געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מיטוואך אוקטובר 04, 2006 1:35 pm
סאכדעס האט געשריבן:ווייסט איינער וואו נאטורליך געפונט זיך? איז ער אויך געפארן אויף א מיסיע?
לויט ווי ווייט איך ווייס איז ער אויף סוכות אין א"י
Advertisement
מיטוואך אוקטובר 04, 2006 1:42 pm
העי, ער האט נישט געפרעגט קיין פרייזן ביי מיר, איך גלייב נישט אז ער איז געפארן ווייל ווען יא וואלט ער מיר כאטש געפרעגט א פרייז.
מיטוואך אוקטובר 04, 2006 5:11 pm
ער האט שוין פאריאר געשריבן אז ער וויל פארן קיין אר"י אויף סוכות, ובכלל האט ער געשריבן אזוי אויך אין "תפוז", וואס איינער (שנאפס?) האט צוגעצייכענט אין אלט קרעטשמע פאר עטליכע מאנאטן צוריק.
פרייטאג מאי 18, 2007 8:33 am
גוט מארגן נאטורליך, ס'היצט יום שישי אינדערפרי, ארום האלבער צענע, און איך גלייב נישט וואס איך זעה...
וואס? דו ביסט אויך פארשלאפן?
***
יא, יא, רבותי, כ'האב זיך באסמאקעוועט מיט נאטורליכ'ס פארשלאפאכץ. הוי האט זיך עס געלוינט, גלייבט מיר נישט אויפן ווארט, און איבערצייגט אייך אליינס ווי נאטורליך שילדערט:
א "ליל שישי" צום געדנקען
קרעדיט:
נאטורליך
פרייטאג מאי 18, 2007 8:34 am
נאטורליך,
יישר כח, זייער שיין.
פרייטאג מאי 18, 2007 9:00 am
בס"ד
יוא ביסטו זיס
פרייטאג מאי 18, 2007 10:00 am
נאטורליך, יישר כח.
פרייטאג מאי 18, 2007 10:43 am
נאטורליך געוואלדיג גוט, מיר האבן אלע הנאה געהאט.
פרייטאג מאי 18, 2007 12:41 pm
יא יא מיר ערליכע אידן קענען צו קיינע בלאג'ס, ביטע ווער קען מיר עס שיקן?
פרייטאג מאי 18, 2007 2:01 pm
נאטורליך, קען איך עס אהער ברענגן?
זונטאג מאי 20, 2007 12:10 pm
יא
זונטאג מאי 20, 2007 3:07 pm
א ליל שישי צום געדענקען
זאגט מיר נעכטען מיין צופרי חבר, "לאמיר אמאל אויספרובירען דעם ליל שישי יאנקעל
אדרבה, לאטמיר
מיין חבר, א חשובער אינגערמאן אבער -עס זאל נישט אויסגערעדט זיין- א גרויסער פעפער, טראגט זיך אטן מיך אויפצוועקען פריער ווי שטענדיג "כעל דעך קאטלען פארטאגס" זאגט ער
איך לייג זיך באנאכט פריער ווי אלעמאל מיט'ן טעלעפון האחרט ביים בעט, אלע אין שטוב ווייסען "טאטי גייט מארגען אויפשטיין זייער פרי-ה
עס שמעקט פון סליחות צופרי, פיהרע פארטאגס האב איך זיך שוין דערוועקט, ווארטענדיג מיט נייגער וויאזוי דער טעלעפון גייט זיך אטט צוקלינגען נאך איידער די האטן טוט קרייען
האלב אויף האלב וואחך, דערוועקט זיך אין געדאחנק א בענקשאפט נאך די ישיבה'שע יארען ווען איך פלעג אויפשטיין אינמיטען די נאכט מיט ציטערניש אז די שטאט אינגען זאלען מיר נישט באחראחבעווען די צוויי קוואטדער'ס וואס די מאמע האט א נאכט פריער אין טאש אריין געלייגט, איך זאל קויפען א פאטטעיטע טשיפ
די העמד קנעפלעך נאך האלב אפען, די פיאות ניטאמאל געמאכט, א שאד די צייט. נאך די מקוה וועט מען זיך שוין אריענטירען ווי עס געהער
איי כאפט אן א נאטגעניש אין הארץ נאך די לעכטיגע שעות פון יענע שטימע נעכט. ווי נאטר דער וועקער האט געקלינגען בין איך אראפ געשפרינגען פון בעט ווי א שלאנג געביסענער. ג'מודה אני'ט און אראפ געלאטפען אלע שמאטלע הויז טרעפ צום דערנעביגען שוהל, א פיינער ריח דרינגט אריין אין די נאז לעכער, פון די שכנטע'ס געשמאקע חלות און קאטקאטשען וואס ווערען געבאקען איידער די קליינע שטייען איר אויף און צושלעפען אלעס
א רחמנות האט מיך אייביג באנומען, ווער ווייסט ווי מיד זי איז נעבעך שטייענדיג אויף די פיס אזוי פרי, מיט'ן גרינעם שנה ראשונה פאחרטוך און האלב פארמאכטע אויגען איינצוקנעטען די י"ב חלות פאר די גרויסע משפחה קע"ה, אויף אלע אידען געווינטשען. אלעס איז אבער כדאי, די מאן איר'ס איז נאך אין כולל זינט די חתונה, זאל ער עסען פרישע באחרכעס און האבען כח צו לערנען. זי האט מיט אים אזוי שטאלצירט ווי א רעבעצין וואס קוקט זיך צי ווען מען ברענגט דעם מאן א "שאלה הינדעל" צום באקוקען
ביז געציילטע מינוטען בין איך שוין געשטאנען אויפ'ן דריטען טרעפעל פון הייס קאטכעדיגען מקוה ווארטענדיג אז די פיס זאל זיך אביסעל צוגעוויינען צום היץ. שטייענדיג ביים באטרטען, דערזעה איך אין וואסער מיין אייגענער שאטטען ווי א שפיגעל, עס זעהט אויס גענוי ווי מען שטייט זימער ביים ברעג פון שווים באסין קלערענדיג אריין צו שפרינגען
און ווען מיין קעפעל איז פארשווינדען אינטערען ים האטר און פארבליבענע אראפגעפאלענע באנדאזשען פון אלטע לייט, האב איך אינזיהן געהאט, מתי אבוא לידי און כ'וועל אויך א לאנגע באטרד האבען, דעמאלס וועל איך איר אויך קענען אויסשפרייטען פון איין עק בור ביזן צווייטען, ווי אלע וואוילע אידען טוען דאס אינטערען רואיגען פליס פון וואסער. ניטאמאל אין געדאנק איז מיר געקומען דאן אז איך וועל נאך אמאל א ציפ טוען די הייליגע באטרד למחצה ולשליש. הוי ווען די ליטוואקעס זאלען נאר איינמאל שפירען דעם טעם, וואלטען זיי זיכער נישט צוגערירט צו די בארד
נאך איידער ר' שימעלע דער איינגעהויקערטער בלאחסער אלטישקער, מיט פילע וואטרצלען אויף זיינע העלע הויט האט זיך ארויף געצויגען די הויזן, פאמעליך מיט נאכנאנדע זיפצערייען, בין איך שוין לאנג געשטאנען איבער א פריש געמאכטען שול קאווע. ארום זיכענדיג דעם ברכת התורה גארטעל וואס איך האב געזאגט מיט פארמאכטע אויגען הינטערען בעל תפילה'ס שטענדער ביים אנגעצינדענעם לאטמפ און גאלדענער שיוויתי טאטוועל, צווישען די ליידיגע -סודות שטילע- ווענט פון שוהל פליעהן ביידע פיאות פון דרום ביז צפון
נישט רעדענדיג וואטכעדיגע רייד פאר'ן דאווענען האט מיר מיין חבר געשאנקען זיין ליבליכען גיט מארגען און דאן האט זיך אנגעהויבען די ריכטיגע קריגערייען פון רב און שמואל, רב פפא מיט רב ששת
נישט איינמאל האט א שטיבעל איד זיך אריין געמישט און געוואלט ווייזען קענטעניס, מיט א ציפ אין דער זייט "וואס לערענט עטץ? הע? ווען איז דער פארהער בחור'ל? מעשה מבין
פון הינטערען ווייבער שוהל דערהערט זיך שוין דאס קריקען פון איינזאמע טריט אויף די שווערע הילצערנע בית מדרש טרעפ, ענדליך האט ר' שימעלע באוויזען אריין ציקריכען אין זיינע גרויסע זיידע שיך און ארויס פון מקוה. מיט די אטפענע שיך בענדלעך און איבערגעדרייטע וואלענע ציצית דערשלעפט ער זיך אריין ביז אינטער'ן באלעמער. ווען מיר בלייבען שטיל א מינוט פון די גמרא דערהערט זיך זיין אלטע שטימע פון תהלים זאגען, מיט א פארגעסענעם שלוש סעודות ניגון וואס די לווים האבען אפשר געזינגען אין בית המקדש אז מיר ווערען פאשוויגען זיך איינהערען
אינעם הימלישען תענוג וואס איז אויסגעגאסען אין קליין שוהל'כעל, אפילו די מודעות אויף די ווענט שמייכלען צום גמרא ניגון וואס מיין חבר מיט'ן קינדיש קעלכל שרייט מיך אן ווען איך זאג אים רואיג אז דער רבי האט אנדערש געלערנט פשט. ער דרייט מיט'ן גראבען פינגער אבער איך לאז זיך נישט פון אים
ווי א שענעלער צוק ליידיגט זיך אויס דאס גלעזעל קאווע, איינס און נאך איינס. דאס ביהמ"ד ווערט געדעזכט פון די עמך אידען וואס שטייען אויף ווען די זין שיינט שוין אין די בייכער. מיט'ן טלית אין האנט שפאצירען זיי גיכע טריט, גיטמוטיג גריסען מען זיך א יאטגעדיגען גיט מארגען. גיטע פריינט שמייכלען צוריק מיט נישט איבעריג געדולד, מען האלט שוין ביי ישתבח און חיים יאנקעל כאפט זיך מיט, מיט א זעלטענער פרייד. ווי איינער וואס יאגט אן דעם שיעור נישט אפגעפאטרענער באן
דארט אין פאטליש, אברהם ברוך שלאגט פאר א שידוך פאר ברוך געציל. נאכען פארציילען דעם יחוס און די מעלות פון יענע צד "איך האב נישט קיין קינד אין שידוכים" זאגט ער הויעך
דוד הלל זיכט אחן עטרזב פאר'ן גמ"ח און וואלף זלמן זיכט א היטש קיין איסט-סייד. חיים טובי' זיכט א דירה פאר זיין פריש פארפאלק. א ארץ ישראל אידעל רוימט מיר אריין אין אויער אז ער קלייבט צוזאם נדבות פאר זיין ברידער וואס מאכט חתונה דאס זעקסטע קינד, ווען איך זאג אים אז איך בין נאך א בחור און כאב נישט, גיבט ער מיר א ברכה אויף א זיווג הגון צו די ריכטיגע צייט
ר' יצחק מיט'ן כוס קאווע אין האנט, ברימט א שטילער ניגון ווען ער ליינט די צעטלעך פון די וואנט מיט די גלעזער אויף'ן שפיץ נאז, די הייסע רויעך צוגייט אים אריין אין די נאז לעכער, ער צושמייכלט זיך עפעס מאטדנע, ווי עס וואלט געווען א בריוו צו אים פערזענליך פון צוויי טויזענט מייל אוועק. ער האט נעבעך נישט קיין פרנסה, זיכט ער א נדבן איינער זאל מיט אים שמועסען ביז ער פארענדיגט זיין קאווע
איבער די לעצטע זיפען קאווע פאר'ן דאווענען ווערען געפירט אלע געשעפטען וואס גוים פירען דורך נאר אין טייערע רעסטוראנטען. אונזערע אידעלעך זענען פארטון און פארנומען און הערען גארנישט דעם פייף
ווי נאר מיר האבען דערהערט דעם קוויטש פון ר' יאסעל'ס געלער באס, האבען מיר פארמאכט די גמרות, איר א קיש געטון אין פנים -איבערלאזענדיג עפעס ארבייט פאר'ן בית המדרש פאחקער- און ארויס געלאפען פון שוהל צו כאפען דעם באס
גערופען האט מען אים "דער ברוינער יאסעל" דעפאר וואס זיין ווייסע פארדרייטע בארד איז פון רויכערען צוריק ברוין געווארען. און צוליב וואס תמיד איז ער געגאנגען מיט א צוגעקנעפעלטען ראטק און הויעכע פעראטסטע ברוינע שטיוועל, דעי וואס ליגען א גאנצען זימער און קאלטען קעלער. גערייכערט האט ער א היימיש געמאכטען ציגרעטעל, וואס ער האט ביי יעדען רויט לייט שטייטעלעך פארוויקעלט אין אזא ספעציעלע פאפיר. א רחמנות איז געווען אויף די קארס וואס זענען פארהאנקערט געווארען אינטער זיין באס בשעת ער האט נאכנישט פארפאחרטיגט אריין צולייגען די ברוינע אש אין זיין היימיש געמאכט ציגארעט. נאכען פארענדיגען אפלעקען די עקען פון פאפיר האט ער פארויכערט זיין לילקע מיט קענטיגע זעלבסט הנאה. דערנאך האט ער אזא האחבטשע געטון אז די גאנצע באס האט א שוידער געטון. פון גרויס דביקות אין ציגרעטעל האט ער צומאל אפילו פארגעסען זיך אפצושטעלען נאך א קינד, וואס האט דערנאך געמיזט זיכען אן אנדער וועג אנצוקומען אין חדר
עס האט אונז אויסגעזעהן, אז דער גאנצער ציהל זיינער פון פירען דעם באס, איז ליבערשט צו קענען רואיג רייכערען זיין היימיש געמאכטען ציגארעט ווי פארדינען די פאר גראשען
ער האט יעדען און אלץ געדענקט. אויב איך האב אמאל געשפעטיגט, האט ער דריי וואכען שפעטער נאך געדענקט און מיך דערמאנט אז כ'האב געשפעטיגט מיטוואך משפטים
פרייליך איז געווען, ווען זיין פרוי האט געדארפט אנקומען ערגעץ ווי. ער האט איר דאן מיטגענעמען מיט אונז אויפ'ן באס, אין די פאדערשטע רייע. ער פלעגט וואטרענען די קינדער זיך נישט אראפ זעצען דריי שורות הינטער איר, צוליב די גמרא וואס זאגט מען טאר נישט זיצען אינטער אן אשה
געשמיעסט האט מען ביי אונז אין חדר, אז די פרוי זיינע קען אפשפרעכן עין הרע'ס. זאל איר נשמה זיין צוגעבינדען בצרור החיים
נאך אזא לאנגען חלום האט דער ליל שישי געהאט אזא סוף ווי דאס קלינגען פון וועקער זייגער. א חוזק בין איך אין שטוב ווען חנה'לע פרעגט מיט סארקאזאם "טאטי שלאפט נאך?" אפשר וועט מען משלים זיין ביים תיקון ליל שבועות הממשמש ובא
זונטאג מאי 20, 2007 4:29 pm
איך האב נישט קיין קאמענטארן צוצוגעבן צו די מעשה אבער א יש"כ פארן שרייבער קען איך זאגן ווייל איך האב הנאה געהאט ביים ליינען ישר כח
זונטאג מאי 20, 2007 10:23 pm
נטורליך, שכוח פארן שרייבן, און שכוח פארן עס לאזן אהער ברענגען.
און ווי אויך א שכוח פארן פאסט טרעגער.
זונטאג מאי 20, 2007 11:32 pm
זייער שיין געשריבן, נאטורליך. כ'האב פיין הנאה געהאט דערפון דעם פארגאנגענעם ליל ששי.
מאנטאג מאי 21, 2007 1:36 pm
הארציג, געשמאק, שרייבעריש, אלעס אין איין ארטיקל, שערקויעך.
דאנערשטאג מאי 31, 2007 9:37 am
דאנערשטאג מאי 31, 2007 9:47 pm
וויאזוי האבען זיי עס אריין געלייגט? איז עס נישט קאפירייט פון אונזער קרעשמע?