"לויפער'ס וויינערי" דע בעסט אוו דע בעסט...

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ייש"כ.
ועמך כולם צדיקים
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דיסקלעימער: כבין נישט קיין מבין אויף וויין, דערפאר האב איך נישט מורא צו גלייכן אפילו א ביליגן וויין, כ'בין סייווי נישט קיין מבין, סאו הו קעירס...

הער זיך איין מר. בעילאוט, אט איז א ליסטע פון עטליכע טרוקענע וויינען מיט מיין פירוש חי דערויף:

לויפער'ס 'אריגינעלע' קאבערנעי, קאסט צוואנציג טאלער, זייער זייער געשמאק, גרינג אויפן מאגן לגבי אנדערע רויטע וויינען טראגט נישט קיין ספעציעלע כאראקטער, דהיינו א וויינ-ליבהאבער וועט נישט קענען זאגן דערויף קיין פוילישע פשעטל... (זיין טייערערע קאבערנעי וואס 'פערפל' דערמאנט גלייך איך נישט).

עס איז כדאי צו דערמאנען צוויי גאר געשמאקע וויינען פון ארמון'ס 'בריגל' סעלעקציעס, וועלעכע זענען ממש געלונגענע וויינען און פארט זייער ביליג, איך וואלט גאנץ גרינג געקענט אויסשפיל א מבין און אים איינרעדן אז ס'האנדלט זיך פון א פופציג דאלערדיגע ארצ ישראל'דיגע וויין...

בריגל קאבערנעי, צוועלעף טאלער, ענדעלט היבש צו דעם דערמאנטן לויפער וויין, אויף זייער א גראדע טעם, א געדאנק ווייניגער אויק (oak) און ווייניגער פרוכטיג, איך גלייך אים זייער, הגם עס פעלט אין רייכקייט ווערט דאס אבער באלאנסירט מיט דעם געוואלדיגן סמודקייט, אין מיין דמיון שפירט עס ווי רינעדיגע זיידן גלישט זיך אראפ אין בית הבליעה.

בריגל מערלא, אויך צוועלעף טאלער, מערלא איז בעצם א לייכטערער וויין, בדרך משל: קאבערנעי וואלט איך פארגליכן צו 'ריב סטעיק' און מערלא צו 'סעסעמי טשיקן' (פרעגט מיר נישט פארוואס... בריגל מערלא איז אויך אויסערגעווענליך סמוד, מערלא כמו שהיא, איך מאך דערויף קידוש בערך איינמאל אין פיר וואכן, פשוט פאר די טויש. איך וואלט עס רעקאמענדירט פאר די צווייטע און פערטע כוס מארבע כוסות.

פון הערצאג סעלעקשאן נעפא וועלי ווינטעדזש 2005 דארף איך גארנישט רעדן, פרייז ערגעץ ביי פופציג, פינעף און פוציג טאלער א פרוכטיגע פולע טעם, אן עבירה צו לייגן אין פרידזידער, א שאד צו פארלירן אפילו א געדאנק פונעם טעם, אויפן מאגן איז עס נישט ממש שווער, אבער גרינג אויך נישט. איך קען דערויף קידוש נישט מאכן, עס איז עפעס נישט געאייגענט אויף שנעל אראפצוטרינקן רוב כוס.

רויעל דאלטאן, פרייז בער א דרייסיג טאלער, א קאבערנעי מיט א דיפרענט טוויסט, ער האט א געוויסע אייגנארטיגע געשמאק, אבער מ'דארף זיין אין די גיסטע דערפון, איך וואלט עס נישט גערופן סמוד, אבער ווען מען איז באגיסטעט דערצו איזעס א מחי' ממש, (נישט פאר ביגינערס).

נאך איין וויין, דאסמאל איז עס באראן ראטשילד, איך געדענק נישט פונקליך זיין ערשטע נאמען.... אבער דער פרייז איז א זעקס און דרייסיג טאלער, רבותי, ווילט פארשטיין פארוואס נישט זיסער וויין רופט זיך 'טרוקענע וויין' פרובירט נאר דאס, דער וויין איז טרוקן ווי עס ברויך צו זיין, איר וועט רעדן צו מענטשן וועט איר מערקן אז ביי דעם וויין איז קיינער נישט נוטראל, עס האט נאר הייסע חסידים און פארברענטע מתנגדים, איינער שווערט זיך דערביי, און דער צווייטער שרייט אז ס'איז נישט אין מויל צו נעמען...

אנטשולדיגט מיר אויב די אפהאנדלונגן מאכן נישט קיין סענס, ס'איז געשריבן געווארן איבערגעמידעטערהייט אום צווייע פארטאגס... שטייסניש...?

אפשר וועלעך המשך יבוא'ען... דערווייל האטס מיר און זייטס מיר, מ'גיימער נאכאמאל פראבירן איינצושלאפן...

חג כשר ושמח.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שטארק זיך האט געשריבן:דיסקלעימער: כבין נישט קיין מבין אויף וויין, דערפאר האב איך נישט מורא צו גלייכן אפילו א ביליגן וויין, כ'בין סייווי נישט קיין מבין, סאו הו קעירס...

שטארק זיך האט געשריבן:עס איז כדאי צו דערמאנען צוויי גאר געשמאקע וויינען פון ארמון'ס 'בריגל' סעלעקציעס, וועלעכע זענען ממש געלונגענע וויינען און פארט זייער ביליג, איך וואלט גאנץ גרינג געקענט אויסשפיל א מבין און אים איינרעדן אז ס'האנדלט זיך פון א פופציג דאלערדיגע ארצ ישראל'דיגע וויין...


דו וועסט דיך נישט באליידיגן אז כ'וועל דיר זאגן אז די בריגל וויינען האב איך פשוט אויסגעגאסן אין סינק אריין... כ'האב נישט געקענט סובל זיין די גראבקייט וואס ליגט דארט... גארנישט בעסער ווי אן ארמון פלעשל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

נאופ, נישט באליידיגט!

כ'וואלט נאר געוואלט וויסן ווען דאס האט פאסירט. ווען זיי פלעגן נאך אליינס מאכן דעם בריגל אדער אפילו שוין שפעטער ווען זיי באטלען עס בלויז?

עס דערמאנט פון א חבר מיינער וואס האט נישט סובל געווען דזשעי דזשעי סטראבערי יאגורט אבער האט זיך נישט אפוואונדערן פון דאס געשמאקייט פונעם זעלבן פראדוקט פונעם קאנקורענט מהדרין....
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

:grin:

כ'האב עס פריערט נישט באמערקט אז דאס שטייט צווישן די ווערטער... כ'האב באמת נישט געוואוסט אז בריגל איז ארמון, כ'האב עס סתם צוגעשטעלט מיטן קוואליטי אינם טעם...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

נו גוט...

צום ענין:
איך האב א געפיל א מ'רעד מיר פון אנדערע וויינען גענצליך, מערקענדיג דיינע פריערדיגע תגובות זעה איך אז דו האסט נישט גערן קיין טרוקענע וויינען, טא, מסתמא רעדסטו פון די בריגל סעמי דריי וויינען, וועלעכע זענען טאקע רעגולער ארמון וויינען וואס דו גלייכסט נישט.

מיינע ווערטער באציהן זיך 1. קאבארנעי, 2. מערלא, ביידע זענען ווינטעדזש 2009.

אויב ווילסטו אמאל פטור ווערן פון די דאזיגע וויינען רוף מיך אריין קאוד וואן... (אויף צוריק וועסטו מוזן דרייוון...).

המצפה לתשובתך
(מקום חי"ק)
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

כ'האב פראבירט ביידע.

ריכטיג, אויסגעגאסן האב איך די סעמי-דריי, די קארבאנעי האב איך סתם נישט געגליכן.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ווינקל האט געשריבן:א זיך אנליין האט געפונען אז די סטאר פארקויפט נאך די רויעל בלאש.

איינער ווייסט אפשר צו דאס איז א טראסטבארע געשעפט? (א היימישיער איד?)

Liquors Galore 1212 Avenue J | Brooklyn, NY 11230 | T: 718.338.4166 | F: 718.338.4996
http://www.liquorsgalore.com

קיינער דרייט זיך נישט אין דעם געגענט?
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

לויט פון ווי איך ווייס זענען זיי א היימישע געשעפט.

זיי האבן יעדע פאר וואכן עדס אין די וויקלי לינק און תורה טיימס. זייער גראפיקער איז מידיא אן די גאו
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כ'מיין אז סוואלט שוין כדי געווען צו טוישן די קעפל פון דעם אשכול.
מ'רעדט דא פון אלע סארטן וויינען לאו דוקא לויפער.
ייש"כ
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שמיי_דריי האט געשריבן:לויט פון ווי איך ווייס זענען זיי א היימישע געשעפט.

זיי האבן יעדע פאר וואכן עדס אין די וויקלי לינק און תורה טיימס. זייער גראפיקער איז מידיא אן די גאו


א שיינעם דאנק.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שטארק זיך האט געשריבן:דיסקלעימער: כבין נישט קיין מבין אויף וויין, דערפאר האב איך נישט מורא צו גלייכן אפילו א ביליגן וויין, כ'בין סייווי נישט קיין מבין, סאו הו קעירס...

א נס האסט צוגעלייגט די הקדמה, אזוי קעמען לייענען אן א בלוד דרוק מעסטער אין די זייט.

שטארק זיך האט געשריבן:הער זיך איין מר. בעילאוט, אט איז א ליסטע פון עטליכע טרוקענע וויינען מיט מיין פירוש חי דערויף:

כ'מעג אויך הערן?

שטארק זיך האט געשריבן:לויפער'ס 'אריגינעלע' קאבערנעי, קאסט צוואנציג טאלער, זייער זייער געשמאק, גרינג אויפן מאגן לגבי אנדערע רויטע וויינען טראגט נישט קיין ספעציעלע כאראקטער, דהיינו א וויינ-ליבהאבער וועט נישט קענען זאגן דערויף קיין פוילישע פשעטל... (זיין טייערערע קאבערנעי וואס 'פערפל' דערמאנט גלייך איך נישט).

לויפער'ס ארגינעלע, (כ'רעדט נאכנישט פון די נייע וואס איז נאכנישט אויף די שעלווס) איז זייער א גוטער וויין, הערצאג וואלט אזא וויין פארקויפט פאר עטליכע אין פופציג. נאר ער איז א פרישער סוחר, קען ער נישט גיין הויעך מיט'ן פרייז. די טייערע, איז גאר א טייערע, און אויב קענסטו דאס נישט טרונקען, קענסט מסתמא נישט טרונקען נאך אסאך טייערע וויינען, ווי גענעראציע8 וכדו', אבער באלד שיסטו א סתירה... וועגן די נעפא פון 2005, (אויב רעדסטו פון קארבענעי, דאס ווארט וינטעדזש מערקט גארנישט אויף אין מיין מוח.) באט לאזן מיר דאס פאר אייך.

שטארק זיך האט געשריבן:עס איז כדאי צו דערמאנען צוויי גאר געשמאקע וויינען פון ארמון'ס 'בריגל' סעלעקציעס, וועלעכע זענען ממש געלונגענע וויינען און פארט זייער ביליג, איך וואלט גאנץ גרינג געקענט אויסשפיל א מבין און אים איינרעדן אז ס'האנדלט זיך פון א פופציג דאלערדיגע ארצ ישראל'דיגע וויין...

שקר ווי די עבודה זרה, עס איז פריש, עס האט נאך אפילו נישט קיין ריכטיגע טעם. עס איז נישט שלעכט, אבער אויסגיסן אין סינק, איז גראדע נישט קיין שלעכטע אופציע, עס איז געליגן ביי מיר עטליכע וואכן, ביז כ'בין געגאנען אין ווינקל'ס דרכים.
יא, ער פארט אויף א גוטע וועג, עס וועט נאך אמאל גוט ווערן. (איך האף אז ער האט אוועקגעלייגט פון דעם)

שטארק זיך האט געשריבן:בריגל קאבערנעי, צוועלעף טאלער, ענדעלט היבש צו דעם דערמאנטן לויפער וויין, אויף זייער א גראדע טעם, א געדאנק ווייניגער אויק (oak) און ווייניגער פרוכטיג, איך גלייך אים זייער, הגם עס פעלט אין רייכקייט ווערט דאס אבער באלאנסירט מיט דעם געוואלדיגן סמודקייט, אין מיין דמיון שפירט עס ווי רינעדיגע זיידן גלישט זיך אראפ אין בית הבליעה.

די חסרונות שטימען, אבער די צושטעל, איז א ווייטער חלום. אויסערדעם וואס קראצן קראצט דאס געפעעעערליך. (דאס איז א פראבלעם מיט א אינגע וויין)

שטארק זיך האט געשריבן:בריגל מערלא, אויך צוועלעף טאלער, מערלא איז בעצם א לייכטערער וויין, בדרך משל: קאבערנעי וואלט איך פארגליכן צו 'ריב סטעיק' און מערלא צו 'סעסעמי טשיקן' (פרעגט מיר נישט פארוואס... בריגל מערלא איז אויך אויסערגעווענליך סמוד, מערלא כמו שהיא, איך מאך דערויף קידוש בערך איינמאל אין פיר וואכן, פשוט פאר די טויש. איך וואלט עס רעקאמענדירט פאר די צווייטע און פערטע כוס מארבע כוסות.

יעדער מערלאט וטעמו. די ארץ ישראל'דיג מערלאט וויינען, זענען נישט קיין צושטעל צו די קאליפארניער. וכן הלאה, דיין פארגלייך קען זיך הערן.

שטארק זיך האט געשריבן:פון הערצאג סעלעקשאן נעפא וועלי ווינטעדזש 2005 דארף איך גארנישט רעדן, פרייז ערגעץ ביי פופציג, פינעף און פוציג טאלער א פרוכטיגע פולע טעם, אן עבירה צו לייגן אין פרידזידער, א שאד צו פארלירן אפילו א געדאנק פונעם טעם, אויפן מאגן איז עס נישט ממש שווער, אבער גרינג אויך נישט. איך קען דערויף קידוש נישט מאכן, עס איז עפעס נישט געאייגענט אויף שנעל אראפצוטרינקן רוב כוס.
און ווער רעדט נאך פון נעפא קארבאנעט 1996, אוי רבוש"ע שיק מיר איינס אויף יום טוב.

שטארק זיך האט געשריבן:רויעל דאלטאן, פרייז בער א דרייסיג טאלער, א קאבערנעי מיט א דיפרענט טוויסט, ער האט א געוויסע אייגנארטיגע געשמאק, אבער מ'דארף זיין אין די גיסטע דערפון, איך וואלט עס נישט גערופן סמוד, אבער ווען מען איז באגיסטעט דערצו איזעס א מחי' ממש, (נישט פאר ביגינערס).

ווייס איך נישט וואס דו רעדסט פון.

שטארק זיך האט געשריבן:נאך איין וויין, דאסמאל איז עס באראן ראטשילד, איך געדענק נישט פונקליך זיין ערשטע נאמען.... אבער דער פרייז איז א זעקס און דרייסיג טאלער, רבותי, ווילט פארשטיין פארוואס נישט זיסער וויין רופט זיך 'טרוקענע וויין' פרובירט נאר דאס, דער וויין איז טרוקן ווי עס ברויך צו זיין, איר וועט רעדן צו מענטשן וועט איר מערקן אז ביי דעם וויין איז קיינער נישט נוטראל, עס האט נאר הייסע חסידים און פארברענטע מתנגדים, איינער שווערט זיך דערביי, און דער צווייטער שרייט אז ס'איז נישט אין מויל צו נעמען...

אהההה דו רעדסט פונ'ם רייכן פעטער, דער איז דאך גוט אויף אלע אופנים, אין יעדן צייט, זוממער ווינטער, יום טוב, שבת, אינדערוואכן... ווען דער באראן זאל וויסן וואס ער האט אהערגעשטעלט, וואלט ער צוריקגעגען דאפללט דארט פאר'ן רבין.

שטארק זיך האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר אויב די אפהאנדלונגן מאכן נישט קיין סענס, ס'איז געשריבן געווארן איבערגעמידעטערהייט אום צווייע פארטאגס... שטייסניש...?

אפשר וועלעך המשך יבוא'ען... דערווייל האטס מיר און זייטס מיר, מ'גיימער נאכאמאל פראבירן איינצושלאפן...

גיי אן, אזוי ווערן דאך עפעס איבערגעשמועסט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

אויב איך קען נאך בעטן, צו די קענסט מיר אויסרעכענען וועלכע האבן א געדאנק זיסקייט, א שטייגער ווי JEUNESSE.

....כ'האב מיך דערמאנט די פירמע פון א''י הייסט ''אור הגנוז'', זיי האבן לעצטענס אריינגעברענגט א זיסערע קאבראנעט.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

(איך האב נישט אדורכגעליינט דעם גאנצן אשכול ביז אהער, איך קאמענטיר נאר אויף בעילאט'ס ווערטער).
"אור הגנוז" האט א אויסוואל פון דריי, איינס הייסט "מירון" וואס איז עטוואס זיסליך (סעמי דריי בלע"ז), די צווייטע "עמוקה" טרוקן, און די דריטע געדענק איך שוין נישט, כרגיל...
א קיצור אויף דעם פארגאנגענעם פסח האבן מיר פארזוכט פון ביידע, און דער עמוקה איז אונז בעסער געפאלן.
ס'איז אבער נישט די ריכטיגע, מיר האבן געהאט ביי מיין שווער א ווייסע טרוקענע וויין פון א"י, וואס איז געפארן ווי וואסער, אן אמתער עונג יו"ט געווען.
און נאך א ווארט פאר איך לייג אראפ, היינט נאכמיטאג האט מיר דער וויין סוחר געגעבן צו קאסטן א נייעם טרוקענעם וויין אויך פון א"י, גערופן עפעס "נטופה", וואס זאל איך אייך זאגן?, אלע מעלות פון א טרוקענער וויין, נאר אן די ציפ און די נאכווייען... ס'איז געווען אזוי געוואלדיג, אז כ'האב גלייך געקויפט צוויי פלעשער!
א שמחת יו"ט פאר אלע אידן, וואונטש, טאבאקא.
געלינקטער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 12, 2010 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלינקטער »

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

ס'איז יעצט ארויסגעקומען א נייער וויין פון "גאולה". וואס זאגן די מבינים אויף דעם?

סאכדעס זאל זיך ביטע באווייזן!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ס'איז א וויין פון קדם מיט די השגחה פון עדה החרדית.

כ'האב געקאסט די טרוקענע (רעד בלאוש?), סאיז היבש א שטארקע (העווי) וויין, און עטוואס צו זיס (פאר מיין צינג).
לעצט פארראכטן דורך ווינקל אום מאנטאג מאי 09, 2011 11:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אויף פסח פאר די ד' כוסות האב איך געקויפט דעם קארבנעי סאוויעאן נאפא קאונטי 2007 ריזערוו.
זייער פיין געווען, גאנץ לייכט, שינער רויטער קאליר, טרינקט זיך געשמאק, נישט מבושל.
נאר עס קאסט $25 ביי מיין משמש, (און אויך איז עס 13% אלקאהאל), וואס איז נישט אזוי פאסיג פאר מיין טאש אויף יעדן שבת.
napa 2007.jpg


כ'האב דעם שבת פראבירט די כתר קארבאנעי, כ'מיין דאס בלייבט מיין קידוש וויין פאר איטליכער וואך אויף דערווייל.
kesser.jpg
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ווינקל האט געשריבן:כ'האב דעם שבת פראבירט די כתר קארבאנעי, כ'מיין דאס בלייבט מיין קידוש וויין פאר איטליכער וואך אויף דערווייל.

דערווייל האלט דער וויין נאך אן פאר קידוש.
מעכיל
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכיל »

ווינקל האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:כ'האב דעם שבת פראבירט די כתר קארבאנעי, כ'מיין דאס בלייבט מיין קידוש וויין פאר איטליכער וואך אויף דערווייל.

דערווייל האלט דער וויין נאך אן פאר קידוש.


מבושל ?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ווינקל האט געשריבן:אויף פסח פאר די ד' כוסות האב איך געקויפט דעם קארבנעי סאוויעאן נאפא קאונטי 2007 ריזערוו.
זייער פיין געווען, גאנץ לייכט, שינער רויטער קאליר, טרינקט זיך געשמאק, נישט מבושל.
נאר עס קאסט $25 ביי מיין משמש, (און אויך איז עס 13% אלקאהאל), וואס איז נישט אזוי פאסיג פאר מיין טאש אויף יעדן שבת.

ווען דו שטעלסט נישט דאס בילד, וואלט איך נישט געקענט כאפן פון וואס דו רעדסט, אהה דאס איז דער דזשעניס נעפא, דאס איז זעהר גוט פאר א מתחיל, אמת'דיג געשמאק.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מעכיל האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:כ'האב דעם שבת פראבירט די כתר קארבאנעי, כ'מיין דאס בלייבט מיין קידוש וויין פאר איטליכער וואך אויף דערווייל.

דערווייל האלט דער וויין נאך אן פאר קידוש.


מבושל ?

ניין
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

סאכדעס האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:אויף פסח פאר די ד' כוסות האב איך געקויפט דעם קארבנעי סאוויעאן נאפא קאונטי 2007 ריזערוו.
זייער פיין געווען, גאנץ לייכט, שינער רויטער קאליר, טרינקט זיך געשמאק, נישט מבושל.
נאר עס קאסט $25 ביי מיין משמש, (און אויך איז עס 13% אלקאהאל), וואס איז נישט אזוי פאסיג פאר מיין טאש אויף יעדן שבת.

ווען דו שטעלסט נישט דאס בילד, וואלט איך נישט געקענט כאפן פון וואס דו רעדסט, אהה דאס איז דער דזשעניס נעפא, דאס איז זעהר גוט פאר א מתחיל, אמת'דיג געשמאק.

טאקע מהאי טעמא -דער דיין זאל קלאר פארשטיין- האב איך געשטעלט דעם בילד...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אבער רוף עס נישט קארבאנעי סאוויניען נאפע קאונטי 2007 רעזערוו, רעזערוו דעם נאמען פאר א געשמאקע נאפא קארבענעי אויף יארן ארום. דאס איז א 'דזשעניס' וואס איז געמאכט מיט דעם טרויב.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

סאכדעס יישר כח פארן זיך אננעמען פאר די כבוד פון די יין משובח

שלא יפרצו גדרים
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”