די אויבערשטע און אונטערשטע שטאקן –נעמליך די זעמל פאמיליע- זיך מוזן צוזאמרוקן אין דערנעבנדיגע שטאקן, וואס דאס האט שוין נישט געשמעקט פאר די בעלי בתים און אינוועסטירער פונעם געביידע.

דעריבער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד און עקסטאז אז די צוויי גאר רייכע פירמעס, מאיאנעיז און פאסטראמי, האבן איינגעשטימט אפצודינגען די מיטעלסטע שטאקן.

די טרעקלעך האבן תיכף אנגעהויבן אריינצוברענגען די חפיצים פון "פאטסראמי און מאיאנעיז" אין די סענדוויטש געביידע, ופני "עס עפעס" חפוי...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ראש לימבאו פאר פרעזידענט.


אין זיין טעגליכע אדרעס האט דער קאנטערוואטיווער טאלק שאו האוסט "ראש לימבאו" געמאלדן אז ער הייבט יעצט אן א קאמפיין פאר די 2012 פרעזידענטליכע עלעקשאנס, וואו ער קלערט צו לויפן אויף די רעפובליקאנע ליניע. ער טענה'ט אז די קארופציע און אום מאראלישקייט קעגן וועלכע ער שרייט כסדר זענען הימל שרייענד, און ער וועט לויפן אויף א פאדיום פון "פיקס די ווארלד".

צווישן זיינע ווערטער האט ער געזאגט אז די רעפובליקאנער זענען געווען זייער אפגעשוואכט ביים לעצטן קאמפיין, דעריבער האבן זיי פארלוירן, ער האט אויך תערומות אז מ'האט גענומען אזא קאנדידאט ווי מ'קעין, וועלכער האט נישט געקענט געווינען קעגן אבאמא. "אין מיין אדמיניסטראציע וועל איך איינשטעלן א גלייכבארעכטיגקייט צווישן די רעפובליקאנער און די רעפובליקאנער" האט ער געשריגן צו די אפלאדיסמענטן פון טויזענטער צוהערער "איך וועל פירן א קאמפיין וואס וועט זאגן "יעס ווי קען, יא מיר קענען געווינען", ער האט אויך אויסגענוצט זיין רעדע אראפ צו רייסן אבאמא'ס פאליסיס.

לימבאו האט נישט געוואלט געבן קיין סאך סטעיטמענטס פאר די פרעסע, אויף די פראגע צו ער וואלט גענומען סארא פעילין פאר וויצע קאנדידאט האט ער געענטפערט "זי איז א שטארקע קאנדידאט, אבער צו קאנסידערן א וויצע פרעזידענט איז נאך דא צייט", פאר א צווייטן האט געענטפערט "ערגער ווי ביידען קען זי שוין נישט זיין...", פון אנדערע קוועלער הערט מען אז ער וויל נעמען מיטש מעקאנעל פאר וויצע פאר וויצע, א זאך וואס לויט ווי א קראנטע נייעס קוואל זאגט קען דאס אים ברענגען די נויטיגע רעזולטאטן, אנדערע קאנסידערן גאר זיין קאלעגע מייקל סענדוויטש פאר וויצע.

דערווייל האט ער געעפנט א ריזיגע קאנמפיין קאסע וואו ער ווערט באגאסן מיט מיליאנען פון די רעפובליקאנער וועלכע ווילן זיך ענדליך הייבן די קעפ און האבן א ריכטיגן קאנסערוואטיווער פרעזידענט, וואס לויט שאצונגען איז נישט דא אזא שטארקע קאנסערוואטיווער ווי ער...

אבאמא האט נאך דערווייל נישט געגעבן קיין סטעיטמענטס, אבער פרעזידענט בוש האט אים גראטולירט.


בלייבט נאר איבער צו זען וואס אלבערט וועט זאגן אויף אים די וואך... ימים ידברו.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

איינער טויט, עטליכע פארוואונדעט נאכדעם וואס אבאמא'ס גינסטיגע ראטעס טראסקענען


מאסן טשו-טשוס. – אין א שאקירנדע טראגעדיע וואס האט פאסירט, איז א יונגער מענטש אומגעקומען, און אזויפיל ווי 11 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס די גינסטיגע ראטעס פונעם אמעריקאנעם פרעזידענט פאלט אן אויפהער.

"כ'האב געזען די מענטשן שפאצירן רואיגערהייט אונטער די פארפעסטיגטע אנקעטעס, און עס האט אנגעהויבן פאלן אזוי שנעל און אזוי פלוצלינג אז כהאב אפילו נישט געהאט א שאנס זיי צו לויפן און ווארענען" –האט א צושויער דערציילט פארן צוויבל.

טראץ וואס עס האט נאכנישט אויפגעהערט טראסקענען, האבן אבער די אויטאריטעטן פארזיכערט דאס ארט און מען האפט אז קיינער וועט מער נישט געשעדיגט ווערן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

גייטנער ווייזט צוריק געבעטן אראפצוקומען פונעם קעפיטאל געביידע קופאל


וואשינגטאן. - אין די טעג הערשט א שטארקע כאאס אין וואשינגטאן, נאכדעם וואס טרעזשורי סעקרעטאר טימאטי גייטנער איז ארויפגעקראכן אויפן קופאל אינעם קעפיטאל געביידע און אנטזאגט זיך אראפצוקומען, טראץ די אומאויפהערליכע געבעטן פון פירער פון ביידע פארטייען.

גייטנער איז ארויפגעקראכן דארטן צו פראטעסטירן און ארויסווייזן זיין שטארקע דעפרעסיע, נאכדעם וואס איבער גאנץ אמעריקע טוט מען אים כסדר באשולדיגן אז ער האט נישט גענומען די נויטיגע שריט צו פאררעכטן די פינאנציעלע קריזיס און אפשר אפילו צוגעגעבן און דאס ערגער געמאכט. אין א בריוו וועלכע ער האט אראפגעווארפן פונעם קופאל, דרוקט זיך גייטנער אויס אז ער "האט שוין געהאט גענוג און קען מער נישט פארנעמען די פרעשור און נעגאטיווע קריטיק אין זיין ריכטונג".

עס איז דערווייל נישט קלאר וויאזוי ער איז ארויפגעקראכן צום שפיץ פונעם קופאל, אבער עקספערטן זאגן אז ער האט ווארשיינליך אויפגעהויפנט הויפענעס דאלארן און ארויפגעקראכן.

פרעזידענט אבאמא איז פערזענליך אראפגעקומען צו זען די סצענע פונדערנאנט און ער האט מיט א מיקראפאון (און א טעלעפראמפעטער? נישט קלאר...) ארויפגעשריגן צו גייטנער אז ער זאל זיך "אויפהערן משוגע מאכן און אראפקומען". ווען גייטנער האט געאנטווארט אז ער האט מורא אראפצוקומען ווייל דער פרעזידענט וועט אים באשטראפן, האט אבאמא אים פארזיכערט אז מען וועט אים גארנישט טון, "אפילו א ציפ וועט מען דיר נישט געבן" -האט דער פרעזידענט צוגעזאגט מיט א בעטנדיגע שטימע.

אויך האבן עטליכע רעפובליקאנער און דעמאקראטן פונעם סענאט אונטערגעשריבן א אומפארטייאישע געבעט צו גייטנער און דאס ארויפגעשאסן צו אים, בעטנדיג אז ער זאל אראפקומען. מיטש מעקאנעל, דער רעפובליקאנער מינאריטעט פירער אינעם קאנגרעס האט געזאגט אז דאס איז א "געפערליכע פאסירונג און ביידע פארטייען דארפן ארבעטן אין א געמיינזאמען כוח זיכער צו מאכן אז גייטנער זאל אראפקומען פונעם קופאל געזונט און אומגעשעדיגט.

דערווייל איז נאכנישט קלאר וויאזוי מען וועט ארויפשיקן עסנווארג און וואסער צו גייטנער -וואס ער דארף האבן וויכטיג איבערצולעבן. מען האט צוערשט געקלערט פון עס ארויפשיקן דורך א ספעציעלער גארטל, אבער דאס איז שנעל אפגעווארפן געווארן דורך די אויטאריטעטן, צוליב די געפאר אז גייטנער וועט נוצן דעם גארטל אלס זיין זעלבסטמארד וועסטל...

שנישט-מיינס ווען-איז-וואסער בטוי'ס-אר-אס טובות
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

עסצייג פירמעס וועלן צולייגן א פינפטע שטעכער צום גאפל


פרעסטאון. - מיט פרייד האבן די איינוואוינער אויפגענומען די לאנג ערוואטעטע גוטע נייעס, אז די עסצייג פירמעס הויבן אן איינצוזען די וויכטיגקייט פון צוצולייגן א פינפטע שטעכערל צום גאפל, כדי צו פארגרינגערן דאס עסן פאר די מענטשהייט.

שוין לאנגע יארן וואס די איינוואוינער אין פרעסטאון האבן פרובירט צו איבערצייגן די עסצייג פירמעס די וויכטיגקייט פון מאדפיצירן די גאפלעך צו 5 שטעכערלעך אנשטאט די ביז יעצטיגע בלויז 4 שטעכערלעך, אבער עס האט גארנישט געהאלפן.

דער צוויבל האט געהאט א עקסקלוסיווע אינטערוויו מיט א פרעסטאונער בירגער, אין וועלכעס יענער האט דעטאליזירט אינטערעסאנטע פאקטן איבער די גאפל-קאמף מיט די עסצייג פירמעס. א גרופע האט דורכגעפירט א לענגערע אויספארשונג אין דער ענין און געפינען אז וואס מער שטעכערס די גאפלעך וועלן האבן, אלס מער וועט דאס הייבן די עקאנאמיע.

א דורכשניט פון 68 פראצענט מענטשן וועלכע מען האט געגעבן צו עסן א טעלער פלייש מיט א גאפל פון פינף שטעכערס, האבן דאס געענדיגט אין 12 מינוט, דאקעגן האבן בלויז 46 פראצענט פון די וועלכע האבן געגעסן מיט א 4-שטעכערל-גאפל געענדיגט אין אזא קורצע צייט, וואס דאס האט זיי אוועקגענומען צייט פון די ארבעט און זיי האבן פארלוירן געלט אין די צייט.

אלזא ווערט יעצט אויפגענומען מיט אומגעהויערע פרייד די בשורה אז א 5-שטעכער-גאפל איז נישט קיין ווייטע רעאליטעט, ווען די פירמעס האבן זיך שוין געבראכן און די פראדוקציע פון די נייע גאפלעך וועט זיך אנהייבן בקרוב.

ליהודים היתה גאפל...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
פייביש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייביש »

מאשקע האט געשריבן:
איבערבלייבענישן פון "פייביש" אנטדעקט נעבן קוטב הצפוני


מיט גרויס ווייטאג האט די שלעכטטעיגע ארגאניזאציע "אמת של חסד" געמאלדן, אז נאך עטליכע וואכן פון זוך-אקציעס איז ענדליך אנטדעקט געווארן דאס געביין פון דעם ביי-אלעמען-באליבטן "פייביש", וועלכער פלעגט מיט זיין "מיסטער פאנטייטען" שמייכל אויפלעבן טויזנטער אידן במשך לאנגע וואכן.

"יבוא בעל העורה ויכלה את קוציו", האט זיך געלייענט דאס קעפל אויפ'ן "עס און פרעס רעליעס" פון די ארגאניזאציע.

נאכדעם וואס די גאנצע אידישע וועלט (נישט די ניק?) איז געווען פארמישט מיט'ן זוכן פייביש, ס'איז געווען שימל און בערד און פייביש, איז ליידער אויפגענומען געווארן די בשורה הלא טובה, אז די קאמאנדאס האבן אנטדעקט דאס געביין פון פייביש ז"ל הי"ד, אן קיין שום סימן פון לעבן.

דאס קערפער פון פייביש איז שוין ליידער געווען אינגאנצן ארויס פון מענטשליכן פארמאט, עס איז פארבליבן בלויז א סקעלעטאן פון ביינער. א מזל האט מען געהאט אז פייביש פלעגט זיך שטענדיג ארומטראגן מיט א פינעווער אין טאש, אזוי האט מען אים גרינג געקענט דערקענען.

"ווען נישט דעם "פייוו" דאלער ביל, וואלט מען קיינמאל נישט געוואוסט וואו "פייביש" געפינט זיך", האט זיך אויסגעקוועטשט איינער פון די ווארט-פרעגער.

ומחה ה' דימפל מעל כל פייביש. ונאמר המן.


ס'הייבצעך נישט אן, כ'לעב און כ'לאך ב"ה.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

134 יעריגער מאן אנטפלעקט געהיימעניסן איבער זיין לאנג לעבן

לעבנסוויהל. - פאר יארן לאנג איז דער דזשעיק אלטמאנאוויטש -דער עלצטער מענטש אויף דער וועלט- די טעמע פון פילע דאקטוירים און פראפעסארן, וועלכע שטודירן זיין דייעט און לעבנס סטיל, צו דערגיין וואס עס האלט אים ביים לעבן אזוי לאנג און וויאזוי ער איז- טראץ זיין טיפע עלטער- אין א גוטן געזונט צושטאנד וואס מען זעהט זעלטן.

אצינד נעמט מען אויף מיט פרייד דער גוטער אנזאג אז אלטמאנאוויטש האט אין א עקסקלוסיווע אינטערוויו מיטן צוויבל אנטפלעקט זיין סוד וויאזוי ער לעבט אזוי לאנג און איז אזוי געזונט און פריש.

אט איז וואס ער דערציילט:

"ווען איך בין אלט געווען ארום 18 יאר, האב איך געווינען די לאקאלע לאטערי אין לעבנסוויהל. דאס איז געווען אין די ווערד פון 1500 דאלער. א געוואלד געלט פאר א מענטש אין אזא יונגן עלטער ווי איך בין דאן געווען."

"דער געווינס האט מיר געטוישט מיין לעבן, אין אלע הינזיכטן. ערשטנס האב איך געהאט א גרויסע סומע געלט און כ'האב באקומען א געוואלד מיט נייע פריינט וועלכע האבן אלע געוואלט שלעפן מויצקעס פון מיין געלט, און אויך האב איך גענאסן פון א שטארקע אויפמערקזאמקייט פון די לאקאלע פרעסע, וועלכע האבן אלע גערעדט צו מיר און מיר געגעבן פולסטע אטענשאן."

"אבער אויסער דעם, האט דאס אויך געברענגט אז איך זאל היינט צוטאגס אויך זיין שטארק פאפולער, און נאכמער, טאקע צוליב יענעם געווינס, זיץ איך יעצט דא מיט דיר אינעם צוויבל אינטערוויו!"

דאס האט פאסירט, ווען איינע פון די לאקאלע צייטונגען האט באריכטעט מיין לאטערי געווינס אויף זייער פאדערשטער זייטל, אבער זיי האבן געמאכט א קליינעם טעות. אנשטאט שרייבן 18 יעריגער מאן געווינט לאטערי האבן זיי געשריבן 80 יעריגער מאן געווינט לאטערי..."

"מיר האט שטארק געשמעקט דער טעות, און אנשטאט גיין און איינמעלדן פאר די ארויסגעבער פונעם צייטונג איבער זייער פאטאלע טעות, האב איך איינגענומען א שטילשווייגעניש, און אזוי זיץ איך יעצט דא 54 יאר שפעטער און מען האלט מיט מיר אפ אינטערוויוס אלס דער עלצטער מענטש אויף דער וועלט!

...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

גרויזאמער האט געשריבן:אבאמא: נר מצוה כשרען סעט איז טייל פונעם בעילאוט.

וויליאמסבורג - אין אפריל האט די סעילס פון נייע הייזער ווייטער דראסטיש געטראסקעט, גענוי ווי די פריערדיגע מאנאטן בעפאר. דאס האט פאראורזאכט אז קיין ציגל צו כשרן איז מער נישטא פאר קיין רפואה. נישטא קיין נייע הייזער, איז נישטא קיין ציגל.

בענזאם איז די סעילס פון די נר מצוה כשרן סעט ארויף אין די הויכע ציפערן, וועלכע קומט אלץ א דירעקטע רעזולטאט פון די רעדוצירטע ריעל עסטעיט מארקעט.

אבאמא נעמט דער קרעדיט פאר זיך אז זיין בעילאוט איז ספעציעל אויסגעבויט אראפצוברענגען ריעל עסטעיט, און ארויפשלעפן פרישע ערפינדענע אינדוסטריעס. און די כשרן סעט איז פון זיינע הויפט סטראטעגיעס, וואס לדעתו וועט דאס זיין דער מכה בפטיש ארויסצושלעפן די עקאנאמיע פון זומפ.

פארט זאגט ער איז וויליאמסבורג א צענטראלע ריעל עסטעיט מארקעט, וועלכע איז נישט נאכגעשלעפט געווארן נאכן אלגעמיינעם קראך, דעריבער גלייבט ער אז דארט וועט ער האבן א שווער פעלד, ווען אינגעלייט וועלן אפירזוכן שטיינער פון נייע הייזער.

הילערי קלינטאן טענה'ט אבער אז זי זעהט מער נישט קיין נייע הייזער אין וויליאמסבורג, און די הויכע ריעל עסטעיט מארקעט איז בלויז צוליב די שטיינער, און די שטיינערנע הייזער, און די שטיינערנע הערצער פון לענדלארס.

ווידעראום די רעפאבליקאנער טענה'ן אז די לעבנסטאנדארט אין וויליאמסבורג איז געזעצליך, און זיי מעגן טוען מיט זייערע באנוסעס וואס זיי ווילן, און מען קען נישט צווינגען קיינעם צו קויפן א כשר'ן סעט. "זאלן זיי זיך בויען נייע הייזער מיט זייערע מיליאנען דאלארן וועלכע זיי באקומען פון הימל בעפאר'ן חתונה מאכן די קינדער, און אויטמאטיש וועט זיין שטיינער".

די צער בעלי חיים גרופעס זענען קעגן דעם גאנצן כשר'ן בעילאוט פלאן פון אבאמא, זיי טענה'ן אז די ווערים אין די וואסער מאכן מיט שוידערליכע פייניגונגען בשעת די וואסער באבעלט, און נאכמער ביים זיך אפבריען פונעם געגליטן שטיין.



היי יאר איז מאן דכר שמיה, פשוט נישט צום געפינען א ציגל אין גאנץ וויליאמסבורג
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

די איי אר עס און געיעג נאך די לעצט-פארבליבענע קרעטשמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

האריזאנט, הרי קארפאטען- מיט אבנארמאלע נייגער און מיט ביטערע אנגעצויגענהייט פאלגען די קארפאטען איינוואוינער נאך די מאסיווע געיעג וואס איז אינטערגענומען געווארען דורעך די איי אר עס מיטן ציהל צו כאפען דער לעצט-פארבליבענע מאשקע אויף דער פריי.
ווי אינערליכע באריכטען פון די אגענטור געבן איבער איז אנגעקומען צו די איי אר עס קראנטע אינפארמאציע איבער א מאשקע-קרעטשמער וואס האט שוין -גענוי ווי אלע מאשקעס- פארפעלט צו באצאלען די לעצטע פאר חדשים די מאנאטליכע ראטע פארן גובערנאטאר(פארשטייט זיך אז אלע האבען דעם זעלבן לעכערליכע תירוץ- די שווערע ווינטער זאווארוכעס), און אנשטאט וואס ער זאל זיך געפונען אונעם ארט וואס איז רעזאווירט פאר מאשקעס אין אזאלעכע אומשטענדען, נעמליך: א טונקעלן גרוב און עסן די שוין פון לאנג-באשטומטען מאשקע-מעניו: טרוקען ברויט מיט וואסער, דרייט זיך נאך מאשקע דינן ארום פראנק און פריי צוזאמען מיט זיין ביסל האב און גוטס 
לויט ווי א ספעציעלע ביילאגע אונעם"דער פריץ" באריכט איז דער געיעג, די סאמע גרעסטער און מאסיווסטער וואס די איי אר עס האט נאר אמאל אינטערגענומען אין דער לאנגע היסטאריע פון ראטע-פארפעלענדע-מאשקעס, עס איז צום האפען אז די מאדיארען ווייסן וויאזוי אפצושאצען אזא שווערע אינטערנעמונג און וועלן ארויס ווייזען שטיצע
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”