די אידישע צוויבל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

די אידישע צוויבל

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 23, 2009 1:27 pm

פאר קאמענטארן און הערות אויף "די אידישע צוויבל" דריקט דא

ווער עס האט שוין געהערט פון "the onion" איז גוט, און ווער נישט זאל עס נאכזוכן אויפ'ן געוועב.

אלזא, האב איך באשלאסן צו מאכן א צוויבל אויף אידיש. דער ציל איז צו באריכטן נייעס וואס האבן אפשר געקענט געשען, מוז נישט זיין, אבער ס'איז זיכער אז ס'איז נישט געשען. די נייעס דארף ווערן באריכטעט מיט אן ערנסקייט, ווי ס'פאסט פאר קרעטשמע זיצער.

איך וועל זיין דער מתחיל במיטסווע, כדי מ'זאל כאפן פון וואס די רעדע איז.

*

ענגלישע טיטשערס אין מוסדות התורה באזארגט איבער טעקסט מעסעדזשעס


ענגליש, חדר. - די ענגלישע טיטשערס פון די היימישע מוסדות אין גרעיטאר ניו יארק האבן אויסגעדרוקט זייער זארג און ווייטאג, איבער דעם פלאג פון טעקסט מעסעדזשעס וואס האט זיך היינט אריינגעכאפט ביים יוגנט.

די טיטשערס זאגן אז זינט די תשב"ר האבן באקומען סעליולער טעלעפאנען פון זייערע עלטערן, איז אים זייער שווער צו וויסן וועלכעס קינד ס'קען יא דעם ענטפער אויף 2+2 און ווער נישט, ווייל קינדער שיקן זיך טעקסט מעסעדזשעס מיט'ן ריכטיגן ענטפער.

"דאס שטערט מיך שטארק מיט'ן עדיוקעישאן", זאגט מר. שלמה לעבאוויטש, א טיטשער אין איינע פון די מוסדות וואס וויל בלייבן אנאנים. "אין מיינע צייטן איז דאס נישט געווען."

לויט ווי אנאליסטן זאגן, רופט זיך אפ דער פראבלעם אויך אין די עלטערע יארן, ווען די קינדער ווייסן נישט וויאזוי אויסצולייגן די ענגלישע ווערטער ביים שיקן א טעקסט מעסעדזש, און דער גאנצער חינוך וואס מ'האט אין זיי אריינגעלייגט ווערט פארלוירן.

די ענגלישע מחנכים האבן געוויזן אויפ'ן טעלעפאן פון א 22-יעריגער יונגערמאן, וועלכע איז געווען פול מיט מעסעדזשעס ווי tnx, u 2, K, tank u, pleze sand me a tchek, were are yo?, i leave in wilamsburk, the bos foort shoin, you are coming to the veding, און נאך און נאך.

"דאס ביסל ענגלישע ווערטער וואס די קינדער האבן זיך שוין ענדליך דערלערנט אין חדר, ווערט אינגאנצן פארדרייט, ממש נישט צום דערקענען", האט געזאגט ראביי פילטשיג, א לאנג-יעריגער טיטשער אין חיידער. "דאס מוז זיך אפשטעלן, און ווי פריער אלס בעסער".

שומר פיו ולשונו, שומר מטעקסט נפשו.
לעצט פאראכטן דורך מאשקע אום זונטאג ינואר 23, 2011 11:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
An article a day keeps the babies away

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » מאנטאג מארטש 23, 2009 2:04 pm

וועלט איבערראשט פון טעמעיטעס שטארקייט


צוויבל. - דער וואונדער שטייגט, און די באהאלטענקייט ווערט מער און מער פארדעקט, איבער דאס געהיימניס ווי אזוי דער טעמעיטע האט אזא שטארקע איינפלוס איבער די גארער וועלט, און איר קענט היינט שוין נישט געפונען סערווירן א מאלצייט אן א טעמעיטע.

אנגעהויבן האט ער גאר קליין, וואקסענדיג אינעם בעק יארד, און מען האט אים גענוצט אמאל אמאל, ווען מען האט געוואלט באפרידיגן די וועטשטעיבל חוב. אבער ווי א צייט שפעטער האט ער זיך מער און מער אריינגעריקט. געציילטע מאנאטן שפעטער, האט מען אים שוין געקענט טרעפן צושניטן, אויסגעמישט מיט שטיקלעך ברויט און שטיקלעך אייער, געבענדיג די נערונג פאר די קליינע.

וועלנדיג אריינקומען אין די מארקעט פון ערוואקסענע, האט ער געלאזט פון זיך מאכן "טעמעיטע דיפ", א מאכל וואס מען פארשטייט נישט ווי אזוי די וועלט האט געקענט באגיין אן דעם. פון דא און ווייטער איז שוין געווען ווי פאלג מיר א גאנג. ער האט זיך אריינגעריקט אין די פיצא ליניע, מאכענדיג זיכער אז ווער עס מאכט נאר פיצא, מוז צוקומען צו אים.

אמאל ווען מען האט געגעסן "מיעט באלס" איז דאס געווען פלייש. אבער היינט גייט דאס צוזמאען מיט טעמעיטע סאוס. זי מאכט לאקשן פאר נאכטמאל, מוז ליגן דערין טעמעטיטע סאוס. דאס זעלבע איז די לאגערן פון ארזא און פערפל. גיי סערוויר היינט פאר א קינד פערפל אן קעטשאפ? איך בין הונגעריג וועט ער ארויסשרייען פון זיין צימער.

זיין דורכברעכנדע סוקסעס איז צום שטוינען. עקספערטן זוכן צו דערגיין ווי עס שטעקט דער הצלחה. די עם.עי.עי. אגענוטר האט אויסגעדרוקט זארג,, אז אויב עפעס וועט שעדיגן די פרוכטבארקייט פון טעמעיטע, וועט דאס אפעקטירן די גלאבלע עקאנמיע.

היסטריקער פראבירן צו דערגיין, אויב ביי אחשוורוש'ס סעודה האט מען סערווירט טעמעיטע. עס מוז זיין, ערקלערט איינער מיט א פארקנייטשטע שטערן: וועגן דעם עסט מען פורים האליפצעס וואס איז געווייקט אין טעמעיטע דשוס, א זכר צו די טעמעיטע וואס מען האט סערווירט ביי סעודת אחשוורוש.

מען האט שוין אפגעשריבן געדאנקן איבער די גוטע מתנה פון באשעפער, וואס עס איז נישט צום באגרייפן די גדלות הבורא וואס ליגט אין יעדע פרוכם און וועטשטעיבל, וועלן מיר זיך צוזעצן צו מיין באליבטן "אניען סעלעט" און מאכן אן ערליכע ברכה : ברוך אתה ה' וכו' בורא פרי האדמה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 24, 2009 10:56 am

רבנים פארלאנגען "נאציאנאלע תחנון טאג"


ביי אן אסיפה לחיזוק הדת וואס איז פארגעקומען דורך די בארימטע "רבנים פאראיין פון חרדי'שן אידנטום והגלילות", האט איינער פון די רבנים אויפגעברענגט זארג, איבער דעם מצב פון תחנון וואס גייט ליידער מטה מטה.

דער חשוב'ער רב שליט"א האט אנגעוויזן אויף די פילע יארצייטן פון צדיקים פון איין זייט, און פון די אנדערע זייט די פילע שמחות וואס מערן זיך ביי אידן קע"ה, און ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט "דור הולך ודור בא", וואס אין אזעלכע טעג זאגט מען נישט קיין תחנון.

ווער רעדט נאך ווען ס'קומט צו א מאנטאג אדער א דאנערשטאג, קראצט מען אפיר פונעם לוח א יארצייט פון א צדיק, אפילו פון לעצטן דור, וואס בחייו וואלט ער מעגליך נישט געגאנגען צו אים זיך פראווען, אבער אויף דוחה צו זיין דעם תחנון איז ער פונקט גוט. גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם!

"מ'קען זיין א זעכצן יעריגער בחור, אבער אויב מ'פילעוועט נישט קיין תחנון ווייסט מען נישט אז ס'איז אפילו דא אזא זאך אינעם סידור!", האט דער רב אויסגעשריגן מנהמת לבו.

אנדערע רבנים האבן אויפגעברענגט דעם מעגליכקייט, אז אויב זאל דער מצב פון יארצייטן און שמחות אזוי אנהאלטן, וועט נאך ח"ו קומען א צייט וואס דער נייער דור וועט נישט וויסן וואס תחנון מיינט! אז א יונגערמאנטשיקל וועט זעהן ווי אן עלטערער איד לייגט זיך אראפ דעם קאפ נאך שמו"ע, וועט ער גיין רופן הצלה!

דערפאר זענען די רבנים געקומען צום מסקנא, צו שאפן דעם "נאציאנאלן תחנון טאג", וואס אין דעם טאג זאל מען אין אלע קהלות בישראל זאגן תחנון, אפגעזען צי עס איז דא א חתן, א יארצייט, א ברית אדער א יאגעדיגער בעל תפלה. אזוי וועט מען בעז"ה זיין פארזיכערט אז דער ענין פון תחנון ווערט נישט גענצליך פארגעסן פון כלל ישראל.

דער דאטום איז באשטימט געווארן אויף דעם ערשטן דאנערשטאג פון חודש תמוז, וואס דעמאלטס זענען נישט דא אזויפיל יארצייטן, ווי אויך זענען כמעט נישט דא קיין ברית'ן אין יענעם סעזאן, און אזוי וועט זיין גרינגער פאר'ן ציבור זיך צוצושטעלן צום "מעמד התחנון".

דער מעמד התחנון וועט איבעראל פארקומען ברוב עם הדרת מלך. גלייך נאך שמו"ע וועט זיך דער גאנצער עולם אינאיינעם נעמען קלאפן אשמנו, און דערנאך וועט מען זיך אראפזעצן, ארויפלייגן דעם קאפ אויפ'ן רעכטן האנט (די געלינקטע זאלן לייגן אויפ'ן לינקען האנט), און אינאיינעם זאגן "רחום וחנון". דערנאך וועט זיך דער גאנצער עולם אינאיינעם אויפשטעלן און זאגן די פסוקי "והוא רחום" און אזוי ווייטער, עד גמירא.

דער חרדי'שער אסעמבלימאן דוב הייקינד האט אויפגעשטעלט א ספעציעלע "טעסק פארס", מיט'ן היימיש-קלינגעדיגן נאמען "תחנון קאמיטע", וואס וועט אינעם באשטימטן טאג ארומגיין אין אלע בתי מדרשים און פארזיכערן אז די נייע תקנה ווערט אויסגעפאלגט.

עס וועלן אויך געדרוקט ווערן פון פאראויס ספעציעלע "תחנון זאגערלעך", וואס וועט אנטהאלטן דעם גאנצן סדר אמירת תחנון, וויבאלד רוב מענטשן ווייסן נישט אויף וועלכן ארט אין סידור דאס געפינט זיך. דער קונטרס וועט זיין צו באקומען יערליך ביי די מקוה-אידן פאר א צוגענגליכן פרייז, כדי מ'זאל נישט האבן קיין תירוצים אז מ'האט נישט געזאגט קיין תחנון צוליב די עקאנאמיע.

מרן די בשמיא לך מתחנינן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דינסטאג מארטש 24, 2009 3:48 pm

נייער מהדרין עראפלאן וועט פארמיידן פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות

FCC NY- אין די לעצטיגע טעג האלט מען אינמיטן ערצייגן א גאר נייער אויסטרעף אינעם עראפלאן ביזנעס, וואס איז א נייער אויסטרעף אין וועט העלפן אין אסאך געביטן אין ספעציעל נאך די לעצטיגע קראכן וואס קומען פאר איטליכע מאל א טאג, וואו מען ערווארט וועט דאס אסאך ארויסהעלפן אין דעם געבוט, אין אן אינטערוויא מיטן אינזשינער פונעם אויסטרעף האט ער ארויסגעגעבן אביסל מער פרטים פונעם געבוי.

דער עראפלאן וועט ווערן געבויט נער פון איין זיץ אין וועט זיין גאר פלעקסיבל אין מוועט זיך קענען באניצן מיט דעם זייער אופט, די מעלה איז אויך אז מ'וועט נישט דארפן לאנדען אין א עיראפארט אין ס'וועט פארמיידן די אלע עיראפארט קאטשקעס וואס מאכן כסדר פראבלעמען...

עס וועט אינהאלטן א זיץ שטייצעך, אין א סיטבעלט וואס מ'וועט נאר דארפן אנהאבן ווען א פאליס פארט דורך, ס'וועט זיין צוגעשטעלט א בלעקבערי פאר א נישטיגן פרייז, אבער ווי מהערט איצט איז דא א גרויסער קענגנערשאפט צום בלעקבערי פלאן וועגן מורה אז מוועט רעדן אינמיטן דרייוון אין דער גאנצער עראפלאן קען אנקומען אין האטסאן.

אויך וועגן די עירפאנס איז דא א גאנצער דעבאטע צו מען זאל עס געבן פאר פרי אין אזוי עס דערלייגן נאך יעדעס מאל וואס א איד פארט דערוף, אבער ווי ס'זעהט אויס וועט עס בכלל נישט זיין צובאקומען וועגן זארג אז מוועט הערן נאא.. די ראד.א.. נישט מער געדאכט...

אין יעצט וועגן דעם פליגל איז דא מאנכע וואס זאגן אז ס'פעלט נישט אויס ווייל יעדער מענטש האט דאך צוויי הענט אין ער קען דאס מאנוווערן, אבער געוויסע טענען אז ס'וועט אויסקוקט ווי א ענזשול (angel בלא"ז) אין ס'פאסט נישט, איז דאס גלייך אפגעווארפן געווארן אין מ'האט אפגעמאכט אז מגייט מאכן נאך א מיטונג..

די מעלה פון דעם איז קודם אז ס'וועט מער נישט זיין דעם פראבלעים אין פרעשאר פארן פארן, וואו גייט מען זיצן??? צו לעבן א פענסטער צו ביי א דורכגאנג??! צו אפשר גאר נעבן א נשוי.. אין וועט זיך אנהייבן א גענצער דעבאטע צו מעג מען מאכן חילול השם? יא טוישן נישט טוישן?.. אזוי אז יעדער עראפלאן וועט נאר זיין פין איין זיץ וועט מען שפארן דעם פראבלעים..

אין בעיקר אז אויב דאס וועט אראפקראכן וועט עטליסט נאר איינער אומקומען אין אפילו עס זאל פאסירן גאר אפט וועט דאס נאך אלץ זיין וויניגער ווי די ביז איצטיגע...

כן יאבידו כל אויביך השם...
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דינסטאג מארטש 24, 2009 4:35 pm

ארויסגעקומען לכבוד פסח: חמץ כשר לפסח


דער עולם רעדט זיך אפ איעדעס יאר פסח עקסטער אז מען קען נישט זאט ווערן, מען הונגערט אפ א גאנץ פסח, האט איינער פון די כשר'ע עסן קאמפעניס געמאלדן, (די נאמען איז געהיטן אין רעדאקציע), אז מען גייט ארויפגעבן א סינטעטישע חמץ וואס וועט זיין כשר לפסח, מיט א מהודר'דיגע הכשר (געהיטן אין רעדאקציע), כדי דער עולם זאל זאט ווערן, ווי נאר די נייעס איז ארויס האט מען עס אויפגענומען מיט א כוואליע פון פרייד, די קנאים האבן פארפירט דערקעגן די רבנים מישן זיך נישט אריין, ויאכלו ענבים וישבעו
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג מארטש 24, 2009 10:02 pm

פרעזידענט אבאמא: מיר זענען איין פאלק, איין ראסע!


אין צוזאמענהאנג מיט די קלא דמשתמעי וועלכע זענען ארום געגאנגען איבער פרעזידענט אבאמא, אז ער פלאנירט איבער צו דרייען דעם אמעריקאנעם קאנסטיטוציע, און מאכן אמעריקא פאר א קאמוניסטיש לאנד, איז דער פרעזידענט ארויס געקומען מיט א פרעסע קאנפערענץ, וואו ער האט געלאזט הערן גאר שטארקע סטעיטמענטס, צו פארשטערקערן דעם ערשטן אמדעמענט פון די יוניידעט סטעיטס.

"מיר גייען אין די וועגן פון דעם האנארעבל פרעזידענט לינקאלן" האט דער פרעזידענט טריאומפירט "וועלכער האט געשאנקען גלייך-בארעכטיגקייט פאר די ווייסע, גענוי ווי יעדן שווארצן בירגער אין אמעריקא, וואס דאס איז דער גרעסטער שטופ אויף פאראויס פאר די ערשטע אמדעמענט וואס איז געשריבן געווארן דורך דשארדש וואשינגטאן!".

"מען טאר נישט אראפ קוקן א בירגער צוליב זיין ווייסקייט" - האט דער פרעזידענט ממשיך געווען - "אלע זענען מיר איין פאלק, איין ראסע, א ווייסער בירגער איז פונקט אזוי חשוב ווי א שווארצער!".

דער פרעזידענט האט דאס געזאגט צוליב די לעצטיגע ראסיסטישע לאזונגען וועלכע גייען ארום אויף דעם ווייסן קאנדידאט, דשאן ווייטעוועניו, וואס האט אסאך צו ליידן צוליב זיין ראסע, נעמליך - ווייסקייט.

צו ווייזן זיין שטיצע פאר די ווייסע ראסע, האט אבאמא געמאלדן אז קומענדיגע וואך וועט ער אויפנעמען זיין ערשטן ווייסן געהילף אין שווארצן הויז.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג מארטש 24, 2009 10:15 pm

קדם ריבעיט פראגראם א מעכטיגער סוקסעס.


שטייענדיג א חודש נאך פסח, טוט די וועלט בארימטע פירמא קדם מעלדן מיט פאטאס אז די ריבעיט פראגראם איז נארוואס פארענדיגט געווארן מיט אויסטערליש גרויסע ערפאלג.
צוליב דעם פאמפע פון די ריבעיטס, האבן מיר רואיג געקענט הייבן די פרייזן אויף גרעיפ דזשוס און וויין זאגט מיסטער קנאקער פון קדם וויין פאבריק.
א ציילונג פירמא מיט ספעציעלע אויטאמאטישע מאשינן האבן טעגליך געציילט די אנקומענדע בריוו מיט ריבעיט'ס. פון גרעיטער נוא יארק איז אריין געקומען נאר פיר הינדערט און ניינציג ריבעיט צעטלעך, דערפון זענען אכט און אכציג געפסל'ט צוליב וואס עס איז נישט געקומען מיט אלע נויטיגע פארשריפטן ווי עס פארלאנגט די רעגולאציעס (סמאלל פרינט בלע"ז).
נאך בערך הינדערט פינף און ניינציג האבן נישט געהאט קיין קלארע רעטוירן אדרעסען, דערפאר איז פארבליבן בלויז צוויי הינדערט און זיבן.
זייערע צוויי דאללאר ריבעיט וועט ארויס געשיקט ווערן אין די קומענדע פינף ביז אכט חדשים, לויט'ן סדר הא"ב. און פארום פון א קיופאן וואס וועט קענען געניצט ווערן ביז דריי טאג נאכ'ן ערהאלטן און אויך נאר ביי לחיים וויין קאמפאני אויף עוועניא זי אין מידוואד. יעדע נאכט צווישען אכט און אכט פופצן אזייגער.
אינטערערדישע סאורסעס גיבן איבער די אידישע צוויבל אז די אקאונטענטס פון די קדם – מדק וויין קאמפאני זאגן אז נאך קיינמאל איז א ריבעיט נישט אזוי גיט געלונגען ווי איצט. אזא סוקסעספולן ריבעיט פראגראם איז איבער אלע ערווארטונגען זאגן די ביזנעס באהערדע ביי קדם העד-קוואדערס. די קאמפאני פלאנט יעצט צו הייבן די פרייזן פון אלע פרודוקטען אינטער זייערע אנדערע ברענדס ווי למשל גפן און אלע זיבן נעמען. אלעס מיט ענליכע ריבעיט פראגראמען וואס וועט בעז"ה האפענטליך אריין ברענגען גרויסע סכומים פאר די מוסדות הקעשענעס פון די בעלי בתים פון די גרויסע וועלט בארימטע פירמא וואס ערצייגט שוין אזויפיל יאר'ן ארויסצושטעלען יעדען קאמפאטישן פון ביזנעס.
גראסערייען גיבן איבער אז קדם באטלעך זענען היי יאר געפלויגן פון די שעלווס מער ווי אלע יארן. מען האט פשוט נישט געקענט נאכקומען דעם פארלאנג.
אפילו אין עולם התורה איז אנשטאנען א סומעטאכע. געוויסע רבנים האבן זיך גשאלה'וועט צו די אלע אידן וואס האבן צוליב סיי וואסערע סיבה באקומען אומזיסטע גרעיפ דזשוס און וויין אויף פסח פון די וואולטעטיגע ארגענאזאציעס. צו זענען זיי בארעכטיגט צו פארלאנגען די ריבעיט'ס על פי דין.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 5:08 pm

גענוג געווען מיט די קאמפיוטער אנשיקעניש!

וויפיל מאל מאכט זיך, איר זיצט אינדערהיים, ביי סאפער, און פלוצלינג דערמאנט איר זיך, איר האט נישט ארויס געסיינט פון טאלק... איר האט פארגעסן אויסצולעשן דעם קאמפיוטער, איר דארפט אפקלאפן עפעס א צעטל, וכדומה.

און בכלל, ווער האט דען היינטיגע צייטן נערוון צו זיצן ביים קאמפיוטער א גאנצן טאג?, ס'מאכט דיזי, נאושעס, נערוועז, וכו'.

אט אזוי! צוגעטראפן!, אין די היינטיגע וועלט, ווער האט דען כח צו זיצן אויף דעם אלטמאדישן פארקראכטן סקרין א גאנצן טאג?

אט הערט, וואס די נייע טעכנאלאגיע האט אויסגעטראפן:

רעדט אויפן טעלעפאן צום קאמפיוטער! יא, אזוי ווי איר הערט (און אגב, וועט איר האבן איינער וואס וועט אייך אויסהערן...) איר קענט זיך דרייען מיטן בלוטוט א גאנצן טאג, און טון אייער ארבעט.

למשל איר גייט אריין צו אייער אפיס קאמפיוטער, מיטן קאללן 1888.meshiguemhouse, איר געט א זאג : מיין קאמפיוטער, און דער מאשין זאגט אייך: דער קאמ פיו טער אי ז יע צט אָ פען.

יעצט, זאגט ער אזוי: פאר דעסקטאפ דריקט איינס, פאר מיי דאקומענטס דריקט צוויי, פאר מיי קאמפיוטער דריקט 3... וכו'.

אבער, אוי, איר ווילט יעצט פונקט טשעקן די פראפערטיס פון מיי קאמפיוטער, נישט קיין פראבעלעם, ווען איר דריקט דריי וועט דער מאשין ווייטער דרש'נען: צו קליקן אריין צו גיין דריקט איינס, צו מאכן א רייט קליק דריקט צוויי.

נו גוט, דריק צוויי.

פאר אפען, דריק 1
פאר עקספלאר, דריק 2

בקיצור ביז פאר פראפערטיס דריקט 13...

* איז אייביג פאר בעקספעיס.

און פון דא און ווייטער שפינט איר אליינס אלע ניי אויפגעקומענע פיטשערס...

פרעג איך אייך, איז די טעכנאלאגיע נישט געבענטשט?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מארטש 27, 2009 2:08 pm

געענדיגט מיט די דעליווערי בויס


וואס מיינט עטס, ווי לאנג וועט מען זיך מוטשענען און ווארטן אויף ארדער'ס זאלן אנקומען? כ'פארשטיי ס'איז ביזי אין גראסערי, באט איך דארף מיינע זאכן שנעל, כ'האנישט קיין צייט צו ווארטן.

געענדיגט מיט די פראבלעמען, טעכנאלאגיע האטצעך דא אויך ב"ה אריין געריקט, פון היינט, (נישט ממש היינט, כ'רעד פון די טאג וואס ס'וועט אנפאנגען ארבעטן. [כ'קעמעך נישט געזעגענען פון מיינע רינגלעך, סארי.])

פון היינט און ווייטער, גייט אלעס גיין אטאמאטיש, מ'גייט זיצן אינדערהיים, און מ'גייט ארויס זאגן מיט די מויל וואסארא זאכן מ'דארף פון גראסערי, (עפעס מעג מען דאך טון לכבוד שבת.) און סעליולער טורעם'ס וועלן באלד שיקן די כוואליעס צו די גראסערי וואס איר האט אויסגעוועלט, און מ'וועטעס באלד צוזאם רעכענען, און די זאכן גייען אליינס אהיים שפאצירן, ס'וועט לכאורה מוזן זיין אן עקסטערע גראסערי לעין, ווי נאר די גראסערי אייטעם'ס וועלן מעגן שפאצירן, די גרעסטע אייטעם אין די ארדער, וועט גיין פאראויס, און מאכן זיכער אז אלעס איז אין ארדענונג, און דערנאך אנקומענדיג אהיים, וועטצעך יעדער איינער פלאצירן אין זיין פלאץ.

די ערפינדער געבן אן, אז ס'איז שוין העכסט צייט אז ס'זאל ארויס קומען אזא זאך, אז אונזערע אפגעהארעוועטע מאמעס, זאלן זיך קענען אפריען און זיך נישט דארפן מוטשענען אדער גאר זיך רייסן מיט די קינדער ווער ס'גייט אויספאקן די ארדער.

די ענווייראמענטליסטן זענען זייער שטארק דערפאר, ווייל מ'גייטצעך שפארן באקסעס, און ס'וועט זיין ווייניגער גארביטש וואס מ'וועט דארפן ריסייקלען.

די מענער אידאך אפגערעדט אז זיי לייגן אריין זייער האב און גוטס אין דעם פלאן, אז ס'זאל זיך ענדיגן איינמאל פאר אלעמאל דאס ארויס טרייבן די מענער פון דערהיים יעדע נאכט, ווייל די גראסערי גייט פארשפארן.

איין פראבלעם אינאר, אז די חשוב'ע אידן, (כ'מיין נישט קיינעם נישט.) וואס גייען נישט אין גראסערי, הלמאי, עריז דאך א חשוב'ער איד, וועלן מער גארנישט זיין אנדערש פון דעם עמך איד, באט כ'האף אז זיי וועלן ווייטער טרעפן עצות וויזוי דאך צו זיין אפגעזינדערט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 30, 2009 4:52 pm

מעמד "קידוש החמה" אפגעשטיפט אויף חוה"מ פסח.


ניו יארק - מיט גרויס סאטיפעקאציע האט דער חרדישער עולם אויפגענועמן די גרויסע און פרייליכע נייעס אז דער אזוי לאנג ערווארטעטער "קידוש החמה" איז נאך גרויס פלאג און מי אפגעשטיפט געווארן מיט א וואך.

די נייעס קומט נאך א גרויסע געמיינזאמע אסיפה וואס איז אפגעהאלטן געווארן אונעם קאנצליי פונעם מעיאר מייקל בלומבערג, ווי עס זענען געווען באטייליגט כ"ק האדמורי"ם שליט"א אינאיינעם מיט דיינו קהילת ישראל, פארשטייער פון אלע פארטייען און קהילות קדושות בישראל, אזוי אויך זענען דארט געווען אנוועזענד הויכראנקיגע פאליציי באאמטע, וועטער פאראויסזעהער און טראפיק פאליציי אפעצירן.

דער אסיפה איז צושטאנג געקומען נאכדעם וואס עטליכע טויזענט מאמע'ס און פרויען פון גרעיטער ניו יארק און אומעטום האבן אריינגעשיקט בריווען צו אלע באאמטע מיט א פארלאנג אז די מענער טארן נישט זיין אוועק פון שטוב אין די סאמע וויכטיגסטע טאג פון יאר, ווען זיי קריגן דאס איינציגסטע מאל די הילף פון זייערע מענער.

"מיין מאן שטופט אייביג אפ אז ער וועט דאס ערלעדיגן נאך פאר פסח, ערב פסח אינדערפרי ווען ער שאקלט אויס זיינע טאשן איז דאס איינציגסטע מאל וואס ער טוט עפעס, און היי יאר וועט ער פאר דעם אויך נישט פארמאגן קיין איבעריגע מינוט" שרייבט א פרוי אין א בריוו צום מעיאר.

א צווייטע פרוי האט אין א בריוו צום "ברוקלין וויקלי פעיפער" געשריבן אז "פאר פסח זענען מיר אלעמאל געווען די הויכפונקט פון וואס מען האט גערעדט, נאכאמאל און נאכאמאל האט מען גערעדט איבער פסח'יג מאכן, היי יאר רעדט מען נאר פון קידוש החמה, דאס איז נישט יושר, דאס ביסל אויפמערקזאמקייט וואס מיר קריגן האט מען אונז אוועקגענומען"

אויך די מענער האבן געלייגט גרויס דרוק דאס אפצושטיפן. און די דרוק איז געקומען פון פארשידענע מענטשן און פארלאנגען.

דער סעקרעטאר אין די הויפט אפיס פון די "קידוש החמה אינקאפערעיטעט" זאגט אז זי האט געקריגן אומצאליגע טעלעפאון ריפן פון אינגעלייט וואס טענה'ן הלמאי מ'מאכט דאס אזוי פרי פארטאגס, עס איז זיי נישט מעגליך אויפצושטיין אין די שעות, אזוי פרי פארטאגס. "מיר וועלן דאס זיכער פארשלאפן" טענה'ן זיי "און מיר קענען זיך דאס נישט ערלויבן".

אויך טענה'ן זייער אסאך משפחות אז ס'איז סתם א שאד. "אויב איז דאס טאקע אזא היסטראישע און אינטערסאנטע זאך, פארוואס זאלן מיר נישט אויסניצן דעם חול המועד און דאן מיטהאלטן דעם גאנצן ספעקטאל?" פרעגט עמרם נתן, א איד מיט א קינדער געבענטשטע משפחה ב"ה.

לאור זה האט מען ביים אויבערדערמאנטן אסיפה באשלאסן אז דער גרויסארטיגער "מעמד קידוש החמה" וועט ווערן אפגעשטיפט מיט איין וואך ביז זינטאג , דעם צווייטן טאג חול המועד פסח, 2 אזייגער נאכמיטאג.

פייטל נחום, א אינגערמאן אין די מיטעלע פערציגער יארן, א שטוב מיט קינדער אריבער די 10 קניינע הארע האט זיך אויסגעדריקט פאר די 'אידישע צוויבל': "דאס איז גאר א גוטער שריט און דאס וועט מיך שפארן ביים חול המועד האלטן א חשבון פון הונדעט פופציג טאללער" בעסער ווי דאס קען נישט זיין.

דער אפיס פון "וועד לקידוש החמה תשמ"א-תשס"ט" האט געמאלדן אז פארן באקוועמליכקייט פונעם עולם וועט מען אזוי ארגענעזירן אז דער עולם זאל דאס קענען מיטהאלטן פון עטליכע פלעצער אזוי אז עס זאל נישט זיין קיין גרויסער צוזאמדרוק.

באריכטעט פאר די אידישע צוויבל, צייטליך, ניו יארק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דינסטאג מארטש 31, 2009 1:54 am

אבאמא אראפגעצווינגען פון אמט צוליעב "טעראריזם סקאנדאל"

וואשינגטאן- מיט גרויס איבעראשונג איז אויפגענומען געווארן די ידיעה אז דער פרעזידענט איז אראפגעצווינגען געווארן פון אמט, נאכן ווערן אימפיטשט ציליעבן 'שטיצן טעראריזם סקאנדאל' וואס ווי באקאנט איז מען דערגאנגען פון געהיימע קוועלער אז ער האט אינטערגעשטיצט די על קידא גרופע מיט מיליאנען אין קעש אין ווי אויך געגעבן סיטיזאן רייטס, אין זיי געלאזט אנגיין דא אין אמעריקע מיט זייערע פארברעכנס מיט א ברייט האנט, ווי ס'קומט יעצט ארויס פונעם אויספארשונג איז אלעס געגאנגען דורך דעם באקאנטן גלח "זשערימייער רייט" וואס איז שוין פאר א לאנגע צייט נאכגעקוקט געווארן, ווי ער איז געווארן געזעהן גיין צום ווייסען הויז צוים אין ווי ער נעמט איבער צעטלעך פונעם פרעזידענט פאפפי.

אנגעהויבן האט זיך דאס ווען ער האט אריינגעשטעלט אבאמא'ס שוויגער אלס זיינס א אגענט אינעם ווייסער הויז אין זי פלעגט אים אנדרייען טאג איין טאג אויס (זיי זאגן אז פאר דעם האט ער אזא גרויסן אויער...) אין ווען ס'האט נישט געהאלפן האט זי געסטראשעט מיטן ארויסגעבן די עכטע בורד סערטיפיקיט ווי מזעהט זיין ריכטיגע געבורטס פלאץ..

אין די לעצטע פאר טעג האלטן אין איין ארויסקומען סטעטמענטס פון אלע פאלאטישאן'ס פון לאנד שטייצעך אנגעהויבן פון מקעין אין אזוי ווייטער אלע אין די רייע, אפילו יודל מייזליש האט זיך געלאזט הערן מיט א שארפער טאן ווי מיר וועלן שפעטער אראפברענגען, דא האבן מיר אפאר אויסצוגן פון די סטעטמענטס אויף די געשעעניש,

פון די מקעין לאגע האט זיך געהערט מיט א שמייכל זאגענדיג "הי איז עי גרעיט מען, הי איז עי נייס גיי"

אבער פון די פעילין לאגע איז געקומען גאר א שארפן אויסדריק דערמאנענדיג וואס זי האט שוין געווארנט איבער דעם גלח..

ביידן, האט זיך פשוט גענימען לאכן ווי א זיבעלע אין געזאגט, אז ווער ס'גדענקט האט אויך קריטיקירט אבאמא נאר ער האט איבערגעדרייט דעם דאדטשיק ווען ס'האט אויסגעפעלט...

ביי הילערי האט גאר אויסגעבראכן א שלם בית פייט ווי זי האט געשריגן אויף איר מאן פארוואס ער האט איר פארהארגעט איר קאמפיין, וואס זי איז אפילו ווייס פרעזידענט נישט געווארן וואס ווען יא וואלט זי ווען איצט געווארן פרעזידענט..

הערי ריעד פונעם סענעט נישט געוואלט ראגירן אויס זארג אז מ'וועט געוואויר ווערן אז ער האט געהאט א חלק אינעם סקאנדאל..

נענסי פעלאסי האט גלייך געהאט א סטעטמענט גרייט (קוקט אויס אז שוין געווען גרייט נאך פארן כאפן, על כל צרה שתבוא...) אז די גאנצע זאך האט זיך שוין אנגעהויבן נאך אין בוש'ס צייטן..(א ריכטיגער אנטיטימיטקע...)

טימעטי גייטנער האט ארויסגעשטעלט א בעילאיט פלאן ארויסצובעילן אבאמאן פון תפיסה, אבער ווי די באאמטע אין תפיסה געבן איבער איז נישט קיין רעדע פון ארויסנעמען ווייל ווי נאר ער האט זיך באגעגענט מיט זיינע טינקעל הויטיגע פרענטס דערקענט מען גאר נישט קיין חילוק ווער ער איז, ווייל ער פירט זיך אויף פונקט ווי זיי(נו.. ווי א פלעינער שוואר...)און ער איז גאר העפפי זיך נישט דארפנדיג מאכן נאר עקטען ריעל...

מעיאר בלומבערג האט געמאלדן אז אלעס איז ווי געפלאנט אין ער וועט נישט לויפן פאר פרעזידענט (אחוץ אויב ער וועט זעהן אז ער קען געווינען..)..

אין ווי מהערט יעצט האט זיך ק.נ.א. פארבינדען דורך א נאנטער געהילף צו ר' יודל מייזליש וואס איז געקומען צופליען מיט זיין פרייועט זשעט מיטצוהאלטן לייף די מעשה אין ער זאגט אז ער האט שוין פינלאנג געווארנט דעם פרעזידענט ער זאל אים אויסהערן אין זיך דורכשמועסן מיט אים אין א נישט וועט פאסירן טאקע וואס האט פאסירט..

יעצט ווארטן מען נאר צו זעהן, אז ס'זאל טאקע געשעהן.....
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אפריל 01, 2009 11:41 am

פאליציי ארויסגערופן נאך געפעכט אין כיתה ג'


די פאליציי אין קרית חדר זענען ארויסגערופן געווארן, נאכדעם וואס א געשלעג האט אויסגעבראכן צווישן עטליכע סטודענטן אין כיתה ג'.

דער געשלעג האט זיך אנגעפאנגען בשעת די סטודענטן זענען געגאנגען עסן מיטאג, אנגעכאפט "פער-צוויי", בשעת דער רבי באגלייט די שורה פון פארנט און דרייט זיך אויס קוקן אלע וויילע אויף די קינדער.

אבער ווען דער רבי האט פאר א מינוט אראפגענומען אן אויג פון די קינדער, האט זיך איין יונגל מיט'ן נאמען ארי אריינגעשטופט אין די ליין, וועלנדיג באקומען פריער די געשמאקע פארעווע טשולענט וואס מ'האט יענעם טאג סערווירט.

זעלבסטפארשטענדליך אז דער אוועקגעשטופטער יונגל - חעזקי - האט נישט מוותר געווען אויף זיין כבוד, און ער האט צוריק ארויסגעשטופט ארי פון די ליין. ארי איז גענצליך ארויסגעפאלן פון די ליין, און ער האט פארשפראכן נקמה אויפ'ן ארט.

די נקמה אקציע האט נישט געשפעטיגט צו קומען. נאך צוויי מינוט איז געקומען צו פליען א באנענע פון ארי'ס ריכטונג, און איז געפלויגן גלייך אויף חעזקי'ס נאז.

דער רבי וועלכער איז געווען שטארק פארטראכט, האט גארנישט אינאכט גענומען אז א געשלעג האט אויסגעבראכן. די קינדער זענען גלייך צעטיילט געווארן אין צוויי גרופעס, די ארי'קעס און די חעזקי'קעס, און די טענער האבן אנגעהויבן ארויפצוגיין אויף הויכע אקטאוועס, ביז דער רבי האט זיך ענדליך דערוועקט און געזען וואס דא האט פאסירט.

אבער דאן איז שוין געווען צו שפעט. דער רבי האט שוין נישט געקענט שלום מאכן אליינס. די פאליציי האט געמוזט ארויסגערופן ווערן, און מ'האט גענומען די צוויי הויפט שולדיגע פאר א שטרענגע אויספארשונג.

אין פאליציי סטאנציע האבן ביידע צדדים ארויסגערוקט זייערע טענות, וואס זענען געגאנגען בערך ווי פאלגענד:

חעזקי: ער האט אנגעהויבן!
ארי: או-נאו, ער האט אנגעהויבן!
חעזקי: ער האט מיך ארויסגעשטופט פון די ליין!
ארי: או-נאו, איך האב געקאלט פוירסט!
חעזקי: נאו קאלינג!
ארי: איך האב געזאגט פאר שלוימי זאל מיר סעיוון די פלאץ!
חעזקי: נאו סעיווינג!
ארי: יעס סעיווינג!
חעזקי: נאו סעיווינג!
ארי: יעס סעיווינג!
חעזקי: נאאאאאווווו סעיווינג! נאו סעיווינג! ס'איז נישט פעיר!
ארי: בעיבי!
חעזקי: ר-ש-ע!
ארי: ר-ו-צ-ח!
חעזקי: גייסט צום רבי'ן!
ארי: איך בין שוין געווען!
חעזקי: גייסט צום מנהל!

און אט אזוי זענען ביידע צדדים באגלייט געווארן צום מנהל, אונטער שטרענגע אויפזיכט, וועלכער האט ביידע קינדער גע'קנס'עט אז זיי קענען נישט ארויסגיין פאר לאנטש במשך די קומענדיגע וואך.

ממנו ילמדו וכן יעשו!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 11:29 pm

אבאמא: נר מצוה כשרען סעט איז טייל פונעם בעילאוט.

וויליאמסבורג - אין אפריל האט די סעילס פון נייע הייזער ווייטער דראסטיש געטראסקעט, גענוי ווי די פריערדיגע מאנאטן בעפאר. דאס האט פאראורזאכט אז קיין ציגל צו כשרן איז מער נישטא פאר קיין רפואה. נישטא קיין נייע הייזער, איז נישטא קיין ציגל.

בענזאם איז די סעילס פון די נר מצוה כשרן סעט ארויף אין די הויכע ציפערן, וועלכע קומט אלץ א דירעקטע רעזולטאט פון די רעדוצירטע ריעל עסטעיט מארקעט.

אבאמא נעמט דער קרעדיט פאר זיך אז זיין בעילאוט איז ספעציעל אויסגעבויט אראפצוברענגען ריעל עסטעיט, און ארויפשלעפן פרישע ערפינדענע אינדוסטריעס. און די כשרן סעט איז פון זיינע הויפט סטראטעגיעס, וואס לדעתו וועט דאס זיין דער מכה בפטיש ארויסצושלעפן די עקאנאמיע פון זומפ.

פארט זאגט ער איז וויליאמסבורג א צענטראלע ריעל עסטעיט מארקעט, וועלכע איז נישט נאכגעשלעפט געווארן נאכן אלגעמיינעם קראך, דעריבער גלייבט ער אז דארט וועט ער האבן א שווער פעלד, ווען אינגעלייט וועלן אפירזוכן שטיינער פון נייע הייזער.

הילערי קלינטאן טענה'ט אבער אז זי זעהט מער נישט קיין נייע הייזער אין וויליאמסבורג, און די הויכע ריעל עסטעיט מארקעט איז בלויז צוליב די שטיינער, און די שטיינערנע הייזער, און די שטיינערנע הערצער פון לענדלארס.

ווידעראום די רעפאבליקאנער טענה'ן אז די לעבנסטאנדארט אין וויליאמסבורג איז געזעצליך, און זיי מעגן טוען מיט זייערע באנוסעס וואס זיי ווילן, און מען קען נישט צווינגען קיינעם צו קויפן א כשר'ן סעט. "זאלן זיי זיך בויען נייע הייזער מיט זייערע מיליאנען דאלארן וועלכע זיי באקומען פון הימל בעפאר'ן חתונה מאכן די קינדער, און אויטמאטיש וועט זיין שטיינער".

די צער בעלי חיים גרופעס זענען קעגן דעם גאנצן כשר'ן בעילאוט פלאן פון אבאמא, זיי טענה'ן אז די ווערים אין די וואסער מאכן מיט שוידערליכע פייניגונגען בשעת די וואסער באבעלט, און נאכמער ביים זיך אפבריען פונעם געגליטן שטיין.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אפריל 29, 2009 12:25 pm

אידישע וועלט עפענט "אידישע מאמע" פארום.



יואל צייטליך
נייעס באריטער פאר "אידישע צוויבל"
ברוקלין, ניו יארק.



אידישע וועלט / פארום'ס - מיט גרויס סאטיפיקאציע איז אויפגענומען געווארן די נייעס אינערהאלב די חסידישע וועלט אז עס איז געלונגען פאר די פארזיצער'ס און קאמיטע פון די שוין היינט באוויסטע "אידישע וועלט" פירמע צו עפענען אן אן עקשטערען פארום אינטערן נאמען "אידישע מאמע".

ווי באקאנט איז די "אידישע וועלט" היינט אויסגעוואקסן אלץ דער סאמע גרעסטער חרידישער אינטערנעט וועב זייטל ווי היימישע בעלי בתים און אינגעלייט צוגלייך זיצן און פאברענגען מיט הומאר'ישע ארטיקלען, ווערטלעך, מעשיות, דברי תורה, אפהאנדלונגען, וועלטליכע נייעס און טוען דורך אלעס אונעם עולם הנגינה, פארשן אידישע היסטאריע און נאך.

עס געדענקן נאך די עלטערע אידן ווען "אידישע וועלט" האט זיך געגרינדעט, נאכן ארומוואנדערן פון הייד פארק צו זייער אייגענע קרעטשמע און דערנאך מיט גרויס ארבייט געגרינדעט דעם היינטייגען גרויסן אידישן וועלט.

צווישן די עלטערע אידן קען מען נאך הערן ווי זיי ריפן דאס "היימישע קרעטשמע" א זאך וואס איז שוין כמעט ווי פארגעסן געווארן פון די היינטיגע אינגעלייט, זינט עס איז אריבערגעפירט געווארן צום נייעם אידישע וועלט.

עס איז אין די לעצטע יארן אנשטאנען א גרויסע פארלאנג פון די רבנים און מחנכים אז אזויווי די אינטערנעט באניץ איז שוין היינט צוטאג אזוי גרויס איז כדאי אויך צוצושטעלן אויך פאר פרויען און מיידלעך וואס ארבייטן אין אפיסעס אז זיי זאלן האבן דעם זעלבען אויסגעהאלטענעם פלאץ ווי צו פאברענגען איבערן טאג.

עס איז געווען א שווערע ארבייט פון די "אידישע וועלט" קאמיטע אויסצוארבייטן די פלענער אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן מיט די סאמע שטרענגטסע סטאנדארטן ווי עס פאסט פאר "אידישע וועלט" אזוי ווי די גרינדער און מייסדים האבן אייביג געצילט און געשטרעבט.

ב"ה עס איז יעצט געמאלדן פאר די "אידישע צוויבל" אז אין די נאנטע טעג וועט זיך שוין עפענען דעם "אידישע מאמע" פארום צום צופרידענהייט פון די אידישע מאמע'ס פון ארום די וועלט.

ווי "אידישע וועלט" מעדלט וועט זיך "אידישע מאמע" אנפאנגען מיט 4 אטיילונגען אונעם פארום.

1 – די היימישע קיך.
רעסעפי'ס און אלעס ארום קאכן און באקן.

2 - קויפט פאר ביליג.
מעלדונגען איבער סעיל'ס, עיצות פאר איינקויפן ביליג.

3 – דיעטע.
עצות און אנווייזונגען וויזוי אנצוהאלטן א גוטער דיעט דעם גאנצן לעבן.

4 – קול המוסר.
נומערען פון מוסר דרשות אויפן טעלעפאון.

עס איז צום האפן אז "אידישע מאמע" וועט זיין א שטארקער תועלת פאר די אידישע פרויען געמיינדע און די "אידישע מאמע'ס" וועלן שוין האבן ווי צו פאברענגען חוץ אויפן טרייבל.

עס ווערן אין די טעג צוזאמגעשטעלט א פרויען פאראיין וואס וועלן זיין די מנהלים און אחראים אין די "אידישע מאמע" פארום.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מיטוואך אפריל 29, 2009 11:47 pm

אידיש וועלט טעל. סיסטעם געגרינדעט,
ספעציעל געאייגענט פאר דרייווער.


ברוכים הבאים צו אידישע וועלט - היימישע קרעטשמע טעל. ליין, פאר די היימישע קרעטשמע דריקט נומער איינס... פאר היכל הנגינה דריקט פיר..., פאר די אידישע צוויבל דריקט נומער דריי, צו הערען הודעות דריקט איינס, צו זאגען א תגובה דריקט נומער צוויי, צוריק צו גיין צו די היימישע קרעטשמע דריקט די שטערן קנעפל, פאר א הודעה פרטי דריקט נומער 7...

דער חלום איז געווארען א פאקט, אין א "פרעס ריליעס" אויף די "אידישע וועלט" נייעס אגענטור איז מיט פרייד געמאלדען געווארן אז די באקאנטע "היימישע קרעטשמע" האט געגרינדעט א טעלעפאון סיסטעם, וואס וועט פארגרינגערן פאר די וואס דרייווען אינטעוועגנ'ס אין קענען נישט שרייבן/ליינען צוליב די רעגירונגס פארבאט צו שרייבען/ליינען אויף א מובייל דיווייס בשעת'ן דרייווען אין צוליב דאס דרייווען פארזיכטיג, וועלען זיי ווייטער קענען פארברענגען אין די קרעטשמע בשבת אחים גם דורך די נייע אידיש וועלט טעלעפאון סיסטעם.

די נייע סיסטעם וועט אייך פארליינען תגובות פון די קרעטשמע אין עס וועט אפ-טייפען אייער הודעות וואס איר זאגט אינעם טעלעפאון אין עס שטעלן אויף דעם ארט וואס איר וועט אויסקלויבען, מען וועט זיך אריינסיינען פונקט וואו אויף די געוועב.

די ארענדער אין ראשי קהלה פון די קרעטשמע האבען אריינגעלייגט גאר אסאך כח אין דעם נייעם סיסטעם, וואס עס זעהט אויס עס וועט זיין גאר סוקסעספול.

דאס ביהמ"ד אפטיילונג פון אידיש וועלט וועט איצט קענען זיין ריכטיג "ובלכתך בדרך", האט זיך א לאנגיעריגע קרעטשמע מיטגעלידער אנגערופען הערענדיג די גוטע בשורה.

וואו אויך הערט זיך אז די קרעשטמע וועט פארברייטערען א דשי.פי.עס. דירעקציע אפטיילונג פאר די וואס ברויכען הילף אנצו-קומען פון שטאט צו שטאט, אזוי אויך וועט ווייטער אנגיין די ביליגע גאזאלין פרייז'ן אשכול וואס וועט אסאך צוניץ קומען פאר די אידיש וועלט טעל. סיסטעם באנוצער בשעת'ן נעמען גאזאלין.

אויף די אידיש וועלט טעל. סיסטעם איז אויך צוגעלייגט געווארן א תפילת הדרך אשכול, די קרעטשמער באזוכער זאלען האבען א בשלום'דיגע רייזע.

דער סיסטעם וועט ארבייטען מיט אלע נייע כשר'ע טעלעפאון פירמע'ס לטובת הציבור.

מי כעמך ישראל.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 6:34 pm

חרדי'שער פרעזידענט קאנדידאט
נתנאל שניט געווינט די וואלען.


פישל בריל, לייביש גלאס,
דער אידישער צוויבל פאליטישע שרייבער.


וואשינגטאן די.סי. – נאך איבער א יאר קאמפיינען איבער דאס לאנד, שווערע דעבאטעס אין שטעטל זאל זיצונגען און דעם שווערן פארמעסט, האט די אינדעפענדענט סענעטאר, דער אלטרא-ארטאדאקסישער קאנדידאט נתנאל שניט פון קרית פלינק, ניו יארק געוואונען די פרעזידענטליכע וואלן מיט א לענדסלייד, אנטקעגען זיינע מיטלויפער, דער איסלאמיסט מלאחא מ. באהאללא אין דער בריטישער מיטשעל פארד ביידע לאנגיעריגע קאנגרעס-לייט, ברענדענדיג א פרייליכער געמיהט איבער גאנץ אמעריקע אז סענעטאר נתנאל וועט צוריק-שטעלן אמעריקע צו איהר אמאליגער פראכט.

אמעריקאנער היסטאריקער גיבן איבער פאר 'דער צוויבל' אז עס דערמאנט זיי [להבדיל] ווען מיט יאהרען צוריק האט דער פיהר-אין-פערציג'סטער אמעריקאנער פרעזידענט באראק אובאמא געווינען די וואלען ברעכענדיג א רעקארד צו ווערן די ערשטע טינקל-הויטיגער אמעריקאנער פרעזידענט, וואס איז נאך דימאלטס געווען א איבעריישונג אין לאנד, אבער אן "האסידיק" פרעזידענט, דאס איז פאר זיי א "ריעל סורפרייז"

קארטאאנס אין מאלערייען, וואו אויך "פאטאשאפ'ד בילדער זענען שוין בשעת די קאמפיין פארשפרייט געווארען איבער'ן לאנד, מיט בילדער וואו א סוכה ווערט געבויעט ביים ווייס'ן הויז, דער אידישער פרעזידענט ביי תשליך אין ביי מצות באקען, אנדערע האבען געשמיעסט וואו שיין וועט זיין דער מעמד קידוש החמה ביים ווייס'ן הויז, זאגענדיג עס וועט זיין אזא מעמד וואו א פרעזידענטליכע איינשווערונגס צערעמאניע, וואו פארשטענדליך וועט די וועלטליכע מידיע באריכטען "לייוו" דער פרעזידענט ביי בדיקת חמץ אין שריפת חמץ, צו די ל"ג בעומר הדלקה ביים ווייסען הויז.

אין א אינטערוויו מיט די סי.ען.ען. נייעס אגענטור האט פרעזידענט-עלעקט נתנאל געזאגט אז ער שפירט אז ער וועט קענען צוריק ברענגען אמעריקע צו איר אמאליגען פארכט, אין ער האפט צו ברענגען פרידען ציווישען די וועלט פיהרער, זאגענדיג אז ער איז היינט אידערפרי געפלויגען קיין צפון איראק מיט זיין שנעל-פליג עראפלאן, זייענדיג אין די לופטען די קארגע האלבע שעה [ציווישען וואשינגטאן אין צפון איראק] איז ער אויפגעקומען מיט א שלום פלאן ציווישען די צפון איראק אין דרום איראק רעגירונג פירער, וואס זייער טיילונג האט צוגעברענגט אז איראן זאל ווידער אויפברענגען פלענער צו אויס-ארבייטען א נוקעלער באמבע, א זאך וואס איז שוין אפגעהאלטען געווארן מיט לאנגע יאהר'ן צוריק ווען מדינת ישראל האט זיך געגרייט אויף א קריג מיט איראן וואס איז אין די לעצטע מינוט אפגעהאלטען געווארען דורך א אויפגעבונג'ס צייכען פון די איראנ'ער פרעזידענט, אין האפענטליך וועט פרעזידענט-עלעקט נתנאל מיט זיין פלאן אפהאלטען איראן פון איצט פלאנען א נוקעלער-באמבע.

פרעזידענט-עלעקט שניט זאגט אז זיין אידיש-קייט וועט בכלל נישט אפעקטירען זיין פרעזידענט-שאפט, ער וועט פיהרען דאס לאנד לויט די אמעריקאנער שטאטוטען, אין זיין רב הרב שטילנשטאנג שליט"א וועט איהם שטיין צו דער האנט אין סיי וואס-פארא הלכה'דיגע שאלות זייענדיג פרעזידענט.

די פרעזידענטליכע קינדער וועלן לערנען אין די חסידי'שע תורת חייקל מוסדות אין וואשינגטאן, אינטער די פיהרערשאפט פון הרב שטילנשטאנג שליט"א, וואס האט אויפגעשטעלט אן ערענסטע חסיד'ישע קווארטל אין וואשינגטאן, מיט היימישע געשעפטען אינטער זיין שטרענגע השגחה.

וואו די סדר העולם, האבן אלע וועלט פיהרער אנגערופען דעם פרעזידענט-עלעקט איהם באגריסען אויף זיין געווינס, דער כינעזער פירער האטש האטעיאה האט ביי זיין וואונטש רוף געזאגט פאר'ן פרעזידענט-עלעקט אז עס איז איהם א כבוד אז דער פרעזידענט גייט שבת מיט א "גאמאכט אין כיניע" עפארדעבל שטריימעל.

צוליב זיכערהייט סיבות האט די סיקרעט סערוויס באשלאסען אז דער פרעזידענט זאל דאווענען אין א שטיב אינעם ווייסען הויז, וואס מען וועט אויס-שטאפירען פאר א ביהמ"ד מיט א ספר תורה אין אלע צוגעהערען, אפי' א ותן-טל-ומטר טאוועל, וואו אויך וועלן געברענגט ווערן אלע טעגליכע אויסגאבעס צום שוהל פונעם ווייסען הויז. עס איז שוין געזעהן געווארן די וואך א מעלדונג אין דער "מודעות יומי" טעגליכע אויסגאבע אז די ווייסע הויז זיכט צו קויפען א מהודר'דיגע ספר תורה, מען זאל זיך פארבינדען מיט א נומער פונעם פרעזידענט-עלעקט'ס שטאב פאר פרטים.

עס איז ערווארטעט א ריזיגער עולם ביים איינשווערונג'ס צערמאניע, ווי עס וועלן זיך באטייליגען מאסן מענטשן, פאליטישע פיהרער אין וואו עס הערט זיך איצט וועלן די היימישע אידישע רבנים אויך קומען קיין וואשינגטאן צו די צערעמאניע.

אידען איבער די וועלט זענען גאר פרייליך אז דער אמעריקאנער פרעזידענט וועט זיין א חסיד'ישער איד, אין ער וועט טיען אסאך לטובת זיינע ברידער אין אמעריקע און איבער די גאנצע וועלט.

אנקעטעס צייגען אז פיהלצאליגע נישט-אידישע וויילער איבער דאס לאנד האבען געזאגט אז זיי וועלן שטימען פאר נתנאל ווייל זיי גלייכען די חסיד'ישע אידען.

אין א תגובה אין די "אידיש וועלט היימישע קרעטשמע" פארום, האט זיך א שרייבער אויסגעדרוקט אז ער האט זיך נישט געגלייבט אז א חסיד'ישער איד וועט נאך אמאל ערוויילט ווערן אלץ פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאט'ן, ער האט געמיינט אז דער פאקט א חסיד'ישער פרעזידענט וועט בלויז פארבלייבען גיט פאר א נייעס באריכט אין "דער צוויבל"
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג יולי 05, 2009 6:53 pm

פאסאנדזשיר-לאזע פליגערס! - א כעלעמע רעוועלאציע!!


צוליב די פארמערטע ערעפלאן קראכן אין די לעצטע תקופה, וואס איז אין רעזולטאט פון די אפגעשוואכטע עקאנאמיע ווי אלע גרויסע אינדוסטריעס גייען קראכן, האבן זיך א גרופע שטודירטע אינדזשענירן פון כעלעם צוזאמגעזעצט צו א דזשי-טולק.. כ'מיין דזשי-20 סאמיט ווי זיי וועלן באהאנדלן דעם קראכעדיגן פאראבלעם פון ברענעדיגע פליגערס..

נאך א לענגערע צייט פון דן זיין בכובד וחוסר ראש ארויפברענגעדיג פארשידענע אומ-רעאליסטישע המצאות אהין און אהער.. ווי צב"ש אז מ'זאל פאבריצירען ס'גאנצע פליגער פון די זעלבע מאטיריאל פון וואס מ'מאכט די "שווארצע באקס"... איז מען געקומען צו א געוואלדיגע החלטה! נעמליך, יעדער האט דאך שוין אוודאי געהערט פון די נייע טעכנעלאגיע פון "פילאט-לאזע פליגערס" - אז ס'דארף שוין נישט זיצן קיין מענטשליכער פיילאט צו קאנטראלן ס'פליגער, עס קען געפירט ווערן דורך א מאשין, נו אויב אזוי -פירן זיי אויס- גייט מען גיין מיט א טריט ווייטער און פראדוצירן "פאסאנדזשיר-לאזע פליגערס" ווי ס'וועלן נאר פארן ראבאט'ישע מאשינען אנשטאט מענטשן און אזוי ארום איינשפארן מענטשליכע פאטאליטעטן... אווי ס'האלט יעצט האבן זיי שוין צענדליגער באשטעלונגען דערפאר פון פילע לופט-ליניעס..

אוועטאר
אנאנימער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 03, 2009 5:00 pm

תגובהדורך אנאנימער » דינסטאג יולי 07, 2009 12:24 pm

וויליאמפעסט, מאנטענע, ניו יארק. געפערליכע אויפברויזענדע קאסטומערס האבן היינט פראטעסטירט פארנט פון מצליח רעסטוראנט, נאך וואס זיי זענען סערווירט געווארן באנאנעס אנשטאט פרענקפוטערס.

די אינצידענט האט פאסירט אום יולי דעם פופטן, וואס ווי באקאנט זענען די יונגעלייט אויסגעהונגערט פאר א נארמאל שטיקל פלייש, איז ר' שלמה צאליטיסקי (50) אריין צום באקאנטן מצליח רעסטוראנט וועלכער איז סטאנציאנירט אויף מירון קארנער ווילאבי, און זיך באשטעלט א קאפ זופ, מעין דיש (עסן געהיטן אין רעדאקציע, צוליב שטרענגע דייעטע) מיט א פרענק אין באן באהיטן מיט קעטשאפ, מאסטערד, סאוער קראוט. צורעכענענדיג א באטל סקוויזער, און ער האט געבעטן מען זאל עס אים איינפאקן טו גאו, ער האט זיך אריינגעזעצט (אווווטש) אין קאר און מיט א אויסגעלאשענעם לעקטער אנגעפאנגען עסן אנהייבענדיג מיטן פראנקס-פאטער, גלייך נאכן ערשטן ביס האט ער דערשפירט דעם נאך טעם און די פאר טעם, האט ער אנגעצינדן די לעקטער ווי נאר עס איז געווארן ליכטיג האט ער ארויסגעגבן א שרעקעדיגע קוויטש, און לויט ער גיט אן האט ער דאן געמיינט אז ער איז די איינציגסטע.

די אידישע קנאבל האט געלערנט אז אן ערך פון צען סענדוויטשעס וואס האבן געזאלט אנטהאלטן פרענקס, האבן ווארשיינליך פארמאגט אומגעצייטיגטע באנענאס, "דאס איז עקעלדיג" האט צאליטיסקי געזאגט.

נחום מארנאך (36) אויך א געליטענער האט זיך אויסגעדריגט און איך קוואטיר "אז שוין יא באנענע זאל עס כאטש זיין געצייטיגט" און אויסגעפירט "בענענע מיט קעטשאפ איז נישט געפערליך אבער די מאסטערד וועךךךך".

עס איז זיכער נישט קיין העיט קריים זאגט טעלאופי דער לאקאלער פאליס אנדערקאווער.

די אנפירער פונעם געשעפט, וואס איז נישט אין געשעפט דורךאויס די טאג צוליב זיין דשאב ביי די "עף די עאי" האט אויסגעדריקט מיטלייד, און געזאגט "איך וואלט אויך נישט געוואלט אזאנס פאסירן מיט מיר", א זייטיגע צוקוקער האט ציניש צוגעלייגט אז ביי זיין געשעפט וועט עס שוין זיכער נישט פאסירן (חחחח א גוטס??? געשמאק!)

די אניען און גארליק פארשט נאך די מעשה, ווי עס שטעלט זיך ווייטער אויס קוקט אויס אז דער ארבייטער האט באקומען א קליינע אפצאל פארן אריינשווערצן די באנאנעס פון א דערנעבענדיגע גראסערי.

פאר עני אפדעיטס זוך אריין שפעטער.
who spoke on condition of anonymity because...... (AP Network news)

סטיוו שמידט
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 4:58 pm

תגובהדורך סטיוו שמידט » דינסטאג יולי 07, 2009 1:23 pm

שטודיע: אנדענקט דשין וואס וועט ערמעגליכן אזכנזיש'ע אפשטאמיגע דרייווען ווי נערמאלע מענטשן


*********

סטעיט אוו KJ, סיטי אוו ווילי, לענד אוו מאנסי: ווי באקאנט גייט שוין אן העפטיגע שטודיעס יארן און די אינווערזיטעטן פארוואס סיי אז און דעם קליינעם לאנד מאנסי, אזוי אויך און די סטעיט KJ - שוין אפגערעדט פון די סיטי אוו וויליפעסט - זעט מען נישט קיין נערמאלע דרייווערס, אנדערש ווי און אמעריקא ווי מען קען יא טרעפן היבש נערמאלע דרייווערס {פארשטייט חוץ אויב עס איז א שווארצע פרוי דרייווער} איז דאס אבער א זעלטענהייט און די אויבן דערמאנטע שטעט, די שטודיע האט זיך בעיקר באצויגן אויף די דריי זאכען וואס מען זעט דארט די מערסטע

1}קיינמאל וועלן זיי נישט ניצען קיין בלינקערס
2} כאטש וואס זיי ניצען נישט קיין בלינקערס, דאך וועלן זיי אייביג מאכן א שארט סטאפ פארן זיך איינדרייען, וועלן קיינמאל נישט אראפ סלויען געהעריג פאר א דריי
3}שטענדיג ווען זיי ווארטען ביי אינטערסעקשן אריינציפארן אין א ראוד, וועלן זיי אייביג צי ווארטען ביז א קאר איז ממש פארענט פון זיי, און דאן געבן א פאר ארויס, אויב די קאר איז נאך מער ווי א בלאק אוועק, וועט מען צי ווארטען ביז ער קימט נענטער

כהנה וכהנה גייען זיי אן מיטען פולען אומפעט, קיינער האט אבער קיינמאל נישט פארשטאנען די סיבה דערפון, פאר א פרעמדער דרייווער וואס פאלט אריין ביי איינע פון די פלעצער איז לא ימלט אז ער זאל נישט צי קימען צי א עקסידענט, יעת ומצאת, נאך יארן פלאג צו פארשטיין די סיבה, זענענן מאנכע פארשער אויפגעקימען מיט די געדאנק, אז מעגליך עס האט צוטיען מיט די אפשטאם פון ווי יענע מענטשן קימען, ווייל קיקענדיג אויף די דאטע פינעם פלאטץ, האבן זיי באמערקט אז 99.99 פראצענט פון יענע מענטשן שטאמען אלע פון יוראפ, וואס עטליכע פופציג יאר צוריק האבן זיי אנגעהויבן אהערציקימען, טייל פארשער ווילען עס אינגאנצן אנלייגען די פראבלעם נאר אויף דעם זאגענדיג אז דאס איז די סיבה, ווייל און דערהיים האבן זיי אזא זאך ווי א קאר נישט געזען, אנדער זענענן נאך מער קלייבערישזיי זאגן אז די עיקר סיבה קימט, ווי באלד די מענטשן גייען אנדערש אנגעטיען ווי נערמאל, זיי האבן אזעלכע האר אין די זייט פינעם קאפ, אזוי אויך גייען זיי אלע מיט וועסטלעך, און דאס מוז זיין די סיבה דערפאר
יעצט נאך דעם וואס עס איז דא סטימעלעס געלט בשפע, האבן זיך די פארשער פאראייניגט גרינטליך אויסצופארשען די זאך, עס הייסט יעצט אז מען גייט אנטיען פאר מייז וועסטליך, צו זען ווי אזוי זיי ריעקטן ביים האבן א וועסטעל, אויב זייער דרייווען טוישט זיך אויף אזא פאל, אזוי אויך גייט מען זיי לאזן וואקסן האר, אויך ווערט געפלאנט, ארויפצישיקען אשכנז'ישע צו די לבנה זען וויאזוי זיי דרייווען און די ספעיס, ימים ידברו

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דאנארשטאג יולי 09, 2009 11:25 am

מנחה עריע אפען א-גאנץ יאר צוליב חסידי'שע ישובים


קאנטרי, ניו יארק (אידישע צוויבל) - מיט גרויס פרייד איז געמאלדן געווארן אז די ביז יעצטיגע זוממער מנחה עריע אויף די ניו יארק טרו-וועי וועט אפען בלייבן אויך דורך דער גאנצער יאר צוליב די פיהלע נייע חסיד'ישע ישובים אין די קאנטרי געגנט.

די פרייליכע מעלדונג קומט נאכדעם וואס פון צענדליגע לאקאלע ישובים איז געשיקט געווארן בריוו צו די רעגירונג אינסטאנצען אינערהאלב ניו יארק, בעהטנדיג אז וויבאלד די פיהלע אידען פארן מידי יום ביומו אהיים פון זייערע דשאבס צו זייערע הייזער, אין דורך די ווינטער איז די זמן מנחה גאר פריה, איז נישט שייך אנקומען צו זייער ישוב פאר זמן מנחה.

לויט א באריכט וועט צוריק-געלייגט ווערן די טאוול "מנחה עריע" וואס איז אראפגענומען געווארן מיט צענדליגע יאר צוריק ווען די סטאנציע האט געדינט אלץ מנחה עריע בלויז אין די זוממער טעג.

א ספעציעלער דאנק ברויך געגעבן ווערן פאר די עסקנים וואס האבן געהאלפן מיט דעם נושא.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך יולי 15, 2009 11:10 am

וויליאמסבורג ברענט!!

וויליאמסבורג, ירושלים ד'אמעריקה - שטורמישע פראטעסטן זענען פאררופען געווארן אויף היינט פארנאכטס איבער די גאסן פון וויליאמסבורג! אין ליכט פון דעם וואס די פאליציי האבן ברוטאליש אויסגעשריבן א פארקונג טיקעט פאר א אומשולדיגער יונגערמאן וואס איז אריינגעלאפן נאר פאר איין רגע אין א עסן געשעפט צו קויפן א סענדוויטש! ער האט אפילו געהאט איבערגעלאזט זיין היט און קאר!

די פראטעסטן וועלן ארויסגיין פון די הויפט "ליע עוועניו" גאס ווי מ'וועט אפשפארן די גאס און איבערדרייען עטליכע פאליציי אויטאס, און עס וועט זיך ציען ביז צו ווייט עוו ביי ווילי סט. ווי די מוחים וועלן בלאקירן די הויפט אריינגאנג צום "בי קיו אי" אלץ פראטעסט! און פון דארט וועט מען ממשיך זיין ביז צו די וויליאמסבורג ברידזש ווי עטליכע געטרייע יונגעלייט וועלן זיך אראפלייגן אויף דער ערד און אפשטעלן די טרעפיק!!
פון דארט וועט עס גיין צו די דערנעבענדיגע גרויסע "ברידזש פלאזא - באס סטאנציע" אויך די פארנומענע "בראדוועי" גאס, ווי מ'וועט אונטערצינדען עטליכע סיטי באסעס!!!

אין א לעצט-מינוטיגע זיצונג צווישן די הויפט פאליציי קאמאנדיר "רעי קעלי" און די פירער פון סאכדעס און א פריאוו אפצישטילן די געמיטער, האט קעלי פארשפראכן ארויסצוווארפן אלע פארקינג טיקעטס פון די וויליאמסבורג געיגענט!
אבער די נייעס איז שוין געקומען צו שפעט, און די פראטעסטן זענען שוין אין פולען שוואנג!!!

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » מוצ"ש יולי 18, 2009 11:33 pm

וואשינגטאן די. סי. - יולי 15, 09

קאנגרעס האט היינט געלאזט וויסען אז די אפיס פון די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אף אמעריקע גייט ווער אריבערגעפירט (אוטסארסעד בלע"ז) קיין אינדיע אנגעהויבן פון סעפטעמבער 1' היי יאר.


דאס שריט ווערט געטון כדי צו שפארען די פרעזידענטס $500,000 א יאר געהאלט, און אויך די רעקארד סומע פון $750 ביליאן דאלער דעפעציט וואס דאס האט זיך אנגעזאמעלט אין די לעצטע 6 מאנאטען זינט ער איז געווארן פרעזידענט. און עס איז ערווארטעט אז מ'קען זיך שפארען $7 טריליאן דאלער ביז די ענדע פון די פרעזידענט'ס טערמין. "מיר גלייבן אז דאס איז א קליגער פינאציעלער שריט. די סומע וואס מ'וועט שפארען איז ריזיג", האט געזאגט קאנגרעסמאן טאמאס ריינאלדס (רעפאבליקאנער פון ווייאמינג). "מיר קענען נישט בלייבען קאמפעטעטיוו אויף די וועלט ארענע מיט די איצטיגע שטאפל פון געלט אויסגאבן," האט ריינאלד צוגעגעבן.

מר. אבאמא איז אינפארמירט געווארן דורך אימעל היינט אינדערפרי איבער זיין אויפגעזאגעכטס. צוגרייטונגען אריבערצופירען דעם דזאב ווערט שוין געפלאנט פאר א שטיק צייט.

גארווינדער סינג, א טעלע-טעכנישען פאר אינדאס טעלעסערוויסעס, מומביי, אינדיע וועט איבער נעמען די אפיס פון די פרעזידענט אנגעהויבען פון סעפטעמבער 1, 2009. מר. סינג איז געבוירען אין די פאראייניגטע שטאטן ווען זיינע אינדיאנער עלטערן זענען דא געווען אויף וואקאציע אין ניאגרע פאלס, נוא יארק, וואס דאס געט אים דאס מעגליכקייט איבע צונעמען די פאזיציע. ער וועט באקומען א געהאלט פון $320 אמעריקאנער דאלארען א מאנאט, אבער ער באקומט נישט קיין העלט אינשורענס אדער אנדערע בענעפיטען.

עס איז צום גלייבן אז מר. סינג וועט קענען הענדלען די דזאב אן די געהילף פון א סטעף ארבעטער. וויבאלד די צייטן זענען א חילוק פון די פאראייניגטע שטאטן און אינדיע, וועט ער ארבעטען מער ווייניגער ביינאכט.

"ארבעטן ביינאכט וועט מיר ערלויבן אנצוהאלטן מיין טאג דזאב ביי די דעלל קאמפיוטער קאל סענטער," זאגט מר. סינג אין אן עקסלוסיוו אינטערוויא. "איך בין פרייליך איבער די דזאב. איך האב אייביג געהאפט צו זיין אמאל פרעזידענט."

א ווארטזאגער פאר קאנגרעס האט ציגעלייגט אז אפילו מר. סינג איז נישט אזוי היימיש מיט אלע אישוס וואס איז אינוואלווד אין די אפיס פון די פרעזידענט, זאל דאס נישט זיין קיין פראבלעם ווייל פרעזידענט אבאמא איז אויך קיינמאל נישט געווען פאמיליער מיט די אישוס.

מר. סינג וועט זיך פארלאזען אויפן סקריפט פונעם טעלעפראמטער וואס דאס וועט אים געבן די מעגליכקייט צו ענטפערן פארגעס אפילו ער וועט נישט פארשטיין די אלע אישוס.

"אינז ווייס מיר אז דאס רעדן פון א טעלעפראמטער ארבעט גוט האט געזאגט דער ווארטזאגער "פרעזידענט אבאמא האט דאס סוקסעספול געניצט די אלע יארען, און מענטשען האבן זיך איינגערעדט אז ער ווייבט וואס ער רעדט.

אבאמא וועט באקומען העלט אינשורענס, אויסגאבן, און געהאלט ביז די לעצטע טאג פון זיין ארבעט, נאכדעם וועט ער זיין בארעכטיגט צו באקומען $140 דאלער א וואך פאר אנעמפלוימענט פאר 26 וואכן. אבער ער וועט נישט זיין בארעכטיגט צו באקומען מעדיקעיד צוליב וואס זיין אנעמפלוימענט בענעפיט וועט זיין מער ווי די לימיט.

מ'האט צוגעשטעלט פאר מר. אבאמא אוטפלעסמענט סערוויס אף מענפאוער אינק. אים צוהעלפן שרייבן א רעזומעי און אים העלפן זי ציגרייטן צום קומענדיגען דזאב טרענזישאן. לויט מענפאוער קען מר. אבאמא האבן שוועריקייטן צו טרעפן א נייעם פאזיציע צוליב דאס האבן ווייניג סוקסעספול עקספיריענס דורך אויס זיין לעבן. א גריסער פאזיציע ביי וואלמארט איז פארגעשלאגן געווארן צוליב דעם וואס אבאמא האט א גוטע עקספיריענס מיט שאקלען הענט, ווי אויך זיין ספעציעלער שמייכל.

(קרעדיט: באקומען אין אימעיל און איבערגעטיישט אויף אידיש)

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

''אידישע וועלט פארום'ס'' אונטער שווערע אנקלאגעס

תגובהדורך שעפטיל » זונטאג יולי 19, 2009 10:04 pm

ספעציעל צום צוויבל:
אידישע וועלט פארום'ס אונטער שווערע אנקלאגעס

קרעטשמע, דער צוויבל. א שרעקעדיגער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט פארגאנגענעם דאנערשטיג, אין אפיס פון תנחום שוועטשקל, 56 פון וויליאמסבורג, וועלכע פירט אן די גאנצע געביידע פון די ריזיגע פירמע 'אינשקא' אויף בראדוויי. ווי די סעקרעטארין גיט איבער, האט זיך די איבערקערעניש אנגעפאנגען ארום זייגער פינף נאכמיטאג, ווען תנחום איז ווי זיין שטייגער געזיצן ביי זיין טישל אין זיין אפיס, טשעקענדיג אומוויכטיגע זאכן ביים קאמפיוטער. גענוי 5:17 pm האט זיך ארויסגעהערט פון זיין אפיס א רייע מאדנע קוויטשען, און ס'האט נאכגעפאלגט מיט א מאדנע שטילקייט. "איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אזוי דערשראקן" זאגט מרים, 33, פון ברוקלין, דער פערזענליכע סעקרעטארין. פון אנפאנג איז זי געלאפן רופן הילף, דא האט זי אבער דערזעהן א מאדנע געשעעניש: אלע ארבעטער זיצן ביי די קאמפיוטערס און קענען זיך נישט בארואיגן פון געלעכטער. זעהנדיג אז זי האט נישט צו וועם צו ווענדן, האט זי אונטערן דרוק באשלאסן אליין צו נעמען שריט. זי האט פאמעליך אויפגעעפנט די טיר פון תנחום'ס אפיס, ווי זי האט דערזעהן פאר אירע אויגן ווי ער דערשטיקט זיך מיט א קליין שטיקל טשאקלאדע רייסקעיק. "זיין וועסטל איז געווען אינגאנצן ברעקלדיג, פע" האט זי געזאגט פאר א 'אידישע צוויבל' ריפארטער. ענדליך מיט גרויס שווערעקייטן און מיט די הילף פון עטליכע מיטארבעטער האט זי באוויזן צו שטעלן איר בעל הבית אויף די פיס, און ער האט זיך געמיטלעך בארואיגט. ווי תנחום פארציילט, האט עס פאסירט ווען ער איז אריין וויזעטן די פאפולערע 'אידישע וועלט פארומס', בשעת זיינע געלע ציינער האבן געקייט 'טשאקלאט רייסקעיק'. אנקומענדיג צו די 'צוויבל' אפטיילונג האט ער זיך נישט געקענט בארואיגן פון גרויס לאכעריי, און זיך אנגעפאנגען דערשטיקן, וואס מער ער האט געלייענט. "איך האב געוואוסט סאיז אינטערסאנט, אבער אזוי לאכעדיג??" האט תנחום קאמענטירט פאר די פרעסע. ווי ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט זענען אלע ארבעטער פונקט געווען ביים זעלבן 'צוויבל' ווען די מעשה האט זיך אפגעשפילט.

ווי עס גיט איבער שמעלקע, דער 'אינשקא' ווארט זאגער פארן 'צוויבל', גייט דאס נאך סאך ווייטער. "מיר האלטן אינמיטן די לעצטע צוגרייטונגען צו א מאסיווע אנקלאגע אויף אידישע וועלט, פארן נישט ווארענען אז מען טאר נישט עסן בשעתן ליינען". אויף די אנפראגע פון ברוך שיצער, א 'אידישער צוויבל' ספעציעלער ריפארטער, וואס האט געפרעגט 'וואס האבן די בעלי בתים פון אידישע וועלט פארום'ס מיט דעם 'צוויבל', האט שמעלקע קאמענטירט: "עס איז קלאר פאר יעדן איינעם אז עס איז איין זאך, אויף דעם וועט שוין קארט באשליסן". עס וואונדערט נאר וואס דער געריכט וועט באשליסן אויף די אלוועלטליכע פראגע פון גילוי, צו די אידישע וועלט שרייבער וועלן געניסן פון א ספעציעלן אמיוניטעט צו נישט. עס איז צום האפן אז די געשיכטע וועט האבן א פרייליכע ענדע, "סוף בל סוף האט זיך די גאנצע איבערקערעניש אנגעפאנגען מיט א שמייכעלע", זאגט פישל טעפער, 23, פון קינגס קאונטי.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 21, 2009 5:38 pm

היימישע קרעטשמע לייגט אן אויג אויף דארלי-גרין פראיעקט

דארלי-גרין, דעלעוועיר - אין די צייט וואס פארשידענע עסקנים און כלל-טוער פון איבער דער גארער וועלט זענען פארנומען אין מיטינגען מיט די באהערדע און אנדערע פארטרעטער פון די נייע דעוועלאופמענט וואס האט לעצטנס געמאכט העד-ליינס אלס א מעגליכע צוקונפט פאר חרדי'שע אידן, זענען די מנהלים און אחראים פון היימישע קרעטשמע, מיט די באגלייטונג פון א גרופע ק.נ.א. דזשורנאליסטן אראפגעפארן אויף א ברייט-פובליצירטע באזוך אינעם נייעם ארט, מיט באהאלטענע פלענער דאס צו פארוואנדלן אין א וואוין-ארט פאר די הונדערטער חשוב'ע קרעטשמע מיטגלידער.

עס איז וואויל באקאנט דער פאקט אז פונקט ווי אלגעמיינע אידעלעך, ליידן אויך קרעטשמעריסטן פונעם אלוועלטליכן דירות מאנגל. אין צוגאב דערצו זוכן שוין די קרעטשמע מיטגלידער לאנגע יארן א שטילע געגענט וואו זיי זאלן זיך נישט שעמען צוזאמצוקומען און פראווען אינאיינעם תפילות און שבתים אויף זייער אייגנארטיגער שטייגער. דערפאר איז מיט פרייד אויפגענומען געווארן די בשורה אז די מער פארמעגליכע חברי הנהלה האבן שוין אויסגעשטעלט די פאפירן צו פארשאפן די נויטיגע פערמיטן איבערצושרייבן דעם גאנצן שטעטל אויף זייער ניק, וואס דאס וועט זיי ערמעגליכן אנצוהייבן צוטיילן דעם געגנט לויט די פארומס וואו די מיטגלידער זענען אקטיוו.

ווי עס דרוקט זיך אויס איינער פון די אחראים - נאמען צוריקגעהאלטן צוליב פארשטענדליכע סיבות - וועט דאס זיין א היסטארישע עררייכונג וואס וועט גאנץ זיכער נאכגעמאכט ווערן דורך אנדערע וועבזייטלעך אויפן וועלט ברייטן געוועב. יענער אחראי האט אונז ערקלערט אז נאר באשטעטיגטע ניקס וועלן קענען ארויסנעמען אן אפליקעישאן, דאפעלטע ניקס וועלן באקומען נאר איין מעגליכקייט צו דינגען אדער קויפן.

עס הייסט דערווייל אז די רוחניות'דיגע אנגעלעגנהייטן וועלן אנגעפירט ווערן דורך די זעלבע וועד וואס פירט אן די אידישע וועלט פארומים צו די שטארקע צופרידנהייט פון אלע מיטגלידער. דאס איז אויסערדעם וואס דער גבאי ביהמ"ד איז שוין שטארק פארנומען אויסצוזוכן א פאסיגע פלאץ פאר די בית המדרש און מעכטיגע אוצר הספרים פון די ווירטואלע קהילה נאה וחסידה.

פאר מער אינפארמאציע, אדער צו באשטעלן א דירה אין איינע פון די בלאקס (וועמענס נעמען וועלן גערופן ווערן על שם די פארומס, צ.ב.ש. ידיעות התורה קארנער ספארטס), מעלדט אייך צו איינעם פון די סעקרעטארן, אדער שרייבט אייך איין אין די קאמענטארן אשכול אויף די אידישע צוויבל.

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:54 pm

רעגירונג פארטיילט פסח גרענט פאר ארימע


ר"ח ניסן תש"צ

ניו יארק - טויזענטער אידן איבער ניו יארק שפירען זיך היינט איבער-גליקליך אז די רעגירונג האט אריינגעשטעלט אין זייערע פוד-סטעמפ קארטלעך א סכום פון $1,000 פער פאמיליע מיטגעלידער אין האבן אויף פסח געברויכן, די געלט קען מען אויך ניצן אלץ קעש דורך עי-טי-עם פאר בגדים אין צרכי יו"ט.

ווי שאקירט אין פרייליך זענען אידן געווארן היינט פארמיטאג אין די גראסערי'ס קוקענדיג אויף זייער פוד-סטעמפס באלאנס דערזעהנדיג א סכום פון עטליכע טויזנט דאללער אויף דעם קארטל.

דער ענטפער צו יעדעמ'ס ווינדער איז געקומען דורך א פרעסע קאנפערענץ אין קרית-אביגדור, נישט ווייט פון אלבעני ווי גאווערנאר ווינער האט געמאלדן אז אין א חלק פון א לעצטיגע סטימיולעס פעקל [מנהג אמעריקע] האט די רעגירונג באשלאסן צו העלפן אירע בירגער אין א צייט פון נויט, אין נאך שתדלנות פון חדרישע עסקנים האט די רעגירונג באשלאסן צו העלפן די אידן אין דעם איצטיגן פעסאווער סיעזאן.

אין די צייט וואס די שירות ווערן געשריבן ליידיגן זיך אויס די פאליצעס אין די לאקאלע כשר'ע סופערמארקעטס ווי דער עולם פילען זיך אן וואגאנען מיט כל טוב וטוב.

גלייכצייטיג שטייען לאנגע רייעס ביי די עי-טי-עם מאשינקעס וואו דער עולם צוכאפט זיך מיט קעש.

עס דערמאנט יעדעם פון דער באקאנטער דינסטאג אין יאר תשס"ט ווען די רעגירונג האט דעמאלטס פארטיילט $200 פער קינד סקול-סופלייס, וואס דעמאלטס צוליב די גאר שווערע עקענאמיע איז קיין פעני פון די צוויי מאות נישט געגאנגען פאר סקול-סופלייז, צוליב די דעמאלצדיגער געלט דרוק ביים ציבור.

חג כשר ושמח, דער אידישער צוויבל.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט