וואס??!! חזיר פלייש אין א היימישע גראסערי?!!......
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2009 11:35 pm
איך גיי מיר לעצטנס אריין אין א גראסערי, און נישט מער און נישט ווייניגער, איך זעה סארויס געקומען א נייע אייטעם, נו?..... וואס איז דער פראבלעם? זאל זיין א נייע אייטעם! וועם גייט עס אן?! אויך מיר א פירצה?......
עהההה... אההההה...... איין מנוט, לאמיך צוקומען צום ווארט, די אייטעם איז א נייע מינע פלייש געמישאכץ, און די קאמפעני האט בשום אין אופן נישט געקענט טרעפן א בעסערע נאמען פאר זייער אייטעם, נאר חזיר......!!!!
די עדווערטייזמענט גייט בערך אזוי.
פרובירט א שטיקל חזיר פלייש! מיט די גאר מהודר'דיגע השגחה פון הרב.................. א טעם וואס איר האט נאך אין אייער לעבן נישט געשפירט !!
יאכלו ענוים וישבעו!!!
יא! יא! איר הערט גיט !!! איך ווייס נישט וויאזוי דער עולם וועט ראגירן דא צו די נייעס, אבער איך האלט אז סאיז א הימלשרייענדע עוולה! כאטש די פלייש איז כשר בתכלית הכשרות, דאך איז ארויס פון איעדע פראפארץ, אז א היימישע איד זאל געבן אזא נאמען פאר א כשר שטיקל פלייש, איך האלט אז די אידענטום וועט דאס נישט דולדען, מ'וועט אראפ ווארפן זיינע סחורה פון די שעלף'ס!!!
וואס האלט איר בני הקרעטשמע?
(כ'מיין אז קרעמער ברויזט שוין, ער האלט שוין די אירעיסער אין זיין הענט ער איז רעדי צו מעקן..... אייייייייין מ-נ-ו-ט !!!!! ענדיג קודם די גאנצע........)
ס'ענדיגט זיך נישט דא, נעבן דעם אויפן שעלף בליטשקעט מיר נאך עפעס א נייע מאכל, שוין לאמיר זעהן וואס איז דאס? אה!! נאו!!!......... נבילה......!!!!! שטייט אזוי, נו אטיים.....!! מיט אזא געלע שיינע סטאר.
האט איר שוין געהערט אזוינס?! און אזוי גייט עס ווייטער מיט בשר וחלב.... און אפילו גיד הנשה..... איך וויל נאר נישט באמוטשען דעם עולם וויאזוי אלעס איז געווען דעזיינט און עדווערטייזט.
איך וויל נאר פרעגן דעם עולם דא, עטס האלטס אז דאס איז אן אקצעפטירבארע זאך? אפילו אזאך איז כשר, פארוואס זאל עס א מענטש נישט קענען אויך מאכן אויסקוקן כשר? נאך דערצו ווען עס רעדט זיך פון גאר היימישע אידן?!!.......
חברה... הייבטס נישט אויף די ברעמען, און קאלטס נישט אן קיין חבירים פרעגן צו זיי האבן שוין געהערט פון די געשעהניש, ווייל דאס קומט טאקע ב"ה נישט פאר, (עכ"פ ביז דערווייל)
אבער אז עטס וועטס גיט אריין טראכטן (מ'דארף אפילו נישט צו גיט טראכטן....) קומט ממש די זעלבע מעשה פאר דא אין די "היימישע קרעטשמע" וואך איין, וואך אויס, נישט טאקע מיט חזיר אבער מיט גאר אנדערע הארבע איסורים........
ווען איינער שרייבט א תגובה אום מוצש"ק, שרייבט זיך אויף אויפן קאמפיאטער
"אום שבת" דורך........
איך האלט (ווער בין איך?) ס'איז א בושה אז אויף אזא "היימיש" פלאץ זאל פארקומען אזא זאך, פארוואס ווען איך שרייב עפעס מוצש"ק מוז שטיין אז איך האב עס געשריבן אום שבת?!!!
נאכדערצו ווען עס דארף צו זיין א קלייניקייט פאר די פראגרעמער צו טוישן אויף "מוצש"ק"
כאטש וואס ס'איז אן ענין וואס איז שוין אמאל געווארן אויסגעשמיסט דא, אבער די חשובע באהערדע האבן נאכנישט גענומען די מוה עס צו פארעכטן, האב איך געטראכט, אז אפשר אז כ'וועל שרייבן שטיקל ארטיקל דערוועגן וועט זיך עפעס געבן א רוק......
איי רילי האפ סא........