דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

יומוי לערנט פשט אין דאוני מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:

דער שלעכטער גלח האט געטראגן אט דעם נאמען: "דיינו"

Untitled.png
Untitled.png (22.71 KiB) געזען 2985 מאל
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ארויפגעברענגט לכבוד שבת
---
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

.a bit late but t's never too late to bring this eskoil

You can also hear on kol mavaser 114 on Friday. Very sweet with r' zisha schmeltzer
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

איינער קען פליס אריינווארפן א מאנקי (מיט געלט שטייצעך) אין מיין הויז ?
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

מאכט אייך גרייט אויף פסח
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:איינער קען פליס אריינווארפן א מאנקי (מיט געלט שטייצעך) אין מיין הויז ?

מאנקי'ס האבעך שוין, מ'דארף נאר אריינווארפן צו מיר דאס געלט!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירנן »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:דער הייליגער קאזשניצער מגיד זי"ע פלעג יעדן שבת מברכים ניסן דערציילן אט די דריי סיפורים, וועלכע זענען מסוגל משפיע צו זיין פרנסה פאר אידישע קינדער, און צרכי פסח בהרחבה.
--

די ערשטע מעשה – ברוינפן אדער וואסער?!

אמאל איז געווען א איד וועלכער האט געהאנדלט מיט ברוינפן, און פלעג ארומפארן פארקויפן זיין סחורה. אמאל ווען ער איז אריבער דעם גרעניץ, האבן אים די גרעניץ וועכטער אפגעשטעלט, און וויבאלד עס איז נישט געווען לעגאל אריבערצופירן ברוינפן אן קיין ספעציעלע ערלויבעניש, האט מען אים צוגענומען די גאנצע סחורה.

וואס טוט א איד א חסיד? איז ער תיכף געפארן צום רבי'ן ר' אלימלך זי"ע, און שטארק געוויינט אז מען האט אים צוגענומען זיין גאנצע האב און גוטס. האט אים דער רר"א בארואיגט, און געזאגט אז ער זאל נישט דאגה'ן, נאר זאל גיין זאגן פאר די גרעניץ וועכטער אז זיי האבן געמאכט א טעות, און די פעסלעך אנטהאלטן נישט קיין ברוינפן, נאר וואסער.

אז דער רבי הייסט... דער איד פרעגט נישט קיין שאלות, און לויפט זאגן פאר די גרעניץ וועכטער אזוי ווי דער רבי האט באפוילן. די וועכטער האבן טאקע טועם געווען פון די פעסער, געזען אז עס איז ווירקליך וואסער און נישט ברוינפן, און אים צוריקגעגעבן זיין גאנצע סחורה.

אונזער ברוינפן סוחר איז צוריקגעקומען צום רבי'ן ר' אלימלך, און ווייטער געוויינט. "איך האב טאקע מיינע פעסער באפרייט, אבער ווי אזוי וועל איך האבן אויף פסח צו מאכן, אז מיין גאנצע סחורה האט גאר קיין ווערד נישט? עס איז דאך וואסער, נישט ברוינפן!"

"זארג נישט", זאגט דער רבי, "נעם נאר א טרונק פונעם פאס, וועסטו זיך איבערצייגן אז עס איז פיינע ברוינפן, און נישט קיין וואסער." כך הוה - אזוי ווי דער רבי האט געזאגט. דער פאס איז צוריקגעווארן יי"ש, און דער איד האט געהאט אויף פסח צו מאכן מיט א ברייטקייט.

--

די צווייטע מעשה – די מעשה פון דיינו!

אמאל איז געווען א גרויסער קעניג, וועלכער האט געוועלטיגט אויף פיל לענדער. דער קעניג האט געהאט פיל אוצרות, אבער מער פון אלעם איז אים טייער געווען זיין רינגל. די טייערקייט פונעם רינגל איז נישט נאר באשטאנען אין דעם וואס עס איז געווען אויסגעזעצט מיט טייערע בריליאנטן, נאר ווייל דער קעניג האט עס גע'ירשנט פון זיין טאטע דער קעניג, וועלכער האבן עס באקומען פון זיין טאטע.. אא"וו.

פאסירט אמאל און דער רינגל איז פארלוירן געגאנגען. מען קען זיך פארשטעלן די איבערקערעניש אין לאנד ארום דעם פארלוירענעם רינגל. אזוי ווייט, אז דער קעניג האט געלאזט אויסרופן, אז ווער עס וועט זיך אונטערנעמען אנצופירן אן אויספארשונג און זוכן דעם רינגל, וועט אים דער קעניג פון פאראויס באצאלן זיינע אויסגאבן.

אינעם הויפט שטאט האט געוואוינט אן ארימער אידל, וועלכער האט קוים געהאט אויף אויסצולעבן די טאג טעגליכע, און האט אוודאי נישט געהאט אויף פסח צו מאכן. האט אים זיין פרוי געראטן: "דער קעניג טיילט דאך געלט אז מען זאל זוכן דעם רינגל, גיי'זשע דו אויך, און מעלד איין אז דו ביסט גרייט צו זוכן דעם רינגל, וועט מען דיר אויך געבן געלט. און אז דו וועסט האבן געלט, וועלן מיר קענען פראווען א יום-טוב ווי עס דארף צו זיין." נישט האבנ'דיג קיין אנדערן אויסוועג, איז דער ארימער איד געגאנגען צום פאלאץ, און זיך אנגעגעבן אין קעניג'ס הויף אז ער איז גרייט צו זוכן דעם רינגל. מען האט אים טאקע דערלאנגט פונעם קעניג'ס קאסע א גרויסער סומע געלט, און דער איד איז פון דארט געגאנגען גלייך אין מארק אריין, און איינגעקויפט די צרכי החג מכל טוב וטוב מיט א ברייטע האנט. ס'דא געלט!

און אז ס'דא, זאל שוין טאקע זיין א יום טוב מיט אלע מפרשים. איז אונזער איד'ל געגאנגען און איינגעלאדנט אסאך אורחים, ארימעלייט זיינ'ס גלייכן, און געגרייט א סדר טיש כיד המלך פאר כל דיכפין.

אין קעניג'ס הויף איז געווען א הויפט ראטגעבער, א גלח, א וויסטער שונא ישראל. דער גלח האט באלד פונעם ערשטן מינוט געקוקט מיט ביטול אויף דעם איד וועלכער גיבט זיך אן אלס איינער וואס טויג אויף צו זוכן דעם קעניג'ס רינגל, און האט באשלאסן נאכצוגיין דעם איד און זעהן וואס ער טוט מיט'ן געלט. פסח אויפדערנאכט, איז ער געגאנגען קוקן אונטער די פענסטער פון דעם איד, און געזען אז דער איד האט אנגעגרייט א שולחן עורך. ער לאזט זיך וואוילגיין לכבוד יום טוב, און קלערט גארנישט צו גיין זוכן דעם קעניג'ס רינגל. דאס האט ער נישט געוואלט פארשווייגן. א חוצפה פון א איד!

דער גלח איז געגאנגען מיט גרויס אויפברויז צום קעניג אין פאלאץ, און אים דערציילט: "דער קעניג מיינט דאך אוודאי אז דער איד איז געגאנגען פארשן און זוכן וואו אהין עס איז פארשוואונדען געווארן די רינגל פון קעניג.. א נעכטיגן טאג! ער זיצט און עסט מיט די חברים זיינע. א רייכע וועטשערע האט ער אנגעגרייט, און טראכט ניטאמאל פונעם קעניג מיט זיין פארלוירענעם רינגל," האט דער גלח געשימפט מיט צארן. "זאל דער קעניג מוחל זיין קומען מיט מיר, וועל איך אים פירן צום איד'נס הויז, וואו ער וועט זיך קענען איבערצייגן אין די ווארהייט פון מיינע רייד מיט זיינע אייגענע אויגן."

דער קעניג איז מיט גרויס נייגער מיטגעגאנגען מיט'ן גלח צום פענסטער פון דעם איד, און זיך אומגעקוקט אויף דעם פראכטפולן בילד: אט זיצט דעם איד ווי א קעניג אויפ'ן טראן, ארומגענומען מיט זיין פאמיליע און אורחים. אויפ'ן ווייס געדעקטן טיש זענען אויסגעשטעלט פלעשער וויין, און עס ברענען פיל ליכט... דער קעניג לייגט צו אן אויער צום פענסטער, און הערט אן אינטערסאנטער ווערטער אויסטויש. דער איד האט געהאט א מנהג ביי די חרוזים פון דיינו, צו זאגן הויך די נוסח פון אילו הוציאנו ממצרים... און אלע מסובים האבן הויך געענטפערט: דיינו. אזוי ביי יעדן חרוז. פונקט איז דער קעניג אנגעקומען ווען מען האט געהאלטן ביי די חרוזים פון דיינו.

דער שלעכטער גלח האט געטראגן אט דעם נאמען: "דיינו". און אט פאלט דעם קעניג איין א געדאנק. "עס מוז זיין אז דער איד האט זיך צוזאמגעזעצט מיט אסאך חכמים יודעי דת ודין, און פירט איצט אן אויספארשונג איבער דעם געגנב'טן רינגל. זעהט אויס אז אלע זענען געקומען צו דעם זעלבן מסקנה, און אלע ענטפער'ן אז עס מוז זיין אז נישט קיין אנדערער נאר 'דיינו' – דער גלח, מיין ראטגעבער, איז דער גנב."

באלד האט דער קעניג ארויסגעגעבן דעם באפעל צו בינדן דעם גלח, און אים שמייסן ביז ווילאנג ער וועט מודה זיין אינעם גניבה. אזוי איז טאקע געווען, דער דיינו, וועלכער האט טאקע געגנב'ט דעם רינגל, האט מודה געווען אין זיין פארברעכן, און מען האט אים באלד באשטראפט. וחמת המלך שככה.

דער קעניג האט דאן געהייסן באלוינען דעם איד פונעם קעניגליכן אוצר, אזוי אז ער האט געקענט אויסלעבן זיינע יארן אין רייכטום, און יעדעס יאר געפראוועט די סדרים ברוב פאר והדר.

--

די דריטע מעשה – מאשקע מיט'ן פריץ!

אמאל איז געווען א פריץ, וועלכער האט ווי אלע פריצים פון אמאל געהאט א אידישער קרעטשמער. דער קרעטשמער, אפגעזען פון וואס זיין ריכטיגע נאמען איז געווען, האט אויטאמאטיש באקומען דעם טיטל "מאשקע". אזוי האט אים גערופן, סיי דער פריץ, און אויך די פויערן, גוים.

מאשקע האט געדינגען דעם קרעטשמע – טרינק הויז פונעם פריץ, און האט צוגעשטעלט צו טרינקען פאר אלע עוברים ושבים. פארשטייט זיך אז ער האט געדארפט באצאלן פאר דעם פריץ דעם יער'ליכן ראטע, ווייל ווען נישט האט אים דער פריץ אריינגעווארפן אין גרוב, ביז ווילאנג עס האט זיך אפגעזוכט א איד - א שטייגער ווי דער סאסובער צדיק - וואס האט מקיים געווען פדיון שבוים און אים אויסגעלייזט פון געפענגעניש.

ויהי היום, און אונזער מאשקע שטייט אין קרעטשמע און באדינט די געסט, איינעם געבט ער צו טרינקען, א צווייטער צו עסן, און אט ערשיינט א חשוב'ער גאסט: דער פריץ שפאנט אריין אין קרעטשמע מיט א פארריסענעם שטאלץ, אן אייגענארטיגער פריציש'ן גאנג, א שטייגער ווי דער גאנצער וועלט געהער פאר אים. מאשקע איז געווען אויסער זיך. ער האט באלד צורעכט געמאכט דעם פריצ'נס מקום קבוע, און אים געברענגט פון די בעסטע משקאות וואס די קרעטשמע פארמאגט. און אז דער פריץ טרינקט זיך געמיטליך, האט ער באשלאסן צו שמועסן מיט זיין קלוגן מאשקע, צו ערגענצן דעם געשמאק פונעם טרינק. "זאג נאר מאשקע", גיט דער פריץ א זאג. "איז וואר אז אויב איך וואלט דיר נישט צוגעשטעלט דעם קרעטשמע וועלכע ברענגט דיר אריין א שיינע הכנסה, וואלסטו אויסגעגאנגען פון הונגער?!" (ח"ו).

מאשקע איז געווען א איד א תמים, און א גרויסער ירא שמים. ער האט זיך נישט פארלוירן פון די גרויסהאלטערישע רייד פונעם פריץ, און אים באלד אפגעענטפערט: "וואס זאגסטו, הער פריץ? דו גיבסט מיר פרנסה? ווייסטו דען נישט אז דער איין איינציגער באשעפער אין הימל שפייזט אלע באשעפענישן און ער אליין גיבט מיר אויך צו לעבן! דו ביסט בלויז זיין שליח. און ווען נישט דיר, וואלט דער אויבערשטער געשיקט א צווייטן שליח מיר צוצושטעלן פרנסה!"

ווען דער פריץ האט געהערט די ערליכע רייד פון זיין מאשקע, האט דאס אים שטארק דערצערנט. "מאשקע דו נארישער איד!" האט ער געשריגן. "זאפארט זאלסטו פארלאזן דעם קרעטשמע, און לאמיר זעהן ווי אזוי דיין ג-ט וועט דיר שיקן שפייז!"

עס איז געווען נאענט צום יו"ט פסח, און מאשקע איז געבליבן אן קיין פרנסה. צוביסלעך איז אויסגעגאנגען די געלט פון שטוב, און די קינדער האבן געוויינט נאך א שטיקל ברויט. מאשקע האט אבער נישט געהאט קיין פרוטה, ווער רעדט נאך פון געלט אויף פסח צו מאכן.

דער פריץ האט געהאט אין שטוב אן אוצר פון גאלדענע מטבעות. גאנץ אפט איז ער אהין אריין און אפגערייניגט די גאלדענע רענדלעך פון יעדן פלעק און דזשאווער. אויך פלעג ער קלאפן מיט די מטבעות אויף זיינע ציין, און לויט די קלאנג, האט ער געוואוסט אויב די רענדל איז ווירקליך גאלד, אדער גאר אייזן איבערגעדעקט מיט א גאלדענע פארב.

מיט'ן פריץ איז אלעמאל מיטגעגאנגען זיין באליבטע שפיל חיה, א מאלפע. די מאלפע פון נאטור אויס, טוט נאך דאס וואס זי זעהט דעם מענטשן טוהן. ווען די מאלפע האט געזען אז דער פריץ לייגט צו די רענדלעך צום מויל, האט זי פארשטאנען אז נישט אנדערש, נאר דער פריץ עסט די גאלדענע רענדלעך. ווען דער פריץ איז ארויס פון צימער, האט זיך די מאלפע צוגעזעצט צו די מטבעות, און אנגעהויבן נאכטוהן דעם באלעבאס, און געשלינגען רענדלעך. אזוי האט זי געשלינגען איינס נאכ'ן אנדערן, ביז זי איז געפאלן א טויטע אויף דער ערד.

ווען דער פריץ איז צוריקגעקומען און געטראפן זיין טויטע מאלפע, האט ער באשלאסן זיך אביסל אונטערצוהאלטן אויפ'ן חשבון פון מאשקע, און אים אביסל איבערשרעקן. דער פריץ האט געשיקט רופן דעם באדינער, און אים געהייסן אריינווארפן דעם מאלפע אין שטוב פון מאשקע, "זאל ער וויסן, אז אויב איך געב נישט קיין פרנסה, איז נישטא!"

אבער אז די טויטע מאלפע איז אריינגעפאלן אינעם פענסטער פון מאשקע, האט זיך אויפגעריסן די בויך פונעם חיה, און עס האט גענומען גיסן גאלדענע רענדלעך. מאשקע האט שוין געהאט אויף צרכי פסח בהרחבה גדולה.

אינעם הייליגן נאכט פון יו"ט פסח, האט זיך פאר'ן פריץ פארגלוסט צו גיין זעהן ווי אזוי מאשקע האט זיך אן עצה געגעבן. "געוויס הונגערט ער דארט," האט זיך דער פריץ געטראכט. "אבער עס קומט אים. איצט וועט ער שוין וויסן ווער עס שפייזט אים." ווי ערשטוינט איז ער אבער געווארן צו זעהן, אז דער איד פראוועט דעם סדר ווי אלע יאר, און נאך ברייטער. דער פריץ איז אריין צו מאשקע אין שטוב, און אים געפרעגט פון וואנעט ער האט גענומען די געלט צו פראווען אזא מלכות'דיגן סדר. מאשקע האט דערציילט פאַר'ן פריץ ווי אזוי דער באשעפער האט אים באזארגט מיט פרנסה אויף אזא וואונדערליכן אופן. דאן האט דער פריץ הויך דערקלערט: "איצט טוה איך אויך אנערקענען, אז השי"ת איז דער וואס שפייזט פאר אלעמען. איך בין ווירקליך נישט מער פון זיין שליח."

אזוי האט מאשקע געהאט אויף פסח און אויף א גאנץ יאר פרנסה בריוח!
--

השי"ת זאל טאקע משפיע זיין פאר אידישע קינדער צרכי החג און פרנסה בריוח עד בלי די, בכל
מקומות מושבותיהם, אמן.

איינער האט PDF פון עס
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

שלשה סיפורים לשבת מברכים ניסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

בס"ד


נוהג היה המגיד מקוזניץ זי"ע לספר שלושה ג' סיפורים אלו בשבת מברכים ניסן באמרו כי יש בכח סגולת עובדות אילו, להמשיך שפע ברכה ופרנסה לכל בני ישראל לצרכי הפסח בהרחבה .
א
יהודי אחד אשר לפרנסתו עסק בהכנת יי"ש ומכירתו, הכין פעם לפני פסח חבית גדולה של יי"ש, ובקש להעבירה אל המדינה הסמוכה על מנת למכרה שם, כדי להרויח ולכסות את צרכי הפסח הקרב ובא בהרחבה.
בימים ההם נדרשו סוחרי המשקאות לרשיון המתיר להם מסחר זה, אך יהודי הלז לא השיגה ידו כדי רשיון ונאלץ לסחור בחשאי. אי לכך הטעין החבית על עגלתו וכיסה מעליה חבילי זמורות קש ותבן בכדי להסתירה ויצא לדרכו.
איתרע מזלו ובהגיעו אל בית המכס עצרוהו המוכסים ומשמשו בכליו ועד מהרה נתגלתה החבית ומכיון שלא היתה בידו רשיון החרימו את החבית הימנו ושלחוהו לדרכו.
בצר לו נסע לליזענסק אל הצדיק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע והשיח צרתו בפניו, הורה לו הצדיק כי יחזור מיד אל בית המכס ויטען שם כי החבית אינה מליאה ביי"ש כי אם במים, ואדרבה יטעמו ויוכחו כי כדבריו כן הוא ואכן כך עשה ונוכחו כדבריו והחזירו לו את החבית ופטרוהו לשלום, שמח היהודי ופנה משם אך כשחשב על מעשה ניסים הלז נעגמה רוחו בקרבו על כי הכין יי"ש משובח בחביתו, ועתה היא מליאה רק מים ולכן שב אל בית הצדיק להתאונן על צרתו החדשה, ניחמו הצדיק באמרו: ר' יהודי טעם נא בעצמך האם מים הם או יי"ש? ואכן נהפכו המים חזרה ליי"ש ומכרו בריווח נאה והיתה בביתו הרחבה גדולה לימי החג.
ב
מעשה במלך שאבדה לו טבעתו היקרה למאד, אי לכך הוציא המלך כרוז שמי שימצא את הטבעת יעשירהו המלך עושר רב. וכמו כן כל מי שיש את נפשו לחפש אחריה יכול ליטול מעות מאוצר המלך עבור הוצאותיו על כך.
הימים היו בימי האביב , ובאותה עיר התגורר יהודי אחד עני ורש, וכשמעו את דבר המלך, פנתה האשה אל בעלה לאמור: הן עוד מעט יתקדש חג הפסח, ובבתינו אין כל. לך נא אל חצר המלך והציע עצמך לחפש אחר הטבעת, ובמעות שיתנו לך תביא אל בתינו את צרכי החג, ולד' הישועה. שמע האיש לקולה, והלך לחצר המלוכה להציע את עצמו, אך נצרך לסך דמים עבור צרכי החיפוש, ואכן נתנו לו מבוקשו , והוא פנה להכין צרכי הפסח.
ושם אחד מיועצי המלך ושמו "דייני" והוא שונא ישראל מובהק, ועלה בדעתו לעקוב אחר היהודי, ואכן ראהו פונה לשוק וקונה את צרכי הפסח ויחר אפו עד למאד. ולמחרת כשיצא המלך לטייל בין הערביים פנה אליו היועץ הרשע ואמר לו: בא אלינו איש יהודי לצחק בנו. נטל מלא חופניים מעות להוצאות חיפוש הטבעת ופנה להכין סעודה גדולה ולהטיב עצמו ביין. כשמוע המלך דבר זה בקש להווכח בעצמו הנכונים הדברים, ואמר אל יועצו: "הבה ונלך אל בית היהודי" . הלכו לשם ואכן ראו בעד החלון את הבית מלא אורה והיהודי מיסב בראש אל שולחן ערוך עם אנשי ביתו וכמה אורחים מסובים עמו.
קרב המלך אל החלון לשמוע מה שחים בני הבית. והנה שמע את בעל הבית מקריא בקול פיסקא , וכל המסובים עונים אחריו "דיינו" וכן בכל פיסקא ופיסקא.
הרהר המלך בדברים וסבר דעתה יושב היהודי עם מרעיו ודנים אודות הטבעת ושואלים ומבררים על כך והם עונים כולם "דייני" דהיינו, שסוברים שיועצו של המלך "דייני" הוא זה שידו במעל. ולכן ציווה המלך על אנשיו לכפות את היועץ דייני ולייסרו עד שיודה, ואכן הודה הרשע שידו שלח בטבעת המלך וגנבה, וליהודי היתה אורה, וצרכי הפסח בהרחבה גדולה.
ג
מעשה ביהודי ששכר בית מזיגה מאדון הכפר. ופעם אחת בא אצלו האדון והתפאר עליו באמרו "הן אני מחיה אותך, ובלעדי היית גווע ברעב" ח"ו, ענהו היהודי. "הבורא יתברך שמו , הוא הזן ומפרנס מקרני ראמים עד ביצי כינים, ואף אותי הוא זן בחסד וברחמים, אתה הנך רק השליח טוב להזמין לי פרנסתי, אך הרבה שלוחים למקום.
חרה אף הפריץ לשמע הדברים, וצווה על היהודי להסתלק מיד מבית המזיגה באומרו "נראה מהיכן ירק זה חי".
חלפו מספר שבועות וקרבו ימי הפסח, ובית היהודי ריק. ישב היהודי והתחזק באמונתו כי הקל הטוב יזמין לו פרנסתו במהרה.
פריץ זה היה מגדל בביתו קוף לשעשוע, ביום ההוא ירד האדון אל חדר אוצרותיו בכדי לסדרו , והקוף נסרך אחריו, כדרכו נטל אי אלו מטבעות זהב שהועמו והבריקם ברוק פיו.
חיה זו, שמטבעה עושה מעשה בני אדם ראתה כי נוטל הוא המעות אל פיו , וסברה כי בולע הוא את המעות, נטלה אף - - היא מטבעות זהב רבות ובלעתם באין רואים עד שחלתה ומתה. - כשראה האדון כי נתפגר הקוף , חשב להתל ביהודי המסכן. וקרא למשרתיו וציוום להשליך את הנבילה אל תוך בית היהודי.
ישב היהודי בביתו ולפתע שמע רעש וקול מני מתכות מתגוללים על הארץ, הלך לבדוק מה אירע ולפליאתו ראה נבילה מושלכת וסביבה מטבעות זהב לרוב, נטל את המעות ומיהר לשוק לקנות צרכי הפסח בהרחבה גדולה, מתוך שבח והודייה להשי"ת על ישועתו.
בליל חג הפסח שיגר הפריץ את שליחיו לבית היהודי לראות האם היה לו במה לערוך שולחנו, ועד מהרה שבו לומר לו כי בית היהודי מאיר למרחקים ושולחנו מלא כל טוב , שמע זאת הפריץ ומיהר לבית היהודי לראות הנכון הדבר, כבואו שמה סיפר לו היהודי לפי תומו את יד ההשגחה כי הזמין לו הי"ש מטמון אל ביתו וכל תוכן המעשה. שמע זאת הפריץ ותפעם רוחו בהפטירו "צדקת ממני, ה' אלוקים הוא לבדו הזן ומפרנס"
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: שלשה סיפורים לשבת מברכים ניסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח פארן צו ברענגן!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: שלשה סיפורים לשבת מברכים ניסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

בשבילי נברא האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד שבת
---
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

איז אזוי די ערשטע מעשה ווייזט אונז אז אפילו ווען מארבעט פאר פרנסה (פריץ) קומט פרנסה פונעם אויבערשטן.
די צווייטע מעשה איז אפילו ווען מ'שווערצט (ברוינפען) העלפט אויך די אויבערשטער
די דריטע מעשה (דיינו) אפילו ווען מ'ארבעט בכלל נישט העלפט אויך די אויבערשטער...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

דא האט איר א פראוויזארישע פידיעף פון די 3 מעשיות, גענומען פון די ערשטע תגובה דא אין דעם אשכול.

Three maases before pesach.pdf
(60.69 KiB) געווארן דאונלאודעד 128 מאל
---
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

די מאלפעס בדמות אנשים היושבים בעיר הבירה האבן ב"ה היי יאר צוגעווארפן די סטימיולעס לכבוד פסח
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

;l;p-
לכאורה האט געשריבן:די מאלפעס בדמות אנשים היושבים בעיר הבירה האבן ב"ה היי יאר צוגעווארפן די סטימיולעס לכבוד פסח
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

eller האט געשריבן:איז אזוי די ערשטע מעשה ווייזט אונז אז אפילו ווען מארבעט פאר פרנסה (פריץ) קומט פרנסה פונעם אויבערשטן.
די צווייטע מעשה איז אפילו ווען מ'שווערצט (ברוינפען) העלפט אויך די אויבערשטער
די דריטע מעשה (דיינו) אפילו ווען מ'ארבעט בכלל נישט העלפט אויך די אויבערשטער...

גיט אפגעלערנט!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

לכאורה גייט צוקומען א פערדע מעשה, פון די סטימולוס וואס איז אנגעקומען שבת מברכים
און דאס וייזט אז דווקא ווייל מען ארבעט נישט פארדינט מען געלט...
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

:lol:
eller האט געשריבן:איז אזוי די ערשטע מעשה ווייזט אונז אז אפילו ווען מארבעט פאר פרנסה (פריץ) קומט פרנסה פונעם אויבערשטן.
די צווייטע מעשה איז אפילו ווען מ'שווערצט (ברוינפען) העלפט אויך די אויבערשטער
די דריטע מעשה (דיינו) אפילו ווען מ'ארבעט בכלל נישט העלפט אויך די אויבערשטער...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

:lol:
ויתן לך האט געשריבן:לכאורה גייט צוקומען א פערדע מעשה, פון די סטימולוס וואס איז אנגעקומען שבת מברכים
און דאס וייזט אז דווקא ווייל מען ארבעט נישט פארדינט מען געלט...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
ציישעבט
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 12, 2021 1:32 pm

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציישעבט »

א גרויסער שעקויעך פארן אראפשרייבען די מעשיות
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

ווען איז די סגולה שבת מברכים אדער שבת החודש?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
Sheetrock רב הSEWER
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:49 pm

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sheetrock רב הSEWER »

יעדער האט געשריבן:ווען איז די סגולה שבת מברכים אדער שבת החודש?

ביי אונז האט מען זיך געפירט שבת מברכים
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יעדער האט געשריבן:ווען איז די סגולה שבת מברכים אדער שבת החודש?

מעשיות פון צדיקים זענען אוודאי אייביג מסוגל צו משפיע זיין רב טוב לבית ישראל, בפרט ווען שבת איז סיי ראש חודש, און אויך שבת החודש.


דא האט איר א פידיעף פון די דריי מעשיות:

viewtopic.php?p=2666856#p2666856
---
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

בא וועלכע היינטיגע אדמורים אדער דאהי נאכן מלחמה האט מען דערציילט די דריי סיפורים ביים טיש וכדו' ? סאטמאר? באבוב? סקווירא? איינער קען ברענגען מנהגים
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: דריי מעשיות אויף פסח - א סגולה אויף פרנסה בריוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

eller האט געשריבן: פרייטאג מארטש 12, 2021 11:55 am
איז אזוי די ערשטע מעשה ווייזט אונז אז אפילו ווען מארבעט פאר פרנסה (פריץ) קומט פרנסה פונעם אויבערשטן.
די צווייטע מעשה איז אפילו ווען מ'שווערצט (ברוינפען) העלפט אויך די אויבערשטער
די דריטע מעשה (דיינו) אפילו ווען מ'ארבעט בכלל נישט העלפט אויך די אויבערשטער...
:lol:
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”