איר פארט וויקאציע? זייט נישט אזא נאר ווי מיר!
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2009 11:50 am
דזשעט בלאו, אמעריקע - איך האב געוואלט מיטטיילן מיטן עולם א זאך וואס איז וויכטיג צו וויסן ווען מ'פארט אין די מרחקים אויף עטליכע טעג.
איך בין יעצט אויפן פליגער, אויפן וועג צוריק אהיים וויילענדיג אויף אפרוה ערגעץ אין א געגענט ווי עס איז נישטא קיין געהעריגער כשר'ער רעסטוראנט אדער גראסערי, ס'איז נישטא צו באקומען קיין היימישע כשר'ע עסן אין די געגענט.
שוין טעג בעפאר מ'איז אפגעפלויגן האבן מיר געמאכט חשבונות און איינגעקויפט וואס מ'ברויך דארט האבן, וואס עס קען זיך אלץ מאכן אז מיר זאלן דארט ברויכן האט מען געמיזט מיטנעמען ווייל אז נישט איז מען פשוט סטאָק.
א דוגמא. מיר האבן געברויכט מיטנעמען מילך צו האבן ביי פרישטאג, צו עסן מיט סיריעל אא"וו. מיר האבן געברויכט איינפאקן יוגארט'ס, פארפרוירענע פיצא, טונא, מייענעס, סיריאל, ברויט, און נאך צענדליגע קלייניגקייטן.
עטליכע זאכן האבן געברויכט זיין געפרוירן פון פאראויס כדאי עס זאל זיין פריש בשעת מ'וויל דאס עסן, א שטייגער ווי די מילך, ברויט אד"ג.
איז אזוי ווי איך האב מיטגעמאכט צו סאך דערמיט און איך בין געוואויער געווארן פון א ריזיגער גוטער לעזונג פיל איך אז איך מיז עס מיטיילן מיט אייך אלע.
קודם כל, לאז מיך איייך מסביר זיין די שוועריגקייטן – אויב איר פארשטייט נישט אליין.
(אךךך, דער פליגער שאקלט אזוי... מ'קען אזוי נישט שרייבן. א סטוארט'טשע זאגט מיר אז ס'איז א נארמאלער זאך אז עס שאקלט, נו, גיי זיי איר מסביר אז איך פאר נישט יעדן טאג צוויי מאל אויף א פליגער. אגב, די שחור'טע דא נעבן מיר קוקט אריין אויף מיין סקרין ווי די האן אין בני האדם, זי מיינט אוודאי אז דאס איז עפעס שרעקעדיגע קאוד'ס איבער אויפרייסן דעם פליגער. אויב פארשטייט זי יא וואס איך שריייב דאן ביניך אויף ביטערע צרות. נישט נאר אז זי וועט זעהן וואס איך שרייב איבער איר, נאר איך ברויך נישט אז זי זאל אויך וויסן אז איך שרייב אין קרעטשמע..)
איך האב געהאט צווייי רענצלעך וואס מיר האבן געשלעפט, א קליינער רענצל און א גרויסער, אין דער קליינער רענצל איז געליגן אלע וועש אד"ג ווואס מיר האבן געברויכט פאר די פיר טאג, וויבאלד ס'איז נישטא קיין שבת האט מען כמעט נישט וואס מיטצונעמען.
אין דער גרויסער רענצל איז געווען "בלויז" דאס עסן! און ממש טאקע בלויז עסן, עס האט אויפגענומען זייער אסאך פלאץ, די פארפרוירענע זאכן האט מען געמיזט אריינלייגן אין ספעציעלע פארמאכטע האלטער'ס וואס האלט דאס קאלט און דאס אלעס האט אויפגענומען זייער אסאך פלאץ.
קום איך אן אין עירפארט, אלעס איז רואיג און שטיל, איך גיב אריין מיינע פעקלעך און.... מיין פעקל האט געוואויגן עטליכע פונט מער ווי ערלויבט, פרעגן זיי מיר (אין ענגליש) "איר ווילט עפעס ארויסנעמען פון דארט?" איך האב נישט געהאט וואס איך קען ארויסנעמען פון דארט, "איך קען נישט פארבלייבן איין טאג אנע פרישטאג". האב איך זיי געזאגט, און פארטיג, איך האב אלעס מיטגענומען.
וכך הווא, זיי האבן מיר צוגעבעטן א נישטיגע "פופציג" דאללער בלויז צוליב די איבערוואגיגקייט.
אנקומענדיג צו אינזער פלאץ האב איך געהאט יענע חתונה. ס'באטל קעטשאפ האט זיך ערגעץ ווי אינמיטן די רייזע געפענט, אן קיין שום פריערדיגע מעלדונג און איבערגעלאזט אירע אפדרוקן איבער אלע זעק און פעק, ווי זי האט נאר געהאט פרייע צוטריט. איר ווילט נישט וויסן וויזוי דארט האט אויסגעקוקט און וויפיל איך האב דערמיט מיטגעמאכט, בלויז צוליב דארפן שלעפן דאס עסן.
(שאקס! חחחחחחחחח.... א אינגעלע מיט א קאפ טרינקען האט זיך איבערגעדרייט אין דורכגאנג, ס'איז לעבעדיג דא. ער וווייינט הויעך אויפן קול, זיין טאטע ליידט ביטערע ביזיונות און די פליגער מאנשאפט האבן היינט איבעריגע ארבייט.)
אינמיטן פון מיין וויקאציע ביניך געוויאויער געווארן פון א ספעיצילער פירמע, א ריין חסידישער איד, א ערליכער היימישער אינגערמאן וואס האט א וועב-זייטל און פארקויפט אויף די נעט אלע היימישע און כשר'ע פראדוקטן. יעדע אייטעם וואס ליגט ביי אייך אין גראסערי אויפן פאליצע. אנגעפאנגען פון פיש און פלייש טעלער'ס,חריף און מילך, סאדע און געפילטע פיש, אזש פלייש פון מיעל מארט, פארקויפט ער אויף די נעט און שיקט עס אפ צו אייך ווי איר ווילט איבער גאנץ אמעריקע.
ס'וועט אייך טאקע נישט קאסטן וויפיל עס קאסט אין גראסערי, עס קומט צו א ספעצעליע טשארדזש פאר שיפינג, אבער נאכן הערן מיין מעשה מיין איך אז עס נישט דא קיין שום סיבה אין דער וועלט נישט צוגיין דורך זיי. אפילו איך ברויך ווען נישט צאלן ביים עירפארט דעם פופציגער פאר די איבערוואגיגקייט וואלט עס אויך געלוינט בלויז פאר די קאפ-וויי וואס מ'פארמיידט און מ'מאכט זיך אסאך גרינגער. און אין רוב פעלער אויך ביליגער.
אגב, א אינגערמאן זאגט מיר יעצט דא אויפן פליגער אז ער האט נישט געוואלט צאלן פאר איבערוואג און זיין אזא שלי מזל ווי מיר, האט ער לכבוד דעם עס צוטיילט און געשלעפט דריי רענצלעך, ס'הייסט, חוץ זייינע צוויי האנט באגאדזשן האטער נאך געשלעפט דריי רענצלעך, און געס וואט! ער האט געצאלט עקסטערע צוואנציג דאללער פארן דריטן רענצל וויבאלד זיי גיבן נאר איין רענצל פריי אן אפצאל, יעדעס איבעריגער רענצל איז נאך צוואנציג דאללער.
בקיצור. אזויווי איך בין דורכגעפאלן און איך האב יעצט צייט צו שרייבן אויפן פליגער האב איך אפגעמאכט צו העלפן אנדערע דערמיט, מ'זאל כאטש וויסן אז ס'איז דא די ריכטיגע וועג עס צוטוען.
זייער אדרעעס איז:
אלל אין קאשער
אויב פלאנט איר אמאל צו פארן אויף א פלאץ ווי איר דארפט מיט ברענגען דאס עסן, אדער איר ווייסט איינער וואס פארט אויף אזא פלאץ, מאכט זיכער צוגיין אויף דעם וועב-סייט און זיי וועלן דאס אלעס ערלעדיגן פאר אייך, איר וועט באקומען אייער ארדער אפגעשיקט צו אייער פלאץ ווי איר שטייט איין.
אקעי, מ'גיימער לאנדן, מיין אויער ווערט מיר פארשטאפט, איך מיז פארמאכן דעם לעפ טאפ.