Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג מרץ 23, 2009 11:57 am

זיידעניו האט געשריבן:צולייגן א קאליר צו די וויין כדי עס זאל זיין רויט איז דא פוסקים וואס האלטן אז עס איז אין די גדר פון "צובע" (הגם שאין צובע באוכלין אבל במשקין יש.) און עס איז אסור.


וכן מותר ליתן יין אדום בתוך יין לבן ואע"פ שמתאדם [ואפילו אם מכוין לכתחילה לעשות מראה בהמאכל או בהמשקה ג"כ מסתברא דאין להחמיר כן נראה מהפמ"ג ולפי מה שכתב בנ"א נכון למנוע מזה] (משנה ברורה סימן ש"כ סי' י"ט)

איך ווייס נישט צו די הלכה בלייבט אזוי, אבער עכ"פ אויב מ'לייגט קודם די טונקעלע, מיין איך אז מ'מעג זיכער.

Advertisement

דינסטאג מרץ 24, 2009 10:28 am

אלף בית האט געשריבן:אפשר כאפסטו א בילד מיטן צעלפאון?

וויפיל פאראצענט איז עס?

א בילד האב איך דערווייל נאך נישט מצליח געווען צו כאפן, צוליב די ארומיגע אידן ארום מיר...

ס'איז 10 פראצענט, נישט צוגעלייגט קיין וואסער, שיין הערליך רויט, אן קיין טראפ צוקער, נישט מבושל, לייכט אויפן מאגן, און ס'פילט זיך ביים טרינקען ווי היימישע מאסט, דאס איז די קיצור פון די אדווערטיימענט.

דינסטאג מרץ 24, 2009 10:49 am

10% ע ליטל טא מאטש פאר מי.

דינסטאג מרץ 24, 2009 10:50 am

ער שרייבט אבער אז ס'פילט זיך ווי מאסט... (קענסט אפשר בעטן דעם שמש פון דיין שוהל צו ער קען דיר געבן אביסל צו פארזוכן דערפון).

דינסטאג מרץ 24, 2009 11:33 am

מאסט איז זיס, סארי.

מיטוואך מרץ 25, 2009 8:19 pm

איך האב פארזיכט די בלאש מוסקאט עס איס גענוי ווי ער שרייבט .געשמאק, נישט צו זיס ,פילט נישט צופיל אלקהל. כהאב עס נאר נישט געטרייט אויף א אויפן פון קידוש פון עטליכע כוסות און אינמיטן א סעודה,,,,,

זונטאג מרץ 29, 2009 9:58 am

איך האב עס געקויפט אויף שבת.
וואס זאל איך אייך זאגן, סאיז גאר א געשמאקער וויין, אלעס ווי געשריבן. כ'האב געהאט אן אמת'דיגן עונג שבת.

אבער איך זיך נאך אביסל א שוואכערע וויין פאר די ד' כוסות, און סזאל זיין אביסן ווייניגער זיס.
כ'מיין אז די וואך שב"ק וועל איך פרובירן די בלאש טשעבליס.

מיטוואך מרץ 24, 2010 9:20 am

אלף בית האט געשריבן:איך האב עס געקויפט אויף שבת.
וואס זאל איך אייך זאגן, סאיז גאר א געשמאקער וויין, אלעס ווי געשריבן. כ'האב געהאט אן אמת'דיגן עונג שבת.

אבער איך זיך נאך אביסל א שוואכערע וויין פאר די ד' כוסות, און סזאל זיין אביסן ווייניגער זיס.
כ'מיין אז די וואך שב"ק וועל איך פרובירן די בלאש טשעבליס.

אלף בית האט פארגאנגענעם שב"ק אפגעצייכנט א קיילעכדיקן פון קידוש מאכן אויף "לויפער'ס בלאש-מאסקאט".
א יאר פון אן אמת'דיגן עונג שבת יעדע וואך.

כ'וועל איבערגיין די מעלות פארוואס איך ביך אזוי צופרידן דערפון.
ערשטנס. די געשמאקע טעם דערפון (פשוט עס האט א טעם פון וויין - פינטל).
סאיז א סעמי סוויט וויין, וואס פאר א ביגינער אין וויין טרינקען איז עס זייער גוט, ד"ה נישט צו זיס אבער נישט טריקן, (נענטער צו זיס ווי טריקן).
עס האט נישט קיין צוגעלייגטע צוקער (וואס איז סיי נישט גוט, נישט געזונט, און נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה קידוש צו מאכן דערויף לכתחילה).
עס איז א לייכטע וויין (טראץ דעם וואס איז א זיסליכע וויין).
די שיינע (גראדע נישט די שענסטע) רויטע קאליר, וואס גיט צו א הידור קידוש צו מאכן איבערהויפט פסח.
סאיז נישט מבושל.
ווי געשריבן דא פאריאר, האט ער געמאכט דעם וויין ספעציעל פאר פסח.

אבער ווי איך פלאן יעצט וועל איך ענדיגן דעם יאר מיט די בלאש-מאסקאט. און אביסל ארויף אויפן לייטער פון וויין, און זיך מער דערנענטערן צו די עכטע וויין.
ניין, איך בין נישט קיין מבין אויף וויין, אבער אלע מבינים זאגן אז וויין לערנט מען צוביסלעך, און אביסל בין איך מעיד דערויף.

לאמיך אייך דערציילן, מיט א צוויי און האלב יאר צוריק, נאך אזויפיל הערן אז עפ"י הלכה איז מער אויסגעהאלטן צו מאכן קידוש אויף וויין, האב איך באשלאסן אז איך גיי טוהן למעשה.
פון דאן און ווייטער בין איך אויך געווארן פון די וואס גייען אריין אין שמש שטובל יעדע וואך קויפן וויין לכבוד שב"ק.
איך האב דאך אודאי נישט ליב געהאט קיין וויין, האב איך זיך אנגעהויבן נאכצופרעגן, וואס פארא וויין צו קויפן אז איך זאל עס קענען טרינקן, למעשה איז עס געבליסן ביי קדם קריעם מלאגא (cream malaga) סאיז א גאר זיסער וויין, דאכצעך אפילו צוגעלייגט צוקער, רויטע קאליר 7% אלקאהל. עס איז מיר זייער גוט געווען, עס האט א טעם ענליך צו קאנקארד גרעיפ זשוס, מיט א שטיקל שמעק פון וויין. כהאב מיך שטארק צוגעוואוינט דערצו ביז א קורצע צייט איז וויין (כווייס נישט אויב מקען עס אנרופן וויין) שוין נישט געווען אזוי פארעקלט ביי מיר, און מיט די צייט האב איך עס אפילו ליב באקומען. און כהאב אנגעהויבן צו פארשטיין פארוואס חז"ל האבן געהייסן קידוש מאכן אויף וויין.
אזוי האט עס אנגעהאלטן בערך אנדערהאלבן יאר. ביז פאריאר פאר (אדער נאך) פורים איז געווען אן אינטערוויא אויף קול מבשר מיט איינעם ראטה א דיסטריביוטער פון וויין, ווי ער האט אויסגעשמועסט אסאך זאכן וועגן וויין, די שמועס האט מיך אביסל אינטראדוסט דעם פעלד פון וויין, קודם כל אז וויין איז א געשמאקע זאך, סגעדויערט מגייט צוביסלעך אויפן לייטער ביז מפארשטייט און מהטו די ריכטיגע הנאה פון א גלעזעל וויין (אגב, האב איך אביסל פארשטאנען פשט פארוואס די תוה"ק ווערט אזויפיל צוגעגליכן צו וויין, קיינער קען נישט אנהייבן ביי רעק"א און פארשטיין וואס ער זאגט, אפגערעדט אז מהייבט אן ביי אלף בית נאכדעם צו עברי נאכדעם צו חומש, רש"י, משניות, גמרא, רש"י, תוס', ראשונים אחרונים ביז מקען פארשטיין דעם רבי עקיבא איגר, און פרעגט נאר די מבינים, זיי באלעקן זיך די פינגער מיט א רעק"א, אבער צוריק צום ענין) צווישן די זאכן איז ער האט אויסגערעכנט איז געווען אז וויין מיט צוגעלייגטע צוקער איז עפ"י הלכה נישט אויס געהאלטן, און סאיז גאר ווייניגער מהודר ווי יין מבושל.
הכלל, נאכן הערן יענעם אינטערוויא, האב איך באשלאסן אז קודם כל די קריעם מלאגא מוז ווערן אפגערשטעלט זאפארט, צווייטנס בין איך צוגעצויגן געווארן צום געדאנק צוביסלעך זיך צוגעוואוינען צו וויין. האב איך זיך אנגעהויבן נאכצופרעגן האב איך טאקע געטראפן דא קרעטשמע רעדן פון די נייע לויפער בלאש מוסקאט וויין, נאך איין קלער האב איך געהאט איז געווען די קדם בלאש טשעבליס, וואס איז שוין באמת א מדריגה העכער (ווייל די בלאש מוסקאט איז סעמי סוויט און די בלאש טשעבליס איז סעמי דריי), בעיקר האט מיר עס געצויגן ווייל עס האט נאר 8% אלקאהל קעגן די בלאש מוסקאט וואס האט 10%, למעשה האב איך אויך שבת הגדול געקויפט די בלאש טשעבליס און כהאב עס נישט געגליכן (טאקע ווייל עס איז געווען צו טריקן), איז עס געבליבן ביי לויפער'ס בלאש מוסקאט.
אויף פסח האב איך געקויפט די בלאש מוסקאט ביי אלע כוסות האב איך עס געטרינקען און סהאט זיך זייער לייכט געלייגט אויף מיין מאגן.
בקיצור אזוי האב איך אנגעהויבן צו ניצן יעדע וואך.
יעצט האלט איך שוין נאך א יאר, און איך וויל ארויפגיין א טריט, די בלאש מוסקאט איז שוין צו זיס פאר מיר, און איך וויל מיך טאקע נאכפרעגן אויף אנדערע וויינען, פארשטייט זיך לכתחילה נישט מבושל.
די וואך שבת הגדול וועט אי"ה פארקומען די וויין טעיסטינג ביי אלף בית אין דערהיים (אין קאך נישט אין דיינונג רום). און די וויין וועט מיר געפעלן וועל איך עס אי"ה נוצן צום סדר, און אויף קידוש א גאנץ יאר.

מיטוואך מרץ 24, 2010 10:29 am

דאס אז די ווילסט שרייבן אז מענדל לויפער איז די בעסטע יוד און די וועלט, אקעי דאס קען שוין מיטגיין, ער איז באמת א יוד א צדיק, א יוד וואס איך ווייס פרעזענליך אז ער איז אייביג גרייט צו העלפען א צווייטען. אבער דאס אז זיין וויין איז דאס בעסטע אויף דער וועלט, דאס איז שוין אביסל איבער געטריבן, ער מאכט גאנץ א כמעשה וויין, זיין וויין וואס ער האט נישט לאנג צוריק געמאכט וואס קאסט 45 טאלער, איז א איבער געטריבענע וויין דאס איז ווערט אפשר 18 דאלער ער ברויך זיך נאך אסאך צו לערנען צו קענען באקומען דעם נאמען די בעסטע וויין אויף די וועלט

מיטוואך מרץ 24, 2010 10:42 am

איך ניץ שוין א לאאנגע צייט רויעל בלאש פון קדם'ס ירושה (Royal Blush Kedem Estates) עס איז זייער לייכט אויפן מאגן און א געשמאקע טעם. שיינער לייכטע רויטע קאליר. סאיז זיסער פון בלאש שאבלי.
כ'זעה אז קיינער האט דאס נישט דערמאנט...

מיטוואך מרץ 24, 2010 10:52 am

מיסטער פערפעל, דאס אז לויפער איז די בעסטע האט געשריבן איינער מיטן ניק מאיר, ער געפונט זיך שוין נישט לאנג נישט בין כותלי הקרעטשמע.

מיטוואך מרץ 24, 2010 12:37 pm

מאיר האט געשריבן:מקדשין על יין לבן והרמב"ן פוסלו לקידוש אפי' בדיעבד אבל מבדילין עליו ומנהג העולם כסברא ראשונה: (שו"ע או"ח סימן רע"ב סעי' ד')

כאטשיג מ'נעמט אן כסברא ראשונה, איז אבער דא אסאך וואס זענען מקפיד דוקא אויף רויטע כדי יוצא צו זיין אלע דיעות...


עי' ב"י באריכות, ער פירט אויס אז יין לבן מיינט אז עפעס טויג נישט דערמיט, זעהט אויס אז מ'רעדט פון "ווייס" צוליב א סיבה נישט אז ס'קומט פון ליכטיגע טרויבן. ועי' היטב.
אעפ"כ אן ענין פון הידור איז נאך אלץ דא צו נעמען
"רויטע וויין" אויב אנדערע איז נישט מער חביב" (פוסקים), ובפרט פסח אלץ זכר לדם.

מיטוואך מרץ 24, 2010 1:51 pm

אלע זיינע וויינען זענען היי קוואליטי, צו סאיז די בעסטע וודאי נישט אבער זיינע קארבינע איז געוואלדיגע רייכע וויינען, טאקע נישט די בעסטע סהאט נישט א טיפקייט אבער סאיז גיט, אוי ווי גיט.
אויב גלייכסטו טריקענע וויינען פרוביר עס אויס

דאנערשטאג מרץ 25, 2010 1:11 pm

צים פינטעל האט געשריבן:אלע זיינע וויינען זענען היי קוואליטי, צו סאיז די בעסטע וודאי נישט אבער זיינע קארבינע איז געוואלדיגע רייכע וויינען, טאקע נישט די בעסטע סהאט נישט א טיפקייט אבער סאיז גיט, אוי ווי גיט.
אויב גלייכסטו טריקענע וויינען פרוביר עס אויס

געטרונקען פורים, ולא נודע כי באו אל קרבנה.

בלאש טשעבליס איז כלל נישט ענדליך צו רעד טשעבליס, וועלכע איז זייער א געשמאקער וויין, מיין קידוש וויין שוין פאר עטליכע יאר.

דאנערשטאג מרץ 25, 2010 1:17 pm

לויט ווי איך האב געזעהן די עדווערטייזמענט פון קדם, איז בלאש טשעבליס סעמי סוויט, און רעד טשעבליס סעמי דריי.
כמייו אז כגיי פרובירן רעד טשעבליס, פון קדם.

זונטאג אוגוסט 15, 2010 4:29 pm

ווינקל האט געשריבן:איך ניץ שוין א לאאנגע צייט רויעל בלאש פון קדם'ס ירושה (Royal Blush Kedem Estates) עס איז זייער לייכט אויפן מאגן און א געשמאקע טעם. שיינער לייכטע רויטע קאליר. סאיז זיסער פון בלאש שאבלי.
כ'זעה אז קיינער האט דאס נישט דערמאנט...


ווייסט איינער עפעס אן ענדליכער וויין? קדם האט דיסקאנטיניוד דעם וויין שוין א שטיק צייט און דערווייל קען איך מיר נישט צופאסן א פרישן וויין פאר קידוש.

זונטאג אוגוסט 15, 2010 4:32 pm

האסט פרובירט רעד טשעבליס?
לעצט פאראכטן דורך farshlufen אום זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:15 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג אוגוסט 15, 2010 4:38 pm

יא, צו זויער

מאנטאג אוגוסט 30, 2010 3:27 pm

יא, מיר האבן געהאט דעם זעלביגן פראבלעם, און איצטערט האמער געלאנדעט קיין ארמון, די VIN ROSE דאכט זיך מיר הייסט ער, איך דארף אפשר דאבל טשעקן, ער איז ענליך צו דעם ROYAL BLUSH.

מאנטאג אוגוסט 30, 2010 3:28 pm

bailout האט געשריבן:יא, מיר האבן געהאט דעם זעלביגן פראבלעם, און איצטערט האמער געלאנדעט קיין ארמון, די VIN ROSE דאכט זיך מיר הייסט ער, איך דארף אפשר דאבל טשעקן, ער איז ענליך צו דעם ROYAL BLUSH.


שיינעם דאנק!

העמיר דאס פראבירן בע"ה.

דינסטאג ספטמבר 14, 2010 1:46 pm

יישר כחם הרב בעילאוט; מ'האמיר עס פראבירט, סאיז גאנץ א גוטער צושטעל אבער מיר גלייכן נישט דעם טעם דערפון.

-----

זיכן מיר ווייטער....

דינסטאג ספטמבר 14, 2010 2:02 pm

אה. כ'הא געווארט צו הערן פון דיר....
------------------------------------------------

כ'מיין אז ס'יז שוין צייט צו אריבערפירן די אשכול צו די נושא פון די CARBANET SAUVINGTON וויינען.

דאס איז אמאל זיכער אז די סארט טייערערע וויינען האבן א טיפערע רייכקייט וואס מ'דארף ריכטיג שעצן, אבל דא עקא, אויב איז ער אינגאנצן זויער וועט מיין ארימע גומען אים נישט גלייכן, עס פעלט זיך אויס פאר אים א משהו זיסקייט, הגם ס'יז דא פון די סארט היבש זיסע אויכעט.

איצטערט קומט דאך יו''ט סוכות, דארף מען זיך ריכטיג משמח זיין מיט א גוטן וויין, ווער ס'קען אביסל צולייגן און רעקאמענדירן עפעס א גוטן וויין אויף יו''ט זאל זיך אנרופן ווארעם.

עס ווערט לעצטענס דיסטריביוטעד פון מירון א וויין איך געדענק נישט די נאמען, א פיינע זיסע קארבענעט, ער בעט ארום 30 טאלער א פלעשל.

אזוי גלייך איך אויף א שיינע שבת א פלעשל הערצאג'ס דזשוניס...

דינסטאג ספטמבר 14, 2010 2:27 pm

א זיך אנליין האט געפונען אז די סטאר פארקויפט נאך די רויעל בלאש.

איינער ווייסט אפשר צו דאס איז א טראסטבארע געשעפט? (א היימישיער איד?)

Liquors Galore 1212 Avenue J | Brooklyn, NY 11230 | T: 718.338.4166 | F: 718.338.4996
http://www.liquorsgalore.com

דינסטאג ספטמבר 14, 2010 2:41 pm

האט די ראיעל בלאש צו געלייגטע צוקער ?

די זעלבע פראגע איז אויך געוואנדן לגבי די ווין ראוז פון ארמון.

דינסטאג ספטמבר 14, 2010 3:39 pm

ביקסאד האט געשריבן:האט די ראיעל בלאש צו געלייגטע צוקער ?

די זעלבע פראגע איז אויך געוואנדן לגבי די ווין ראוז פון ארמון.


ניין.
שרייב א תגובה

Advertisement